צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
עס איז צייט צוריקצוגיין צום אנפאנג אשכול, און נאכפאלגן מיט אן אפדעיט.
איז אזוי:
דא האמיר א לאנג ערווארטעטע דעבאטע איבער די מדנ"י-פאלעסטינע קאנפליקט, אנגעפירט ביי לעקס פרידמאן, צווישן פיר עקספערטן" אין דעם נושא..
נארמאן פינקעלשטיין - אן היסטאריען און קריטיקירער פון מדינת ישראל,
בעני מאריס - אן היסטאריען בעד מדינת ישראל,
מואין ראבאני - אן אנאליסט איבערן מיטל מזרח און קריטיקירער פון מדנ"י,
סטיווען באנעל (המכונה דעסטיני) - א פאליטישע קאמענטירער בעד מדנ"י,
מ'קען אריינגיין א לענגס און א ברייטס איבער די פארם און אויסשטעל פון דעם שמועס אליין, אבער דאס וואלט פארשטייט זיך גענומען כאטש 5 שעה...
איין אבזערוואציע יא, נארמאן ענדיגט נישט צוצייכענען ביכער און מקורות בעת וואס קיין גראדע ארגומענט קען ער נישט שטעלן, ער שטרוימאן'ט בעני מאריס א היבשע פאר מאל מיטן ציטירן זיינע ביכער ארויס פון קאנטעקסט ווען דער בעל השמועה איז עומד לפניו, ער רייסט אראפ סטיווען באנעל אומאויפהערבאר מיט אד האמינם אטאקעס, און ענדיגט נישט שרייען ווי באגלייבט ער (אדער אנדערע וועם ער ציטירט) איז בלויז פאר דעם פאקט פון זיין אן 'עקספערט'...
מ'קען רואיגערהייט אויסשניידן זיינע שטיקלעך און די שמועס איז פונקט אזוי אינפארמאטיוו... אבער דאס איז נאר א זייטיגע נאטיץ.
די עצם דיסקוסיע קומט למעשה אראפ צו צוויי הויפט חלקים. 1. די שאלה איבער די לעגיטימאציע (עטיש און פאליטיש) פון די רעיון והקמת המדינה בכלל. און 2. די שאלה איבער די נאכפאלגענדע און היינטיגע קאנדוקט פון ביידע - סיי מדנ"י און סיי די פאלעסטינע בשייכות איינער דעם צווייטן. [זיי רעדן דארטן אויך איבער די מעגליכקייט פאר א שלום פלאן, ווי אויך איז אינטרעסאנט צו אנאלאזירן די אבנארמאלע ריס וואס עס הערשט צווישן יעדער וואס רירט נאר אן דעם סוביעקט און פארוואס עס איז אזא דיווייסיוו נושא, אבער איך מיין דאס איז סוכ"ס נאך א תוצאה פון די עצם דעבאטע און שטעלונג וואס מ'האט אין די צוויי פריער-דערמאנטע חלקים.]
די ערשטע שאלה איבער דעם געדאנק פון אוועקשטעלן א מדינה אין א שטח וואו פאלעסטינער האבן (כלומר'שט) דאמינירט, נעמט אריין א געוואלד פון היסטארישע פאקטן און אפטייטשן.
- סיי צו מ'נעמט אן די טענה אז אידן האבן א רעכט צוריקצוגיין נאך טויזענטער יאר צו זייער 'היימלאנד' און צו דאס מאכט עס ווייניגער היימלאנד פאר פאלעסטינער,
- סיי צו מ'קוקט בכלל אן פאלעסטינער אראבער ווי א אינדיגענעאס פאלק אינעם שטח,
- צו די פאקט אז אראבער האבן אזויפיל אנדערע פלעצער בארעכטיגט אוועקצונעמען פון זיי עפעס,
- צו בריטען און די UN האבן בכלל וואס איינצוטיילן לגבי אנדערע לענדער - און אין דעם איז נכלל א שאלה אויב היינט וואלטן די UN אויך אזוי געטון ווי דאן, און אויב נישט, וואס זענען די השלכות פון אזא געדאנק,
- וואס פונקטליך איז געווען די רעיון הציונות - וויפיל געוויכט האט עס געלייגט אויפן געדאנק פון זען די אראבער ארויס פון דארט מיט גוטן אדער בייזן, (מאכט א נ"מ די מיטל?), און וויאזוי מ'לערנט אפ די שפעטערע פארסירונגען אין דעם ליכט, אזוי אויך אפי' אויב איז עס יא געווען א חלק פונעם געדאנק, איז עס געווען איינגעפעדעמט אין אפציעלע פאליסיס? איז עס בכלל א נפקא מינה?
- וויפיל האבן די אידישע טעראר ארגאניזאציעס באמת געהאט שייכות מיט די מעין סטריעם רעיון הציונות?
- איז געווען ראציאנאל פאר די פאלעסטינער אפצושלאגן א צוויי-שטאטן מאנדאט, אדער דעם ספעציפישן פון 1948? וואס טוט זיך לגבי זייערע פחד אז זיי גייען ווערן פארטריבן?
און אזוי ווייטער.
מ'קען אויך אריינגיין דא מער אין פרטים אין די צילן און מיטלען סיי פון די ציונים און סיי פון די אראבער אין יענע תקופה, אבער דאס פארט שוין אריין אין די צווייטע חלק - וויאזוי מ'קוקט אן לכתחילה און מיט וועלכע בייעס (prejudice) מ'טרעט צו צום שמועס איבער ווער עס איז בארעכטיגט אין דעם פארצויגענעם ענדלאזע קאנפליקט, ווער עס האט דעם מאראלע-הויכע-גראונד, און ווער איז מער באגלייבט וכו'.
די צווייטע חלק ווי נארוואס געזאגט, פארנעמט זיך איבער דעם שאלה פון למעשה, ס'איז שוין א מצב פון הדביק פת בתנור - די מציאות איז שוין דא, וואס יעצט? און עס גייט טיפער ווי דעם, וועמענס צד נעמט מען אן נאך איידער מ'הייבט אן דיסקוסירן?
- איז מדנ"י מער באגלייבט ווייל זיי זענען א דעמאקראטיע, אדער קען מען נישט גלייבן קיין ג'ענאסיידעל-אפארטהייד לאנד? איז עס בכלל? ווער קען באשליסן איבער דעם?
- זענען די פאלעסטינער בארעכטיגט צו יעדע סארט מעגליכע רעסיסטענס, אדער איז עס ריין טעראריזם?
- אפערירט די מדנ"י מיליטער אן פון אויבן אראפ מיט ארגאנעזירטע בייזוויליגע אקטן אנקעגן ציווילע, אדער איז דאס כאמאס וואס טוט אזוי?
- איז די (שוין געטוישטע) טשארטער פון כאמאס אן אנדייטונג אויף זייערע שלעכטס, אדער זענען די מימרות פון מדנ"י הויפטן ערגער?
- איז די נתניהו רעגירונג א ריסנאבעל רעגירונג, אדער רעפרעזענט כאמאס אלע פאלעסטינער?
- טוט די שמחה פון די עזה איינוואוינער אויף OCT 7 בארעכטיגן די שטראף, אדער קען מען זאגן די זעלבע לגבי מדנ"י?
- טוען זיי אנאקסירן די מערב ברעג פשוט צו האלטן קרימינאלן אונטער קאנטראל, אדער איז דאס וואס איז גורם די קרימינאלן?
- איז עזה א תפיסה און מדנ"י האט דערויף א בלאקאדע, אדער איז דאס די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון?
- איז די פאקט אז כאמאס רעדט נאר פון טערעראזירן מדנ"י - און נישט אידן איבער די וועלט - אן אנדייטונג אז זיי מיינען בלויז פאליטיק, אדער זענען די אלע 'איסלאמיסטישע' אטאקעס און גרופעס אן אנדייטונג אויף עפעס טיפער?
- קען מען גלייבן די 'כאמאס נומערן' איבער די צאל טויטע אין עזה, אדער האבן זיי ניטאמאל גע'האקט קעפ שמחת תורה?
- אויב מדנ"י האט מען שוין דערווישט מיט גענוג ליגנטס און קריג פארברעבנס בעבר קען מען זיי גלייבן איבער שמחת תורה און איבער די מלחמה?
- האט די אלע UN רעזאלוציעס עפעס האפט, אדער דארפן די פאלעסטינער זיי אויך נישט אננעמען בכלל לגבי דעם הקמת המדינה?
- ווילן מדנ"י באמת שלום נאר די פאלעסטינער זאגן עס אייביג אפ, אדער זענען די פארשלאגן קיינמאל נישט געווען צופרידנשטעלנד (קוק עס אן ווי די יעצטיגע אפמאכן וואס מדנ"י ווארפט אפ..) און נאך א שלום וואלטן זיי קיינמאל גארנישט געקענט ערווארטן מער?
מ'קען גיין ווייטער און ווייטער דערמיט, און מ'קען דאן נעמען יעדע ארגומענט און קאנטער ארגומעט און בויען פון פריש דערויף א געביידע פון ארגומענטן און קאונטער ארגומענטן.
אביסל פילט זיך עס ווי א דעד-ענד וואס ווי געשמועסט דא קען צומאל למעשה ווערן אויסגע'פסק'נט נאר דורך געפיל.
אבער ווי געזאגט, יעדע אבער ממש יעדע אזא דעבאטע הייבט זיך אן אויפן דריטן שטאק שוין, מ'גייט קיינמאל נישט אראפ עסטעבלישן און זיך אויס'טענה'ן איבער די בעסיקס אויף וואס די אלע ארגומענטן ליגן, נעמליך, וויאזוי די פאראמעטערס ווערן געבויט און וועמענ'ס ווארט מ'נעמט ענדערש אן לכתחילה, וועלכע זאכן זענען א מונח און וועלכע זאכן גייט מען טשעלענדזשן (וואס ווי עס שיינט האבן ביידע זייטן א געוויסע דאבל-סטאנדארט דערין)...
עס בלייבט נאר איבער צום האפן אז ערגעצוואו גייען ביידע זייטן מוזן איינזען אז די בעסטע אפציע איז יא אנצוהייבן אויסהערן איינער דעם צווייטן (-אנגעהויבן ביי די מענטשן וועלכע דעבאטירן עס נאר...), און דאס וועט זיך דאן קענען איבערגיסן צו מער סימפאטיע און באוויליגונג איינצוגעבן פון ביידע זייטן אביסל, למען השלום.
די פראבלעם איז נאר, אז למעשה האט מדנ"י כמעט אייביג דעם אויבערהאנט מיליטעריש וממילא האבן זיי נישט באמת קיין סיבה צו דארפן אנפאנגען איינגעבן, ווי אויך איז זייער שווער יעצט אז דאס זאל געלאזט ווערן פאסירן, עס וועט נאך אויסקוקן ווי חוטא נשכר - די טעראר האט צום סוף געווינען זייער מערכה. אבער למעשה, אויב זאגט מדנ"י איינער פון די צוויי ארגומענטן הויעך (-וואס זיי טוען), האקן זיי זיך אליינס אונטער די פיס אז זיי ווילן אייביג נאר שלום און די פאלעסטינער זענען די שלעכטע, ווייל עס מאלט זיך נישט ביי קיינעם אין געדאנק אז 'מסכים זיין' צו א שלום ווי מ'דארף גארנישט איינגעבן הייסט בכלל אן הסכמה...
ודי בזה.

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נארמען פינקעלשטיין קומט טאקע אריין גאר שיף, ער הערט נישט אויף צו אטאקירן אבער אן קיין נארמאלע טענות, אויב האסטו עפעס וואס צו זאגן זאג, סתם שרייען ליגנער קען איך אויך.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אינטרעסאנט אז אויף טוויטער האקט די עולם פארוואס דעסטיני איז דארטן.
איך ווייס נישט צו זיי זענען אלע א באנדע פרא-פאלעסטינער,
עס קען זיין דאס איז נאר די טוויטס וואס איך זע (פאר סאם ריזען),
עס קען זיין זיי ווערן אפגעקויפט פון 'פראפעסאר נארמאן פינקעלסטיען'ס זינלאזע אטאקעס,
אדער קען זיין אז די געדאנק פון א 'פראפעסאר' אנקעגן א 'וויקיפידיע מענטש' נעמט נישט גוט אויס ביים המון עם?!
