עמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 12, 2024 9:56 pm
לאמיר פראבירן אביסל מער מסביר זיין,
אוודאי מיר אידן קוקן אהן סאטמאר אלץ א חלק פון כלל ישראל, אפי' זיי זענען זיך נישט משתתף אין אונזער צער, אין די יעצטיגע תקופה
ווייל ווי נישט ווי, זענען זיי אידן שומרי תורה ומצוות, און אפי' אז אין געוויסע זאכן האבן זיי לדעתינו (?) נישט די ריכטיגע השקפה, אם כל זה, בלייבן זיי אידן
די שאלה איז פארקערט,
צו דען קוקט זיך סאטמאר אהן ווי א חלק פון כלל ישראל ???
אפי' מ'וועט זאגן אז כלל ישראל רעכענט זיך נאר מיט שומרי תורה ומצוות, נאר זיי קענען אנגערופן ווערן כלל ישראל,
וועט מען ביי אונז רעכענן כלל ישראל, פון די מזרח'סטן ביז די נ''ק
אפי' ס'קען נישט זיין אז אלע זענען גערעכט, אבער אידן זענען זיי
די מזרח'סט, ווי ווייט ער איז פון די סאטמארע, פארשטייט ער אז זיי זענען אויך אידן, נאר זיי האבן אפשר נישט די ריכטיגע בליק אויף גלות וגאולה
אבער די סאטמארע (טאקע נישט אלע), ביי זיי איז שוין אנדערש
מ'האט אויסגעלערנט אז אלע גדולים האבן געהאלטן ווי די רבי (?)
און ווער ס'האט נישט איז נישט קיין גדול, אז מ'האלט אז מ'מעג יא האבן א מדינה היינטיגע צייטן, איז עס נישט א צווייטע שיטה, נאר ס'איז מינות און אפיקורסות - וואס כמובן האט נישט קיין שייכות מיט כלל ישראל
איי ס'געווען גדולים וואס האבן אזוי געהאלטן, נא ווערן זיי אויס גדולים
און מ'זאגט נישט אז ס''ה זענען זיי זיך טועה, ווייל מ'נעמט אהן אז דאס איז די יסודות הדת (?) און מילא זענען די אלע נישט קיין חלק פון כלל ישראל,
און וויבאלד די זענען די רוב קומט על כרחך אויס אז סאטמאר איז א צווייטע כלל ישראל ודו''ק
כמובן איז נישט ממש ווי איך האב געשריבן, נאר איך האב פראבירט ארויסצוברענגען די נקודה,
אויב מ'פארשטייט אז האבן א צווייטע שיטה איז מינות ואפיקורסת, אפגעזעהן צו ס'איז מדינה, צו ס'איז בחירות, אויב פארשטייט מען אז א איד, מיינט נישט נאר א שומר תורה ומצוות, נאר ער מוז האלטן פון געוויסע שיטות פון מיין רבי, וועט אויסקומען אז סאטמאר האט זיך ארויסגעצויגן פון כלל ישראל - וואס פארשטייט אנדערש
און כלל ישראל, אפי' מ'האט אנדערע מיינונגן, ווילאנג מ'פאריפט זיך שומתו''מ איז מען די זעלבע כלל ישראל, אבער אין סאטמאר נישט,
(כלל ישראל קוקט אויף סאטמאר ווי א חלק פון איר, אבער סאטמאר קוקט זיך אהן אפגעטיילט)
כ'האף מ'וועט מיך פארשטיין,