לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה, איך הער די דאקטערס וויטנעס היינט איז געווען בושות נוראות, ער האט געמיינט אז דא איז לב טהור ווי מען קען זאגן ליגנט. ער האט אפאר מאל ליגענט געזאגט אויף שטותים וואס מאכט אפילו נישט קיין סענס, ליגענט לשם ליגענט, אן אפילו קיין שום סיבה, ס'איז נישט געווען לטובת די וויינגארטענס.
איך וויל אבער זעהן צו דו קענסט דא אריינקומען קלאר און דייטליך מיט א באריכט אויך ווי אזוי די וויינגארטענס וויטנעס האט ליגענט געזאגט אין קאורט היינט די שקלא וטריא אזוי ווי דו האסט געשריבן ווען די קעיס איז געגאנגען בעסער אויף זייער זייט, ווייז אונז אז דו ביזט א רעפארטער, נישט איינער פארציילט נאר זאכן וואס גייט גוט אויף זיין זייט. נו לאמיר זעהן. די עולם העט האבן שטארק רעספעקט פאר דיר אויב דו קענסט דאס מאכן.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יא, איך וועל נישט לייקענען אז ער האט זיך סותר געווען און ער איז געווען א חוזק. אבער די זאכן זענען נישט געווען קיין וויכטיגע זאכן, אויף דער עיקר הדברים האט ער זיך געהאלטן שטארק.
מען דארף געדענקען אז די גאווערמענט האט געמאכט אן אמבוש. זיי האבן פלוצלינג דערקלערט אז זיי האבן געענדיגט זייער זייט, און האבן ביי סופרייז נישט גערופן די מיידל אויף עדות. וואס אצינד האבן פלוצלינג די עדות פון די דעפענס געדארפט אנהויבן, און מען האט נישט געגעבן צייט זיך צוצוגרייטן. בכלליות האבן זיי זיך געהאלטן שטארק, בעיקר די פרוי. ביי די קראס איז דער פראסעקיוטער געגאנגען זייער אגרעסיוו און אפילו געשריגן. עס איז נישט עטיש געווען.
מען האט אים געפרעגט צי ער האט דיסקוסירט דעם קעיס מיט די וויטנעס, אויף וואס ער האט געלייקנט און מען האט אים אויפגעוויזן אז יא.
מען האט אים געפרעגט די עלטער פון די מיידלעך, וואס ער האט דערליווערט זייערע קינדער און ער האט גע'טענה'ט אז ער ווייסט נישט זייער עידזש. עס איז געווען בושות.
פון די אנדערע זייט. די מיידל איז נישט געקומען עדות זאגן אין קארט, אזוי ווי עס איז געווען געפלאנט. דער גאווערמענט האט איר פשוט נישט געוואלט ארויפברענגען. לויטן פלאן גייט זי קומען זאגן עדות פאר די וויטנעס. דאס איז א שטארקע געווינס פאר די אנגעקלאגטע, אז די דזשורי וועט זען אז זי איז אויף זייער זייט.

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך בין געווען זייער פארנומען היינט. און נאכנישט געהערט א פולשטענדיגע באריכט פונעם היינטיגן טאג. איך זעה יעצט וואס דער עולם באריכט אויפן שפיץ גאפל.
די מדוברת האט למעשה נישט אויפגעטרעטן פאר די גאווערמענט.
דיפענס היינט אנגעהויבן מיט 2 עדות. גרים. לב טהור. אזויגערופענע דאקטורים.
געווען א חוכא וטלולא זייער עדותשאפט מיט סתירות און בזיונות.
ווער קומט מארגן פאר די דיפענס?
וויפיל טעג איז ערווארטעט פאר די דיפענס צו ברענגען אלע זייערע עדות?
חכמת שלמה. קום אריין מיטן באריכט ביטע. און אינאיינוועגס זיי מרחיב בכתב וואספארא תיקונים, הוספות און סגולות האסט זיך אינטערגענומען להצלחת הטרייעל.

- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אזוי איז נארמאל. וואס האסטו געמיינט? מ׳שמועסט זיך אויס ווי חברים?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נמחק לעת עתה מחמת סיבות שונות, ואתכם הסליחה!
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עמרם האט געשריבן: ↑פארדעכטיגער האט געשריבן: ↑
די דעפענס האט געטרייט אראפ צו לייגן די גוטע חלקים פון לב טהור און פון בבל בפרט, אז ס'איז זייער א גוטע פלאץ מען טוט נישט וויי קיין פליג דארט, גארנישט איז נישט געצווינגען.
גוט צו געדענקען די שורה,
ווען שפעטער וועט מען פראבירן, ס''ה, צו זאגן אז די עונשים זענען נישט געפערליך,
אבער אין אנהייב לייקענט מען לגמרי.
ולא "פליגי", איינער רעדט פון מענטשן; דער צווייטער רעדט פון א פליג...
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם האט געשריבן: ↑ קומען יעצט אריין באריכטן אז מארגן גייט אויפטרעטן אין געריכט פאר די דיפענס. א אינגערמאן פון מאנסי. ארגינעל פון לב טהור.
נמחק
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
א שאד. די וויינגארטענס ווייסען נישט אז זיי קענען ווען סובפינען א פאר היימישע חברה פון דא קאווע שטיבל אזוי ווי @יעקב מעקסוועל. @בעל בעמיו. @ מילך טראק. און נאך אפאר וואס זיי האלטן אז לב טהור איז אזוי ווי אלע אנדערע קהילות, דאס איז דאך די שטערקסטע דיפענדס פוינט וואס די וויינגארטענס טרייען צו קאנווינסען די דזשורי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם האט געשריבן: ↑ קומען יעצט אריין באריכטן אז מארגן גייט אויפטרעטן אין געריכט פאר די דיפענס. א אינגערמאן פון מאנסי. ארגינעל פון לב טהור.
נמחק
ונזכה ונחיה ונראה מה יהיה חלומותיו.
ווער איז דער מענטש? ווי דרייט ער זיך?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 5:36 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:13 am איך וויל אריינרעדן איבער די מארגנדיגער עדות. ער איז ליידער א שונא מובהק פאר לב-טהור, ער איז גארנישט אזא אומשולדיגער שעפעלע. ער האט אוועקגעשלעפט זיין פרוי און קינדער פון די מקור האמת, פון די קהילה. היינט פרעסט ער פיש מיט פלייש מיט אלע טמא'נע זאכן וואס ביי אונז איז חזיר טריף. זאגן זאגט ער אז ער איז אן ערליכער איד און מען קען זיין אן ערליכער איד אויך אינדרויסן פון לב-טהור. מיר ווייסן אבער דעם אמת ווי הייליג מען קען זיין אינדרויסן פון די קהילה, די לבוש "בגדי ישע" האט ער זיך שוין אויסגעטאן און ער גייט אנגעטאן אזוי ווי אלע אמעריקאנער אידן, מיט זיין שטריימל און בעקעשע. ער מאכט נעבעך א רושם פון אזא צדיק, מיט זיינע לאנגע פיאות און פאלשע שמייכל, ער דאווענט נעבעך אזוי ערליך, אבער ער איז ליידער פארקראכן פון אונזער דרך, דער איינציגסטער מקור האמת. אין פאקט, ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה און מיטגעשלעפט מיט זיך זיין פרוי און קינדער. קוקט וואס עס איז געשען מיט די אלע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען צו די נייע קהילה אין גוטאמאלא, ואכמ"ל. ער איז בכלל נישט אונזער אוהב ובפנימיות לבבו האט ער אונז אויך פיינט שנאת מוות.
איך וויל נאר דערציילן, אז לכבוד אים האט דער ספרא דדיינא געמוזט נעמען א תיקון און מען האט אים געטוישט זיין נאמען. וויבאלד דער ספרא דדיינא האט בטעות גורם געווען אז ער זאל קענען מיטנעמען זיין ווייב אין קינדער פון לב-טהור מיט זיך, האט ער געמוזט תשובה טון דערויף און מען האט אים געטוישט די נאמען פון "אבא יעקב נחום" ("אבא" האט מען שוין געהאט געטוישט א צייט פריער) צו "פסח אבא ירחמיאל", און אזוי הייסט ער היינט. אלעס וועגן אים.
יא, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תליה און מיר מוזן צוקומען צו אים.
ער גייט מיט א שיטה אז ער איז קעגן לב-טהור, אבער זייענדיג א חלק פונעם טרייעל, האלט ער מיט די צד פון לב-טהור בנוגע די טרייעל, וויבאלד עס איז באופן מסוימת אויך זיין קעיס. איך זאג אייך צו אז א טאג נאכן טרייעל וויל ער אונז מער נישט אנקוקן. דאהי קען איך זאגן דעם אמת, וויפיל מען האט אים ליב אין די קהילה און וויפיל ער האט אונז ליב אויף צוריק.
אבער, איך ווייס נישט וויפיל עס איז אויסגעהאלטן אויסצושמועסן דאהי די פריוואטע לעבן פון יחידים. איך מיין אז ביי די פריעדיגע צוויי עדות האט מען נישט אויסגעשמועסט דא ברבים איבער זיי, מען האט נאר ארומגערעדט אין דזשענערל. מיין תאוה ברענט אין מיר פאר כעס און שנאה, ער איז נישט אויף אונזער זייט. אבער איך מיין אז מאראליש איז ריכטיג זיך צוריקצוהאלטן דא.
היינט האט די הנהלה ארום געשיקט איינע פון די גרים א בריון מיטן נאמען עזרא מנחם צו ציכאפן אלע טעלפאנס פון די אלע מענטשן וואס האבן באהאלטנערהייט, וועגן די גאנצע מעשה מיט די 10 משפחות וואס זייערע מענער האבן גיהאט קאנטאקטס מיט מענטשן אינדרויסן.
סא לויט ווי די שפילסט די געיים אז ביסט אין לב טהור מאכט דאך נישט קיין סענס אז דו האסט נאך דיין טעלפאן??
פון צווייטן זייט אין לב טהור האט קיינער נישט פיינט דעם יונגערמאן. מען האט קיינמאל עהם נישט בארעדט.
פארקערט לב טהור חנפנט זיך שוין צו עהם א לאנגע צייט כדיי ארויס צו באקומען פון עהם גוטע עדות פאר די וויינגארטןס.
זעהט אויס איך בין אויפדעט וואס טוט זיך אין לב טהור מער פון דיר וואס דו געפינסט זיך קלוימפערשט דארטן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@חכמת שלמה האסט מיך געמאכט שמייכלען
האלטסט אים אזוי, ווייל ער איז ארויס פון לב טהור (טמא) מיט זיין פרוי און קינדער, און ער עסט פלייש און פיש, און גייט מיט א שטריימל
זאלסטו וויסן אז אלע קאווע שטיבל שרייבער און ליינער זענען פונקט אזוי, סא וואס קומסטו דא פארפירן ?
אונז זענען אלע אינדערויסן פון די קולט, מיט די ווייב און קינדער, מ'עסט פיש און פלייש, און מ'גייט מיט שטריימלעך,
און מ'האלט אז מ'קען זיין אן ערליכער איד דא (די שאלה איז צו דארט קען מען זיין ? אויב עסט מען נישט פיש און פלייש, ווי אזוי איז מען מקיים שמחת יו''ט, וואס רוב פוסקים האלטן אז מ'דארף האבן פלייש ועי' קיצור ש''ע)
סא איך כאפ נישט וואס די ווילסט אונז זאגן
(חוץ, אז דו האסט דא א צווייטע כוונה, דו ווילסט אז די עולם זאל זיין מיט אים, אזוי ווען ער וועט זאגן לטובת הקולט, זאל מען אים גלייבן, אדער ביסטו גאר דעם איד, גיי ווייס)
@אפרים האקט שוין
האלטסט אים אזוי, ווייל ער איז ארויס פון לב טהור (טמא) מיט זיין פרוי און קינדער, און ער עסט פלייש און פיש, און גייט מיט א שטריימל
זאלסטו וויסן אז אלע קאווע שטיבל שרייבער און ליינער זענען פונקט אזוי, סא וואס קומסטו דא פארפירן ?
