זעהר פשוטצמצום האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 12, 2024 8:20 pm בנוגע צו דער ענין גופא;
קען איינער ערקלערען וויאזוי טאקע איז דאס אז דער תורה גיט דער רעכט דוקא פארן מאן אין נישט דעם פרוי אויך אויף ענדיגען דעם עסק?
מיר ווייסען אז דער תורה איז א וועג ווייזער און נאר רעכטיג. היתכן אז סזאל קענען ציקומען זיך גאר באניצען מיט תורת אמת אויף רשעות?
זאת ועוד, ווי אזוי איז דאס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען נישט גיהערט אזאלכע גשיכטעס? די אלע עגונה סיפורים זענען דוקא ווי דער מאן האט פארלאזט דאס ווייבעל און זיך אפגעפיצט אויף הרי חושך אין נישט ווי דאס פרוי האט זיך מסלק געווען און דער מאן ניצט דעם גט אויף נקמה אדער צו ווייל ער וויל גאר שלום בית.
איך האב תשובות אבער וויל הערען פונעם עולם
די תורה און אזוי איז אויכעט געפסקנ’ט אין הלכה אז כופין אותו עד שיאמר רוצה אני דאס הייסט די תורה הייסט אונז אז ווען בי’’ד /רבנים אנערקענען אז די מאן גט נישט פאר רישעות אדג.. זאל מען אנכאפען דעם פארשוין אין אנפראסקענען די ביינער מנה אחת אפים און אז עס העלפט נישט איינמאל זאל מען עם אנמקל’ן און צוזעצן מיט שמייסעדיגע גראבע שטיקער לעדער אזויפיל ביז ער וועט מרצונו געבן א גט , וואס גייט נישט מיט פעטש גייט מיט שטערקערע פעטש. א שטארק באקאנטע הלכה אן קיין מחלוקת .
נו וואס זאל מען טון אז די היינטיגע ליברליזם לאזט נישט געבען פעטש ? און האסט נאך טענות ???
און א’’י וואס פעטש קען מען נישט געבען היינט אבער די רבנות האט א כח איינצושפארן אין תפסה א מסרב לגט, איך מיין עס איז די איינציגע זאך וואס די רבנות קען ע’’פ חק אריינשמייסען אן תפסה אין די בג’’ץ קען נישט, תפסה פאר א מסרב/ה באלאנגט אויסשליסלעך צום רבנות. און עס ארבייט פיין דארט (וואלט מן הסתם געארבעט נאך בעסער מיט אפאר ווייטיגליכע פעטש).
אבער אריינפירען ליברליזם געזעצען און נישט לאזען טוהן ווי דער תורה הייסט און דערנאך פרעגן קשיות אויפ’ן דרך התורה איז אביסעל נאריש