די נייע נעטפליקס דראמא/טרילער: Welcome to Eden | ספוילערס!

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

די נייע נעטפליקס דראמא/טרילער: Welcome to Eden | ספוילערס!

שליחה דורך סאנטיאגא »

צום אלעם ערשט, ווער ס'ליינט דא זאל שוין וויסן: דא גייט מען פארדארבן גאנצעטע פרטים פון די געשיכטע. אויב באדערט אייך געוואר צו ווערן עטליכע פאקטן און סצענעס פארן אליינס קוקן, ביטע ליינט נישט דעם אשכול. צווייטנס, ווער עס קען אביסל מיין שיטה ווייסט, אז איך האלט אז א סעריע דארף מען האבן געזעהן כאטשיג א גאנצע סעזאן פארן געבן אן אויפריכטיגע רעצענזיע. אין דעם פאל, איז נאר דא 8 עפיזאדן אויף דערווייל.

קודם לאמיר אנאליזירן די סינאפסיס.

די מעשה שפילט זיך אפ אין א פארבארגענע אינזל ערגעצוואו אין שפאניע. א מיסטעריעזע פירמע און פארוואלטונג פונעם אינזל, פארשפרייט אן אנאנס דורך די כוואליעס פון סאציאלע מידיא - בעיקר געצילט צו יוגענטליכע דראפאוטס פון פראבלאמאטישע שטובער - צו קומען פארברענגען אן אוונט אויפן אנדיסקלאוסד אינזל וואס זיי רופן "די אינזל פון (גן) עדן". אינעם הזמנה האט מען זיי געמאלדן אז דא האנדלט זיך פון א ביזנעס צוועק, און מ'האט זיי פערזענליך אויסדערוועלט צו העלפן פראמאוטן עפעס א נייע ענערגיע טרינק פראדוקט ערצייגט דורך די פירמע, וואס זיי וועלן סערווירן אומזינסט, און אין אויסטויש, שטעלט מען זיי צו א געטעוועי אויף א קרוז און לוקסעריעזע טראנספארטאציע אנצוקומען אהין - און איינמאל אויף דעם פראכטפולן אינזל פון אידען - צו טרינקען, צו פארטי'ען, און צו נעכטיגן צו די זעט. וואס די געלאדענטע ווייסן אבער נישט איז; די ביזנעס איז קיין ביזנעס, נאר א שרעקעדיגע טויטליכע קולט; מ'האט זיי נישט ממש אבי געלאדנט, נאר זיי האלטן א נאנטע אויג און לאקערן אויף געוויסע באטייליגטע וואס זיי האבן ערנסט שטודירט פון פאראויס, און אנאליזירט און עוועליועטעיד געוואנדן אין די טיפ פון די מענטש אויב די יעניגע זענען גענוג געאייגנט צו ווערן אריינגעכאפט אין זאק אריין.

איינמאל מ'קומט אן אהין גייט יעדער דורך א שטרענגן טשעקפוינט, די דאזיגע געסט ערהאלטן ריסטבענדס ביים אפשטייגן פון שיף וואס האט אין זיך א טרעקינג דיווייס, פון וואס זיי ווערן פונקטליך געמאניטערט אויף טריט און שריט פון ערגעץ אינעווייניג דורך א שטאב וואס איז געשטעלט נאר אויף דעם; נאר ריסטבענדס ווערן סערווירט דעם טרינק, די איבריגע ליפערט מען צוריק אהיים; ווער עס פארבלייבט, בלייבט שוין דארט אויף אייביג. ווען מ'פרעגט ווען די שיף קומט שוין אן, זאגן זיי יא יא מארגן איבערמארגן ס'איז נאכנישט גרייט; קיין סעלפאונס איז נישט ערלויבט אויפן גאנצן שטח, און דער נייער טרינק וואס מ'האט זיי קלאמפערשט געלאזט די ערשטע פארזוכן, איז אנגעפילט מיט שטארקע סייקעדעליקס וואס מאכט דעם קאפ שווימען אז מ'זאל קורץ דערנאך איינשלאפן און פארגעסן וואס פונקטליך איז פארגעגאנגען. וואס קוקט אויס ווי אן אומשולדיגע אינזל צו פארוויילן, איז אויסגעשטאט מיט סעקיוריטי קאמערעס און דראונס וואס פאלגן נאך עמיצער וואס קוקט נאר אויס ווי זיי זוכן צו מאכן א ויברח אדער דרייט זיך ווי מ'דארף נישט, בקיצור, אזוי ווי אין ישיבה.

די מייסטער קעפ פון דעם פלאן זענען 2 מיטליעריגע כאריזמאטישע נארסיסיסטן, א מאן און א ווייב - עריק און עסטריד - אונטער זיך א שטאב פון רעקרוטס (געוועזענע געלאדנטע) וואס נעמען ארדערס פון די צוויי טיירענט באנדיטן. אבער פארשטייט זיך מערדער דרייען זיך נישט ארום מיט בלוטיגע הענט, טוען זיי זיך פארשלייערן אונטערן מאנטל פון א "פאמיליע" און געבן דעם אנשטעל ווי גלייך יעדער דא זארגט זיך איינער פארן צווייטן, איז אפן איינער מיטן צווייטן, און אלעס טוט מען אינאיינעם ווי אין א געווענליכע משפחה, און זיי זענען כאילו די טאטע און מאמע פיגורן. אויף דערווייל ביז דער אנגעבליכער וועג צוריק דארף ווערן גרייט, האט מען געשטעלט די נייע געסט אין פיצעלע הייזקעלעך זיי רופן עס modules איין שטיק, בערך אזוי ווי די באנגעלאס וואס ווערן געליפערט מיט א טרעקל, נאר א שענערע ארכיטעקט, אויך גאנץ אינטערסאנט צו באטראכטן.

אלעס אפערירט אויף א שטרענגע סאציאלע הייעראכיע, קיין בלעטל אויף דעם פלאץ שאקלט זיך נישט אן די ערלויבעניש און ידיעה פון די העכסטע שטייסל (בעיקר עסטריד). די עליטע זענען דעפינירט מיט דריי שטערן'ס איינגעקריצט אויף די האנט, די שטאב האבן צוויי שטערנס און די נייע רעקרוטס, איינס.

זשאנער:
די שאו איז א דראמאטישע סייענס פיקציע/טרילער וואס האט מיר געהאלטן גאנץ געשפאנט, און ס'האט מיר געצויגן צו וויסן וואס גייט פאסירן ווייטער. אינטערסאנט די ערשטע 2 עפיזאדן האט מיר גראדע נישט גלייך געכאפט, כ'האב אפילו שוין געטראכט אינמיטן אז נע כ'קען נישט זעהן דאס זאל בכלל ווערן עפעס וואס זאל מיר זיין אינטערסאנט, למעשה, ווי אסאך שאו'ס לויפן, לוינט זיך נישט אוועקצולויפן פאר שלחן עורך, און זאכן הייבן אן זיך אויסצושטעלן קלארער. אויך אויב זענט איר נישט קיין חסיד פון TV-MA איז דאס מעגליך נישט די שאו פאר אייך, עס אנטהאלט קנאפע גראפישע סצענעס וואס מ'ברויך אביסעלע דיקערע הויט צו פארדייען, ווי אויך עטליכע זעלבע-מין געשלעכט סצענעס.