איך ווייס נישט צו זיי זענען אלע א באנדע פרא-פאלעסטינער,
עס קען זיין דאס איז נאר די טוויטס וואס איך זע (פאר סאם ריזען),
עס קען זיין זיי ווערן אפגעקויפט פון 'פראפעסאר נארמאן פינקעלסטיען'ס זינלאזע אטאקעס,
אדער קען זיין אז די געדאנק פון א 'פראפעסאר' אנקעגן א 'וויקיפידיע מענטש' נעמט נישט גוט אויס ביים המון עם?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא: נאר די גאנצע דעבאטע איבער די מדנ"י-פאלעסטינע קאנפליקט איז געבויעט אויף פאלשע יסודות.
ווען די פאלעסטינע/אראבישע באפעלקערונג וואלט געווען אן אמת'דיגע "אינדיג'ענאוס" פאלק פון איינוואוינערס אין ארץ ישראל פאר לאנגע דורות וואלט מען געקענט דעבאטירן ווער ס'האט מער רעכטן אויף ארץ ישראל די אידן אדער די אראבערס. נאר די גאנצע ענטיטי "פאלעסטינע/ר" איז א פאלשע.
די מערסטע (90%) פון די היינטיגע באפעלקערונג (אפשר נישט די בעדואינער און דרוזן) זענען אימיגראנטן פון אנדערע אראבישע טעריטאריעס אדער אפילו א טייל פון מזרח אייראפע (טשערקאסן). יאסיר אראפט (ימ"ש) אליין האט געשטאמט פון עגיפטן. נאר זיינע עלטערן האבן עמיגרירט קיין ארץ ישראל ביים סוף פון די אטאמאנישע עמפייער.
ממילא הייבט זיך אפילו נישט אן די דעבאטע ווער ס'האט מער רעכטן איבער ארץ ישראל. מהאי טעמא טוען די פאלעסטינער אראבישע פיהרערס אויף אלע לעוולס א סאך ארבעט אויסצומעקן א יעדן זכר אדער סימבאל פון אידישן ישוב אין ארץ ישראל פאר די לעצטע 2,500 יאר. דאס האבן זיי געטון אויפ'ן הר הבית און די גאנצע שטח פון מקום המקדש.
אויך אין זייערע אוניווערזיטעטן און ביכער לערנען זיי אז די אידן האבן קיינמאל נישט געוואוינט (היסטאריש) אין ארץ ישראל. 99% פון זייערע אינטעלעקטואלן פארלייקענען דעם פאקט אז זיי זענען (רעלאטיוו) נייע אימיגראנטן.
נאך א טייל פון די פאלעסטינער פראפאגאנדע איז אז די היינטיגע (אשכנז'יש אפשטאמיגע) זענען בכלל נישט קיין היסטארישע אידן. זיי שטאמען גאר פון די קוזארן. א פאלק אין מזרח איראפע וואס זיי צוזאמען מיט זייער קעניג האבן זיך מגייר געווען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ר' בערל, פונקטליך וואס די אראבער לערנען איבער אידן קען מען מברר זיין, אבער זאלסט מיר אנטשולדיגן, ווייל וואס דו זאגסט דא איז גארנישט בעסער!
איך גיי נישט אריין וועמענס פאקטן זענען אין דעם פאל מער אמת אדער קראנט, ווייל אויף דעם דארף מען מיר נישט, דאס זענען דאך די אלע דעבאטעס געבויט אויף.
איך קען נאר אזויפיל זאגן אז עס איז דוקא אזעלכע פונדאמענטאליסטן ווי דיר וועלכע האלטן אפ סיי וועלכע פארשריט! אויף ביידע זייטן.
פאלעסטינער וועלכע ווילן (פאר דורות) נישט לעגיטימיזירן קיין אינטש פאר די מדינה, גלייבן אז די אידן'ס ארגומענטן זענען 'געבויט אויף פאלשע יסודות', און האלטן אז ווייעלענס איז זייער בעסטע אפציע - זיי האלטן אפ סיי וועלכע פשרות פון קענען אדורכגיין.
נישט ווייניגער ווי יעדע מדנ"י פירערשאפט -אדער נאכפאלגער- וועלכע גלייבן אז די פאלעסטינער האבן נישט קיין שום גרונטן, און אז עס איז 'נישט מעגליך' צו פארהאנדלען מיט זיי אפי' אויב מ'גייט פראבירן צו שפאנען אין שלום דיירעקציע.
עס איז די וועלכע נעמען אן די עקסטרעמיסטן פון די אנדערע זייט אלץ מונח און אלץ קאנפלעישאן מיט די גאנצע געמיינדע, און עס איז אטע די וועלכע ווערן אין ריטורן געזען ווי עקסטרעמיסטן ביי די צווייטע לאגער, וחוזר חלילה.
קען מען ביטע אנהייבן זוכן לעכטיגקייט אנשטאט זיך ווייקן אין די טינקל - שרייענדיג אז "אונז זוכן שלום - די אנדערע זייט איז נאר נישט ריזנאבל"?! קען מען אפשר פראבירן צו זוכן די קליין ביסל ריזען -אדער כאטש לעגיטימיזירן דעם ווייטאג- וואס די צווייטע זייט האט יא?! ווילאנג נאך גייט עס אזוי אנגיין - פאר קיינעמס טובה?!
איך גיי נישט אריין וועמענס פאקטן זענען אין דעם פאל מער אמת אדער קראנט, ווייל אויף דעם דארף מען מיר נישט, דאס זענען דאך די אלע דעבאטעס געבויט אויף.
איך קען נאר אזויפיל זאגן אז עס איז דוקא אזעלכע פונדאמענטאליסטן ווי דיר וועלכע האלטן אפ סיי וועלכע פארשריט! אויף ביידע זייטן.
פאלעסטינער וועלכע ווילן (פאר דורות) נישט לעגיטימיזירן קיין אינטש פאר די מדינה, גלייבן אז די אידן'ס ארגומענטן זענען 'געבויט אויף פאלשע יסודות', און האלטן אז ווייעלענס איז זייער בעסטע אפציע - זיי האלטן אפ סיי וועלכע פשרות פון קענען אדורכגיין.
