לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

כ'וויל דערמאנען, אז ווער עס וויל מיר קאנטאקטן און פרעגן שאלות, קען דאס טון אויף מיין אימעיל אדרעס:
levtahor.babel@gmail.com
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אבימלך »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:30 pm קוק, טא בי אנעסט...

ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).

יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.

די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.

למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
ש'כח פארן זיין אנעסט

אבער פון דיינע רייד זעהט נישט אויס ווי ס'האט איר אזוי ווייגעטוהן אז מ'האט איר אוועק געשלעפט,
אויב האט מען איר געצווינגען, פארוואס האט זי עדות געזאגט קעגן לב טהור ?
פארוואס וויל זי זיך יעצט ארויסדרייען ?
פארוואס זאל זי נישט וועלן קומען יעצט, און זיך אנעמען פאר ל''ט, וואס זי האט אזוי ליב ?
מייערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מייערן »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:30 pm קוק, טא בי אנעסט...

ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).

יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.

די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.

למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
זי רעדט מען פין די מאמע אדער פין די מיידל/ווייבל?
״והעיקר״ ״ליב האבען א יוד און יעדען מצב״
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

מען רעדט פון די ווייבל.

זי איז היינט נישט לב טהור.

במשך די יארן וואס זי געפינט זיך אין אמעריקע, האט זי זיך אליין אויסגעבויט, זי האט דארט חבר'טעס, ארבעט, א מאן מיט א לעבן. אבער ווי איך פארשטיי איז זי אויך נישט אנטי לב-טהור און האט נאך א געפיל פאר דעם פלאץ, קומענדיג פון דארט און וואקסנדיג פון דארט.

זי איז נישט אינטערעסירט צו זיין פארמישט, זי וויל זיך לעבן איר אייגענע לעבן און אויפבויען איר אייגענע שטוב.

פארוואס זי האט דעמאלס געזאגט עדות קעגן לב טהור? - ס'ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט. געוויסע וועלן דיר זאגן, ווייל זי האט פיינט געהאט לב טהור און נישט געהאט קיין געפיל פאר זיי. ווידער אנדערע וועלן דיר זאגן, אז זי איז געווען קליין, יונגער, און אזוי ווי יעדע קלענערע מיידל, טוט זי וואס די גרויסע זאגן אז מען דארף יעצט טון. זי איז געווען א וואויל מיידל. בסך-הכל האט זי אויך געוואוינט און זיך געפינען אונטער די מענטשן וואס האבן געהאלטן און געוואלט אז זי זאל אזוי זאגן. קען זיין אז ס'איז געווען ברצון און קען זיין אז נישט.

די אמת ווייסט מסתמא קיינער נישט, און יתכן אז די ווייבל אליין ווייסט אויך נישט די אמת...

צווישן אונז גערעדט: זי האט שוין דעמאלס נישט געוואלט קומען עדות זאגן, און יעצט וויל זי אויך נישט קומען עדות זאגן. פשוט און גראד.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
נייעסריפארטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך נייעסריפארטער »

עפעס אפדעיט פונעם היינטיגען טאג? און וואסערע עדות קען מען ערווארטען די קומענדע טעג?
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מילך טראק »

לויט ווי איך פארשטיי איז איין זייט איהר מאמע די אנדערע זייט איהר טאטע , וויאזוי קען זי ביידע צופרידן שטעלן?
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

פארדעכטיגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:54 pm איך האב גהערט ממש פארקערט אז די גאווערמענט האט איר סאפינעד. און זי וועט מוזן טעסטעפייען פאר די גאווערמענט
זיי האבן איר טאקע קודם סאפינעד אבער דערנאך האבן זיי געזאגט אז זיי ווילן איר מן הסתם נישט רופן אין קארט.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך עמרם »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:55 pm מען רעדט פון די ווייבל.

זי איז היינט נישט לב טהור.

במשך די יארן וואס זי געפינט זיך אין אמעריקע, האט זי זיך אליין אויסגעבויט, זי האט דארט חבר'טעס, ארבעט, א מאן מיט א לעבן. אבער ווי איך פארשטיי איז זי אויך נישט אנטי לב-טהור און האט נאך א געפיל פאר דעם פלאץ, קומענדיג פון דארט און וואקסנדיג פון דארט.

זי איז נישט אינטערעסירט צו זיין פארמישט, זי וויל זיך לעבן איר אייגענע לעבן און אויפבויען איר אייגענע שטוב.

פארוואס זי האט דעמאלס געזאגט עדות קעגן לב טהור? - ס'ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט. געוויסע וועלן דיר זאגן, ווייל זי האט פיינט געהאט לב טהור און נישט געהאט קיין געפיל פאר זיי. ווידער אנדערע וועלן דיר זאגן, אז זי איז געווען קליין, יונגער, און אזוי ווי יעדע קלענערע מיידל, טוט זי וואס די גרויסע זאגן אז מען דארף יעצט טון. זי איז געווען א וואויל מיידל. בסך-הכל האט זי אויך געוואוינט און זיך געפינען אונטער די מענטשן וואס האבן געהאלטן און געוואלט אז זי זאל אזוי זאגן. קען זיין אז ס'איז געווען ברצון און קען זיין אז נישט.

די אמת ווייסט מסתמא קיינער נישט, און יתכן אז די ווייבל אליין ווייסט אויך נישט די אמת...

צווישן אונז גערעדט: זי האט שוין דעמאלס נישט געוואלט קומען עדות זאגן, און יעצט וויל זי אויך נישט קומען עדות זאגן. פשוט און גראד.
זייער אינטערעסאנט!