כאראקטערס:
ס'איז פארהאן עטליכע הויפט כאראקטערס ארום וועם די געשיכטע דרייט זיך, אין שפיץ פון א ניינצן יעריג מיידל זאוע, זי איז אביסל רעבעליוס, אירע עלטערן זענען צוטיילט, די מאמע איז אלקעהאליק און זי האט א יונגערע שוועסטער אינדערהיים. די סיטואציע אין שטוב האט איר גענוג צושאקלט, אז אזא אינווייט איז פאר איר די פערפעקט עסקעיפ. ס'איז מיר סתם אינטערסאנט געווען צו באטראכטן וויאזוי איטליכער כאראקטער רעאגירט צו די מאדנע אומשטענדן, טייל כאפן שנעלער אז דאס איז א פארפוילט פלאץ מיט גאר אנדערע מאטיוון, און טייל לאזן זיך פארפירן. עטליכע גייען אהין און צוריק, איינער איז סתם דיפרעסט ווייל זי איז שוין נעבעך א שטיקל תושב וואס האט שוין גענוג געזעהן. ס'איז גוטע food for thought וויאזוי וואלסטו רעאגירט זיך טרעפנ'דיג אין אזא מצב איינער אליין אן קיין צוטריט צו די אפענע וועלט? האסט אויך אסאך עלעמענטן פון אינערליכע געפילן פון סורווייוועל און בענקשאפט. איך בין עפעס משוגע פאר די סטעיט אף מיינד וואספארא סטרעס און פיין ס'קומט ארויס פונעם מוח פון גרויס איזיאלאציע, און ווי נאטירליך מיר דארפן אנדערע מענטשן. יעדע צופרי איז דא מענדאטארי גרופ טעראפי, מ'מוז קומען אנגעטוהן אין די אינזל יוניפארם, ווי יעדער איינער דארף מעדיטעיטן און שעירן עפעס אינטימיש מיט די גרופע (א באקאנטע מעטאד פון קולטס צו עקספלויטן יענעמס וואלנעריביליטיס) ווי מ'זיצט אין א גרויסע רינג און די מאמע עסטריד זיצט אין צענטער און אפערט כראנישע פאלש געמאכטע עמפאטיע און א שמייכל וואס שטינקט פון מאניפולאציע, אין אויסטויש פון צוטרוי. ס'האט מיר דערמאנט פון די קעמפ און ישיבה יארן עט טיימס. נישט נאר וואס דו נעמסט מיר אוועק מיין ספעיס, נעמסט מיר אוועק מיין פרידאם, טיילסט מיר איין געוויסע קאנפארמיטיס, לאזט מיר נישט גיין, לאזט מיר נישט קומען, דארף איך נאך זיצן און הערן ווי גוט ס'איז צו זיין דא, און דאס איז נישט די וועג נאר יענס איז די וועג? און אז אינדרויסן האט מיך אלעס פיינט? ווייל דו הער קאנטראל פריעק זאגסט אליינס אזוי? טוה מיר א גענאדע, קאט די קרעפ רייט נאו...

א רפואה קודם למכה האבן זיי צוגעגרייט א רשעות'דיגן טאקטיק, וואס זיי רופן א לינק. א לינק איז ווי דער העכערע פאזיציע אין א מולטי לעוול מארקעטינג פאנזי סקיעם אריינצושלעפן די נעקסטע מענטש, נאר אין פארעם פון א בויפרענד/גירלפרענד דיסטרעקשן, א מאן באקומט א פרוי און א פרוי א מאן. זיי טוען בעסיקלי צוענדיגן די דזשאב וואס די קולט אליינס טרייט צו טוהן, אוועקצורויבן פונעם מענטש דאס לעצטע געבליבענע דאזע סקעפטיסיזם. פון איין זייט שפילן זיי די אינטימישע קאמפעניאן וואס דיסטרעקט דעם וויקטים מיט א פאלשע ליבע, קראש וכו', און פון די צווייטע זייט די נעץ אריינצופאנגן און ברעינוואשן די פרישע קרבנות זיי זאלן זיך מכניע זיין און איינמאל פאר אלעמאל אראפשלינגען די קאאל-עיד וואס מ'פיטערט זיי. ווייל אין דעם קאנטראקט האבן זיי זיך באווארנט אז מ'טאר נישט מיטברענגען קיין פריינט. אזוי זאלן די לינקס שפילן פריינט פאר וועם די וויקטימס געבן ארויס זייערע ספיקות וואס איז דאן זייער דזשאב צו דערשטיקן ביי הוק וביי קרוק, און איינמאל זייער קרבן איז לינקד ווערט דער לינקער געהויבן אין ראנג, צודרייט צו ווערן! מ'קען נאך אזויפיל צאמטייפן דא. אויב מיינסטו דאס איז אסאך געזאגט ווארט נאר ביז דו קוקט עס... איך האב עס געטראפן זייער עמאצינאל צוצקוקן ווי די וויקטים'ס זענען זיך מחזק איינע מיטן צווייטן און זוכן צוזאמען א וועג ארויס און די טשעלענדזעשס וואס קומען אונטער. געוויסע עלעמענטן אין די שאו איז ענליך צו סקוויד געים, צב"ש דעס אז זיי צילן דוקא מענטשן מיט א שווערע עבר וואס זענען דעספרעט, דארט איז עס מער די געלט, און דא איז עס מער די געפיל פון א היים, א קאמיוניטי, אד"ג, אבער אין א וועג אין דעם קעיס איז עס פיל מער בארבאריש, ווייל די באטייליגטע האבן זיך אויפגעסיינט פאר א גוד טיים ווי מ'זאגט זיך אנגעטוהן שיין צו פארן אויף א נסיעה'לע אביסל צו הוצקענען, מאכן אפאר נייע פריינט אא"וו, משא"כ אין סקוויד געים האבן רוב געוויסט אז זיי לייגן זיך אריין אין א געפאר און האבן עס וויליג געטוהן.

