פרייוויליג,
איך וויל נישט אריינגיין צי טיף אין די ענינים אבער דעס וואס דו זאגסט נאך פון הרב מיללער ז"ל וועגן די שארפע ציינער, איז א אלטע ארגומענט וואס הייסט אין אנדערע ווערטער אז די וועלט, און די בעלי חיים אין איר, זענען בעסיקלי פערפעקט און פארדעם מוז זיין אז ס'איז דא א עפעס א deity אדער א creator, איז קודם כל טשערי פיקינג ווייל א מענטש און בעל חי האבן אויך מיליאנען חסרונות, למשל די wisdom teeth, און bacteria און וויירוסעס און קרענק און vestigial און אן א שיעור זאכן אין ביאלעדזשי וואלט געוועהן אנדערש ווען א דיזיינער מאכט עס!
מאך צו די אויגן און טראכט אויב דו וואלסט יעצט געקענט באשאפן די וועלט נייערהייט פון אנפאנג, וויפיל זאכן וואלסטו געטוישט? איך וואלט געטוישט די ערשטע זאך אז ס'זאל מעהר נישט זיין קיין אלטערנעט סייט פארקינג מאנטיג און דאנערשטיג
איך וואלט געטוישט אז א מענטש און א בעל חי זאל נישט דארפן צוקומען בכלל צו עסן און טרינקען נאר זאלן למשל באקומען ענערדזשי פון די זון, אזוי דארף נישט איין בעל חי אויפעסן דעם צווייטן אויף אזעלכע שרעקליכע אופנים. איין זאך איז זיכער, אז מאסקיטאס וואלט איך בכלל נישט באשאפן... ס'ארא חוצפה איז דאס צו באקומען פלוצלינג א שטאך פון עפעס א קליינער חוצפניאק! און נאך א זאך, שווייס וואלט איך אינגאנצן אוועקגענומען! ווילסט נישט זיצן אין בעסמידריש לעבן איינעם וואס נעמט נישט קיין שויער אין די דריי חדשים נאכדערצו אין חודש אב ווען ס'איז ביטערליך הייס. און יא, קענסער, ספעציעל פאר קליינע קינדער. און ווייסט וואס נאך? אויגן אין די בעק אויך, מיר זאלן קענען זעהן אויב די וואלד רויבער און די משגיחים קומען!
און אז מ'רעדט שוין פון אויגן, וואלט איך געמאכט אז קיינער זאל נישט דארפן האבן ברילן און יעדער זאל קענען זעהן פערפעקט! (אז היינטיגע סאפיסטיקירטע מאשינען קענען מאכן פערפעקט אויגן, פארוואס זאל נישט דער כל יכול ??) און די ברילן קאסט דאך א מאיאנטעק מיט אידיש געלט... און פונקט ביי דיין משל מיט ציינער לאמיר נישט פארגעסן אז אונז גייען צום דענטיסט, איך למשל האב שוין כמעט אלע פאלשע ציין און איך בין קוים פערציג, ס'האט מיר געקאסט אסאך אסאך געלט און אסאך עדוויל מיט פעין קיללערס מיט שלאפלאזע נעכט! ווען איך באשאף די וועלט וואלט נישט געוועהן קיין דרילן אין די ציין...
און לאמיר נישט פארגעסן נאך איין זאך וואס איך וואלט עלימינירט, שלשול diarrhea... אין מיין וועלט וואלט קיין פעפטא ביסמאל נישט עקזיסטירט...
אונטערשטע שורה, די גאנצע הנחה אז ווייל די וועלט קוקט אויס פערפעקט פארדעם מוז זיין אז ס'איז דא א גאט איז נישט קיין הנחה, ווייל קודם כל די וועלט און די יוניווערס איז ווייט פון פערפעקט! ס'קוקט נאר אויס פאר אונזערע אויגן כאילו ס'איז פערפעקט ווייל אזוי זענען אונז געוואוינט! און דעס איז דער איינציגסטער וועג וואס אונז ווייסן און האבן געזעהן פון קינדווייז אן. שטעלט אייך פאר אז עיליענס פון א אנדער פלאנעט זענען קיינמאל נישט געוועהן אויף אונזער וועלט און איין שיינעם טאג רוקן זיך זיי דא אן אבער זיי ווייסן נישט וואס מיינט לאכן אדער וויינען, ביי זיי עקזיסטירט עס נישט.. וויאזוי וואלטן זיי אנגעקוקט ווען איינער קוילערט זיך פאר געלעכטער אדער איינער וויינט??? און מ'דארף נישט גיין אזוי ווייט ווי extraterrestrials, ס'איז דא מיליאנען באשעפנישן וואס ווען אונז קוקן אן זייער געפיראכטס איז עס עפעס מורא'דיג מאדנע פון אונזער פערספעקטיוו, פארוואס? ווייל אונז זענען נישט צוגעוואוינט צו זייער habitable ענווייראמענט און פאר אונזערע אויגן איז עס מורא'דיג מאדנע! די זעלבע איז מיט אונז מענטשן אליינס, קענסט נישט אריינברענגען א ספינקע חסיד קיין סאולט לעיק סיטי צו א מאמרמען קירכע און קענסט נישט ברענגען קיין בודהאיסט צום קאסובער'ס טיש ווייל ס'איז ווילד פרעמד פאר אים! אבער אלו אלו זענען פונקט אזוי נארמאל, ס'ווענדט זיך אין דיין אויפברענגונג, ענווייראמענט, בעקגראונד, רעליגיע, קולטור, און habitat.
יעצט פארוואס אונז האבן שארפע ציין האט צו טוהן מיט געוויסע ענערזשי Forces וואס אונז פארשטייען נישט פונקטליך דערווייל, און גאנץ מעגליך אז מיר מענטשן זענען נישט ביכולת בכלל צו פארשטיין! פארשטייסט פארוואס ס'איז דא אזויפיל ליידיגע פלאנעטן אין די יוניווערס, יעדע איינע אינגאנצן אנדערש מיט אנדערע ענווייערמענטס? צענדליגער טריליאנען מאהל מעהר וויפיל נומבערס ס'איז פאראן! פוסט און ליידיג, איינס דרייט זיך אהער און איינס אהין, געוואנדן לויט זייער mass און גרעוויטי. ס'איז דא אסאך מיני סארטן ענערדזשי וואס אונז פארשטייען נישט דערווייל פונקטליך וואס ס'איז! וואס איז dark energy? Dark matter, וואס איז פשט פון בלעיק האולס??? און פון וואו קומט עס? וויאזוי האט זיך עס אנגעפאנגען? פארוואס האט עס גאט באשאפן? ער שפילט לעגאוס?
ס'האט לכאורה צו טוהן מיט זאכן וואס איז געשעהן טריליאנען יאהרן צוריק! טראכט אריין וואס מיינט אייביגקייט infinity פאר א מינוט! למשל דער אייבערשטער האט אייביג עקזיסטירט, יא? יעצט טראכט וואס מיינט 'אייביג'. לאמיר זאגן צעהן טריליאן יאהר צוריק, אבער וואס איז געוועהן פאר דעם? און פאר דעם? און פאר דעם? קענסט עס פארשטיין? איך נישט! אויב פארשטייט עס איינער, ביטע זיי עס מיר מסביר!
בקיצור, וויבאלד אונז ווייסן נישט וואס איז געוועהן 14 טריליאן יאהר צוריק איז נישט מעגליך צו וויסן וואס די אלע סארט ענערדזשי איז באמת, און וויאזוי ס'איז זיך צושטאנד געקומען פונקטליך, אבער אויפצומאכן א מעשה כדי זיך זעלבסט צו באפרידיגן איז קינדעריש און נאריש, און זיכער אז ס'איז דא אזוי ווייניג עווידענס און פרוף אויף דעם וויאזוי קען זיין אז א גיהנם זאל בכלל עקזיסטירן אין justification, וואלסט באשטראפט איינעם וואס וואלט נישט געגעמבלט אויף עפעס א פערד גייט געווינען די רעיס אפילו ווען זיין טאטע און זיין זיידע וואלטן געזאגט ער איז די בעסטע פערד און ער גייט געווינען???
עד כאן, איך גיי מעהר גארנישט שרייבן אין די תגובה ווייל איך וויל נישט ס'זאל ארויסגיין פון די ראמען, אויב איינער וויל קען ער מיר שיקן א אישי און מ'וועט ווייטער רעדן דארט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius