איך ווייס נישט וועגן עולם. א טייל האבן איהם יא ליעב געהאט. נאר איך האב איהם נישט געקענט דערליידן. וויל ער איז געווען נאך א סאך ערגער ווי אסטראלאג. ער פרעדיגט כאטש אהבת ישראל. ישראל קאפקע האט אפן געפרעדיגט שנאת ישראל און אהבת הרוצחים.
צוערשט האביך געמיינט אז ער באלאנגט אין סאטמאר. איינער פון די תינוקות שנשבו. נאר שפעטער האב איך מיך איבערגעצייגט אז ער איז בכלל נישט קיין סאטמער'ער. כאטש ער טענה'ט אז ער וואוינט אין וויליאמסבורג.
איך האב אמאל עפעס געשריבן וועגן דעם פארשוין וואס רופט זיך הרב ישראל מ. סופר. עכט הייסט ער מנשה פיליפ. ער איז איינער פון די הויפט הוגי דיעות אין סאטמאר. אויך א שרייבער. וואס א יעדער איינער אין סאטמאר קען איהם. און ישראל קאפקע האט געפרעגט ווער דאס איז.
נאר דער קאפקע האט געשפריצט מיט אזויפיהל שנאת ישראל און ער האט בארעכטיגט דאס וואס די אראבערס ימ"ש הרג'נען אידן. אויך האט ער באוויינט וואס די איזראעלי ארמיי האט געטון צו די "אומ-שולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער". ער האט זיי אנגערופן רוצחים.
ב"ה אז ער שרייבט שוין נישט מער דא.