מן הסתם האט געשריבן: ↑ למעשה איז געווען וואלן אינערהאלב די הנהלת העדה און הגאון ר' משה האט געהאט רוב וואס האבן געשטימט ער זאל ווערן רב, למעשה האט אפרים שטערן מאניפולירט אז מ'זאל עס נישט אנאונסן אפיציעל נאר מ'זאל ווארטן א יאר בלא בלא.. אבער דאס טוישט נישט די מציאות אז רוב הנהלה האט עם ערוועלט..
ירושלים דארף א רב.. און ירושלים האט א רב... פלאצן זאלן אלע סיקריקים.. נאך הגאון ר' משה שליט"א גייט קיינעם נישט אנגיין ווער ס'גייט זיין רב אדער ראב"ד אדער חבר הבד"ץ וכו', די סיקריקים האבן טאטאל אוועקגעלייגט די גאנצע פירמע אין די היסטאריע ביכער, נאר ווילאנג ס'נאך דא דארט הגאון ר' משה שליט"א די יעצטיגע ירושלימ'ע רב האבן זיי נאך עפעס א שטיקל נאמען צוליב'ן רב וואס גדול מרבן שמו..
אלעס פיין און וואויל,
אבער ווילאנג ר' יצחק טוביה ז''ל האט געלעבט, האט מען קיינמאל נישט געהערט ביי די ארונים אז די עדה האט א כח, דעמאלטס ווען אלע ירושלימע אידן (בני העדה החרדית) זענען געווען פאראייניגט אונטער איין רב, זענען די ארוינים געווען די וואס האט זיי צעבראכן,
ווי איז דעמאלטס געווען די אלע זאכן??
נאר פשוט, וויבאלד דער רב איז נישט מיט געשטאנען מיט זיי, געווען א שטיקל זאלי, האבן זיי איגנארירט די גאנצע זאך.
אויב אזוי האבן די זאליס די פולסטע רעכט יעצט צו גיין אין זייערע וועגן, און טוהן די זעלבע.
פארשטייסט?