נישט ווייניגער ווי יעדע מדנ"י פירערשאפט -אדער נאכפאלגער- וועלכע גלייבן אז די פאלעסטינער האבן נישט קיין שום גרונטן, און אז עס איז 'נישט מעגליך' צו פארהאנדלען מיט זיי אפי' אויב מ'גייט פראבירן צו שפאנען אין שלום דיירעקציע.
עס איז די וועלכע נעמען אן די עקסטרעמיסטן פון די אנדערע זייט אלץ מונח און אלץ קאנפלעישאן מיט די גאנצע געמיינדע, און עס איז אטע די וועלכע ווערן אין ריטורן געזען ווי עקסטרעמיסטן ביי די צווייטע לאגער, וחוזר חלילה.
קען מען ביטע אנהייבן זוכן לעכטיגקייט אנשטאט זיך ווייקן אין די טינקל - שרייענדיג אז "אונז זוכן שלום - די אנדערע זייט איז נאר נישט ריזנאבל"?! קען מען אפשר פראבירן צו זוכן די קליין ביסל ריזען -אדער כאטש לעגיטימיזירן דעם ווייטאג- וואס די צווייטע זייט האט יא?! ווילאנג נאך גייט עס אזוי אנגיין - פאר קיינעמס טובה?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא: אדרבה. זוך איבער דעם גאנצן געוועב אויב דו וועסט טרעפן א באדייטנדע גרופ פון די פאלעסטינער באפעלקערונג (מ'רעדט נישט פון יחידים וועלכע האבן מעגליך פערזענליכע אינטרעסן) וועלכע זאגן און האלטן די זעלבע וואס אונזערע שלום גרופס און די גאנצע (גו'אישע) פאליטישע וועלט האלט.
די מערסט פאפולערע פון צווישן די אלע פארשלאגן איז אז ס'זאל זיין א "צוויי שטאאטן" סאלושן. ס'הייסט אז מדינת ישראל זאל זיך ארויסציען פון אלע
טעריטאריעס וואס זיי האבן איינגענומען אין די מלחמה פון יאר 1967
די מערסט פאפולערע פון צווישן די אלע פארשלאגן איז אז ס'זאל זיין א "צוויי שטאאטן" סאלושן. ס'הייסט אז מדינת ישראל זאל זיך ארויסציען פון אלע
טעריטאריעס וואס זיי האבן איינגענומען אין די מלחמה פון יאר 1967
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סתם פאר די רעקארד, מדנ"י האט נאך אין זייער עקזיסטענס נישט מסכים געווען זיך ארויסצוצוען פון די מערב ברעג אינגאנצן, דאס מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט דערפון, (זיי דערמאנען עס אויפן שמועס) צו וואס די פאלעסטינער האבן נישט מסכים געווען טיילווייז ווייל איינמאל דאס גייט דורך קענען זיי זיך הענגען צו האקומען נאך א ברעקל (עכ"פ אין זייער פרעסעפציע).
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא: נאר איך מיין אז דאס איז געווען א טייל פון די אסלא אקקארדז. אז מ'זאל איינטיילן די וועסט בענק (יהודה ושומרון) אין 3 געאגראפישע זאונס. עריע 1 זאל שוין (תיכף ביים אונטערשרייבן דעם הסכם) אריבערגיין צו די פאלעסטינער אויטאריטי. עריע#2 זאל ווערן פארהאנדלט און מיט די צייט זאל עס אויך אריבערגיין אין רשות פון די פאלעסטינער רעגירונ. עריע#3 זאל בלייבן אונטער די הערשאפט פון מדינת ישראל.אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 2:00 pm סתם פאר די רעקארד, מדנ"י האט נאך אין זייער עקזיסטענס נישט מסכים געווען זיך ארויסצוצוען פון די מערב ברעג אינגאנצן, דאס מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט דערפון, (זיי דערמאנען עס אויפן שמועס) צו וואס די פאלעסטינער האבן נישט מסכים געווען טיילווייז ווייל איינמאל דאס גייט דורך קענען זיי זיך הענגען צו האקומען נאך א ברעקל (עכ"פ אין זייער פרעסעפציע).
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
גאר א געלונגענע אנאליז
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 2:00 pm סתם פאר די רעקארד, מדנ"י האט נאך אין זייער עקזיסטענס נישט מסכים געווען זיך ארויסצוצוען פון די מערב ברעג אינגאנצן, דאס מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט דערפון, (זיי דערמאנען עס אויפן שמועס) צו וואס די פאלעסטינער האבן נישט מסכים געווען טיילווייז ווייל איינמאל דאס גייט דורך קענען זיי זיך הענגען צו האקומען נאך א ברעקל (עכ"פ אין זייער פרעסעפציע).
נעווער מיינד דעם יעצטיגן גאווערמענט וואס איז נישט גרייט פאר גארנישט אפי' נישט צו דיין גלענצענדע געדאנק, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד.
מאכסט מיך לאכן, "די מערסטע מיין איך איז געווען 92 פראצענט...."
משוגע דארף זיין די יעצטיגע גאווערמענט צו טיילן שטחים פאר א גרופע וואס אנטזאגט זיך צו נעמען ווייניגער פון 100 פראצענט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דער פרא-פאלעסטיניען רעדט שטותים והבלים. ער זאגט אז אז נאכדעים וואז מדינת ישראל וועט טון די אלע זאכן וואס זיי פארלאנגען אזוי ווי צוריקאריינלאזן מיליאנען אראבערס קיין ארץ ישראל און צוריקגעבן אלע טעריטאריעס. און געבן רעכטן פאר צוריקקומען (קיין א"י) פאר נאך מיליאנען פארלעסטינער אפשטאמיגע... דאמאלס וועט זיין שלום...לאל.אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:28 am עס איז צייט צוריקצוגיין צום אנפאנג אשכול, און נאכפאלגן מיט אן אפדעיט.
איז אזוי:
דא האמיר א לאנג ערווארטעטע דעבאטע איבער די מדנ"י-פאלעסטינע קאנפליקט, אנגעפירט ביי לעקס פרידמאן, צווישן פיר עקספערטן" אין דעם נושא..
נארמאן פינקעלשטיין - אן היסטאריען און קריטיקירער פון מדינת ישראל,
בעני מאריס - אן היסטאריען בעד מדינת ישראל,
מואין ראבאני - אן אנאליסט איבערן מיטל מזרח און קריטיקירער פון מדנ"י,
סטיווען באנעל (המכונה דעסטיני) - א פאליטישע קאמענטירער בעד מדנ"י,
מ'קען אריינגיין א לענגס און א ברייטס איבער די פארם און אויסשטעל פון דעם שמועס אליין, אבער דאס וואלט פארשטייט זיך גענומען כאטש 5 שעה...
איין אבזערוואציע יא, נארמאן ענדיגט נישט צוצייכענען ביכער און מקורות בעת וואס קיין גראדע ארגומענט קען ער נישט שטעלן, ער שטרוימאן'ט בעני מאריס א היבשע פאר מאל מיטן ציטירן זיינע ביכער ארויס פון קאנטעקסט ווען דער בעל השמועה איז עומד לפניו, ער רייסט אראפ סטיווען באנעל אומאויפהערבאר מיט אד האמינם אטאקעס, און ענדיגט נישט שרייען ווי באגלייבט ער (אדער אנדערע וועם ער ציטירט) איז בלויז פאר דעם פאקט פון זיין אן 'עקספערט'...
מ'קען רואיגערהייט אויסשניידן זיינע שטיקלעך און די שמועס איז פונקט אזוי אינפארמאטיוו... אבער דאס איז נאר א זייטיגע נאטיץ.
די עצם דיסקוסיע קומט למעשה אראפ צו צוויי הויפט חלקים. 1. די שאלה איבער די לעגיטימאציע (עטיש און פאליטיש) פון די רעיון והקמת המדינה בכלל. און 2. די שאלה איבער די נאכפאלגענדע און היינטיגע קאנדוקט פון ביידע - סיי מדנ"י און סיי די פאלעסטינע בשייכות איינער דעם צווייטן. [זיי רעדן דארטן אויך איבער די מעגליכקייט פאר א שלום פלאן, ווי אויך איז אינטרעסאנט צו אנאלאזירן די אבנארמאלע ריס וואס עס הערשט צווישן יעדער וואס רירט נאר אן דעם סוביעקט און פארוואס עס איז אזא דיווייסיוו נושא, אבער איך מיין דאס איז סוכ"ס נאך א תוצאה פון די עצם דעבאטע און שטעלונג וואס מ'האט אין די צוויי פריער-דערמאנטע חלקים.]
די ערשטע שאלה איבער דעם געדאנק פון אוועקשטעלן א מדינה אין א שטח וואו פאלעסטינער האבן (כלומר'שט) דאמינירט, נעמט אריין א געוואלד פון היסטארישע פאקטן און אפטייטשן.
- סיי צו מ'נעמט אן די טענה אז אידן האבן א רעכט צוריקצוגיין נאך טויזענטער יאר צו זייער 'היימלאנד' און צו דאס מאכט עס ווייניגער היימלאנד פאר פאלעסטינער,
- סיי צו מ'קוקט בכלל אן פאלעסטינער אראבער ווי א אינדיגענעאס פאלק אינעם שטח,
- צו די פאקט אז אראבער האבן אזויפיל אנדערע פלעצער בארעכטיגט אוועקצונעמען פון זיי עפעס,
- צו בריטען און די UN האבן בכלל וואס איינצוטיילן לגבי אנדערע לענדער - און אין דעם איז נכלל א שאלה אויב היינט וואלטן די UN אויך אזוי געטון ווי דאן, און אויב נישט, וואס זענען די השלכות פון אזא געדאנק,
- וואס פונקטליך איז געווען די רעיון הציונות - וויפיל געוויכט האט עס געלייגט אויפן געדאנק פון זען די אראבער ארויס פון דארט מיט גוטן אדער בייזן, (מאכט א נ"מ די מיטל?), און וויאזוי מ'לערנט אפ די שפעטערע פארסירונגען אין דעם ליכט, אזוי אויך אפי' אויב איז עס יא געווען א חלק פונעם געדאנק, איז עס געווען איינגעפעדעמט אין אפציעלע פאליסיס? איז עס בכלל א נפקא מינה?
- וויפיל האבן די אידישע טעראר ארגאניזאציעס באמת געהאט שייכות מיט די מעין סטריעם רעיון הציונות?
- איז געווען ראציאנאל פאר די פאלעסטינער אפצושלאגן א צוויי-שטאטן מאנדאט, אדער דעם ספעציפישן פון 1948? וואס טוט זיך לגבי זייערע פחד אז זיי גייען ווערן פארטריבן?
און אזוי ווייטער.
מ'קען אויך אריינגיין דא מער אין פרטים אין די צילן און מיטלען סיי פון די ציונים און סיי פון די אראבער אין יענע תקופה, אבער דאס פארט שוין אריין אין די צווייטע חלק - וויאזוי מ'קוקט אן לכתחילה און מיט וועלכע בייעס (prejudice) מ'טרעט צו צום שמועס איבער ווער עס איז בארעכטיגט אין דעם פארצויגענעם ענדלאזע קאנפליקט, ווער עס האט דעם מאראלע-הויכע-גראונד, און ווער איז מער באגלייבט וכו'.
די צווייטע חלק ווי נארוואס געזאגט, פארנעמט זיך איבער דעם שאלה פון למעשה, ס'איז שוין א מצב פון הדביק פת בתנור - די מציאות איז שוין דא, וואס יעצט? און עס גייט טיפער ווי דעם, וועמענס צד נעמט מען אן נאך איידער מ'הייבט אן דיסקוסירן?
- איז מדנ"י מער באגלייבט ווייל זיי זענען א דעמאקראטיע, אדער קען מען נישט גלייבן קיין ג'ענאסיידעל-אפארטהייד לאנד? איז עס בכלל? ווער קען באשליסן איבער דעם?
- זענען די פאלעסטינער בארעכטיגט צו יעדע סארט מעגליכע רעסיסטענס, אדער איז עס ריין טעראריזם?
- אפערירט די מדנ"י מיליטער אן פון אויבן אראפ מיט ארגאנעזירטע בייזוויליגע אקטן אנקעגן ציווילע, אדער איז דאס כאמאס וואס טוט אזוי?
- איז די (שוין געטוישטע) טשארטער פון כאמאס אן אנדייטונג אויף זייערע שלעכטס, אדער זענען די מימרות פון מדנ"י הויפטן ערגער?
- איז די נתניהו רעגירונג א ריסנאבעל רעגירונג, אדער רעפרעזענט כאמאס אלע פאלעסטינער?
- טוט די שמחה פון די עזה איינוואוינער אויף OCT 7 בארעכטיגן די שטראף, אדער קען מען זאגן די זעלבע לגבי מדנ"י?
- טוען זיי אנאקסירן די מערב ברעג פשוט צו האלטן קרימינאלן אונטער קאנטראל, אדער איז דאס וואס איז גורם די קרימינאלן?
- איז עזה א תפיסה און מדנ"י האט דערויף א בלאקאדע, אדער איז דאס די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון?
- איז די פאקט אז כאמאס רעדט נאר פון טערעראזירן מדנ"י - און נישט אידן איבער די וועלט - אן אנדייטונג אז זיי מיינען בלויז פאליטיק, אדער זענען די אלע 'איסלאמיסטישע' אטאקעס און גרופעס אן אנדייטונג אויף עפעס טיפער?
- קען מען גלייבן די 'כאמאס נומערן' איבער די צאל טויטע אין עזה, אדער האבן זיי ניטאמאל גע'האקט קעפ שמחת תורה?
- אויב מדנ"י האט מען שוין דערווישט מיט גענוג ליגנטס און קריג פארברעבנס בעבר קען מען זיי גלייבן איבער שמחת תורה און איבער די מלחמה?
- האט די אלע UN רעזאלוציעס עפעס האפט, אדער דארפן די פאלעסטינער זיי אויך נישט אננעמען בכלל לגבי דעם הקמת המדינה?
- ווילן מדנ"י באמת שלום נאר די פאלעסטינער זאגן עס אייביג אפ, אדער זענען די פארשלאגן קיינמאל נישט געווען צופרידנשטעלנד (קוק עס אן ווי די יעצטיגע אפמאכן וואס מדנ"י ווארפט אפ..) און נאך א שלום וואלטן זיי קיינמאל גארנישט געקענט ערווארטן מער?
מ'קען גיין ווייטער און ווייטער דערמיט, און מ'קען דאן נעמען יעדע ארגומענט און קאנטער ארגומעט און בויען פון פריש דערויף א געביידע פון ארגומענטן און קאונטער ארגומענטן.
אביסל פילט זיך עס ווי א דעד-ענד וואס ווי געשמועסט דא קען צומאל למעשה ווערן אויסגע'פסק'נט נאר דורך געפיל.
אבער ווי געזאגט, יעדע אבער ממש יעדע אזא דעבאטע הייבט זיך אן אויפן דריטן שטאק שוין, מ'גייט קיינמאל נישט אראפ עסטעבלישן און זיך אויס'טענה'ן איבער די בעסיקס אויף וואס די אלע ארגומענטן ליגן, נעמליך, וויאזוי די פאראמעטערס ווערן געבויט און וועמענ'ס ווארט מ'נעמט ענדערש אן לכתחילה, וועלכע זאכן זענען א מונח און וועלכע זאכן גייט מען טשעלענדזשן (וואס ווי עס שיינט האבן ביידע זייטן א געוויסע דאבל-סטאנדארט דערין)...
עס בלייבט נאר איבער צום האפן אז ערגעצוואו גייען ביידע זייטן מוזן איינזען אז די בעסטע אפציע איז יא אנצוהייבן אויסהערן איינער דעם צווייטן (-אנגעהויבן ביי די מענטשן וועלכע דעבאטירן עס נאר...), און דאס וועט זיך דאן קענען איבערגיסן צו מער סימפאטיע און באוויליגונג איינצוגעבן פון ביידע זייטן אביסל, למען השלום.
די פראבלעם איז נאר, אז למעשה האט מדנ"י כמעט אייביג דעם אויבערהאנט מיליטעריש וממילא האבן זיי נישט באמת קיין סיבה צו דארפן אנפאנגען איינגעבן, ווי אויך איז זייער שווער יעצט אז דאס זאל געלאזט ווערן פאסירן, עס וועט נאך אויסקוקן ווי חוטא נשכר - די טעראר האט צום סוף געווינען זייער מערכה. אבער למעשה, אויב זאגט מדנ"י איינער פון די צוויי ארגומענטן הויעך (-וואס זיי טוען), האקן זיי זיך אליינס אונטער די פיס אז זיי ווילן אייביג נאר שלום און די פאלעסטינער זענען די שלעכטע, ווייל עס מאלט זיך נישט ביי קיינעם אין געדאנק אז 'מסכים זיין' צו א שלום ווי מ'דארף גארנישט איינגעבן הייסט בכלל אן הסכמה...
ודי בזה.
אויך איז ער מודה אז די אריגינאלע "ציונים" האבן געצאלט געלט פאר די אלע שטחים וואס זי האבן איבערגענימען פון די פאלעסטינער. נאר, זאגט ער אז דער פשוט'ער אראבער ווויל נישט ווויסן אז מ'האט געגעבן געלט פאר זיין לאנד און מ'שטויסט עהם ארויס. ממיל אדאס בארעכטיגט שוין די פאגראמען פון חברון אין 1929 און די אנדערע שחיטות אויף אידן.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ראבאני האט מיר פארלוירן ביים זאגן "די פחד פון די אידן אז מ'גייט זיי פארטיליגן אויב די אראבערַ וואלטן באקומען דאס לאנד איז געווען "Unfounded"
כ'מיין אז דאס איז "גינעס וועלט רעקאָרד אבסורד"
אזוי...Unfounded??
פארגעס פון די פאקט אז מערערע אראבישע פירער האבן אפן געפרעדיגט א בלוט-באד.
פארגעס פון די פאקט אז אראבער האבן שוין נישט-איינמאל נישט צוויי מאל געמארדעט גערעיפט געשניטן צוריק-גייענדיג אזש ביז 1836 איידער דער ערשטער חלוץ האט דערגרייכט דעם באדן.
ווער איז דאן געווען די מאכטפולסטע פיגור ביי די פאלעסטינער?
יא האזש אמין אל חוסייני.
איז אזוי, דאס יאר איז 1947, דאס אידישע פאלק לעקט נאך די וואונדן פונעם נארוואס פארענדיקטן שואה. און מ'גייט איבערגעבן די זיכערהייט פון די שואה איבערלעבער פאר וועמען? פאר היטלער'ס פריינד, דער מטורף וואס האט פריינטליך פארברענגט מיט אים בשעת די מלחמה,ַ שמועסענדיג, לויט אנדערע, וועגן אזעלכע אומוויכטיגע ענינים ווי די final solution, און דאס איז נאכנישט געזאגט אויף אים אלעס.
איצט, וויל מען איבערגעבן פאר דעם גרוליגן נאצי אין זיינע בלוטיקע הענט די איבריגע אידן וועלכע היטלער האט נישט עספיעט אויסצוקוילן, און דער פראפ', צו וואס ער זאל נישט זיין, מיטן שיינעם שניפסל, זאגט מיר מיט א גלייכגילטיגקייט, נאך מיט א פערפעקטע אקצענט:
"Unfounded"
און דאס קומט א מינוט נאך וואס ער איז אזוי שוין מסביר מיט דקות'דיגע נתונים אז דייקא 'א אידיש לאנד' אויב עפעס, וואלט נישט געקענט למעשה צושטאנד קומען אנע פארטרייבונג פון אלע אראבער, איי די אלע ציוניסטישע פירער האבן נישט גערעדט דערפון, אדרבה, נישט אויפגעהערט דעמאנסטרירן וויפיל זיין וואלטן מקריב געווען כדי צו לעבן בשלום... האט ער מיט זיין אינטעליגענץ פארשטאנען און מסביר געווען בטוב טעם, אז עכט עכט וואלטן זיי יא ארויסגעווארפן די אראבער ווייל ווייל "זייעניזם איז זשאסט דהעט, זייעניזםַ..יו נאו..."
דאס איז, אין מיין אפיניען די epitom of overintellectualizing אן ענין
כ'מיין אז דאס איז "גינעס וועלט רעקאָרד אבסורד"
אזוי...Unfounded??
פארגעס פון די פאקט אז מערערע אראבישע פירער האבן אפן געפרעדיגט א בלוט-באד.
פארגעס פון די פאקט אז אראבער האבן שוין נישט-איינמאל נישט צוויי מאל געמארדעט גערעיפט געשניטן צוריק-גייענדיג אזש ביז 1836 איידער דער ערשטער חלוץ האט דערגרייכט דעם באדן.
ווער איז דאן געווען די מאכטפולסטע פיגור ביי די פאלעסטינער?
יא האזש אמין אל חוסייני.
איז אזוי, דאס יאר איז 1947, דאס אידישע פאלק לעקט נאך די וואונדן פונעם נארוואס פארענדיקטן שואה. און מ'גייט איבערגעבן די זיכערהייט פון די שואה איבערלעבער פאר וועמען? פאר היטלער'ס פריינד, דער מטורף וואס האט פריינטליך פארברענגט מיט אים בשעת די מלחמה,ַ שמועסענדיג, לויט אנדערע, וועגן אזעלכע אומוויכטיגע ענינים ווי די final solution, און דאס איז נאכנישט געזאגט אויף אים אלעס.
איצט, וויל מען איבערגעבן פאר דעם גרוליגן נאצי אין זיינע בלוטיקע הענט די איבריגע אידן וועלכע היטלער האט נישט עספיעט אויסצוקוילן, און דער פראפ', צו וואס ער זאל נישט זיין, מיטן שיינעם שניפסל, זאגט מיר מיט א גלייכגילטיגקייט, נאך מיט א פערפעקטע אקצענט:
"Unfounded"
און דאס קומט א מינוט נאך וואס ער איז אזוי שוין מסביר מיט דקות'דיגע נתונים אז דייקא 'א אידיש לאנד' אויב עפעס, וואלט נישט געקענט למעשה צושטאנד קומען אנע פארטרייבונג פון אלע אראבער, איי די אלע ציוניסטישע פירער האבן נישט גערעדט דערפון, אדרבה, נישט אויפגעהערט דעמאנסטרירן וויפיל זיין וואלטן מקריב געווען כדי צו לעבן בשלום... האט ער מיט זיין אינטעליגענץ פארשטאנען און מסביר געווען בטוב טעם, אז עכט עכט וואלטן זיי יא ארויסגעווארפן די אראבער ווייל ווייל "זייעניזם איז זשאסט דהעט, זייעניזםַ..יו נאו..."
דאס איז, אין מיין אפיניען די epitom of overintellectualizing אן ענין
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

פארוואס אין די וועלט לאזט נאך איינער צו אז די דריי זאלן זיך טרעפן איין מאל און נאכאמאל?
’ראביי שמואלי’, גייט זייער שנעל פערסאנעל דעריבער ווערט די דעבאטע ווילד און אנגעצויגן (און אינטערסאנט)
אויף די אנדערע זייט ’טשענק’ קען נישט, -אדער וויל נישט קענען- קיין היסטאריע אדער פאקטן.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
מי אני: איך ווייס נישט וואס דר. סקאט אראנסאן האט געזאגט. (איך בין צו פויל אדער איך האב נישט קיין נערוון נאכצוקוקן "קוואוטס" און לינקס. איך האב ליעב ווען דער מגיב זאגט מיר דירעקט ארויס וואס זיין נקודה איז. ייש"כ.
נאר איך זאג אייביג אפילו פאר מיינע סאטמאר'ער-מיינדעד דעבאטירער אז ס'איז נאר דא איין פסוק אין די תורה פון וואס די מענטשן אויף ביידע זייטן פונ'ם (אידעאלאגישן) ספעקטרום פארגעסן. סיי די הייליגע אידן וועלכע גייען בשיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע און סיי די וועלכע זענען די גרעסטע ציונים (אויב ס'איז נאך בכלל דא אזא זאך).
אין די תורה הק' שטייט דער פסוק..."הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב".
די הייליגע אידן בלעימען די ציונים פאר די אלוועלטליכע שנאת ישראל וואס מ'זעהט היינט באשיינפערליך. און די מענטשן פון די מדינת ישראל רעגירונג זאגן אז זיי טוען נישט געניג אויפ'ן דיפלאמאטישן פראנט פון "הסברה". און אויב זיי וואלטן געטון מער וואלט די פלאמעדיגע שנאה צו אידן אוועקגעגאנגען. און די "שיטה" אידן זאגן אז ווען נישט די ציונים (וועלכע עקזיסטירן שוין היינט כמעט נישט) וואלט די שנאה זיך אויפגעהערט.
ביידע גרופס פארגעסן פון דעם מפורש'ן פסוק.
ווער רעדט נאך פון די דברי חז"ל. וואס די גמ' זאגט..מפני מה נקרא שמה סיני. שמשם ירדה שנאה (על ישראל) לעולם.
די מסקנא איז אז אפילו ווען די מדינה וועט (ח"ו. כדברי מרן רביה"ק זי"ע בהקדמה לספה"ק ויואל משה) בטל ווערן. וועט די שנאה פון די גויים אויף די אידן נאכאלץ בלייבן בתוקפו.
די זעלבע איז מיט די רעגירונגס מענטשן פון מדינת ישראל. זיי קענען אנווענדן די שטערקסטע און בעסטע מיטלען פון "הסברה" און דיפלאמאטיע. ס'וועט גארנישט העלפן. די שנאה אויף אידן וועט אלץ בלייבן. ס'איז אינסטינקטיוו. פונקט אזוי ווי ביי חיות. צו פארצוקן איינע די אנדערע. דו קענסט נישט זאגן פאר א לייב אדער טייגער אז ער זאל נישט פארצוקן.
נאר איך זאג אייביג אפילו פאר מיינע סאטמאר'ער-מיינדעד דעבאטירער אז ס'איז נאר דא איין פסוק אין די תורה פון וואס די מענטשן אויף ביידע זייטן פונ'ם (אידעאלאגישן) ספעקטרום פארגעסן. סיי די הייליגע אידן וועלכע גייען בשיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע און סיי די וועלכע זענען די גרעסטע ציונים (אויב ס'איז נאך בכלל דא אזא זאך).
אין די תורה הק' שטייט דער פסוק..."הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב".
די הייליגע אידן בלעימען די ציונים פאר די אלוועלטליכע שנאת ישראל וואס מ'זעהט היינט באשיינפערליך. און די מענטשן פון די מדינת ישראל רעגירונג זאגן אז זיי טוען נישט געניג אויפ'ן דיפלאמאטישן פראנט פון "הסברה". און אויב זיי וואלטן געטון מער וואלט די פלאמעדיגע שנאה צו אידן אוועקגעגאנגען. און די "שיטה" אידן זאגן אז ווען נישט די ציונים (וועלכע עקזיסטירן שוין היינט כמעט נישט) וואלט די שנאה זיך אויפגעהערט.
ביידע גרופס פארגעסן פון דעם מפורש'ן פסוק.
ווער רעדט נאך פון די דברי חז"ל. וואס די גמ' זאגט..מפני מה נקרא שמה סיני. שמשם ירדה שנאה (על ישראל) לעולם.
די מסקנא איז אז אפילו ווען די מדינה וועט (ח"ו. כדברי מרן רביה"ק זי"ע בהקדמה לספה"ק ויואל משה) בטל ווערן. וועט די שנאה פון די גויים אויף די אידן נאכאלץ בלייבן בתוקפו.
די זעלבע איז מיט די רעגירונגס מענטשן פון מדינת ישראל. זיי קענען אנווענדן די שטערקסטע און בעסטע מיטלען פון "הסברה" און דיפלאמאטיע. ס'וועט גארנישט העלפן. די שנאה אויף אידן וועט אלץ בלייבן. ס'איז אינסטינקטיוו. פונקט אזוי ווי ביי חיות. צו פארצוקן איינע די אנדערע. דו קענסט נישט זאגן פאר א לייב אדער טייגער אז ער זאל נישט פארצוקן.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
כרם זית: ייש"כ. ביידע פון זיי זענען זייער גוט, סיי פיערס מארגען און סיי בען שאפירא. ס'איז א געשמאק זיי צו הערן. נישט אזוי ווי א דיאלאג צווישן שמואלי בוטח און טשענק אויגור, ביידע פון זיי זענען "משוגעים". דער חילוק איז נאר אז שמואלי בוטח איז א אדישיער משוגע'נער מיט א אידיש הארץ, און (להבדיל) טשענק אויגור איז א מוסלעם און א טערק, מיט אכזריות אויף אידישע קינדער וואס ווערן נעבעך גע'הרג'ט דורך זיינע ברידערס די מוסולמענער, און זיינע פאלשע טרערן אויף די געפגר'טע אראבערס ימ"ש, וועלכע זענען פונקט אזעלכע רוצחים ווי זייערע פיהרערס די כאמאס.
נאר ישראל קאפקע און אסטראלאג באוויינען די פאלעסטינער פגרים.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שכוח @כרם.
ערגעצוואו אינמיטן די אינטערוויאו פרעגט פיערס פון שפירא'נען (ער פרעגט עס פון אלע פרא-איזראעלי'ס):
וואס איז דער נצחון (המוחלט) פלאן? נניח אז מ'גייט מצליח זיין מיטן ליקווידירן חאמאס, גייען דען די פאלעסטינער צומארגנס אריינוועלן א ציוויליזירטע גאווערמענט און שלום וועט רעגירן אין פלישתים? שוין אפגערעדט אז די גאזא'אנער איינוואוינער ווערן מער פארווייטאגט און ראדיקאליזירט פון טאג צו טאג מיט יעדער באמבעלע וואס שיילט איברים פון ערוואקסענער און קינדער צוגלייך, וואס איז דער ענד-געים? ווי אזוי גייט שרוליק עווענטועל זיצן אין פרידן?
בען ענטפערט אפ אז ישראל זוכט צו פארזוכערן אירע גרעניצן שלא ישמע עוד שוד ושבר, אוו נישט צו טוישן די אידעלאגיע אינערהאלב עזה.
אבער קושיא בלייבט קושיא. די איזראעליס האבן נישט קיין לאנג-שאט פלאן. (חוץ אויב זיי גייען פאר גענאציד מוחלט)

איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ווי בען טענה'ט איז מדינת ישראל'ס ציל אויסצוליידיגן כאמאס פון וואפן און לאזן אינטעלעדזענט איבערזיכט אז אפילו די אידעאלאגיע טוישט זיך נישט, וועלן זיי אבער אייביג זיין א טריט פארויס. ווי ער טענה'ט האט די מהלך געארבעט ביז אהער מיט די שטחים וואס זענען הונטער די פאלעסטינער אטאריטעט.