אז דו, וואס איז בעד ל''ט, פארשטייסט אויך אז יעצט וויל זי נישט צוריקגיין, און זי לעבט א גוט לעבן, על אף וואס זי איז אויפגעצויגן געווארן אז ווער ס'גייט אוועק אין לו חלק בעולם הזה ובעולם הבא,

(פארשטייט זיך אליינס אז זי האט א געפיל פאר ל''ט, סו''ס איז זי דארט אויפגעוואקסן)

אגב, וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן, וואו זי וואוינט היינט, און צו וואס זי געהערט כהיום
(און וואס זי האט צו דערציילן...)
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך רעספעקטיר די פריוואטקייט פון מענטשן, און איך שפיר אז זאכן וואס זענען נישט נוגע צום טרייעל, באלאנגען נישט אויסגעשמועסט צו ווערן ברבים.

זי לעבט היינט רואיג איר לעבן, פארוואס זאל איך דאס ארויפשמירן וכו'?
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:47 am איך וויל דערמאנען דעם עולם, איינער וואס האט שאלות, קושיות וכדומה, קען זיך ווענדן צו מיר אויפן אימעיל - levtahor.babel@gmail.com
אדער קען מען שרייבן פאר מיין קאלעגע "געוואגטער".
ר' חכמת שלמה, איך זעה אז די קומסט קוים אן צו באריכטן דא, איז ווען וועסטו האבן צייט צו ענטפערן אויפן אימעיל??
אז די האסט שוין צייט קום דא ארויף... :lol:
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:16 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:58 pm ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט...
איך פארשטיי נישט, זי לעבט נאך ?

ווי איז זי היינט ?

און וואס ענטפערט זי, ווען מ'פרעגט איר ?
פרעגסט גוט אבער דעם קעיס איז א קעיס וואס מאכט נישט און האט קיינמאל נישט געמאכט עני סענס.

דאס איז איינע פון די ווייטאגליכע זאכן וואס די דעפנדענס שרייען שוין באלד 5 יאר: נקרא לנערה ונשאלה את פיה, לאמיר הערן פון איר אלייין, לאז איר זאגן די אמת וואס זי ווייסט, לאז איר פארציילן וואס איז פארגעגאנגען... מיינסט מען האט איר געלאזט? א נעכטיגן טאג...

פון דעי וואן פירט זיך די גאוו. עפעס זייער מאדנע... זיי האבן פאר 3 יאר נישט געלאזט די מדברת זאל האבן א וועג צו זיך לאזן הערן, זיי האבן איר פליצלום גענצליך אופגעהאקט פונעם עבר, אייסעלעיטעט פון די גאס, פארשטעקט פון די דזשודישעל סיסטעם, אלעס געטון אז זי זאל בלייבן דערשטיקט פאר יארן... ביז זי וועט האבן נאר 1 אפציע צו אויפגעבן, און זיך טוישן, רעדן און טין לויט ווי זיי האבן געוואלט זי זאל.

איך וועל דא אטענטשן א 'אפישל קארט טראנסקריפט' פון א בעיל הירינג ווי מען קען טאקע זעהן ווי די דעפענדענס האט העפטיג געטענט אין זיך געבעטן מען זאל פשוט ברענגן איר אליין אין זעהן וואס זי זאגט...
זעה בלאט: פון 56 אין ווייטער, ווי דעפענס פראבירט מסביר זיין אז טאמער מען וועט לאזן די וויקטים קומען און רעדן אין קארט וואס זי וויל איז נישטא קיין קעיס בכלל, ווייל זי וועט אלעס פארציילן און זיך בעטן אז מען זאל זיי באפרייען ווייל זיי האבן איר נאר געוואלט ראטעווען פון אביוס....
בייגעלייגטע פיילס
Transcript 4-19-2022 19cr497 USA v Malka - Bail Hearing.pdf
(610.49 KiB) אראפגעלאדנט 11 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואגטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:30 pm קוק, טא בי אנעסט...

ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).

יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.

די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.

למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
צו אויסקלארן זי איז קיינמאל נישט געקומען קעגן ל"ט, די גאוו. האט איר סופינעט און זי האט געמוזט קומען, זי האט אפ' אויסגעקלארט אנהייב איר עדות אז זי אזי געקומען געצווינגען.
זי האט אויך געזאגט אין איין פאל אין פריעדיגן טרייל אז מען האט איר שטארק געפרעשערט וואס צו זאגן און עס איז נישט עכט.
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

אבימלך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:36 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:30 pm קוק, טא בי אנעסט...

ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).

יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.

די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.

למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
ש'כח פארן זיין אנעסט

אבער פון דיינע רייד זעהט נישט אויס ווי ס'האט איר אזוי ווייגעטוהן אז מ'האט איר אוועק געשלעפט,
אויב האט מען איר געצווינגען, פארוואס האט זי עדות געזאגט קעגן לב טהור ?
פארוואס וויל זי זיך יעצט ארויסדרייען ?
פארוואס זאל זי נישט וועלן קומען יעצט, און זיך אנעמען פאר ל''ט, וואס זי האט אזוי ליב ?
זעה ביטע פריעדיגע הודעות..

איך אטענטש דיר אויך דא א 'קארט דאקומענט' [DOCKET # 643] וואס איז א סאמערי פון א הארצרייסענדע בריוו וואס זי האט געשריבן פון געפענגעניש ארויס, נאך מען האט איר געקידנעפט פון ל"ט אהער און דא איר פארשפארט און געפייניגט, און ווי זי בעט זיך פאר הילף.
בייגעלייגטע פיילס
summary of YT latter.pdf
(768.52 KiB) אראפגעלאדנט 32 מאל
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

געוואגטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 5:24 am דאס איז איינע פון די ווייטאגליכע זאכן וואס די דעפנדענס שרייען שוין באלד 5 יאר: נקרא לנערה ונשאלה את פיה, לאמיר הערן פון איר אליין, לאז איר זאגן די אמת וואס זי ווייסט, לאז איר פארציילן וואס איז פארגעגאנגען... מיינסט מען האט איר געלאזט? א נעכטיגן טאג...

