נישנאש האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 9:42 pm
וואס שרייבסטו ליגנט? די שו"ע זאגט אז יעדע פלאץ ווי עס שטייט תצא -
וואס רעכנט אריין מאיס עלי - איז כופין להוציא און מיט שלעק
אלע גט אביוזערס ניצן דעם מהריב"ל, אבער וואס איז מיטן לבוש???
דאס לעצטע מאל וואס איך ענטפער, ווייל דו האסט אן ערנסטע פראבלעם מיט הבנת הנקרא, א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר.
שלעק גיבט מען נאר פאר איינער וואס איז מאלו שכופין להוציא לויט די משנה, מאיס עלי איז נישט איינע פון זיי.
די רמ"א (אבן העזר סימן קנ"ד סעיף כ"א) זאגט יעדע פלאץ וואו ס'שטייט "יוציא" (נישט "תצא") קען מען נישט כופה זיין און נישט מנדה זיין אבער מען קען מאכן הרחקות דר"ת.
מאיס עלי שטייט נישט "כופין" און נישט "יוציא", נאר "תצא בלא כתובה", וואס לויט רוב ראשונים (לאפוקי רמב"ם) מיינט דאס בלויז אז זי פארלירט כתובה אבער מען קען איהם נישט מחייב זיין צו גט'ן. די שו"ע (אבן העזר סימן ע"ז סעיף ב') פסק'נט קלאר אז מאיס עלי זאל נאר גט'ן אויב דער מאן וויל.
די לבוש האלט אז מען קען מאכן הרחקות דר"ת אפילו ביי מאיס עלי.
די מהריב"ל שרייבט אז מען זאל נישט מאכן קיין הרחקות דר"ת, ווייל מענטשן זענען זיך טועה און מיינען אז דאס איז א חרם.
די לבוש האב איך אלעמאל פארשטאנען. די מהריב"ל נישט. עד שבא נישנאש און געשריבן אז הרחקות איז "א מאסיווע חרם" אינדערצייט וואס די רמ"א שרייבט קלאר ביי די הרחקות "ובלבד שלא ינדו אותו"...