ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך עמרם »

מן הסתם האט געשריבן: למעשה איז געווען וואלן אינערהאלב די הנהלת העדה און הגאון ר' משה האט געהאט רוב וואס האבן געשטימט ער זאל ווערן רב, למעשה האט אפרים שטערן מאניפולירט אז מ'זאל עס נישט אנאונסן אפיציעל נאר מ'זאל ווארטן א יאר בלא בלא.. אבער דאס טוישט נישט די מציאות אז רוב הנהלה האט עם ערוועלט..


ירושלים דארף א רב.. און ירושלים האט א רב... פלאצן זאלן אלע סיקריקים.. נאך הגאון ר' משה שליט"א גייט קיינעם נישט אנגיין ווער ס'גייט זיין רב אדער ראב"ד אדער חבר הבד"ץ וכו', די סיקריקים האבן טאטאל אוועקגעלייגט די גאנצע פירמע אין די היסטאריע ביכער, נאר ווילאנג ס'נאך דא דארט הגאון ר' משה שליט"א די יעצטיגע ירושלימ'ע רב האבן זיי נאך עפעס א שטיקל נאמען צוליב'ן רב וואס גדול מרבן שמו..

אלעס פיין און וואויל,

אבער ווילאנג ר' יצחק טוביה ז''ל האט געלעבט, האט מען קיינמאל נישט געהערט ביי די ארונים אז די עדה האט א כח, דעמאלטס ווען אלע ירושלימע אידן (בני העדה החרדית) זענען געווען פאראייניגט אונטער איין רב, זענען די ארוינים געווען די וואס האט זיי צעבראכן,
ווי איז דעמאלטס געווען די אלע זאכן??

נאר פשוט, וויבאלד דער רב איז נישט מיט געשטאנען מיט זיי, געווען א שטיקל זאלי, האבן זיי איגנארירט די גאנצע זאך.
אויב אזוי האבן די זאליס די פולסטע רעכט יעצט צו גיין אין זייערע וועגן, און טוהן די זעלבע.

פארשטייסט?
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מופת הדור »

א. די השחתה פון די עדה איז די הנהלה שבו, נישט די גדולי תורה, עכ"פ רוב פון זיי וד"ל ואכמ"ל למען כבוד התורה.... ברוך השם ס'איז דא א בי"ד אן ר' משה זז"ג.
ב. די לינקע חברי הנהלה זענען די זעלבע פארדארבן ווי די קיצונישע נאר אויף זייער אופן, בעיקר אויף א אופן אז די עדה באלאנגט פאר זיי, אפאר יחידים וואס זענען א דור שני פון פריערדיגע יושבי ראש, און באלאנגען צו די זעלבע קהילות.
זיי אנערקענען נישט טויזענטע חברי עדה החרדית וואס באלאנגען נישט און זייערע קהילות, ודי בזה כי קצרתי.
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

עמרם האט געשריבן: ווילאנג ר' יצחק טוביה ז''ל האט געלעבט, האט מען קיינמאל נישט געהערט ביי די ארונים אז די עדה האט א כח, דעמאלטס ווען אלע ירושלימע אידן (בני העדה החרדית) זענען געווען פאראייניגט אונטער איין רב, זענען די ארוינים געווען די וואס האט זיי צעבראכן,
ווי איז דעמאלטס געווען די אלע זאכן??

נאר פשוט, וויבאלד דער רב איז נישט מיט געשטאנען מיט זיי, געווען א שטיקל זאלי, האבן זיי איגנארירט די גאנצע זאך.
אויב אזוי האבן די זאליס די פולסטע רעכט יעצט צו גיין אין זייערע וועגן, און טוהן די זעלבע.

פארשטייסט?

בכלל נישט קיין צושטעל, אויף ר' טובי' האט סאטמאר געהאט לעגיטימע טענות, אז ער האט באזוכט די גע'אסרט'ע זאלי מוסדות אין קרית יואל וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך די עדה החרדית ווען ר' טובי' ז"ל איז נאך געווען אין גער אין אנטווערפן, די עדה האט גע'אסר'ט צו עפענען מוסדות און א אנדערע קהלה אין קרית יואל וואס איז געציהלט אונטערצוברענגען דעם מרא דאתרא און די הנהגה אין שטאט,

אז ער איז געווען סענסעטיוו ווען ס'איז געקומען צו זיין רבנות דאן האט ער זיך אויך געדארפט רעכענען מיט יענעם און נישט גיין באזוכן דעם גע'אסר'טן קהלה, אז דו ווילסט מכבד זיין די זאליס דאן גיי באזוך זיי אין וויליאמסבורג.

נאך א לעגיטימע טענה, אז ער האט אונטערגעברענגט די כח בי"ד יפה אין בני ברק און ווען נישט זיינע חורבנות וואלטן די בתי דינים אין בני ברק געמאכט סדר.

סאו בעסיקלי אויף ר' טובי' האט סאטמאר געהאט לעגיטימע טענות כנ"ל, און בכלל האט ער מיטן זיך צאמשטעלן מיט די סיקריקים אונטערגעברענגט די עדה.

משא"כ דער יעצטיגער רב ר' משה האט גארנישט געמאכט קיין חורבנות פאר די זאליס, ער האט זיי גארנישט שלעכטס געטון, און נישט געטון קיין שום פעולה זיי וויי צו טאן, ער האט זיך נישט געמישט אין די סאטמארע פאליטיק, די זאליס האבן סתם א מערכה מיט עם צוליב וואס ער טאנצט נישט מיט מיט זייערע שייגעץ שטיק און ער איז נאך פארבליבן פון די אלטע גווארדיע ווי א שטייגער הגר"מ בראנדסדארפער וכו' וואס זענען נישט מיטגעשטאנען מיט די זאלי שייגעץ שטיק, אבער אויך נישט געטשעפעט די זאליס, וועגן דעם בונטעווען זיי.

פארשטאנטא...?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

ניין!

ר' טוביה ז''ל האט באזוכט ביידע מוסדות אין קר''י ווען ער איז געקומען, קען זיין די רופסט עס אהן גע'אסר'ט, אבער ער האט זיך נישט געוואלט מישן אין די סאטמארע חאזעריי.

אויב עפעס איז דא שטארקע טענות אויף הגאון ר' משה שליט''א, פון די סאטמארע שיטה
דו ווייסט מן הסתם וואס די רבי ז''ל בעל דברי יואל, האט געהאלטן אויף הרב קוק ז''ל, און ר' משה שליט''א האט דאס נישט אנגענומען, ער ברענגט צו זיינע פסקים. איך קוק אים ארויף דערפאר, אלץ איינער וואס האט איינגעזעהן אין די גרויסקייט פון רב קוק, און פארשטאנען אז מ'דארף זיך רעכענען מיט זיינע פסקים, אבער פון א סאטמארע קוק ווינקל איז עס נישט גלאטיג, און ס'גייט מיך נאכנישט אין קאפ פארוואס זיי האבן אים געקרוינט פאר גאב''ד, און הערן אים נישט אויף צו דערמאנען, א זאך וואס גייט אין קעגנזאץ זייערע שיטות.
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re:

שליחה דורך מן הסתם »

שעפעלע טייערע, נישט דאס איז אייער פראבלעם מיט'ן גאב"ד. אייער פראבלעם מיט עם איז אז ער פייפט זיך אויס אויפן זאלוינישן עבודה זרה..

נאר מהרז"ל מעג נאכזאגן פון ר' צבי פסח פראנק ביי די הייליגע חנוכה ליכטאלאך?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: Re:

שליחה דורך סקעפטיקער »

מן הסתם האט געשריבן: נאר מהרז"ל מעג נאכזאגן פון ר' צבי פסח פראנק ביי די הייליגע חנוכה ליכטאלאך?

וואו? וואס? ווען?
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

פרעג זיין תורה שרייבער לעווי די מראה מקום
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך סקעפטיקער »

קענסט אריינקומען קלאר?
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

דאס האט מהרז"ל נאכגעזאגט בשם אומרו איינע פון די נעכט חנוכה תשע"ח

PHOTO-2018-12-20-10-20-53.jpg

און זיי שטערט דעם גאב"ד וואס ברענגט צו א שטיקל פון רב קוק וואס ער דינגט זיך מיט עם..

בכלל ווייסעכנאכניש אין וועלכע איסור ס'גייט אריין דאס צוברענגען פון רב קוק..

און דאס ווייסט אויך @עמרם אז ר' טובי' איז געווען א חסיד פונעם ליבאוויטשער? ס'דא די באקאנטע פיקטשער ווי ער נעמט פון עם א דאללער
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך סקעפטיקער »

נישט די ליובאוויטשער רבי און נישט רצ"פ פראנק זענען גלייך צו הרב קוק אין סאטמאר, עס איז ידוע וואס סאטמאר רב האט געשריבן אויף הרב קוק
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: Re:

שליחה דורך מופת הדור »

מן הסתם האט געשריבן: שעפעלע טייערע, נישט דאס איז אייער פראבלעם מיט'ן גאב"ד. אייער פראבלעם מיט עם איז אז ער פייפט זיך אויס אויפן זאלוינישן עבודה זרה..

נאר מהרז"ל מעג נאכזאגן פון ר' צבי פסח פראנק ביי די הייליגע חנוכה ליכטאלאך?

טראסט מי, רז"ל ווייסט כמעט נישט פון הגרצ"פ! און זיכער נישט פון מקראי קודש! א גרויסע חילוק פון ר' משה און קוק.....

כ'געדענק נאך רז"ל דרשה ביים ריזן קבל"פ שבט תשע"ג בכיכר השבת, א וואך נאך הגר"י בלויא איז אוועק. די דרשה אנגרייטער האט געשריבן נאך זיין נאמען "בעל פ"ח" בראשי תיבות, רז"ל איז געווארען סטאק צו ארויס זאגען פתחי חושן.....

נ.ב. די תגובה איז לכלל חברי ק"ש, כדרכי בקודש zero משא מתן מיט איינזייטיגע מענטשן, (און איך מיין אויך זאלונים 48 45 וכו')
ליתר ביאור, ווען דו וואלסט געבוירן געווארן א זאלי וואלסטו געהאלטן אלעס וואס דו האלטסט יעצט?????
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: Re:

שליחה דורך עמרם »

מן הסתם האט געשריבן: שעפעלע טייערע, נישט דאס איז אייער פראבלעם מיט'ן גאב"ד. אייער פראבלעם מיט עם איז אז ער פייפט זיך אויס אויפן זאלוינישן עבודה זרה..

נאר מהרז"ל מעג נאכזאגן פון ר' צבי פסח פראנק ביי די הייליגע חנוכה ליכטאלאך?

קודם לאמיר קלארשטעלן אז איך האב גארנישט מיט די זאלונישע עבו''ז, איך האב דעם מהרז''ל קיינמאל נישט געזעהן, און איך גיי נישט פארענטפערן אלע טעותים פון דעם פארטיי.

אבער אפי' זאל מהרז''ל אויסלויבן הערצל פאר זיין פלאן פון מאכן א מדינה, גיבט דעס רעכט פאר די ארוינים צו שטיצן איינער וואס ברענגט רב קוק??

איך האב בכלל נישט געזאגט אז די זאלי פארטיי האט נישט קיין פראבלעמען, אדרבה עפן א אשכול מיט אלע זייערע פראבלעמען,
איך ברענג ס''ה ארויס, אז פון א סאטמארע ווינקל איז עס זייער אינטערעסאנט,

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם, ר' משה איז א גרויסע גאון, און ער איז בארעכטיגט צו שרייבן וואס ער וויל, נאר אויף די ארוינים וואס שטיצן אים, מ'רעדט כסדר פון אויף קול סאטמאר, און מ'שרייבט אזוי פיל פון אים אין די בלאט, אויף זיי איז שווער
(יא! אויף די זאליס איז פונקט דא אזוי פיל קשיות, אדער אפי' מער, אבער דעס איז בכלל נישט קיין תי').

גראדע מיין איך אז ס'איז דא א חילוק צווישן דעם,
דעס אז מ'ברענגט אים צו להלכה, ועוד, די רבי - בעל דברי יואל, האט נישט געשריבן קעגן הרב פראנק, (והסיבה פשוט, אפי' ער איז געווען א רב מטעם המדינה, האט ער אבער נישט גערעדט און געשריבן דעס וואס רב קוק האט)

אבער אפי' ס'איז פונקט די זעלבע, האסטו גארנישט געענפטערט, אז יענער טוט נישט ריכטיג, איז בכלל נישט קיין תי',

לאמיר דא מעתיק זיין די לשון אין תשו' דברי יואל חו''מ סי' קלא
איש צער ואויב לדת תורתינו הקדושה ולעיקרי האמונה דרך קשתו כאויב להפר ברית עולם הנקוב בשם אברהם יצחק קוק
איינער וואס האט געלערנט זיינע ספרים און ברענגט אים צו אין זיינע תשובות, האט נישט קיין מקום מ'זאל אים גרויסמאכן אין סאטמאר.
אזוי מיין איך.
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

