איך האב אויסגעמישט צוויי באזונדערע כינוסים פון די עדה אין ירושלים און אין בית שמש. פאלגענד איז עטליכע אויסצוגן פון די חוברות ''השקפת התורה אודות מאורעות הזמן'' און ''ההשקפה הטהורה לאורם של גדולי הדורות נבג"מ''. א געמיש פון שנאת ישראל, ליגענס און קאנספיראציעס:שאלתיאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:10 pm כ'האב לעצטנס געליינט א גליון פון א דריגנדע כנס וואס די עדה החרדית אדער סאטמאר האט אפגעהאלטן בערך א חודש נאך 7 אקטאבער צו מעורר זיין איבער די ניסיון פון ציונות וואס איז גרעסער געווארן צוליב די מלחמה.
איינער פון די רעדעס האט איינער געזאגט דארט אז ערליכע אידן האבן געמישטע געפילן אין ליכט פון די געשעאינשן "פון איין זייט איז דא א שמחה אז די גאווה פון די ציונים האט געפלאצט און יעדער האט געזען זייער שוואכקייט, פון דער אנדערע זייט איז דא א שווערע סכנה אז דאס זאל מעורר זיין "הסתה" (כך במקור) לטובת די ציונים מצד היימישע אידן".
א אנדערע רעדנער האט געברויזט אויף דעם וואס מ'שיקט עסן פאר די מיליטער אדער די וואס שיקן ציצית און תפילין וואס דאס אלעס בייזוויליגע פראוון מצד די ציונים אויסצונוצן די געלעגנהייט אריינצונארן חרדים אין מיליטער.
כ'וייס נישט צו זיי זענען א חלק פון כלל ישראל אבער איך האב מיט אזעלכע חברה, אידן צו גויים, גארנישט.
איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
2
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
מה ענין שמיטה אצל הר גריזים?מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:10 pm יעצט ברענג מיר דער איד'ס הויפט זייטן מיט די נ.י. פאוסט הויפט זייטן כ'וויל זיי קאמפערן.. כ'מיין סיריעסלי??
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
ממש דאס פרעג איךפונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:20 pmמה ענין שמיטה אצל הר גריזים?מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:10 pm יעצט ברענג מיר דער איד'ס הויפט זייטן מיט די נ.י. פאוסט הויפט זייטן כ'וויל זיי קאמפערן.. כ'מיין סיריעסלי??
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אקעי כ'רעד נישט פון גאנץ סאטמער, נאר פון דריי פערטל סאטמער.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:34 am סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך אן אין סאטמער׳ער רב.
סאטמער רב'ס טרערן איז סה''כ גוט פאר פראפעגאנדע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
"פוי כותל"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
וואס גייט פאר מיט ענק חברה? עטס זענטס אינגאנצן משוגע געווארן? אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן האט מען דעסיידעד אויסצושליסן א גאנצע ציבור פון כלל ישראל?
ווען מזרחי האט געזאגט אז רוב אומגעקומענע ביים קריג זענען נישט קיין אידן, איז ער געווען א משוגענער און א צודרייטער ווייל ער האט אויסגעשלאסן פרייע אידן פון כלל ישראל, אז מ'וועט קוקן, וועט מען זעהן אז ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל, דהיינו די לינקע אין אמעריקא זענען נישט קיין גרויסע שטיצער'ס פון די מדינה, ס'איז דא אסאך לינקע וואס שטעלן זיך צו די שונאים פון כלל ישראל, און פראטעסטירן פאר א סיעס פייער, וועסט זיי אויך אויסשליסן פון כלל ישראל? איז דאך מזרחי יא גערעכט...
ווען זשעיקאבסאן האט אויסגעשלאסן נטורי קרתא פון כלל ישראל האט טורקס געדארפט קומען צו די רעסקיו, יעצט ווען גאנץ סאטמאר איז אויף די באשולדיגונג באנק ווער וועט זיך יעצט אנעמען...??
נאך די אטאקע האב איך געזעהן אסאך סאטמארע אידן מיט פארצערטע פנימער, מ'האט געמאכט א יום תפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש, דו ווילסט דווקא אז זיי זאלן זאגן די תפילה פאר די חיילי צה"ל? וואס ווילסטו?