פון דעי וואן פירט זיך די גאוו. עפעס זייער מאדנע... זיי האבן פאר 3 יאר נישט געלאזט די מדוברת זאל האבן א וועג צו זיך לאזן הערן, זיי האבן איר פליצלום גענצליך אפגעהאקט פונעם עבר, אייסעלעיטעט פון די גאס, פארשטעקט פון די דזשודישעל סיסטעם, אלעס געטון אז זי זאל בלייבן דערשטיקט פאר יארן... ביז זי וועט האבן נאר 1 אפציע צו אויפגעבן, און זיך טוישן, רעדן און טון לויט ווי זיי האבן געוואלט זי זאל.

וואס מיינט אז טאמער מ'עט איר פרעגן איז נישט דא קיין קעיס. זי האט אבער טעסטעפייד ביי די פאריגע טרייעלס, און למעשה האבן זיי נאך אלץ ביטער פארלוירן. נישט אזוי?

לויט וואס איך האב געהערט פון די פאריגע טרייעלס ווען מען האט נאך געקענט מיטהאלטן, די גאווערמענט טענה'עט [אויך די דשאדזש האט אזוי איסטראקטעד די דזשורי קלאר פאר זיי האבן אנגעהויבן דיליבירעיטן] אז אפילו אויב די 14 יעריגע ווייבל און 12 יעריגע אינגל האבן זיך געבעטן צו גיין פאר עני סיבה וואס קען נאר זיין, איז עס נאכאלץ קידנעפינג ווייל זיי זענען געווען מיינערס, סאו האבן זיי נישט קיין סעי ווי זיי ווילן זיין, און נאר די מאמע האט געהאט ליגעל קאסטעדי אויף די קינדער באקומען ביי א נ.י. פעמילי קאורט א פאר וואכן פריער.

און דאס וואס מאנכע טענה'ן אז ווייל די 14 יעריגע מיידעלע איז געווען חתונה געהאט האבן זיי איר געוואלט העלפן צוריקגיין צו איר מאן וואס זי האט אזוי שטארק ליב געהאט, אויף דעם דייקא האט די גאווערמענט צוגעלייגט ביי די ערשטע טרייעל די הארבע קלאגע פון ס*קס טרעפיקינג אויף א מיינער ווייל איר מאן איז געווען 20 יאר אלט, בעיסיקלי אן אדולט. [אויב איך מאך נישט קיין טעות זענען די וויינגארטענס אויך געטשארטשט מיט די ס*קס טרעפיקינג קלאגע] און אויף דעם ווארט זיי אפ א מינימום פון 10 יאר תפיסה אויב זיי ווערן געפינען גילטי ה"י.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך עמרם »

זי איז כהיום חתונה געהאט מיט איינעם אנדערש ?
אייזיק שפירא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אייזיק שפירא »

עמרם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 3:36 pm זי איז כהיום חתונה געהאט מיט איינעם אנדערש ?
אויך שטארק געווינדערט,
אויב האט זי אזוי שטארק ליב געהאט ל''ט, און עכט נישט געוואלט אוועקגיין, פארוואס ווען זי איז עלטער געווארן איז זי נישט צירוק געגאנגען ?

אזוי אויך @געוואגטער פארוואס ביסטו שוין נישט דארט ?
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך מיין עס איז זייער פארשטענדליך אז די אלע וואס זענען אינגער און זענען אויפגעוואקסן אין ל"ט, זאלן זיין גאר צומישט און האבן קעגנזייטיגע געפילן אין די זעלבע צייט. פון איין זייט האט מען זיי מחנך געווען אז דאס איז וואס השי"ת וויל, און פון די אנדערע האבן זיי מיטגעהאלטן שלעכטע מעשים. זיי האבן משפחה און נאנטע סיי פון דא און סיי פון דארט. זיי האבן זיכער אהבה און שנאה וואס איז שווער צו אויסארבעטן איינס מיט די אנדערע.

דאס רעכנט אריין יעקב (דער "מאן") און "דזשעין" (די "ווייב"/טאכטער).

וויפיל יאר עלטער איז יעקב פון דזשעין? זיי וואוינען היינט צוזאמען?
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

די מאן איז זעקס א האלב יאר עלטער פון זיין ווייב. זי איז 19 יעצט און ער איז 25. זיי וואוינען ב״ה שיין צוזאמען פון ווען זי האט געווארן 18 יאר בערך א יאר אין האלב צוריק [די מאן איז ארויס פון תפיסה צוויי יאר צוריק ער האט גענומען א פליע דיעל נאכן זיצן פאר דריי יאר אין באקומען טיים סערוועד]
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך איך אויך »

דאס הייסט ער האט איר די ערשטע מאל גערעיפט ביי די 13 אדער 14.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 09, 2024 7:33 pm דאס הייסט ער האט איר די ערשטע מאל גערעיפט ביי די 13 אדער 14.
און דו האסט איר די ערשטע מאל גערעיפט ביי די 18.... כאילו לויט אונזער הנהגה און עדיוקעשאן איז עס א גרויסע נפק''מ די עיטש...

אויב עפעס איז א ראי' אויף נישט רעיפ, קיינער האט איר נישט געהייסן צוריקגיין צו עם זי האט נאך אפילו נישט געהאט קיין קינד מיטמעם דעמאלטס אלא מאי זי האט ענשזויט דיין אזוי גערופענע 'רעיפ'
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

לאמיר דא אראפגעבן א שטיקל באריכט פון קארט, וואו מיר האלטן אצינד.

מיטוואך האט אויפגעטרעטן א וויכטיגע עדות פון די גאווערמענט, א געוועזענער לב-טהור מעמבער וועלכער האט איבערגעלאזט די קהילה אין 2018, וועמען די קהילה האט גענוצט דורכצופירן די אקציע, אבער זייענדיג אונטער הייס פייער האט ער שנעל געטוישט זייטן, ער האט געמאכט א יד-אחת מיט די רעגירונג און מסכים געווען ארויסצוהעלפן געפינען וואו די קינדער זענען און מסכים געווען ארויסצוקומען עדות זאגן קעגן לב טהור בכלל און קעגן די באשולדיגטע בפרט.

די ערשטע האלב פון די עדות איז געווען געווידמעט, בעיקר אויף דאס לעבנס שטייגער אין לב-טהור. למען האמת, איך דארף זיך שטארק איינהאלטן צו באריכטן טריקענערהייט און נישט אריינווארפן מיינע ווערטער צו ערקלערן אביסל די אמת אין וואס ער זאגט, איך האף אז מיין קאלעגע געוואגטער וועט דאס טון. איין ווארט נאר וועל איך מקדים זיין, אז ווען ער רעדט איבער ברוטאלע פיינונגען וואס מען טוט אין לב-טהור, זענען דאס זאכן וואס פאסירן אין יעדע אידישע קהילה בישראל. אויב רעדט ער פון געבן פעטש, פאסירט דאס איבעראל, אפילו אז מען רעדט פון איבערלייגן און אריינשמייסן, האבן מיר דא א דערנעבנדיגער אשכול וואו מען דיסקוסירט דערוועגן, און ס'זעט נישט אויס אז דאס זענען זעלטענע ענינים וואס קומען נישט פאר היינט אין היימישע מוסדות. אז מען רעדט פון פארשפארן אין שאפעס, האבן מיר שוין אויך געהערט אזאנס און אפילו ווען ער רעדט פון אנגיסן מיט וואסער, האט מיר א חשוב'ער ניק אנפאטרויעט אז ער האט געכאפט א טעפל וואסער פונעם משגיח אין ישיבה, איינמאל פארן אויפשטיין שפעט און א צווייטע מאל ווען ער האט זיך געדרייט אינדרויסן אן א הוט און רעקל און א משגיח האט אים אנגעשפריצט מיט קאלטס. ממילא, די אלע זאכן פון וואס ער רעדט, איז אפשר ווייניגער מקובל ביי די גוים, אבער ביי אונז אידן איז דאס גאנץ שטארק אנגענומען.

בלויז איין עפיזאד וואס ער האט דערמאנט, און דאס איז ברענען הענט פון קינדער. ער האט דאס כמובן אראפגעלייגט אז דאס קומט דארט פאר כסדר. איך ווייס דאך אבער פון וואס ער רעדט, בלויז אן איינמאליגע פאל, וואו א משוגע'נע טאטע האט דאס געטאן פאר זיין קינד. טאקע אן עוולה, אבער משוגעים זענען פארהאן איבעראל, עטליכע יאר צוריק האבן מיר געליינט אין די נייעס אז א גורער יונגערמאן האט גע'הרג'עט א קינד... נאך א מזל אז דער איד איז נישט געווען קיין לב-טהור. וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז צעדרייטע מעשיות קען מען איבעראל הערן מזמן לזמן, און אין לב-טהור פאסירט דאס נישט מער אפט ווי אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט. אויב עפעס ווייניגער.

אגב, מיין קאלעגע געוואגעטער טענה'ט (זאל ער אריינקומען קלארער), אז ער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע, וואו זיינע קינדער לערנען אין היימישע חסידי'שע מוסדות, און דארט גיבט מען מער פעטש ווי די מלמדים אין בבל פלעגן געבן, און מען שטראפט פיל מער ביי זיי ווי ביי אונז.

בכל-אופן, לאמיר זיך נעמען צו די עדות און איך וועל פראבירן צו באריכטן טריקענע פאקטן, אן קיין אייגענע געפילן.

דער עדות האט געשילדערט דאס שווער לעבן אין בבל, וואו יעדן ריר פונעם טאג ווערט קאנטראלירט און שווערע עונשים וואס מענטשן גייען אריבער אין די קהילה. עס איז געווען ווייטאגליך און הארץ-רירנד צו הערן די אלע שווערע פיין און פלאג פון יונגע צענערלינגען וואס מוזן דאס אלעס דורכגיין, די אויגן פון די דזשורי האט געשפריצט פינקען פייער הערנדיג די אלע דראמאטישע געשעהענישן. דער עדות האט אויסגערעכנט א רייע פון שילדערונגען פון קינדער וועלכע זענען דורכגעגאנגען א ברוטאלע אינקוויזיציע אין בבל, שמייסן ביז בלוט, שלאגן מיט א פאסיק, איינשפארן אין שאפעס, אנשפריצן מיט קאלט וואסער, ברענען די הענט און נאך. ער האט דערמאנט קלארע מעשיות ווי אזוי די אנגעקלאגטע האבן פערזענליך געשלאגן, אדער אים - דער עד זעלבסט, אדער אנדערע מענטשן וואס דער עד האט פערזענליך מיטגעהאלטן. עס איז געווען א פחד צו הערן די אלע געשיכטעס. תסמור שערות ראש.

א באזונדערע קאפיטל איז דאס עסן אין לב-טהור. ער האט ארויסגעברענגט אז אין לב-טהור טאר מען גארנישט עסן אלס כשרות, נישט קיין פלייש, פיש, אייער וכדו', און אלס רעזולטאט דרייט מען זיך ארום דארט הונגעריג און די קינדער זענען אונטערוואגיג. ער האט צווישן אנדערע דערציילט, אז ווען ער איז ארויסגעקומען פון לב-טהור האט ער געוואויגן 80 פונט, אין קאנטראסט פון היינט וואס ער וועגט 120 פונט.

דאן איז ער אריבערגעגאנגען צו קאנטראל. ער האט געשילדערט ווי אזוי די קהילה ווערט אנגעפירט, ווער די הנהלה פון די קהילה זענען און וואס איז די אויפגאבע פון יעדן איינעם, און ספעציפיש די אויפגאבע און די אויפפירונג פון די דריי אנגעקלאגטע פון וועמען מיר רעדן, און ווי אזוי זיי זענען געזעצן און קאנטראלירט יעדן פיפס וואס עס איז פארגעקומען אין די קהילה, און אלעס מיט א שטייפע און שטרענגע האנט, אז מען האט נישט געהאט קיין שום אייגענע ווארט. ער האט אויך דערמאנט דער פאקט, אז אין לב-טהור טאר מען נישט האבן קיין אייגענע געלט און יעדע פעני מוז אריבערגיין צו די קהילה. בכלל האט ער געגעבן א ברייטע ערקלערונג ווי אזוי מען לעבט דארט, ווי אזוי אלע געפינען זיך אויף איין שטח און מען וואוינט צוזאמען, און נאך.

