מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות
רבותי די עסקנים זענען פארנומען מיט וויכטיגע מערכות כהאב מורא זיי פארזען א גאנץ ערענסטע פירצה.
ווער עס שפירט אז ער קען עפעס אויפטאן האט אן אחריות , לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר.
אלימפיק פיטא עפענט אין וויליאמסבורג
כגלייב שווער אז ער גייט מאכן עקסטערע מענער שעות פרויען שעות.
ווער רעדט נאך פין אינפארסען התאחדת דרעס קאד
קיין גיטס קען אין וועט נישט פין דעם ארויסקומען
בקרוב וועל איך שרייבן די בעלי בתים פאן נאמבער, אז מזאל זיי שיין בעטן.....

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שמעו נא אחי ורעי:
ס'וועט נאך קומען אסאך סופרייזעס פאר ענק אין וויליאמסבורג. די איינציגסטע וועג וויאזוי צוריק צו האלטן אייערע קינדער פון די אלע זאכן, איז דורך זיי אויפקלערן אז - איר האלט אז - ס'איז נישט כדאי און ראוי אריין צו גיין אין אזעלכע געשפעטן, ליינען געוויסע צייטונגען וכדומה.
אבער צווינגען יענעם זיך צוצושטעלן צו דיר, איז עבודה קשה מעורב עם רשעות. ס'לוינט נישט.

Under influence
- אוי טאטי
- היימישער באניצער
- הודעות: 530
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.
וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!
דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.

!..If you go black, you'll never go back
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אוי טאטי האט געשריבן:שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.
וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!
דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.
אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין. א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
המשך צו מיין פריערדיגע תגובה
פון די אנדערע זייט די אזויגערופענע "עסקנים" וואס שטייען על המשמר א קעגן א יעדע "פירצה" און זענען גרייט לוחם צו זיין פאר אידישקייט בכל עת ובכל שעה, דאווענען נישט בציבור און לערנען נישט קיין תורה, און פארנאכלעסיגן דעם חינוך הבנים והבנות. ווער רעדט נאך פון ברענגען פרנסה אין שטוב. אלעס אויפ'ן חשבון פון "עסקנות". מי בקש זאת מידכם. אויף זיי קען מען רואיג זאגן דעם פסוק אין שיר השירים. "כרמי שלי לא נטרתי".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך זאג דיר האט געשריבן:געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.
דזשאסט טו פראאוו יור פוינט. ס'איז דא א סטאר אין וויליאמסבורג וואס פארקויפט בגדי נשים. און דער נאמען פון א אשה פיגורירט דערויף מיט "קידוש לבנה אותיות" און זיי ברענגען נאך בילדער פון בגדי צבעונין שטוחין על הקיר, ואין פוצה פה ומצפצף. אוואו זענען אונזערע מסירות נפש'דיגע עסקנים? מוז דאך נאר זיין בעל כרחך אז מען האט איינעם געגעבן "לא יחרץ" געלט.: דיסקלעימער: מיר פערזענליך שטערט נישט דער סטאר און אלע אנדערע. איך האב ב"ה גענוג דאגות בגשמיות וברוחניות פאר מיין אייגענע נשמה. אבער.לשיטתם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין.
א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט (און גייט אביסל זיך אויסלופטערן און שרייבן הגהות אויף אלע אשכולות אין קאווע שטיבל)![]()
![]()
און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.
וירח ה' את ריח הניחוח
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אוי טאטי האט געשריבן:שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.
וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!
דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.
אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין. א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.
איך האב פאר דיר נייעס, איך גיי יא אמאל אריין אין די געשעפטן, כאטש איך בין נישט פון די הענג אוט טייפ. מיין אידענע ארבעט ביטער שווער מיט די קינדער, און איך ביי די ארבעט, און אסאך מאל קומט אויס אז איך בלייב הונגעריג אין שטוב, אדער ווייס איך שוין פון פריער אז עס איז נישט דא עפעס ווער ווייס וואס, און דאן גיי איך אריין א עסן געשעפט (רעסטאראנט, פיצא, פיטא וגו' בלע"ז), און געווענליך זוך איך איינער וואס פארקויפט גוטע עסן, ווייל איך האב נאך נישט אויסגעארבע אלע מיינע תאוות, איך קויף עפעס, און איך גיי זיך ווייטער מיין וועג. און אויב איז דא איינער וועמען דאס שטערט, זאל ער זיך הענגען אויף א צוקער שטריק.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל