מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פון אונזערע »

יעצט נאך די בחירות אין אלעד האט א טאטע געזאגט פאר זיין בחור איך לאז פון אלעם רעדן ביים שבת טיש חוץ פון "אידישקייט"...
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

פון אונזערע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 1:55 am יעצט נאך די בחירות אין אלעד האט א טאטע געזאגט פאר זיין בחור איך לאז פון אלעם רעדן ביים שבת טיש חוץ פון "אידישקייט"...
ועזהד״ר
האט מען ביי ״געוויסע״ געטוישט די נאמען פון שבת ״שקלים״ אויף שבת ״(א)יודישקייט״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

עלטערן פון א יונגל האבן געוואלט וויסן וויאזוי ער ווערט אויסוואקסן ווען ער ווערט זיין גרויס.
האבן זיי עהם אנגעגרייט א טיש מיט דריי זאכן, א גמרא, א הינדרטער, און א פלאש וואדקא,
וועט ער זיך זעצט לערנען וועט ער וואקסן א ת״ח, וועט ער נעמען די געלט וועט ער וואקסן א סוחר, וועט ער פאלן צום טרינק וועט ער נעבעך זיין א שיכור.
בקיצור, דער יונגל קומט אהיים, זעהט די דריי זאכן אויפ׳ן טיש, ער געט א לייג אריין די געלט און טאש, טרינקט אויס די פלאש, און זעצט זיך שאקלען איבערן גמרא…
די עלטערן קוקן זיך אהן איינער אין צווייטנס אויגן אריין מיט שוידער.

דער וואקסט אונז דא א חבד׳טסקער…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

א יעקע׳ר און א גער׳ער זענען אריין אין א ביזנעס בשותפות.
דער יעקע׳ר האט געהאט געלט אבער נישט קיין עקספיריענס, ער האט אריינגעלייגט דאס געלט, דער גער׳ער האט געהאט די עקספיריענס.

נאך א יאר האט דער גער׳ער געהאט די געלט און די יעקע׳ר האט שוין געהאט די עקספיריענס…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

דער ראש הקהל מיטן חזן האבן זיך עפעס מיעס צוקריקט, עס איז געגאנגען הויעכע קולות אויף טישן און בענק.
דער ראש הקהל האט געטענ׳עט אז דער חזן האט זיך צו עהם מתחצף געווען, און דער חזן האט געשריגן ״וואס? פאר זיין גרויסן איגו דארף איך זיך בייגן?״
פארשטייט זיך אז דער גאנצער קהל איז געווארן פארמישט לכאן ולכאן, און עס איז געווארן הויעך יום טוב דארט, ביז דער ראש הקהל האט מער נישט צוגעלאזט דעם חזן צום עמוד.
דער רב האט געזעהן אז עס איז נישט קיין תכלית אזוי, האט ער אריבער געריפן דעם חזן זעהן וואס מען קען דא שטיל מאכן.
בקיצור, נאך א דין ודברים איז געבליבן, אז דער רב וועט פארשרייבן א קורצען נוסח פון עפאלעשי, וואס דער חזן וועט פארליינען הויעך שבת נאכן ליינען, הארט פאר מוסף, און דאן וועט ער גלייך קענען אנהייבן דאווענען צוריק אלץ חזן.
קומט שבת אינדערפרי, דער גאנצער עולם איז שוין שטיל, דער חזן נעמט ארויס דאס פארגעשריבן צעטעלע, און נעמט זיך פארלייינען מיטן נוסח פון בתמיה, ״מורי ורבותי, האב איך דעם ראש הקהל געטשעפט?
וויל איך עהם יעצט איבערבעטן? פון היינט און ווייטער וועל איך מער נזהר זיין אין זיין כבוד?״
און דער חזן דרייט זיך אויס צום עמוד און הייבט אהן קדיש…
פארשטייט זיך שוין אליינס וואס פון דעם שלום איז ארויס…
רופט דער רב אריבער דעם חזן און האלט עהם אפיר,״ הזאת נעמי? דאס האבן מיר אפגעמאכט?״
זאגט דער חזן ״ווערטער ארויף ווערטער אראפ, דאס איז נישט אזוי מיין ליין, אבער די נוסח, וויאזוי צו זינגען די תנועה, דאס בין איך דאך שוין דער מבין״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

א ספרדישער יוד האט שטארק געוואלט א בן זכר, צו זיין בושות האט ער יעדעס יאר צוויי געהאט נאך א מיידל…
פיינעלי נאך 11 מיידלעך איז דער לאנג ערווארטעטער יונגעל עהם אנגעקומען.

ערב יום כיפור פאר כל נדרי זענען אלע קינדער אין די רייע עהם אריבער ווינטשען א גוט יאר, ער געט יעדען א האג מיט א ברכה, צום סוף שורה ווען ער קומט אהן צום בן זכר דערלאנקט ער עהם א געזונטען פראסק, ווען ער זאגט עהם ״די זעהסט די אלע דא? זיי זענען אלע צוליב דיר״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

פארציילט מען אן אמת׳ע (?) מעשה אויף ר וועלוועלע בריסקער, אז ער האט אמאל בייגעגנט א חסיד וואס האט עהם געבעטן פייער צו אנצידן א סיגאר, נאכן געבן האט ער אנגעמערקט פאר׳ן חסיד אז ״אינטרעסאנט אז א הייסע חסיד דארף צוקימען צו מיין פייער״…
האט עהם דער חסיד גלייך גע׳ענפערט אז עס שטייט דאך שוין ביים מזבח, אז אפילו עס איז געווען פייער פון הימל, נאךאלץ ״מצוה להביא מן ההדיוט״…

איז ער געגאנגען צום זיין טאטען, בריסקער רב, און פארציילט ווי דער חסיד האט עהם גוט געענפערט.
האט עהם זיין טאטע געזאגט, יא, איך ווייס שוין לאנג אז מיט חסידים הייבט מען זיך נישט אהן, פון ווי? ווייל ביי ברכות ועל הצדיקים שטייט קודם צדיקים נאך דעם חסידים נאך דעם זקני שארית, איז עס לכאורה נישט און סדר ווייל א חסיד איז גרעסער פון א צדיק משא״כ זקני שארית זענען נאך קלענער, גייט עס ארויף אדער אראפ?
נאר, איז ער מסביר, לעולם גייט עס מיטן סדר אראפ, ד.ה. קודם די מער חשובע, אבער צדיקים שטייען קודם, ווייל מיט חסידים הייבט מען נישט אהן….
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
חיי עולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:58 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך חיי עולם »

מאמר העולם ער איז פון די חסידי אומות העולם, האט זיך א ליטפאק פארקנייטשט די שטערן וואסי פשט? פארוואס זאגט מען די מאמר ’’חסיד’’ אפשר כשר אומות העולם
האט ער געזאגט ווייל עס איז הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב אויב איז ער נישט מקיים די הלכה ’’מיז ער זיין א חסיד’’! ודפח’’ח

היום: די ליטפאקעס קענען אויך גוט צוריק ענפערן...
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

דער רומענער פויער פלעגט זיך שטארק צו וויינען אויפ׳ן איכה ניגון ביי מגילת אסתר ״ובביזה לא שלחה את ידם״….
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

קומען אריין צוויי בחורים פאר פורים אין דער לאקאלער וואל מארט,
זיי בעטן דער גוי וואס שטייט ביי די עלעקטראניקס זאל זיי ארויס ברענגען א ספיקער.
פרעגט זיי דער גוי, ״זאגטס נאר, ענק פלאנען עס צוריקציברענגען נעקסטע וואך נאך פורים? אויב יא, נישט קיין פראבלעם, נאר טוט׳סט מיר א טובה, און נעמטס דא פון די אפענע באקסעס״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 5:59 pm א יעקע׳ר און א גער׳ער זענען אריין אין א ביזנעס בשותפות.
דער יעקע׳ר האט געהאט געלט אבער נישט קיין עקספיריענס, ער האט אריינגעלייגט דאס געלט, דער גער׳ער האט געהאט די עקספיריענס.

נאך א יאר האט דער גער׳ער געהאט די געלט און די יעקע׳ר האט שוין געהאט די עקספיריענס…
היום: איך וויל נישט פארמינערן דעם שמייכל פון דיין (געלונגענעם) דזשאוק. נאר אט די עצה האט א געוויסער רבי געגעבן פאר זיין חסיד וואס איז זיך געקומען שואל עצה זיין איבער אן ענליכן מצב. האט איהם די רבי געזאגט אט די ווערטער...היינט האסטו די געלט און ער די עקספיריענס. ווען דו וועסט איהם געבן די געלט וועט ער האבן ביידע. און דו קיין איינס נישט. על כן ביניך דיר מייעץ אז דו זאלסט נישט טון דעם געשעפט.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

ס'מיר נישט קלאר וואס דיין פוינט איז דא?
אז אויב מען פרעגט אן עצה פון א רבי ווערט מען געראטעוועט? אסאך מאל...
אז א פיפיגער סוחר קען ארייננארן א יוד מיט געלט? עס קען זיין פארקערט אויך...
כבוד פאר כ"ק מרן אדמו"ר מ"געוויסע רבי" שליט"א? זאג ווער ער איז...
סיפורי צדיקים? אהא! א געלט מעשה פאר מוצאי שבת? אפשר איז ער גאר געווען א מתנגד?...

תימה!
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
עלינו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך עלינו »

א חשובער טוען איז געזיצן שבת נאכמיטאג און געלערנט חושן משפט,
קומט איינער צו צו אים און זאגט אים נו שבת ביסטו עוסק אין דיינע וואכענדיגע געשעפטן?
האט ער געענטפערט קענסט זיכער זיין אז ביי דין תורה ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון חושן משפט...
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:11 am אקעי בערל, איך גלייב... איך פרוביר מיך צו פיקטשערן א 92 יאריגע איד ארומלויפן... סארי ס'ארבעט עפעס נישט :roll:

יעצט נאך די 88 יעריגע פירסט טיים טאטע, איז עס שוין גרינגער צו אימעדזשענען?
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
הערשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך הערשער »

היום האט געשריבן: יעצט נאך די 88 יעריגע פירסט טיים טאטע, איז עס שוין גרינגער צו אימעדזשענען?

:lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום האט געשריבן: ס'מיר נישט קלאר וואס דיין פוינט איז דא?
אז אויב מען פרעגט אן עצה פון א רבי ווערט מען געראטעוועט? אסאך מאל...
אז א פיפיגער סוחר קען ארייננארן א יוד מיט געלט? עס קען זיין פארקערט אויך...
כבוד פאר כ"ק מרן אדמו"ר מ"געוויסע רבי" שליט"א? זאג ווער ער איז...
סיפורי צדיקים? אהא! א געלט מעשה פאר מוצאי שבת? אפשר איז ער גאר געווען א מתנגד?...

תימה!

איך האב עס געליינט בשם א געוויסן רבי, איך געדענק שוין נישט.
דו קענסט עס ארויפשמירן אויף סיי וועלכן רעבי'ן דו ווילסט.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

מיינע אפציעס דערווייל זענען:

יארמער רב,
פעסטער רבי,
חאטצאצקער רבי,
בארדיטשעווער.
פונטער רב.
בעלאנער רבי.

העלף מיר ארויס דא,
אויף וועמען שמירט זיך גוט?
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 8:10 pm קומען אריין צוויי בחורים פאר פורים אין דער לאקאלער וואל מארט,
זיי בעטן דער גוי וואס שטייט ביי די עלעקטראניקס זאל זיי ארויס ברענגען א ספיקער.
פרעגט זיי דער גוי, ״זאגטס נאר, ענק פלאנען עס צוריקציברענגען נעקסטע וואך נאך פורים? אויב יא, נישט קיין פראבלעם, נאר טוט׳סט מיר א טובה, און נעמטס דא פון די אפענע באקסעס״…
ס'איז טאקע פאני: נאר ליידער באזירט אויף אן אמת. אונזער היימישער עולם האט (געהאט?) א מנהג צו גיין "קויפן" עיר קאנדישאנערס אנהייב זומער ביי וואל-מארט. און צוריקברענגען נאכ'ן זמער פאר מ'איז אהיים געפארן פו די קאנטרי.

יא. מ'האט פארגעסן צו זאגן א יישר כח.

אונז זעמיר אין "גוטע" קאמפעני. איך בין אמאל געווען ביי האום דיפאו. האב איך געהערט ווי אן (אפריקאנער אמעריקאנער) גוי איז געשטאנען און גערעדט אויפ'ן טעלעפאן. זאגט ער צו איינעם..."דו דארפסט נישט זארגן איכ'ל נעמען א לייטער. צו ענדיגן דעם דזשאב נאכדעים וועל איך עס צוריקברענגן.

