פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 341 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

מאכט זיך כמה פעמים ווי די אמוראים דרייען מיט די פשוט פשט פון די משנה און די דעת זאגט אז דאס איז אריינגעקוועטשט און נישט פשוט פשט (באמת, כדרך חז"ל במקראות ואכמ"ל)

דא עפען איך אן אשכול צו אבסערווירן די דחיקות פון חז"ל און זיך צו קאכן און די שוועריקייטן און צו פלאנירן פארוואס חז"ל פארדרייען פשט, וואס באדערט זיי וכו'

אן אריינגיין און א לאנגע מו"מ מיט הקדמה אויף די נושא, די אשכול assumes די אידן דא זענען תלמידי חכמים וואס פארשטייען אז חז"ל קוועטשען אריין אויף א regular basis פשט און משניות וואס איז זיכער נישט פשוט פשט. איין פלאץ וואס איך וועל ניצן אלץ א משל איז די ערשטע משנה און בבא מציעא וואס איך לערן יעצט על סדר הד"ף. האט מיר מיין טאטע שליט"א צוגעצייכנט וואס ס'באדערט אים אין די סוגיא;

"פרק א' משנה א' בר''ב שם, כדי שלא יהא כל אחד הולך ותוקף בטליתו של חבירו, וצ''ע דלפי הנ''ל לא תקנו שבועה רק בכה''ג שהמוכר קיבל דמים משניהם כו' וא''כ החשש ''דיהא כל אחד'' הולך ותוקף כו' היינו שחוץ ממה שתוקף הטלית צריך ג"כ שנתן מעות להמוכר, והמוכר ישכח ממי קיבל מעות מדעתו, וממי קיבל מעות בעל כרחו, וכל זה הוא לכאורה מילתא דלא שכיחא, ולמה תקנו בשביל זה שלא יטל שום אחד אלא בשבועה"

אויף דעם האב איך אים צוגעצייכענט די ווערטער פון די תפארת ישראל וואס זאגט טאקע אז חז"ל גייען נישט מיט פשוטו של משנה; "והגאון מהו' מנשה איליער זצוק"ל אמר, דכולה מתני' בבא. חדא היא, דרק במציאה איירי כלהו, וה"ק זה אומר אני מצאתיה וכו' אז כך הוא הדין, אם זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי. זה ישבע וכו', ואם זה אומר כולה שלי וזה אומר חציה שלי זה ישבע וכו'. ודפח"ח, אבל אין זה כשיטתן בש"ס, דבש"ס אמרי' דטענה דכולה שלי מיירי במו"מ"

דא גיי איך אויפברענגען סברות און שאלות די עולם איז געלאדענט צו די תורה שמועס!
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר