אפרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...
די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 pm
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.
וואו איז די מקוה טהרה?
און וואס איז דער מנהג בנוגע מענער גיין אין מקוה, יעדן טאג?
ביז א חודש א האלב צוריק האבן זיי גיהאט א מקווה טהרה אין די חלק פראפטי וואס די באנק האט צוגענימן פון די קהילה די באנק האט זיי פארדינגן די מקווה טהרה.
2 חדשים צוריק האט א גוי אפגעקויפט די פראפטי פון די באנק און דען האבן זיי פארלוירן די מקווה.
ביזדערווייל האבן זיי אויסגעגראבן א בור אין טייך אין דארטן טובלען זיך די נקבות.
די זכרים טובלען זיך אזוי ווי שטענדיג גיהעריג אין טייך
אפרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
אפרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...
די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 1:48 pm
ביי דע וועי אז מען רעדט שוין. איך בין בכלל נישט זיכער אז דער העלבראנץ איז טאקע געשטארבען.
לויט ווי איך קען אים איז זייער מעגליך אז ער האט פשוט באשלאסען אז ס'לוינט זיך אפיציעל צו שטארבען... כדי צו פטור ווערען פון די לעגאלע רדיפות...
די גאנצע שטארבעראציע און דערטראנקען ווערען האט געסאונט ווי א פורים שפיל ....
ער האט עס געטוהן אין מעקסיקאו און מסתם באצאלט א שיינע מטבע פאר די אינסטאנצען אז זיי זאלען מיטשפילען ... אין מעקסיקאו קען מען טוהן אזאלכע זאכען פאר אביסעל שוחד ...
כ'ווייס נישט למעשה וואס די אמת איז ... אבער כ'וועל נישט זיין שאקט טאמער ס'וועט איין טאג ארויס קומען אז דער יונגאטש לעבט ....
אפשר גאר פארמאגט שלמה העלבראנץ א ניק דא אין שטיבל (חכמת שלמה?)
דאס קען פילייכט ערקלערן דאס אויסטערלישע פעטיש וואס חכמת שלמה האט צו ארומ'חוש'ן דעם עולם דאהי כאילו ער געפינט זיך אין גואטומאלא... ונראה לי קרוב לאמת
איך ווייס נישט ווער דעס איז, אבער פון די פאלגענדע בריוו, וואס איך האב געזען אין די אנדערע אשכול, טוט ווי פאר ערליכע אידן, אז ליידער ווערט ביי אונז געטוהן אזעלכע רשעות ואכזריות