זר זהב האט געשריבן:6 דאללער לוינט נישט צו צאלן אפילו פאר'ן שטערן, אין מיין רייכן אפיניאן.
דאס דארף א באזונדערע אשכול.
שוין מערערע מאל האט עס מיר געמאכט טראכטן -
א צייטונג האט באלד 3-4 מאל אזויפיל חומר ווי די אלע אויסגאבעס יעדע איינציגע וואך, און עס קאסט קוים צווי אדער צוויי-אהאלב דאלער.
ווי איז דאס מעגליך?
איז עס די פילע אדווערטייזמענס וואס מאכט דעם חילוק?
בפרט אז מען שמועסט דאך דא לעצטנס אז די עדס גייט אריין פאר חצי-בחנם!
האיך יתקיימו שניהם?
אבער ווי געשמועסט, דאס דארף א באזונדערע אשכול ענבים.