עטס זענטס ערנסט פארפארן מיט די שנאה, טראכטס ענק איבער...

איך הייב נישט אן צו פארשטיין די מאוומענט פון פראווענען מארשן לטובת די פארכאפטע, א וודאי דארף יעדע יחיד שפירן די צער פון א צווייטע איד, איך וויל ענק פרעגן אויב וועט חלילה זיין א פראגראם אויף ראדני ה''י און עטליכע וועל פארכאפטע ווערן, האלסטו טאקע אז די פרייע אידן אין דרום אר''י גיבן א דעקל? האבן זיי דען אמאל געטרויערט מיט אונז? האבן זיי אמאל ארויסגעוויזן אחדות ווען אונז האבן זיך גענויטיגט דערין?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 8:58 am איך הייב נישט אן צו פארשטיין די מאוומענט פון פראווענען מארשן לטובת די פארכאפטע, א וודאי דארף יעדע יחיד שפירן די צער פון א צווייטע איד, איך וויל ענק פרעגן אויב וועט חלילה זיין א פראגראם אויף ראדני ה''י און עטליכע וועל פארכאפטע ווערן, האלסטו טאקע אז די פרייע אידן אין דרום אר''י גיבן א דעקל? האבן זיי דען אמאל געטרויערט מיט אונז? האבן זיי אמאל ארויסגעוויזן אחדות ווען אונז האבן זיך גענויטיגט דערין?
הונדרעט פראצענט אז יא!
דענק איך אפאר יאר צוריק ביי די זשערסי סיטי אטאקע, ווען די בלעק היברו'ס האבן גע'הרג'עט אפאר סאטמערע אידן, איז געווען א מארש פון מאדערנע, און נאר אפאר אויפגעקלערטע חסידים זענען אנגעקומען צום ראלי.
חוץ המעשה וואס מ'קען מחלק זיין צווישן א ראלי וואס היימישע אידן זענען נישט געוואוינט דערצו, און ס'איז נישט א זאך וואס מ'טוט, צו פשוט זיין פערזענליך געטראפן און מיטפילן, זען וואס מ'קען טון, דאווענען, אד''ג.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קיינער פלאנט נישט אויסצושליסן אידן פון כלל ישראל, סה''כ ברענג איך ארויף די פראגע צו סאטמער זעט זיך נאך אלס א חלק פון כלל ישראל.תרמב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 8:45 am וואס גייט פאר מיט ענק חברה? עטס זענטס אינגאנצן משוגע געווארן? אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן האט מען דעסיידעד אויסצושליסן א גאנצע ציבור פון כלל ישראל?
ווען מזרחי האט געזאגט אז רוב אומגעקומענע ביים קריג זענען נישט קיין אידן, איז ער געווען א משוגענער און א צודרייטער ווייל ער האט אויסגעשלאסן פרייע אידן פון כלל ישראל, אז מ'וועט קוקן, וועט מען זעהן אז ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל, דהיינו די לינקע אין אמעריקא זענען נישט קיין גרויסע שטיצער'ס פון די מדינה, ס'איז דא אסאך לינקע וואס שטעלן זיך צו די שונאים פון כלל ישראל, און פראטעסטירן פאר א סיעס פייער, וועסט זיי אויך אויסשליסן פון כלל ישראל? איז דאך מזרחי יא גערעכט...
ווען זשעיקאבסאן האט אויסגעשלאסן נטורי קרתא פון כלל ישראל האט טורקס געדארפט קומען צו די רעסקיו, יעצט ווען גאנץ סאטמאר איז אויף די באשולדיגונג באנק ווער וועט זיך יעצט אנעמען...??
נאך די אטאקע האב איך געזעהן אסאך סאטמארע אידן מיט פארצערטע פנימער, מ'האט געמאכט א יום תפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש, דו ווילסט דווקא אז זיי זאלן זאגן די תפילה פאר די חיילי צה"ל? וואס ווילסטו?
עטס זענטס ערנסט פארפארן מיט די שנאה, טראכטס ענק איבער...
יוסף מזרחי האבן אונז אלע געהאקט דא, און ער איז טאקע נישט קיין נארמאלע מענטש. די לינקע זענען טאקע נעבעך ווייט פארקראכן, און אסאך פון זיי מיינען עס נעבעך ערנסט, און האבן טאקע די אידישע מידה פון רחמנות, אבער אין די נישט ריכטיגע פלאץ. ווידער נתורא קרתי, גלייב איך אז אסאך זענען מסכים מיט זשעיקאבסען, און איך גלייב נישט אז דו ווערסט זיך געטראפן, אדער דו שפירסט זיך א חלק פון נטורא קרתי.
אז דו האסט געזען פארצער'טע סאטמערע אידן נאך ש''ת פארענטפרסטו מיין פראגע לטובה, און דאס איז טאקע די דוסקוסיע דא.
לגבי שנאה, ברויך מען טאקע מאכן א חשבון הנפש...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אףף טאפיק
סאיז דא אסאך כלל ישראל'ס און יעדע כלל ישראל שליסט אויס געוויסע מענטש פון "זייער" כלל ישראל
סאטמער האט א אייגענע כלל ישראל פון דעים איז כמעט יעדער אויסגעשלאסן.
כינוס כלל ישראל איז איינער מיט א סמארטפאן אויסגעשלאסן
גור איינער וואס גייט צו ר שאול אלתר
וכו'
סאיז דא אסאך כלל ישראל'ס און יעדע כלל ישראל שליסט אויס געוויסע מענטש פון "זייער" כלל ישראל
סאטמער האט א אייגענע כלל ישראל פון דעים איז כמעט יעדער אויסגעשלאסן.
כינוס כלל ישראל איז איינער מיט א סמארטפאן אויסגעשלאסן
גור איינער וואס גייט צו ר שאול אלתר
וכו'
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
די האסט נישט פארשטאנען... די נידון איז נישט אויב מיר שליסן אויס סאטמאר פון כלל ישראל, די נידון איז אויב סאטמאר האט זיך אליין אויסגעשלאסן פון כלל ישראל.
מזרחי האט אויסגעשלאסן אידן פון כלל ישראל, צוליב זיין אייגענע מיינונג וואס עס מיינט ישראל. דא איז די נידון איבער א ציבור וועלכע שליסט זיך אויס פון כלל ישראל. און אוודאי זענען די לינקע נכלל אין דעם, אויב די גייסט קעגן כלל ישראל ביסטו נישט קיין חלק דערפון. און די זעלבע איז מיט נ''ק.ווען מזרחי האט געזאגט אז רוב אומגעקומענע ביים קריג זענען נישט קיין אידן, איז ער געווען א משוגענער און א צודרייטער ווייל ער האט אויסגעשלאסן פרייע אידן פון כלל ישראל, אז מ'וועט קוקן, וועט מען זעהן אז ריזיגע שטיקער פון כלל ישראל, דהיינו די לינקע אין אמעריקא זענען נישט קיין גרויסע שטיצער'ס פון די מדינה, ס'איז דא אסאך לינקע וואס שטעלן זיך צו די שונאים פון כלל ישראל, און פראטעסטירן פאר א סיעס פייער, וועסט זיי אויך אויסשליסן פון כלל ישראל? איז דאך מזרחי יא גערעכט...
ווען זשעיקאבסאן האט אויסגעשלאסן נטורי קרתא פון כלל ישראל האט טורקס געדארפט קומען צו די רעסקיו, יעצט ווען גאנץ סאטמאר איז אויף די באשולדיגונג באנק ווער וועט זיך יעצט אנעמען...??
אין א צייט ווען ביי רוב כלל ישראל איז ניכר שטארקע א השתתפות מיט די צער און ענגשאפט פון די געטראפענע - מער ווי בלויז א "פאר'צער'טע פנים און מער ווי בלויז איין טאג. און אין די קהילה גייט אהן די לעבן ווי גארנישט האט פאסירט. דאן לאזט זיך שפעקעלירן אז די קהילה איז נבדל פון די איבעריגע טייל פון כלל ישראל.נאך די אטאקע האב איך געזעהן אסאך סאטמארע אידן מיט פארצערטע פנימער, מ'האט געמאכט א יום תפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש, דו ווילסט דווקא אז זיי זאלן זאגן די תפילה פאר די חיילי צה"ל? וואס ווילסטו?