יעצט לאמיך צונעמען די פראו'ס און קאן'ס וואס איך האב געטראפן אין די שאו.

מעלות:
די מעשה איז זייער דיפערענט
אינטערסאנטע סצענעס; הערליכע נאטור, אגריקולטור און וואסערן וואס שטעלט אינגאנצן א אנדערע טאן ווען מ'וואטש א סצענע אין אזא סארט ריאעליטעיט. אנדערע וויזשועלס; ווי די מאדזשועלס, די הערליכע וואסערן און די וויזיעס פון די וואסערן פון די הייזער. אויך די קעניאנס ווי וואלן פליסן אריין פון צייט צו צייט.

די סינעמעטאגראפיע איז צונומען צו ווערן
לויט וויפיל מיין מבינות קען שאצן איז דאס היבש רייך צאמגעשטעלט סיי פון א ראמאנטישע שטאנדפונקט, און פון א טעכנישע שטאנדפונקט ווי די הערליכע דראון פוטעדזש פון אויבן.

חידושים אין כאראקטערס
גוטע קערעקטער דעוועלאפמענט, ס'הייסט די כאראקטער וואקסט, ס'איז נישט די זעלבע ווי פון אנהייב, ס'קומען צו נאך דיימענשנס. און ס'ציהט צו וויסן וואס קומט נעקסט. זייער א וויכטיגע כלל אין פיקציע.

א געשיכטע מיט מוסר השכל
ס'איז נישט אבי א מעשה. ניין, ס'האט א געוויסע מעסעדזש. אדער בעסער געזאגט עטליכע מעסעדזשעס. בעיקר וואס איך נעם ארויס דערווייל איז 1) וואס מיינט צו האבן דעם איין פריינט וועם מ'קען געטרויען ווען מ'איז ארומגענומען מיט פארציקענדע וועלף 2) די וועלט איז ווי א זאל ווי אלעס איז חיצונית און סופערפישעל, און מ'טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון געוויסע מאטעריאליסטישע דיסטראקציעס ווייל עס קען דיר צוגרונד לייגן דיין לעבן 3) ווי טיף שעדליך א קולט קען זיין, און ווי שווער זיי וועלן ארבעטן זיך אריינצוגראבן אין דיין מח און דיר דיסטרעקטן ווען דיינע קשיות באקומען נישט קיין ענטפערס און אז מ'כאפט זיך נישט באצייטנס קען זיין דערנאך. איך האלט מ'דארף דאס אויסלערנען פאר קליינע קינדער. נישט נאר מנובלים זענען מסוכן, נאר קאנטראל פריעקס קענען אויך שעדיגן. 4) אזוי ווי א רעפיסט, א קולט פירער קראשט וואלנורעביליטי און אנגעוויזנקייט, א גוטע לעקציע פאר יעדעם זיך צו גיין העלפן, נישט צו בלייבן א שוואכלינג פאר אזא משחית דיר אנצוטרעפן, געבן אזא כאפ ביים קארג און אוועקפליען.

מענטל העלט אישוס
כ'בין שוין א שטיק צייט א מעריץ פון געשיכטעס וואס טאטשן אויף היינטיגע פראבלעמען א שטייגער ווי נפש. אלס א דרויסנדיגער אן קיין ערנסטע פארבינדונגען צו מענטשן וואס ליידן פון דעם, איז די שאו א שיעור עיון אין נארסיסיזם. יעדע אנטעגענעיסט יעדע ווילן, איז א צווייטע סארט נארסיסט, די אווערט נארסיסט, די סעלף סענטערד נארסיסט, די מאניפוליעטער, און די טשארמינג אויסנוצער. כ'פיל ווי כ'האב מיר דא געלערנט מער איבער די מחלה ווי פון קוקן פופציג יוטוב קליפס. וואס איז קיל וועגן אזא סארט איידיע איז, נארסיסיסטס, ווי באקאנט, זענען דאך קאלטע אומגעפילישע סארט, ווען זיי זענען וואויל און צוגעלאזן שפילן זיי פשוט א ראלע, און דא האסטו שפילערס שפילן ווי שפילערס (אדער ריעל לייף נארסיסיסטן) דאס איז גג על גג, ממש גאונות! אויב א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער און א ווידיאו רעדט הונדערט טויזנט, טראכט אריין וויפיל אן אכזר אין א פילם פארציילט מיט איין שורה...

חסרונות:

narrative arc
ס'נעמט אביסל לאנג צו כאפן וואס טוט זיך דא. ווי דערמאנט, ס'פארט אביסל געלאסן, קענסט שמעקן עפעס טויג נישט אבער ס'דויערט א טראפעלע צייט און כ'קען זעהן ס'זאל נמאס ווערן אינצווישן. פילע טוען זיך שטארק באקלאגן אויף דעפ, אבער אזוי זענען טיווי שאוס. איי געס איך בין שוין אימיונט צו דעם.

אביסל צו א גרויסע קעסט
מ'קען צומישט ווערן ווער איז וואס, ספעציעל ווען יעדער גייט דארט אנגעטוהן בערך די זעלבע, אויך צוליב די מיסטעריע שבו איז נאך מער קאנפיוזינג צו דער איז אויף מיין זייט, אדער כ'דארף אים פיינט האבן. מ'ברויך אביסל האלטן קאפ. (דאס קען פונקט אזוי זיין א מעלה).

פלאט האולס
עטליכע זאכן וואס האט מיט מיר נישט גוט געקלעבט, למשל: אויב האט מען פון יעדעם קאנפיסקירט די פאונס, ווען מ'איז אנגעקומען וויאזוי האט געבי צוטריט צו איר שוועסטער'ס (זאוע) סעלפאון אינדערהיים? זי האט אזוי א איבריגע אקעי.. פון וואו קען די קליינע שוועסטער די פעסווארד? אויך די דעוויד וואס האט זיך באקענט מיט זאוע אויפן אינזל פון וואו האט ער מעמארייזט איר נאמען/נומבער אז ער האט איר געקענט קאנטאקטן איינמאל ער איז צוריק אהיימגעליפערט געווארן פון אידען? וואס נאר אדאנק זיין אינפארמאציע האט זיך געבי דערוויסט וואו אויף די וועלט איר שוועסטער איז. דאס זענען קליינע גרייזעלעך וואס דירעקטארס ווייסן אבער זיי דארפן פשוט פירן די מעשה צו די נעקסטע סטעפ.

די שאו איז נישט קיין אמעריקאנע
און פאר פילע צוקוקער קריכט איבערגעזעצטע וואויס-אווער אויף די נערוון, ווייל זיי שפירן אז ס'פארמאגט נישט דעם זעלבן נאטירליכן עקט. פאר מיר איז דאס פונקט אזוי א מעלה אין די זעלבע צייט ווייל כ'קען מיך באקענען מיט אנדערע סארטן אקטיארן און אקטיאריסטקעס, אביסל א פרעמדע קוועטש, פון א צווייטע קולטור. און כ'מיין אז נעטפליקס האט בעסערע וואויס עקטערס ווי וואס יהודה גרובייס האי אהערגעשטעלט...

כ'האב גראדע געליינט איין רעצענזיע אויף IMDB ווי עס שיינט פון א שפאניארד, וואס קלערט אז פילע וואס רייסן אראפ דעם שאו זענען אמעריקאנע און יענער טענה'ט אז זיי זענען אביסל בייעסד ווייל ער באמערקט אז זיי גלייכן נישט אסאך גוטע זאכן פון אויסלאנד, בעת וואס זיי ווערן צודרייט פאר נארישע קינדישע סופערהערא מאוויס פון דאהי.

די עונה ענדיגט אויף א cliffhanger און ביי די טיים דו קומסט אן צום סוף קענסטו מעגליך פילן נישט גענוג זאט אין קאנטראסט צו ווי לאנג די רייד האט געדויערט ביז אהין. און יעצט דארפסטו ווארטן א האלב יאר צו וויפיל ביז די יסודות'דיגע פראגעס וועלן פארענטפערט ווערן, (אדער דעמאלט אויך נישט.)

וואס נאך?
די אינטימישע סצענעס אפשר? כ'ווייס.