דאן איז מען אריבערגעגאנגען לעניני נישואין: ווי אזוי מען מאכט חתונה אין בבל, אז עס איז אנדערש ווי עס גייט אין די וועלט, אז א יונגל מיט א מיידל געפעלן זיך און מען גייט ארויס, נאר אז די שידוכים זענען ערענדזשט, די קהילה איז מסדר ווער עס זאל חתונה האבן מיט וועמען, און די בחור מיט די מיידל האבן נישט קיין שום ווארט דערין. מען האט אים אויסגעפרעגט איבער זיין שידוך, אז מען האט אים גלאט געמאלדן אז דו ווערסט א חתן מיט פלונית אלמונית, ער האט אפילו נישט אריינגעטראכט צי ער וויל דאס טאקע האבן אדער נישט, וויבאלד עס איז ביי אים געווען פראגראמירט אז ער האט אפילו נישט קיין ווארט דערין. די קהילה האט מחליט געווען און דאס דארף געשען.

מען איז אריבערגעגאנגען צו עניני הדרכה פאר די חתונה, מיט די מטרה ארויסצוברענגען אז אלעס ווערט קאנטראלירט און פאר די חתונה גייען די חתן און כלה אריבער א הדרכה, וואו מען זאגט זיי אן וואס זיי זאלן טון און וואס נישט. ער האט אביסל אויסגעשמועסט איבער די ענין פון הדרכה, און ער האט דערקלערט אז טראצדעם וואס על-פי-רוב גיבט די הדרכה דער רב שליט"א, אבער אויך ר' יואל וויינגארטן גיבט צומאל הדרכה.

ווען דער פראסעקיוטער האט אים געפרעגט, וואס איז די פורפוס פון חתונה האבן געווען, לויט זיין פארשטאנד, האט ער געענטפערט "צו האבן ווי מער קינדער", און אלס ראיה דערצו האט ער געברענגט, אז דער סדר הדברים אין לב-טהור איז, אז צוועלף-פערצן טעג נאכן האבן די פיריעד, גייען די פרויען אין א ספעציעלע רעלידזשעס באד, דאן גייט מען אהיים און מען מוז האבן רעליעשנס מיט די מענער, און די סיבה דערצו איז, וויבאלד יענע תקופה אביולעיטן די פרויען און דאן איז די צייט צו האבן קינדער. ער האט ערווענט אז אין לב-טהור קאנטראלירט מען יעדן ענין, אפילו ווען צו האבן באציאונגען. די סדר איז אז ווען מען גייט אין מקוה מוז מען האבן באציאונגען, און דאן צוויי-דריי טעג דערנאך, ווייל צומאל כאפט עס ביי די פרויען פונקט דעמאלס, און אויסער דעם מעג מען נאר האבן באציאונגען פרייטאג-צו-נאכטס.

ער האט מאריך געווען בענין טהרת המשפחה, און געמאכט דערפון אן עסק כאילו עס איז א לב-טהור ענין. ארויסגעברענגט ווי אזוי עס ארבעט, אז אין די ערשטע צוועלעף טעג פון די פיריעד טאר מען נישט האבן קיין באציאונגען און מען טאר גארנישט טון ביז מען גייט אין מקוה. דערמיט האט ער געשטעלט א בילד, כאילו לב-טהור האלט צוריק ליבליכע באציאונגען בין-איש-לאשתו, און זיי קאנטראלירן ווען מען מעג יא האבן באציאונגען און ווען נישט.

לויט ווי אזוי איך האב געהערט, האבן די דזשורי מיטגלידער ממש געפלאקערט פאר כעס. אזא רשעות און פיינונגונג? - מען טיילט דיר איין וואס צו טון און ווען צו וואוינען, און מען זאגט דיר אן אויף געוויסע תקופות אז מען טאר בכלל נישט וואוינען מיט די ספאוס? - וואו אין דער וועלט איז געהערט געווארן אזא רשעות?! - דאס אלעס ווערט געטון דורך די דריי אנגעקלאגטע וואס זיצן דא אצינד? - געפערליך!

מען איז דאן אריבערגעגאנגען צו עניני שידוכים: מען האט אויסגעפרעגט דעם עד איבער חתונה מאכן יונגע מיידלעך צו עלטערע מענער. מען האט אים קודם אויסגעפרעגט ווי אלט ער איז געווען ביי די חתונה און ווי אלט זיין ווייב איז געווען. דאן איז מען אריבערגעגאנגען צו אנדערע פאר-פעלקער, זיי אויספרעגנדיג דערוועגן. ער האט געברענגט עטליכע פעלער פון גאר יונגע מיידלעך וואס האבן חתונה געהאט מיט עלטערע בחורים און יונגעלייט. עס איז ממש געווען האר-אויפשטעלנד צו הערן וואס עס קומט דא אלס פאר, יונגע שוואנגערדיגע מיידלעך, חתונה געהאטע צו אלטע לייט... א פחד! - ער האט אויך דערציילט איבער די חתונה פון ר' יעקב נחום וויינגארטן, וואס איז געמאכט געווארן בסוד אין דער וואלד, וויבאלד זי איז געווען אונטער די עידזש, און ווי אזוי די מוזיק איז געווען שטילער, אז מען זאל נישט ארויסהערן אינדרויסן.