אונז זענען אלע אינדערויסן פון די קולט, מיט די ווייב און קינדער, מ'עסט פיש און פלייש, און מ'גייט מיט שטריימלעך,
און מ'האלט אז מ'קען זיין אן ערליכער איד דא (די שאלה איז צו דארט קען מען זיין ? אויב עסט מען נישט פיש און פלייש, ווי אזוי איז מען מקיים שמחת יו''ט, וואס רוב פוסקים האלטן אז מ'דארף האבן פלייש ועי' קיצור ש''ע)
סא איך כאפ נישט וואס די ווילסט אונז זאגן
(חוץ, אז דו האסט דא א צווייטע כוונה, דו ווילסט אז די עולם זאל זיין מיט אים, אזוי ווען ער וועט זאגן לטובת הקולט, זאל מען אים גלייבן, אדער ביסטו גאר דעם איד, גיי ווייס)
@אפרים האקט שוין
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קוק, דיין ברודער וואס געפינט זיך נאך דא, איז געבליבן מיטן סעלפאן. אמת? - דו ווייסט אליין אז עס זענען געבליבן נאך מענטשן מיט סעלפאנ'ס.אפרים האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:29 am היינט האט די הנהלה ארום געשיקט איינע פון די גרים א בריון מיטן נאמען עזרא מנחם צו ציכאפן אלע טעלפאנס פון די אלע מענטשן וואס האבן באהאלטנערהייט, וועגן די גאנצע מעשה מיט די 10 משפחות וואס זייערע מענער האבן גיהאט קאנטאקטס מיט מענטשן אינדרויסן.
סא לויט ווי די שפילסט די געיים אז ביסט אין לב טהור מאכט דאך נישט קיין סענס אז דו האסט נאך דיין טעלפאן??
פון צווייטן זייט אין לב טהור האט קיינער נישט פיינט דעם יונגערמאן. מען האט קיינמאל עהם נישט בארעדט.
פארקערט לב טהור חנפנט זיך שוין צו עהם א לאנגע צייט כדיי ארויס צו באקומען פון עהם גוטע עדות פאר די וויינגארטןס.
זעהט אויס איך בין אויפדעט וואס טוט זיך אין לב טהור מער פון דיר וואס דו געפינסט זיך קלוימפערשט דארטן
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וואס הייסט, אפשר ביסטו מסביר ווי אזוי דאס ארבעט?חכמת שלמה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:13 am איך וויל אריינרעדן איבער די מארגנדיגער עדות. ער איז ליידער א שונא מובהק פאר לב-טהור, ער איז גארנישט אזא אומשולדיגער שעפעלע. ער האט אוועקגעשלעפט זיין פרוי און קינדער פון די מקור האמת, פון די קהילה. היינט פרעסט ער פיש מיט פלייש מיט אלע טמא'נע זאכן וואס ביי אונז איז חזיר טריף. זאגן זאגט ער אז ער איז אן ערליכער איד און מען קען זיין אן ערליכער איד אויך אינדרויסן פון לב-טהור. מיר ווייסן אבער דעם אמת ווי הייליג מען קען זיין אינדרויסן פון די קהילה, די לבוש "בגדי ישע" האט ער זיך שוין אויסגעטאן און ער גייט אנגעטאן אזוי ווי אלע אמעריקאנער אידן, מיט זיין שטריימל און בעקעשע. ער מאכט נעבעך א רושם פון אזא צדיק, מיט זיינע לאנגע פיאות און פאלשע שמייכל, ער דאווענט נעבעך אזוי ערליך, אבער ער איז ליידער פארקראכן פון אונזער דרך, דער איינציגסטער מקור האמת. אין פאקט, ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה און מיטגעשלעפט מיט זיך זיין פרוי און קינדער. קוקט וואס עס איז געשען מיט די אלע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען צו די נייע קהילה אין גוטאמאלא, ואכמ"ל. ער איז בכלל נישט אונזער אוהב ובפנימיות לבבו האט ער אונז אויך פיינט שנאת מוות.
איך וויל נאר דערציילן, אז לכבוד אים האט דער ספרא דדיינא געמוזט נעמען א תיקון און מען האט אים געטוישט זיין נאמען. וויבאלד דער ספרא דדיינא האט בטעות גורם געווען אז ער זאל קענען מיטנעמען זיין ווייב אין קינדער פון לב-טהור מיט זיך, האט ער געמוזט תשובה טון דערויף און מען האט אים געטוישט די נאמען פון "אבא יעקב נחום" ("אבא" האט מען שוין געהאט געטוישט א צייט פריער) צו "פסח אבא ירחמיאל", און אזוי הייסט ער היינט. אלעס וועגן אים.
יא, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תליה און מיר מוזן צוקומען צו אים.
ער גייט מיט א שיטה אז ער איז קעגן לב-טהור, אבער זייענדיג א חלק פונעם טרייעל, האלט ער מיט די צד פון לב-טהור בנוגע די טרייעל, וויבאלד עס איז באופן מסוימת אויך זיין קעיס. איך זאג אייך צו אז א טאג נאכן טרייעל וויל ער אונז מער נישט אנקוקן. דאהי קען איך זאגן דעם אמת, וויפיל מען האט אים ליב אין די קהילה און וויפיל ער האט אונז ליב אויף צוריק.
אבער, איך ווייס נישט וויפיל עס איז אויסגעהאלטן אויסצושמועסן דאהי די פריוואטע לעבן פון יחידים. איך מיין אז ביי די פריעדיגע צוויי עדות האט מען נישט אויסגעשמועסט דא ברבים איבער זיי, מען האט נאר ארומגערעדט אין דזשענערל. מיין תאוה ברענט אין מיר פאר כעס און שנאה, ער איז נישט אויף אונזער זייט. אבער איך מיין אז מאראליש איז ריכטיג זיך צוריקצוהאלטן דא.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
למעשה האט היינט טעסטעפייד ר' אברהם גרינהוט, א עסקן פון ווילימסבורג וואס איז שטארק געווען אינוואלד אין די טעללער פעמילי, און זיך געלאזט קאסטן ממון ודמים די לעצטע פינעף יאר זיי העלפן זיך סעטלען אין וויליאמסבורג.
די דיפענס האבן איהם סובפינעד און געוואלט איהם בלעימען פאר די גאנצע קינדעפינג מעשה, און ארויסבאקומען פון איהם אז די קינדער האבן נישט געוואלט זיין ביי די מאמע. שטעלט זיך אבער ארויס אז ס'איז זיי נישט געגאנגען ווי געפלאנט, זיי האבן נאר חרוב געמאכט מיט איהם ברענגען, זיי האבן גארנישט ארויס באקומען פון איהם, אויב עפעס נאר פארקערט.
די דיפענס האבן איהם סובפינעד און געוואלט איהם בלעימען פאר די גאנצע קינדעפינג מעשה, און ארויסבאקומען פון איהם אז די קינדער האבן נישט געוואלט זיין ביי די מאמע. שטעלט זיך אבער ארויס אז ס'איז זיי נישט געגאנגען ווי געפלאנט, זיי האבן נאר חרוב געמאכט מיט איהם ברענגען, זיי האבן גארנישט ארויס באקומען פון איהם, אויב עפעס נאר פארקערט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 5:36 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אויכעט האט היינט טעסטעפייט א דאקטאר וואס איז א גר, א לב טהור מעמבער, וואס די וויינגארטנס האבן געטרייט צו מאכן אויסזעהן לב טהור ווי א גוטע פלאץ און אז די הנהלה זענען נאר דא צו העלפן די עולם און לערנען מיט זיי.
ווען די גאווערמענט האט איהם געקראסט האבן זיי ארויסבאקומען פון איהם אז די הנהלה זענען אויך דעיע וואס מאכן די תקנות.
ווען די וויינגארטנס האבן איהם גיפרעגט צו ער האט אויסגעשמיסט מיט איינעם וואס וואס צו טעסטעפייען האט ער געענפערט אז ניין.
נאכדעם האט די גאווערמענט איהם געפרעגט צו ער האט אדורכגשמועסט מיט די דיפענדענטס וואס צו טעסטפייען, האט ער געענפערט אז יא.
האט מען עהם געכאפט ביי א סתירה.
ביזדערווייל זעהט אויס ווי אלע עדות וואס די דיפענדענטס האבן געברענגט האט נאר ערגער געמאכט.
נאך די דזשורי איז ארויס האט מען זיך ארומגעשלאגן לגבי די נעקסטע עדות וואס די דיפענדענטס ווילן ברענגען. די שופט האט אראפגענומען פון די ליסט כמעט אלע, מיטן טענה אז אלע עדות וואס די דיפענדענטס האבן ביזדערווייל געברענגט האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט די קעיס, און עס פארדרייט סתם די קאפ פון די דזשורי.
נעקסטע וואך דארף צו טעסטעפייען דער יונגערמאן פון מאנסי, אן עקס לב טהור, און נאך א לב טהור מעמבער וואס איז איז היינט צוטאגס א פארט פון די הנהלה.
ווען די גאווערמענט האט איהם געקראסט האבן זיי ארויסבאקומען פון איהם אז די הנהלה זענען אויך דעיע וואס מאכן די תקנות.
ווען די וויינגארטנס האבן איהם גיפרעגט צו ער האט אויסגעשמיסט מיט איינעם וואס וואס צו טעסטעפייען האט ער געענפערט אז ניין.
נאכדעם האט די גאווערמענט איהם געפרעגט צו ער האט אדורכגשמועסט מיט די דיפענדענטס וואס צו טעסטפייען, האט ער געענפערט אז יא.
האט מען עהם געכאפט ביי א סתירה.
ביזדערווייל זעהט אויס ווי אלע עדות וואס די דיפענדענטס האבן געברענגט האט נאר ערגער געמאכט.
נאך די דזשורי איז ארויס האט מען זיך ארומגעשלאגן לגבי די נעקסטע עדות וואס די דיפענדענטס ווילן ברענגען. די שופט האט אראפגענומען פון די ליסט כמעט אלע, מיטן טענה אז אלע עדות וואס די דיפענדענטס האבן ביזדערווייל געברענגט האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט די קעיס, און עס פארדרייט סתם די קאפ פון די דזשורי.
נעקסטע וואך דארף צו טעסטעפייען דער יונגערמאן פון מאנסי, אן עקס לב טהור, און נאך א לב טהור מעמבער וואס איז איז היינט צוטאגס א פארט פון די הנהלה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עס איז ערב שבת מיינע ברודער דא. נישטא קיין עקסטערע מינוט. לאמיר עס מאכן גאר בקיצור.
למעשה איז דער אויבנדערמאנטער מאנסי עדות פאר די דיפענס נישט געקומען היינט. ער קומט מאנטאג. און דערנאך איז ערווארטעט אז די מדוברת / נערה וועט אויך אויפטרעטן מאנטאג אלס עדות פאר די באשולדיגטע.
צוליב ערב שבת איז היינט געווען א קורצערע טאג אין געריכט. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א גוי - א פינאנץ מיניסטער גאר - פון די קהילת לב טהור אין גוטאמאלא. ער האט עדות געזאגט אז ער פארקויפט פאר די קהילה און אלעס ווערט באצאלט פון די מענטשן דארט און נישט פון די הנהלה. (זעה נישט ווי עס העלפט די דיפענס קיין סאך)
דערנאך האט אויפגעטרעטן א פרישער דאקטאר פון בבל. א גר. דר. גוזמאן (זעהט אויס ווי בבל איז א עיר מלאה דאקטורים) און ער האט עדות געזאגט אז אלעס פירט זיך דארט כראוי וכהוגן בנחת ובניקל. ביי קראוס האט ער נישט געקענט גענוי ענטפערן אלס דאקטאר אויב 12 יאריגע מיידלעך איז געזונט צו ווערן טראגעדיג. אזוי אויך ווייסט ער נישט פונקטליך אויב עס איז נארמאל פאר 18 יאריגע מענער צו חתונה האבן מיט 12 יעריגע מיידלעך. ועוד.
דערנאך איז געקומען די רייע פאר עדות ר' אברהם גרינהוט פון וומס"ב, א עסקן אינוואלווד די לעצטע 6 יאר מיט פליטי לב טהור. ווי פון אים אין שטוב אין וואודרידזש איז פארגעקומען די קידנעפינג. די באשולדיגטע האבן בעיקר געוואלט ארויסברענגען אז דער אינגערמאן פירט אלעס אן מיט א אייגענע אגענדע, און אז אלעס וואס מזאגט אויף זיי איז שקר מיסודה, און אז ער האט געמאכט בלבולים אויף זיי, וכו'. - ביי קראוס האט די גאווערמענט זיך ארויפגעכאפט ווי צו הייסע לאקשן צו דעם עדות.. און האט צושמירט לארכה ולרחבה די קידנעפינג נאכאמאל פארנט פון די דזשורי, און וויאזוי פארלוירן די מאמע פון די קינדער איז געווען, און אזוי ווייטער.
א גוט שבת. נישטא קיין צייט היינט מרחיב צו זיין. זייטס מיר מוחל.

- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מאנטאג וועט זיין קודם די מיידל און נאכדעם יענער עד.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
לאמיר עס דא נאכאמאל קלאר מאכן פאר דער וואס האט עס נאכנישט אויפגעכאפט פון די דערנעבענדיגע לב טהור אשכול.אפרים האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:29 amחכמת שלמה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:13 am איך וויל אריינרעדן איבער די מארגנדיגער עדות. ער איז ליידער א שונא מובהק פאר לב-טהור, ער איז גארנישט אזא אומשולדיגער שעפעלע. ער האט אוועקגעשלעפט זיין פרוי און קינדער פון די מקור האמת, פון די קהילה. היינט פרעסט ער פיש מיט פלייש מיט אלע טמא'נע זאכן וואס ביי אונז איז חזיר טריף. זאגן זאגט ער אז ער איז אן ערליכער איד און מען קען זיין אן ערליכער איד אויך אינדרויסן פון לב-טהור. מיר ווייסן אבער דעם אמת ווי הייליג מען קען זיין אינדרויסן פון די קהילה, די לבוש "בגדי ישע" האט ער זיך שוין אויסגעטאן און ער גייט אנגעטאן אזוי ווי אלע אמעריקאנער אידן, מיט זיין שטריימל און בעקעשע. ער מאכט נעבעך א רושם פון אזא צדיק, מיט זיינע לאנגע פיאות און פאלשע שמייכל, ער דאווענט נעבעך אזוי ערליך, אבער ער איז ליידער פארקראכן פון אונזער דרך, דער איינציגסטער מקור האמת. אין פאקט, ער איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה און מיטגעשלעפט מיט זיך זיין פרוי און קינדער. קוקט וואס עס איז געשען מיט די אלע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען צו די נייע קהילה אין גוטאמאלא, ואכמ"ל. ער איז בכלל נישט אונזער אוהב ובפנימיות לבבו האט ער אונז אויך פיינט שנאת מוות.
איך וויל נאר דערציילן, אז לכבוד אים האט דער ספרא דדיינא געמוזט נעמען א תיקון און מען האט אים געטוישט זיין נאמען. וויבאלד דער ספרא דדיינא האט בטעות גורם געווען אז ער זאל קענען מיטנעמען זיין ווייב אין קינדער פון לב-טהור מיט זיך, האט ער געמוזט תשובה טון דערויף און מען האט אים געטוישט די נאמען פון "אבא יעקב נחום" ("אבא" האט מען שוין געהאט געטוישט א צייט פריער) צו "פסח אבא ירחמיאל", און אזוי הייסט ער היינט. אלעס וועגן אים.
יא, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון תליה און מיר מוזן צוקומען צו אים.
ער גייט מיט א שיטה אז ער איז קעגן לב-טהור, אבער זייענדיג א חלק פונעם טרייעל, האלט ער מיט די צד פון לב-טהור בנוגע די טרייעל, וויבאלד עס איז באופן מסוימת אויך זיין קעיס. איך זאג אייך צו אז א טאג נאכן טרייעל וויל ער אונז מער נישט אנקוקן. דאהי קען איך זאגן דעם אמת, וויפיל מען האט אים ליב אין די קהילה און וויפיל ער האט אונז ליב אויף צוריק.
אבער, איך ווייס נישט וויפיל עס איז אויסגעהאלטן אויסצושמועסן דאהי די פריוואטע לעבן פון יחידים. איך מיין אז ביי די פריעדיגע צוויי עדות האט מען נישט אויסגעשמועסט דא ברבים איבער זיי, מען האט נאר ארומגערעדט אין דזשענערל. מיין תאוה ברענט אין מיר פאר כעס און שנאה, ער איז נישט אויף אונזער זייט. אבער איך מיין אז מאראליש איז ריכטיג זיך צוריקצוהאלטן דא.
היינט האט די הנהלה ארום געשיקט איינע פון די גרים א בריון מיטן נאמען עזרא מנחם צו ציכאפן אלע טעלפאנס פון די אלע מענטשן וואס האבן באהאלטנערהייט, וועגן די גאנצע מעשה מיט די 10 משפחות וואס זייערע מענער האבן גיהאט קאנטאקטס מיט מענטשן אינדרויסן.
סא לויט ווי די שפילסט די געיים אז ביסט אין לב טהור מאכט דאך נישט קיין סענס אז דו האסט נאך דיין טעלפאן??
פון צווייטן זייט אין לב טהור האט קיינער נישט פיינט דעם יונגערמאן. מען האט קיינמאל עהם נישט בארעדט.
פארקערט לב טהור חנפנט זיך שוין צו עהם א לאנגע צייט כדיי ארויס צו באקומען פון עהם גוטע עדות פאר די וויינגארטןס.
זעהט אויס איך בין אויפדעט וואס טוט זיך אין לב טהור מער פון דיר וואס דו געפינסט זיך קלוימפערשט דארטן
חכמת שלמה האט זיך שוין אפן מודה געווען אז ער איז נישט אין לב טהור און ער האט נישט קיין שום שייכות אהין, סך הכול האט ער א חבר וואס איז אנגעקומען דארטן און ער געבט אים איבער אינפערמאציע.
ער האט דאס קלאר מודה געווען מיט זיין פריערדיגע ניק 'שמואל פרימו' וואס איז שפעטער אויסגעשפארט געווארן פארן טראלן. חכמת שלמה האט אפן מודה געווען אז ער איז שמואל פרימו. דער האט א געוויסע תאווה צו שפילן מיטן עולם.
מען לאזט אים נאר דא ווייל למעשה ברענגט ער אינטערסאנטע באריכטן, אבער מען דארף נישט ווערן איבערגענומען פון די קשיות און סתירות. אלעס וואס ער זאגט זאל מען נעמען מיט א ברעקל זאלץ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מייינסט צו זאגן מיט א טראקלאוד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארדעכטיגער האט געשריבן: ↑ א שאד. די וויינגארטענס ווייסען נישט אז זיי קענען ווען סובפינען א פאר היימישע חברה פון דא קאווע שטיבל אזוי ווי @יעקב מעקסוועל. @בעל בעמיו. @ מילך טראק. און נאך אפאר וואס זיי האלטן אז לב טהור איז אזוי ווי אלע אנדערע קהילות, דאס איז דאך די שטערקסטע דיפענדס פוינט וואס די וויינגארטענס טרייען צו קאנווינסען די דזשורי.
אדער קען זיין ווען מען וואלט אונז גערופן וואלט מען אויך איינגעזעצט הנהלות פון אנדערע קהילות...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
צום פינטל.
די מדוברת / נערה אויפ'ן עדות שטיל יעצט.
למעשה.... איז דא גאר אנטוישנדע אנטוויקלונג איבער די וויקענד בנוגע די עדות וואס איז געווען אין פלאן פון די באשולדיגטע צו רופן...
די גאווערמענט האט אנגערופן די עדות פון די דיפענס זייט וואס האבן געפלאנט צו קומען עדות זאגן לטובת די דיפענס, עדות וואס זענען געווען אינוואלווד אין די קידנעפינג, און האבן געמאכט פלי דיעלס אדער האבן שוין אפגעזעצן אין תפיסה און זענען יעצט אויף פראבעישן, אז אויב זיי גייען קומען עדות זאגן אין געריכט און זיי גייען זאגן די מינדערסטע ליגענט אויפן סטענד וועט מען נישט רחמנות האבן אויף זיי, און זיי וועלן ווערן געקלאגט מיט פורדזשורי, ליגענט זאגן אונטער שבועה.
די דיפענס האט היינט צופרי זיך באקלאגט צום שופט אז די גאווערמענט טוט וויטנעס טעמפערונג מיטן אנרופן און סטראשען די עדות וואס ווילן קומען. נאכן אויספרעגן אלע צדדים דין ודברים היכן הוי, האט דער שופט געזאגט אז ער זעהט נישט די עוולה פון רופן עדות און זיי אנזאגן נאר צו זאגן דעם אמת און נישט דערוואגן ליגענט צו זאגן במזיד אונטער שבועה.
ונזכה ונחיה ונראה מי ומי ההולכים, און ווער עס גייט נאך קומען עדות זאגן פאר די דיפענס נאך אזא קלארשטעלונג און ווארענונג.

להרחבת הענין
די גאווערמענט האט זיך מסביר געווען פארן שופט היינט אינדערפרי אז זיי רופן נישט יעדע עדות וואס די דיפענס פלאנט צו רופן. זיי האבן נאר גערופן אלע עדות וואס זענען געווען אינוואלווד אין דעי קידנעפונג. ווס דעי אלע האבן א סיבה ליגענט צו זאגן יעצט ביי די טרייעל. און די שופט האט מסכים געווען צו דעם דערהער.
אבער אנדערע עדות וואס זענען קיינמאל נישט געווען אינוואלווד אין דעי קידנעפונג איז נישטא קיין ספעציעלע סיבה צו חושד זיין אויף ליגענט זאגן האבן זיי טאקע נישט אנגערופן בכלל צו ווארענען.