הצלה בארא פארק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: הצלה בארא פארק
וויליאמסבורג זיכער, בפ ווייס איך נישט
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- פוילישע פעפער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: הצלה בארא פארק
וויליאמסבורג הצלה פירט דארט אריין ווייל סאיז די נענסטע שפיטאל
בארא פארק הצלה פירט דארט אריין נאר אויב די פאציענט האט א דאקטער וואס אי לאקירט דארטען אדער טאמער די משפחה/פאציענט בעהט עס אדער טאמער א פראמדיק פארלאנגט עס לויט די סיטואציע
בארא פארק הצלה פירט דארט אריין נאר אויב די פאציענט האט א דאקטער וואס אי לאקירט דארטען אדער טאמער די משפחה/פאציענט בעהט עס אדער טאמער א פראמדיק פארלאנגט עס לויט די סיטואציע
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: הצלה בארא פארק וויליאמסבורג
מען רעדט נישט ווען עס איז לייף טרעטענינג סיטיועיטאן, עס איז דא אסאך בעסערע שפיטעלער אין די עריא .
רימעמבער קוביט
רימעמבער קוביט
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: הצלה בארא פארק
לויט ווי איך פארשטיי באקומען זיי געלט. די פירערס פון די הצלה פארדינען דערפון.yesiknow האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 3:03 pm קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?
אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.
אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.
נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.
שבת שלום ומבורך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 135
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
Re: הצלה בארא פארק
ער ווארפט זיך מיט לשונות...
גיי זעץ דיר לערנען וועסטו קענען נאכזאגן ווי א איד.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: הצלה בארא פארק
נֶזֶם זָהָב בְּאַף חֲזִיר; אִשָּׁה יָפָה וְסָרַת טָעַם.“ (משלי יא, פסוק כב)
ביסט צופרידן? און זייט ווען האט מען אין באבוב געלייגט א דגוש אז מען דארף לערנען??
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: הצלה בארא פארק
עס איז קלאר אז ענ ווי יו גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער ,אזויפיל קאנעקשאנס, אין חולי ישראל ומשפחתם זאלען נישט האבען צו וועהם צורעדען בעת צר להם.yatzmachp האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 2:27 pmלויט ווי איך פארשטיי באקומען זיי געלט. די פירערס פון די הצלה פארדינען דערפון.yesiknow האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 3:03 pm קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?
אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.
אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.
נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.
שבת שלום ומבורך
עפעס איז דא פישי ,ווי זאגט מען אז עס שמעקט פון קאפ עפעס אזא נוסח ירחם המרחם .
עס איז דא א משנה אין אבות וועגען דעם אלא לצורך עצמן , איך האב שוין מורא נישט נאכצוזאגען פונקטליך די משנה .... עיין לעיל
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: הצלה בארא פארק
הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת,
שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן;
נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן,
וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ
איר מיינט אפשר די משנה?
מורא דארף מען נאר פון השי"ת און נישט פון שלעכטע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום סיפוק אויף די וועלט נאר פון אראפקלאפן אנדערע.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: הצלה בארא פארק
איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. זיי צאלן געלט אז מען זאל פארקוקן, קיינער זאל גארנישט זעהן און ממילא קען קיינער נישט העלפן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: הצלה בארא פארק
ווי איז דאס קלאר? דו האסט פראוו אויף דעם? צו די שאקעלסט סתם ארויס פון ארבל, ווייל עס איז א ענין צו באשמוצען יענעם וואס שטייט בראש און נישט דו?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: הצלה בארא פארק
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑
ווי איז דאס קלאר? דו האסט פראוו אויף דעם? צו די שאקעלסט סתם ארויס פון ארבל, ווייל עס איז א ענין צו באשמוצען יענעם וואס שטייט בראש און נישט דו?
באשמוצען??
וואס איז דא שמוץ? בארואיג דיך... עס איז א אפענע בוך, עס איז גארנשט ראנג אז זיי געבן געלט, איך געב אויך!