צווישן אנדערע האבן זיי אים אויסגעפרעגט צי ער האט שוין אמאל געזען יונגע מיידלעך שוואנגערדיג, אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא. מען האט אים געפרעגט וואס עס איז אנדערש געווארן זינט די נייע רבי איז געווארן רבי, האט ער געענטפערט, אז די פרויען האבן קינדער נישט אין שפיטאל, וויבאלד די קינדער זענען נאך יונג ביים האבן קינדער. די רעגירונג האט ארויפגעברענגט א בילד פון א פארלאזטע געצעלט אינמיטן די וואלד, אז דארט האט מען קינדער, אליין, אן קיין שום געהעריגע געצייג, אין אזעלכע פלעצער נעמט מען אריין שוואנגערדיגע קליינע מיידלעך, וועלכע גייען דארט אריבער געבורטן... רחמנות!

דאן האט מען אים אויסגעפרעגט, וואס מען זאגט אין לב-טהור איבער דעם ענין פון אוועקגיין פון די קהילה. ער האט פארגעשטעלט אז אין לב-טהור זאגט מען פון קליינווייז אן, אז דא איז דער מקור האמת און מען טאר פון דא נישט אוועקגיין. אלע וואס זענען נישט אין לב-טהור, זענען נישט קיין ערליכע אידן. אויב איינער גייט אוועק פון דא, דאן איז דאס ערגער ווי דאס טויט. עס איז ענדערש צו שטארבן און נישט לעבן, ווי אוועקצוגיין פון דעם פלאץ, און אויב עס קומט אויס פאר איינעם אז ער געפינט זיך אינדרויסן, איז ענדערש אז ער זאל שטארבן חלילה. איינער וואס גייט אוועק פון לב-טהור, וועט אנקומען אין גהנום, וואו ער וועט ליידן חלילה עונשים דערפאר. ער האט ארויסגעברענגט אז איינער וואס גייט ארויס פון לב-טהור, האקט אפ מיט אלע זיינע חברים און ידידים, און אפילו מיט אייגענע משפחה. דער גאנצער עולם איז מתפלל אויף יענעם אז ער זאל שטארבן און ער ווערט א דמות פון א שטן און פון א פארשווארצטער מענטש, וואס ווערט פארצייכנט למשל ולשנינה פאר די גאנצע קהילה.

ביי דער פונקט איז מען אריבערגעגאנגען צו זיין פריוואטער געשיכטע, ווי אזוי ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה. ער האט דערציילט אז טראצדעם וואס אין לב-טהור טאר מען נישט פארמאגן ביי זיך מער פון פינף-און-צוואנציג דאלער, האט ער באוויזן צוזאמענצוקלייבן געלט, וואס ער האט געהאלטן פארקלעבט אין א קאנווערד און אריינגעלייגט אין די וואנט, אזוי האט ער דאס באהאלטן. די פלענער פון אוועקגיין פון דעם ארט, האט ער אויסגעשמועסט מיט זיין ווייב, וועלכע האט אים פון אנהויב געהאלפן, אבער שפעטער האט זי באקומען קאלטע פיס צוליב איר חינוך אין די יונגע יארן אז מען טאר נישט אוועקגיין פון דארט.

מיט בלויז טויזנט דאלער אין די האנט, האט ער באוויזן אוועקצוגיין פון דעם ארט, הערשט מיט עטליכע טעג שפעטער האט ער באוויזן זיך ארויפצוזעצן אויף א פליגער און אנקומען צו די פאראייניגטע שטאטן. ער האט דאן גארנישט געהאט און ער האט זיך אריינגעזעצט אין א בית-המדרש. ער איז געווען נע-ונד און אנגעוויזן אויף די טובות פון גוטע אידן, ביז עטליכע חברים האבן אים געהאלפן זיך מסדר זיין און ער האט ארויסגענומען א דירה.

ער האט דערציילט, אז עטליכע חדשים נאך זיין ארויסקומען פון דארט, האט זיך מיט אים פארבינדן ר' יעקב נחום (דוכט זיך) און אפגעשמועסט מיט אים זיך צו טרעפן מיט אים אין אפיס פון ר' אהרן ראזנער אין וויליאמסבורג. ער האט געגעבן א באריכט ווער עס איז אלס געווען ביי די אסיפה (ער האט שוין בדרך-אגב דערציילט אז ר' אהרן ראזנער קאכט אלעס אליין צוליב כשרות, און דאס טוט ער אין זיין אפיס אין וויליאמסבורג). ווען אינצווישן האט ר' שמואל מאיר געזאגט פאר אים מיט זיין ברודער, אז ער וויל רעדן מיט זיי פריוואט. דארט האט מען אויסגעפלאנט די אקציע, בשעת דער עד האט געדארפט איבערגעבן א סעלפאן פאר די מיידל. ער האט ערווענט אז ר' שמואל מאיר האט אים קלאר אנגעזאגט אז אלעס דארף געטון ווערן בסוד-סודות, וויבאלד די זאכן זענען אומלעגאל.

ער האט דערציילט ווי אזוי ער האט באקומען א טעלפאן קאל פון זיין ווייב, אין די טעג פאר די אקציע, נאך וואס ער האט שוין נישט געהערט פון איר עטליכע חדשים. זי האט אים צווישן אנדערע מחזק געווען אויף זיין אקציע און געגעבן אנצוהערן אז טאמער ער וועט מיטשטיין מיט די קהילה, וועט ער קענען רעדן מער אפט צו איר. די פראסעקיוטער האט אים אויסגעפרעגט צי יעדער קען האבן דארט א פאון און מען קען רופן וועמען מען וויל, האט ער ארויסגעברענגט צווישן די ווערטער, אז די פאון-קאל איז געקומען פון די שטוב פון ר' מאיר יששכר שליט"א, מיינענדיג ארויסצוברענגען, אז דער פאון-קאל איז געקומען דירעקט פון די קהילה, וועלכע האבן גענוצט זיין ווייב אים צו מאנאפילירן רגשיות'דיג, דורכדעם וואס זי וועט רעדן צו אים, און זי וועט אים געבן אנצוהערן אז עס איז נאך פארהאן שאנסן זיך צוריק צו פאראייניגן מיט אים אין פאל אז ער פאלגט אויס די קהילה.