והך קאווע. אומר ועושה. ער איז צוגעגאנגען צו אן ארבעטער און ער האט איהם געבעטן א הויכע לייטער. ע"מ עס צוריקצוברענגען ווען די דזשאב איז פארטיג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום האט געשריבן: מיינע אפציעס דערווייל זענען:

יארמער רב,
פעסטער רבי,
חאטצאצקער רבי,
בארדיטשעווער.
פונטער רב.
בעלאנער רבי.

העלף מיר ארויס דא,
אויף וועמען שמירט זיך גוט?

דו קענסט עס ארויפשמירן אויף אלע: אזוי ווי ס'שטייט אין שמונה עשרה על הצדיקים. און ועל כולם יתברך.
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

למה קוראים למגילה מגילת אסתר ולא מגילת מרדכי או מגילת אחשורוש?
ללמדכם שאישה , מכל סיפור עושה מגילה!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

דער שטאטס גנב האט אמאל געמאכט א ברית בשטו״מ, איז דער מוהל געקומען פרעגן פונם רב, צו ער מעג עסן פון דער סעודה?.
האט דער רב געהייסן דעם מוהל צו ווארטן אביסל ביז ער וועט מברר זיין.
דער רב געלאזט אריבער רופן דער גנב, און געכאפט א שמועס מיט עהם אזוי ביני לבינך.
״זאג נאר, אז עס מאכט זיך אמאל א געלעגנהייט שבת צו לייגן די האנט אויף א גוטן גניבה, ווי אזוי ביסטו זיך נוהג?״.
״מ׳גייט און מ׳גנב׳עט״ ענפערט די גנב.
״און אז סאיז טינקל און מען דארף לעכטיג מאכן מיט א לעכט אדער עפעס?״
״צינט מען אהן״.
״און אז עס איז פארשפארט און מען דארף ברעכן שלעסער?״
״ברעכט מען״.
״און וואס איז מיט גוים? קומט אויך אויס צו גנב׳ענען פון זיי?
ענפערט די גנב מיט א שמייכל, ״וואס? ווייל ער איז א גוי דארף ער פארדינען? גוי׳איש געלט איז עפעס ווייניגער ווערט?״…
״אהא״ פרעגט דער רב״ און אויב טרעפסטו דארט טריפה פלייש אדער חזיר, נעמסטו דאס אויך?״
״פארוואס נישט? איך פארקויף דאס פאר גוט געלט אויפ׳ן גוי׳אישן מארקעט״.
״פארוואס עסטו עס נישט?״ פרעגט דער רב.
״וואס?״ עפענט דער גנב אפאר גרויסע אויגן אויפ׳ן רב, ״איך? עסען טרפות? חזיר פלייש?״
״אזוי?, אינטרעסאנט!״ ווינדערט זיך דער רב, ״גנב׳ענן? יא! אנצינדן לעכט און ברעכן שלעסער אום שבת? דאס אויך יא! אבער עסען נישט כשר, דאס נישט? וואס איז? איז דאס עפעס א גרעסערע עבירה?
״אחח! דער רב פארשטייט נישט״… איז זיך די גנב מסביר מיט א פשטות, ״גנב׳ענען און ברעכן שלעסער, דאס איז דאך מיין פרנסה! אבער עסען טריפות, קיינמאל! בין איך דען נישט א יוד?״…
שוין, דער רב האט עהם געלאזט גיין.

זאגט דער רב פאר דעם מוהל, ״זעהט מיר אויס אז אלץ כשרות המאכלים איז נישט קיין פראבלעם צו עסן דארט, געב נאך גוט גוט אכטאנג אויף דיינע חפצים, וואס ער קען נאך זעהן אלץ זיין ״לצורך פרנסה״…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום היום, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

חיים שיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:58 pm למה קוראים למגילה מגילת אסתר ולא מגילת מרדכי או מגילת אחשורוש?
ללמדכם שאישה , מכל סיפור עושה מגילה!
דערמאנסט מיר פון א ענדליכע ווארט
פארוואס הייבט זיך די מגילה אן ויהי בימי אחשורוש און נישט מיט אסתר?
ווייל מיט א פרוי הייבט מען זיך נישט אן...
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
רוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך רוני »

פון אונזערע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 1:55 am יעצט נאך די בחירות אין אלעד האט א טאטע געזאגט פאר זיין בחור איך לאז פון אלעם רעדן ביים שבת טיש חוץ פון "אידישקייט"...

און א וואך שפעטער נאך די חופה אין גער האט איינער געזאגט: "איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז בחירות איז אידישקייט און א חופה איז פאליטיק..."
פארשפארט