קיין שום שנאה. בלויז ווייטאג.עטס זענטס ערנסט פארפארן מיט די שנאה, טראכטס ענק איבער...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
א יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.לולב הגזול האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 2:10 pm שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
מ'זאגט עס אויף איינער פון די עלטערע סאטמארע חסידים ז''ל מפני כבודו אהן א נאמעןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 2:58 pmא יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.לולב הגזול האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 2:10 pm שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
ער האט געזאגט בהאי לישנא "איך ווייס נישט ווער ס'האט געבויט דעם כותל, אבער פון גהינם וועט ער נישט ארויסגיין"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
און דער וואס האט געשריבן דעם דף היומי גייט אין די זעלבע גיהנום....עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 4:46 pmמ'זאגט עס אויף איינער פון די עלטערע סאטמארע חסידים ז''ל מפני כבודו אהן א נאמעןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 2:58 pmא יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.לולב הגזול האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 2:10 pm שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
ער האט געזאגט בהאי לישנא "איך ווייס נישט ווער ס'האט געבויט דעם כותל, אבער פון גהינם וועט ער נישט ארויסגיין"
אגב א חלק פון די כותל איז געבויעט געווארן דורך הורדוס און א חלק דורך די טערקן, צו גרויסע צדיקים זענען זיי נישט געווען..
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
און דער וואס האט געשריבען די מורה נבוכים איז א אפיקורוס וואס די רמב״ם שרייבט אז א אפיקורוס אין לו חלק לעולם הבא.עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 4:46 pmמ'זאגט עס אויף איינער פון די עלטערע סאטמארע חסידים ז''ל מפני כבודו אהן א נאמעןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 2:58 pmא יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.לולב הגזול האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 2:10 pm שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
ער האט געזאגט בהאי לישנא "איך ווייס נישט ווער ס'האט געבויט דעם כותל, אבער פון גהינם וועט ער נישט ארויסגיין"
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
שוין גערעדט פון דעם דא אין שטיבלתרמב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 8:49 pmאון דער וואס האט געשריבן דעם דף היומי גייט אין די זעלבע גיהנום....עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 4:46 pmמ'זאגט עס אויף איינער פון די עלטערע סאטמארע חסידים ז''ל מפני כבודו אהן א נאמעןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 2:58 pmא יונגל אין חדר האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם כותל וועט נישט ארויסגיין פון גהינום. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.לולב הגזול האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 2:10 pm שטייט אין מדרש אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שיקן א שליח וואס וועט צאמנעמען די ערב רב און וועט זיי פארמיסען אונזער לאנד.
"פוי כותל"
ער האט געזאגט בהאי לישנא "איך ווייס נישט ווער ס'האט געבויט דעם כותל, אבער פון גהינם וועט ער נישט ארויסגיין"
אגב א חלק פון די כותל איז געבויעט געווארן דורך הורדוס און א חלק דורך די טערקן, צו גרויסע צדיקים זענען זיי נישט געווען..
נפה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:35 pmיבמות מה ע"ב תוד"ה כיון אז הורדוס האט תשובה געטוהןעמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:57 pmגעהערט, אז אין סאטמאר טראגט מען נישט מיט די עירוב צוליב דעם (שלמה המלך תיקון עירובין)berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:53 pmא וואוילער איד אין וויליאמסבורג האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם "כותל" און קבר רחל וועט נישט ארויסגיין פון גהינם. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:54 pm
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
(למען האמת, די היינטיגע כותל האט הורדוס געבויעט, און ער וועט לכאורה טאקע נישט ארויס גיין פון גהינם)
(אפי' ווען נישט ווייס צו ער וואלט נישט ארויס פון גיהנם אין פאל עס איז דא אזא מושג "נישט ארויסגיין פון גיהנם")
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 11, 2022 3:02 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
איך בין א סאטמארער אין צהל איז ביז דערווייל נישט טמא ביי מיר
- אבזערווירער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 183
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 pm
- געפינט זיך: עולם התוהו
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
צה''ל איז טמא אפילו ביי די ציוניסטישע רבנות למשל הרב צבי פסח פרנק זצ''ל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
וואס פונקטליך דעפינירט צי איינער איז א חלק פון כלל ישראל?