ער האט געשילדערט יענע נאכט פון שבת חנוכה, ווי אזוי מען האט פארברענגט דארט און ווי אזוי ער איז איבערגעשלאפן מיט דער יונגערער ברודער פון דער מיידל (אויך אים האט מען מיטגענומען אויף די אקציע, און אויך דערויף איז די קלאגע). אינמיטן די נאכט האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איינע פון די חברים, וועלכער האט אים געזאגט אז יעצט איז די צייט, מען דארף אויפוועקן דעם ברודער און אים צוגרייטן צו די אקציע. דער עד האט אים טאקע אויפגעוועקט, ער האט זיך גרייט געמאכט. אבער עס האט גענומען צי לאנג ביז ער האט זיך אנגעטון, און דער רבי האט באפוילן אז טאמער עס וועט נעמען צי לאנג, זאל מען אים איבערלאזן דא און ארויסגיין בלויז מיט די מיידל. (מיט די מיידל האט דער עד נישט געהאט קיין קשר אין יענע נאכט, אנדערע זענען געווען בקשר מיט איר).

אויף די שאלה פון די פראסעקיוטער, פארוואס איז דער מיידל געווען מער וויכטיג פון דער יונגל, האט ער געענטפערט, ווייל דער מיידל איז געווען חתונה געהאט אין די קהילה, און עס איז זיי געווען וויכטיג איר צוריקצוברענגען צו איר מאן. (די סיבה פארוואס דאס האט געמוזט ארויסגעברענגט ווערן, איז פארשטענדליך).

מען איז איבערגעגאנגען די פונקטליכע פרטים פון די אנטלויף אקציע און וואס עס האט דארט פאסירט. ער, דער עד, האט צובראכן זיין סעלפאן און אוועקגעווארפן, אויפן באפעל פון ר' יעקב נחום. דערנאך איז ער צוריקגעגאנגען שלאפן. אינדערפרי, ווען ער האט געזען די בהלה וואס עס טוט זיך אפ, נאך וואס די צוויי קינדער זענען נעלם געווארן, האט ער זיך געמאכט ווי ער ווערט פונקט אזוי געכאפט אין שאק ווי יעדן איינעם, און אויך ער האט זיך אנגעשלאסן מיטן אויפזוכן די קינדער, קודם אין די זייטיגע הייזער וכו', ביז מען איז געגאנגען און דאס איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן.

וויבאלד ער איז דער וואס איז געשלאפן מיט דער בחור, איז ער געווען דער ערשטער צו וועמען מען איז געקומען און געפרעגט וואס עס האט דא פאסירט. אבער ער האט יעדן געענטפערט אז ער ווייסט פון גארנישט, ער איז דורכגעשלאפן די גאנצע זאך און ער האט גארנישט באמערקט דורכאויס די גאנצע נאכט. ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געזען אז זיין בעט איז ליידיג.

שפעטער האט מען אים אריבערגערופן צו די פאליציי, אים אויסצופרעגן פונקטליכער וואס עס האט פאסירט, און ער האט ווידער אנגעגעבן זיין ווערסיע אין די געשיכטע. מיט עטליכע טעג שפעטער האט ער באקומען א פלוצלינגדיגע באזוך אין די בעקעריי וואו ער האט געארבעט, וואו די פאליציי האט אים ווידער אויסגעפרעגט א לענגערע צייט.

נאך יענע אינוועסטעגאציע, האט ער באשלאסן צו טוישן זייטן. לויט זיינע ווערטער האט ער רעאליזירט וואס ער האט דא געטון, אז ער האט איבערגעגעבן צוויי קינדער, צוריק צו די הענט פון אזא שרעקעדיגע פלאץ, און איבערצוגעבן א פערצן יעריגע מיידל אז זי זאל קענען גיין צו איר עלטערע מאן. ער האט באקומען חרטה געפילן און באשלאסן צו ארבעטן מיט די רעגירונג.

פון דעמאלס און ווייטער, איז ער גענוצט געווארן דורך די רעגירוג, צו העלפן טרעפן די צוויי פארלוירענע קינדער. דער עד איז איבערגעגאנגען טריט נאך טריט, ווי אזוי ער איז געווען א דאפטע אגענט, רעדנדיג כסדר מיט די אנגעקלאגטע און די אנדערע וואס זענען געווען א חלק אין די אקציע, בשעת די רעגירונג הערט כסדר אונטער די געשפרעכן. עטליכע רעקארדירונגען זענען אויפגעשפילט געווארן, וואו מען הערט ווי אזוי דער עדות רעדט מיט די אנגעקלאגטע. צווישן אנדערע הערט מען ווי אזוי ר' יעקב נחום רופט אים מיט א בהלה, אז ער זאל שוין כאפן א טיקעט און אנטלויפן פון לאנד, ער זאל נישט קוקן אויף גארנישט נאר ער זאל זיך שוין געפינען אויפן וועג... דער עדות פרעגט, "ווער רעדט דא" (כדאי דער גאווערמענט זאל האבן ערשט-האנטיגע עדות אויף די אנגעקלאגטע), און די תשובה קומט "אבא יעקב נחום".

אויף די שאלה פון די פראסעקיוטער, ווי אזוי די מיידל האט געלעבט מיט איר מאן אין מעקסיקא (דארט האט מען אריבערגעפירט די צוויי קינדער), האט ער געענטפערט, "אין איין שלאף-שטוב, אזוי ווי א מאן מיט א פרוי". אויף די פראגע פון וואו ער ווייסט דאס, האט ער געזאגט אז ר' יואל וויינגארטן האט דאס אים דערציילט.

אין קורצן, מיט זיין הילף האט מען באוויזן צו געפינען די קינדער און ברענגען הילף צו וויסן ווער עס זענען פארמישט אין די געשיכטע.

ביז דא בערך, איז די עדות וואס דער עד האט אנגעגעבן. דאס האט גענומען אן ערך פון כמעט א גאנצן טאג. יעצט איז געקומען די רייע אויף קראס-עקזעם, בשעת די צד פון לב-טהור דארף אויספרעגן דעם עד און טרעפן לעכער אין זיין עדות.