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: הצלה בארא פארק
עס איז נישט קיין סוד אז די שפיטעלער שטאפן געלט אין הצלה'ס קאסעס. מ'קען עס עטוואס בארעכטיגן אויך. אבער חוץ פון די געלטער וואס א שפיטאל געט פאר הצלה וואס גייט פאר אפעראציעס. זענען דא הצלה מיטגלידער וואס זענען אויף פּעיראלל אין שפיטעלער אפיציעל צו זיין א קאמיוניטי ליעזאן און אומאפיציעל צו ברענגען ביזנעס. די שאלה איז אויב ס'איז בכלל אויסגעהאלטן באיזה אופן. ען וויי יו האט אסאך היימישע אנגעזעענע מענטשן און עסקנים אויף פּעיראלל. אויך גרויסע מאכערס וואס זענען נישט אין הצלה. אויך ליגט מיר עפעס אין קאפ אז סאטמאר וויליאמסבורג רעביצין איז אויך אמאל געווען אויף אזא פּעיראלל אין א שפיטאל. וגו'
לויט מיינע אבזערוואציעס פארשטיי איך אז די פּעיראלל'ס העלפן פארוואשן זייערע טונקעלע מעשים. אבער דאס זענען בלויז אויבערפלעכליכע אבזערוואציעס.
לויט מיינע אבזערוואציעס פארשטיי איך אז די פּעיראלל'ס העלפן פארוואשן זייערע טונקעלע מעשים. אבער דאס זענען בלויז אויבערפלעכליכע אבזערוואציעס.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: הצלה בארא פארק
יישר כח הער קורקלענד פאר אריין קומען אזוי קלאר .
פארוואס זענען אנדערע שפיטעלער יא מער אקאמעדעיטינג,, איז דארט נישט דא דעי פארקוקען ביזנעס?
אזא ריזיגע שפיטאל מיט הונטרעטע יודישע פאציענטען מסלתה ומשמנה פון וויליאמסבורג עס זאל נישט זיין א אוזן קשבת אפילו א געמאכטע כאטשיק .... איטס לייק נויבאדי הוים תסמר שערות אנוש אדער ראש .
ניטאמאל הייבט מען אויף איטס עי קריים
פארוואס זענען אנדערע שפיטעלער יא מער אקאמעדעיטינג,, איז דארט נישט דא דעי פארקוקען ביזנעס?
אזא ריזיגע שפיטאל מיט הונטרעטע יודישע פאציענטען מסלתה ומשמנה פון וויליאמסבורג עס זאל נישט זיין א אוזן קשבת אפילו א געמאכטע כאטשיק .... איטס לייק נויבאדי הוים תסמר שערות אנוש אדער ראש .
ניטאמאל הייבט מען אויף איטס עי קריים
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: הצלה בארא פארק
צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.
שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: הצלה בארא פארק
וועלכע חלק ביסטו מסופק ספרים ליב האבער?
נייתי ספר ונחזי
נייתי ספר ונחזי
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: הצלה בארא פארק
את"ל אז יא וואס איז די פראבלעים?אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 pm צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.
שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
ס'איז אייביג בעסער אז אידן (זאל זיין הצלה) האבן א ווארט אין א שפיטאל.
א סאך בעסער ווי אין געוויסע מדינות. וואו מ'נעמט דעם פאציענט און "מ'דאמפט" איהם אראפ אין א האלוועי פון עמערשזענסי רום און קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: הצלה בארא פארק
איך האב נישט געזאגט צו עס איז א פראבלעם צו נישט, איך האב גערעדט פון דעם אז מענטשן מיינען אז ווען זיי שרייבן "יעדער ווייסט", "עס איז נישט קיין סוד", א.ד.ג, ווערט דאס שוין א פאקט צו באפאלן א צווייטן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: הצלה בארא פארק
עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס א מענטש מיט קאמאן סענס קען קומען צו א מסקנא אן האבן קלארע באווייזן, און אסאך מאל וואס קאמאן סענס זאגט אז מען דארף האלטן פארקערט ווי די קלארע באווייזן. פאר דעם זענען מיר מענטשן און נישט קיין קאמפיוטערס.אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 pm צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.
שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
דער וואס גלייבט עס יא פארשטייט כאטש פארוואס די הצלה טראגט נאר צו ענ וויי יו. דו וואס דו גלייבסט עס נישט, בלייבסט דאך ביי די קשיא, בעטן מיר דיך זאלסט אונז ברענגען דעם אמתן תירוץ מיט פרוף.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
Re: הצלה בארא פארק
Visionary האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 22, 2023 4:35 pm עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
ס'גייט ארום רוממערס אז זונטיג נעמט מען אויף נייע קאארדינעטארס אין בפ.
זעט אויס אז מען קען יא אויפטון און מאכן א טויש אין די סיסטעם.