וואו איז דער שו"ע און וואו שטייען די הלכות פאר דעם?
עסקינג פאר עי פרענד...
וואו איז דער שו"ע און וואו שטייען די הלכות פאר דעם?
עסקינג פאר עי פרענד...
וירח ה' את ריח הניחוח
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
א גוטע קשיא, ווער באלאנגט אין די זאך וואס הייסט כלל ישראל.
ס'איז טאקע א נושא וואס איז וויכטיג אריינצוקלערן.
לאמיר אריינבליקן אין די תורה און פרובירן נאכצוקוקן.
בעפאר די בני ישראל האבן באקומען די תורה האט הקב"ה זיי געזאגט
פון דא זעהט מען די וויכטיקייט פון וועלען זיין א פולשטענדיגע פאלק (עם) מיט א לאנד (עם וגוי קדוש) אינטער א אייגענע ממשלה (מלכות)והייתם לי סגלה מכל העמים כי לי כל הארץ
ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש
קומט אויס אויב א גרופע אידן טוהען מחנך זיין זייערע קומעדיגע דורות אז א די מושגים 'פאלק לאנד' איז נישט אזאך וואס מ'ברויך האבן שטרעבונגען דערפאר, און במשך השנים ווערט עס א לכתחילה'דיגע אנגענומענע זאך אז מיר זיכען נישט בכלל צו זיין א אפגעטיילטע פאלק מיט אייגענע לאנד, נאר מיר זענען צופרידענע ערליכע אידן, טאקע מקיים מצוות אבער מיר זענען צופרידענע איינוואוינער און אויסגעמישט בין האומות.
איז מעגליך צו זאגן אז דאס איז חלילה אויפן שוועל פון נישט זיין א חלק פון כלל (עם) ישראל..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
דו דארפסט גיין אין מקוה פאר דו געסט א קוויטל פאר'ן רבי'ן. נאר דו זאלסט נישט קוקן אויף פיקטשערס וואו ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען מיט מנין און לערנען שיעורי תורה ווייל דו קענסט (ח"ו) קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים. אזוי האבן געפסק'נט 2 גרויסע פוסקים. הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר זצ"ל.מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 12, 2024 1:38 amberlbalaguleh האט געשריבן: ↑ ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
איך בין א סאטמארער אין צהל איז ביז דערווייל נישט טמא ביי מיר
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קרן זוית האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 12, 2024 10:50 am לאמיר אריינבליקן אין די תורה און פרובירן נאכצוקוקן.
בעפאר די בני ישראל האבן באקומען די תורה האט הקב"ה זיי געזאגטפון דא זעהט מען די וויכטיקייט פון וועלען זיין א פולשטענדיגע פאלק (עם) מיט א לאנד (עם וגוי קדוש) אינטער א אייגענע ממשלה (מלכות)והייתם לי סגלה מכל העמים כי לי כל הארץ
ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש
קומט אויס אויב א גרופע אידן טוהען מחנך זיין זייערע קומעדיגע דורות אז א די מושגים 'פאלק לאנד' איז נישט אזאך וואס מ'ברויך האבן שטרעבונגען דערפאר, און במשך השנים ווערט עס א לכתחילה'דיגע אנגענומענע זאך אז מיר זיכען נישט בכלל צו זיין א אפגעטיילטע פאלק מיט אייגענע לאנד, נאר מיר זענען צופרידענע ערליכע אידן, טאקע מקיים מצוות אבער מיר זענען צופרידענע איינוואוינער און אויסגעמישט בין האומות.
איז מעגליך צו זאגן אז דאס איז חלילה אויפן שוועל פון נישט זיין א חלק פון כלל (עם) ישראל..
ווי פונקטליך זעהסטו דא א רמז פאר א אייגענע ממשלה?
ווילסט מיר זאגן אז ווען אידן זענען פארטריבן געווארן פון א"י אין גלות זענען זיי געווארן אויס כלל ישראל?
און פארוואס האסטו אויסגעלאזט "גוי קדוש"? אפשר האט "כלל ישראל" צו טון מיט וויפיל מען פירט זיך אויף מיט קדושה?
חוץ פון דעם פסוק האסטו נישט נאך עפעס מקורות?
וירח ה' את ריח הניחוח