עטליכע אינטערעסאנטע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט בשעת די עדות:

ערגעץ אינמיטן, איך געדענק נישט צו די עדות איז געווען אנוועזנד אין זאל, אדער אפשר איז דאס געווען אין אנהויב פון א סעסיע, נאכמיטאג, נאך איידער דער עדות האט ערשיינט. האט ר' יואל א פרעג געטון דער שופט מיט א סארקאסטישקייט, צי ער ערלויבט דער פראסעקיוטער אויך צו פרעגן אזעלכע שאלות, למשל צי ס'איז אמת אז מען לייגט אריין בלוט אין די מצות וכדומה. דער דזשאדזש האט אים געגעבן א גאנצע דרשה, אז ער האט נישט די רעכטן צו פרעגן אזעלכע קושיות, ער קען מאכן אבדזשעקשנס אינמיטן און ער קען אויך אויספרעגן דעם עדות שפעטער, ביי קראס-עקזעם. האט ר' יואל זיך אנגערופן, "אבער די אלע געשיכטעס וואס ער דערציילט, ווי מען פייניגט אין לב-טהור, דאס איז דאך אלעס געמיינע בלבולים..." דער שופט האט אים שטארק אנגעשריגן דערפאר.

נאך אן אינטערעסאנטע קרישקעלע וואס איז געווען בשעת זיין עדות, אז אינמיטן זענען אריינגעקומען דריי אידן, וועלכע האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע אין די גאנצע געשיכטע. פאר די אנגעקלאגטע איז שטארק נישט געפאלן זייער אנוועזנהייט און זיי האבן נישט געוואלט אז זיי זאלן זיך געפינען אין זאל, האבן זיי זיך אנגערופן צום שופט, אז עס זענען פארהאן אין זאל "פאטענציאלע וויטניסעס". דער שופט האט געהייסן ארויסשיקן די דזשורי. עס האט זיך געטון א שטיקל משא ומתן, און למעשה האט דער שופט געהייסן אז זיי זאלן פארלאזן די זאל. ביים ארויסגיין, האט דער לויער זיי נאכגעיאגט מיט א סופינע אין די האנט. ער האט אויך געוואלט געבן פאר די אנדערע מענטשן, אבער ער האט דאס נישט געקענט ערלעדיגן אויפן פלאץ.

די מעשה איז א שטיקל נצחון פאר לב-טהור, וויבאלד לויט מיין אינפארמאציע האט מען אים געוואלט סופינען, אבער מען האט נישט געוואוסט ווי אזוי מען קען דאס אים שיקן, און דא איז ער דאס געקומען אפנעמען בידיים. עס איז אויך געווען א נצחון, נאך וואס עס איז געלונגען פאר לב-טהור זיי ארויסצושיקן פון זאל.

איידער עס איז פארגעקומען קראס-עקזעם, איז געווען א קורצע הפסקה, און דערנאך, נאך איידער די דזשורי איז אריינגעקומען, האט מען דיסקוסירט געוויסע ענינים. צווישן אנדערע, האבן די אנגעקלאגטע געפרעגט פונעם שופט, פארוואס עס פעלט אויס איבערצוגיין אלע ענינים וואס עס טוט זיך אין די קהילה זעלבסט. די נושא איז דאך גאר עפעס אנדערש, עס איז א פריוואטער ענין ארום א קידנעפינג, ווי קומט דא אריין די גאנצע קהילה אויפן באשולדיגונגס באנק?

די גאווערמענט האט דערויף געענטפערט, אז וויבאלד די דעפענס האבן געמאכט אן אפענינג סטעטמענט, אז דא איז געווען א הצלה און נישט קיין קידנעפינג, איז וויכטיג ארויסצוברענגען, צו וואו זיי האבן געוואלט מכלומר'שט "ראטעווען" די קינדער און צו וועלכע פלאץ זיי האבן געוואלט צוריקברענגען די קינדער. די גאווערמענט האט געזאגט, אז דאס האט מען קלאר געשמועסט נאך פון פריער, אז טאמער זיי גייען אויפברענגען דעם ענין פון "רעסקיו", אז דא איז געווען א הצלה, דאן וועלן זיי זיין געצווינגען צו רעדן איבער די גאנצע קהילה און וואס עס קומט דארט פאר. די אנגעקלאגטע האבן אבער גע'טענה'ט, אז 1. דער גאווערמענט גייט צי ווייט און מען ברענגט בלבולים וואס איז משוגע צו ווערן, וויפיל לגיונות און שקרים עס ווערט אלס געזאגט, און 2. זיי זענען געווען געצווינגען ארויפצוברענגען דעם ענין פון "רעסקיו", נאך וואס דער פראסעקיוטער האט דאס ארויפגעברענגט ביי זיין אפענינג סטעטמענט און דערמיט האט ער "געעפנט די טיר" צו רעדן איבער דער נושא.

דער שופט האט גע'פסק'נט אז מען מעג ארויפברענגען דעם ענין, און די אנגעקלאגטע האבן נישט קיין ריכטיגע טענה אין דער נושא.

...
עד כאן פאר יעצט.

איך האף בקרוב אראפצוברענגען א באריכט איבער די קראס-עקזעם, וואס איז געווען זייער אינטערעסאנט און אינפאמאטיוו.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך שמעקעדיג »

Wow
דראמאטיש.

איך בין דאנקבאר אז דו ברענגסט אראפ די גאנצע מעשה ככתבו וכלשונו, סיי די דברי סניגור און סיי די קטיגור, כאטש כ'גלייב אז עס קומט דיר נישט אן גרינג...
וירח ה' את ריח הניחוח
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שרעקליך!!

זעהט איר דען נישט אז דער שופט איז גענויגט קעגן אייך?

וואס איז דער פלאן זיך ארויסצודרייען? נאכדערצו אן קיין לויער!
פארשפארט