דאס איז מיין טעיק. כ'בין פונקט אזוי נייגעריג וואס אנדערע האלטן.
האט איר געזעהן די שאו? וואס האלט איר? איז עס א היט אדער א דורכפאל? אינטערסאנט? ציענד? לאנגווייליג? נאריש? דזשיניעס? לויט IMDB איז עס רעיטעד קוים 5.3 האלט איר דאס איז יושר? אויב נישט וואלט איר געשאצט מער? ווייניגער? און פארשטייט זיך נאר ווייל איך לויב עס דא אויס מיינט נישט אז ס'איז אביעקטיוו גוט און איר דארפט עס אויך אזוי ענדזשויען. אבער אז דו האסט דעס געליינט און דעס ענדזשויעט דריק ערגעץ בעלאו...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

נעטפליקס האט געזאגט ענדע מאי אז זיי האבן באשטעטיגט א צווייטע סעזאן פאר די שאו, זיי האבן אבער נאכנישט געמאלדן קיין פונקטליכע דאטום. מאנכע שפעקולירן אז עס קען נאך געדויערן א יאר צו אפי' מער.
וואס איז אינטערסאנט ווייל איין באריכט האט איבערגעגעבן אז די גאנצע זאך אפצופילמען האט געדויערט אביסל מער ווי א מאנאט, איך שטעל מיר פאר די פאוסט פראדאקשען און מארקעטינג פארשלעפט עס.

די שאו איז געווען א שטארקע סוקסעס. נעטפליקס האט ארויסגעגעבן viewing data אין די ערשטע וואך האט עס געהאט איבער 25 מיליאן שעה און האט עס געמאכט אין די top 10 אין 83 לענדער.

זיי האבן יא ארויסגעלאזט צוויי קעצעלעך פון זאק, צוויי קעסט מעמבערס וואס וועלן אי"ה ערשיינען אויף די נעקסטע סעזאן. איינע איז א מיידל Nona Sobo וואס נארוואס געשטערנט אין אן אנדערע שפאנישע דראמא וואס הייסט אויף ענגליש On the wrong side of the tracks

כ'האב עס נישט געזעהן באט די טרעילער האט אנגעזאגט גוטס.

צום ווידערזעהן אויפן אינזל!
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

זעהט זיך אויס אז יעך בין דער איינציגסטער איד וואס האט געזעהן די שאו :D
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: די נייע נעטפליקס דראמא/טרילער: Welcome to Eden | ספוילער

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך האב גראדע אנגעהויבן, אבער נאך עטליכע מינוט האב איך ארויסגעטשעקט, ס'האט מיך נישט געשמעקט די גאנצע סטיל, כ'מיין אז ס'האט אביסל א פאלשקייט, ס'פעלט פון עכטקייט.

מעגליך אויב וואלט איך געוואטשט מער, אפשר וואלט איך געטוישט מיין מיינונג.

עניוועיס, שכוח פאר דיין ארטיקל, כ'מיין אז ס'איז בעסער ווי די שאוי אליינס.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

דאס איז ווי זאגן א מיינונג אויף א נאוועל נאכן ליינען א האלבע בלאט...

כ'בין נייגעריג, וועלכע זאך האט דיר אראפגעווארפן?

כ'האב גראדע געפילט ענליך די ערשטע פאר מינוט, כ'האב נישט ליב געהאט וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א flashforward איך ווייס נישט פארוואס ס'האט מיר נישט געפאלן. אבער נאכן פארזעצן ממש געציילטע מינוט בין איך געבליבן מיט די מויל אפן... פוינט ביאינג: ס'איז גאנץ מעגליך אז ביסט אנטלאפן פאר שולחן עורך.

אלנפאלס א דאנק פארן ליינען און פארן ענטפערן
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

די צווייטע סיזן איז דא... פאר דער וואס האט נאכנישט אנגעהויבן אפשר איז א גוטע צייט זיך מיטצוכאפן, צינדט נאר אן די סובטייטלען און געניסט פון ריינע ארט..
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
new news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 31, 2023 5:52 pm
געפינט זיך: אינדערהיים
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: די נייע נעטפליקס דראמא/טרילער: Welcome to Eden | ספוילערס!

שליחה דורך new news »

דרייוו עניבאדי?
חב''ד הויזן האט געשריבן:
דאס אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
פארשפארט