נישנאש האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 09, 2024 2:19 pm
ריכטיג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 12:44 am
נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:54 pm
כ'בין סתם נייגעריק, רבינו תם איז אויך געווען א רשע ח"ו ווען ער האט געשריבן מען זאל אנפירן א מאסיווע חרם קאמפיין קעגן א מאן אין אזא פאל?
כידוע דער מהרי"ט אלגזי שרייבט אז וויבאלד מענטשן קוקן אן הרחקות דר"ת כאילו דאס איז א חרם (און חרם פסל'ט דעם גט), טאר מען עס נישט מאכן. אנדערע דינגען זיך אויפן מהרי"ט, אבער דער ש"ך שרייבט ראוי להחמיר.
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דעם מהרי"ט, וואס האט הרחקות מיט חרם?? יעצט זע איך שוין...
אגב: די רעקארדירונג פון איר שווער איז פון א פאר יאר צוריק, שמעתי אז יעצט האט זי שוין געטוישט איר מהלך בנוגע וויזיטעישן.
(און שריי מיך נישט אן, איך האלט אויך אז וואלווי זאל געבן א גט ריגארדלעס, אפילו אויב ער איז גערעכט. ער קומט דאך סיי ווי נישט אן אין ערגעץ מיט איר).
ווי קענסטו זאגן א גט איז פסול מיט א חרם ווען די שו"ע פסקנט גאר מען זאל געבן שלעק???
ווייטער די ש"ך איז איין דעה, וואס איז מיטן לבוש? ער שרייבט קלאר מען זאל טון וואס אימער בי"ד האלט איז ריכטיג, און נישט נאר דאס נאר ס'איז משמע פון זיינע ווערטער אז ער רעדט אפילו ביי סתם אזוי נישט נאר מאיס עלי!
אז דו ווילסט מחמיר זיין קענסטו מחמיר זיין ביי דיר, אבער מחמיר זיין אויף יענעמס חשבון????
אנטשולדיגט, דו ביסט עפעס זייער צוהיצט, דיינע פיילן זאלסטו שיסן צו די פוסקים וואס פסל'ן א גט דורך א חרם, נישט צו מיר. (אדער צום ש"ך וואס שרייבט ראוי להחמיר, גיי שריי איהם אן ער זאל מחמיר זיין ביי זיך, האסט מסתמא געלערנט מיט איהם צוזאמען אין חדר)
די שו"ע איז נאר מתיר צו שלאגן אלו שכופין להוציא, נישט יעדער. א חרם איז פונקט ווי שלאגן אדער מער.
הרחקות דר"ת איז אן עצה פאר פעלער וואס איז נישט כופין להוציא, און איז א ודאי נישט קיין חרם.
קומט דער מהריב"ל (כ'האב בטעות געשריבן מהרי"ט) און טענה'ט אז מענטשן זענען זיך טועה און מיינען אז דאס איז יא א חרם.
ע"כ האב איך בלויז מעתיק געווען, און אפילו צוגעצייכנט אז ס'איז דא חולקים.
איך אליין האב נאר געזאגט איין זאך: נישנאש האט מיר מסביר געווען א שיטה וואס איך נישט פארשטאנען.