קודם איינס, ער ברענגט עם צו כדי זיך צו דינגען מיט עם,

און נאכדעם כל, קיינמאל האבן די זאליס נישט געהאט מיט עם די פראבלעם.. אז א מענטש ברענגט צו קוק באקומט נישט דער צוברענגער א דין פון קוק, אגב האט דער דברי יואל זייער מחשיב געווען דעם גאב"ד, עי' בהסכמתו, און בכלל איז דער גאב"ד באקאנט אלץ א לוחם און גרויסער קנאי נאך אין די צייטן ווען ר' טובי' איז נאך געווען אין גער און אין ליבאוויטש, און כידוע איז די אמת'ע שנאה פון מהרז"ל צום גאב"ד צוליב'ן פארהערן עם ווען ער האט געוואלט ווערן א חבר הבד"ץ ווען ער האט נאך געוואוינט אין ירושלים, און ווי פארשטענדליך האט ער נישט געקענט דעם פארהער און זייט דעמאלץ בלאזט מהרז"ל אויפן גאב"ד..

און בכלל איז קיינמאל נישט געווען א נושא אין סאטמאר צו בודק זיין די ציצית פון יעדן קנאי, נישט יעדער קנאי וואס איז מיטגעשטאנען מיט סאטמאר איז געווען א לעגאלער סאטמארער, ווי למשל שיטת בריסק אין קנאות איז ביסודו אנדערש ווי סאטמאר אא"וו, נאר מיט דעם אלעם זענען די קנאיש'ע קרייזן געווען עקסעפטעד אין סאטמאר, מ'האט נישט פארלאנגט אז יעדער ירושלימע'ר זאל זיין א סאטמארע'ר.

די גאנצע מין טעראר פון משוגע מאכן יעדעם איינעם מיט אפירגעקראצטע עוולות ווי למשל קעגן דעם יעצטיגן גאב"ד, און בשעתו קעגן דעם מנחת יצחק ועוד, דעי מין מהלך איז די מהלך פון די איזרעילי סיקריקים, די אתרא קדישא חברה, וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעם מיט קנאות און ציונות ווען ס'קומט זיי גוט אויס, זיי האבן נישט קיין פראבלעם משתף פעולה צו זיין מיט די ציונים, זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו נעמען געלט פון די ציונים, זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו גיין אינעם כנסת המינים.

בסך הכל האבן זיך די זאליס צאמגעשטעלט מיט די סיקריקים און מיט די אתרא קדישא געמיינדע, צוליב זייערע חשבונות, און זייט דעמאלץ הערט מען דעי נוסח ביי די זאליס.

די זאליס האבן נישט קיין פראבלעם מיט הר' שמידל אפילו ער גייט אינעם כנסת המינים, קנאות איז בכלל נישט די נושא דא.
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

מופת הדור האט געשריבן: ליתר ביאור, ווען דו וואלסט געבוירן געווארן א זאלי וואלסטו געהאלטן אלעס וואס דו האלטסט יעצט?????

ליתר ביאור, איך בין נישט געבוירן געווארן אן ארוני, כ'בין אביסל עלטער ווי דו מיינסט, איך האב אליינס מיטגעלעבט די עוואלוציע פונעם זאלי עבודה זרה אנטשייאונג..
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך עמרם »

מן הסתם האט געשריבן: קיינמאל האבן די זאליס נישט געהאט מיט עם די פראבלעם.. אז א מענטש ברענגט צו קוק באקומט נישט דער צוברענגער א דין פון קוק, אגב האט דער דברי יואל זייער מחשיב געווען דעם גאב"ד, עי' בהסכמתו, און בכלל איז דער גאב"ד באקאנט אלץ א לוחם און גרויסער קנאי נאך אין די צייטן ווען ר' טובי' איז נאך געווען אין גער און אין ליבאוויטש, און כידוע איז די אמת'ע שנאה פון מהרז"ל צום גאב"ד צוליב'ן פארהערן עם ווען ער האט געוואלט ווערן א חבר הבד"ץ ווען ער האט נאך געוואוינט אין ירושלים, און ווי פארשטענדליך האט ער נישט געקענט דעם פארהער און זייט דעמאלץ בלאזט מהרז"ל אויפן גאב"ד..

און בכלל איז קיינמאל נישט געווען א נושא אין סאטמאר צו בודק זיין די ציצית פון יעדן קנאי, נישט יעדער קנאי וואס איז מיטגעשטאנען מיט סאטמאר איז געווען א לעגאלער סאטמארער, ווי למשל שיטת בריסק אין קנאות איז ביסודו אנדערש ווי סאטמאר אא"וו, נאר מיט דעם אלעם זענען די קנאיש'ע קרייזן געווען עקסעפטעד אין סאטמאר, מ'האט נישט פארלאנגט אז יעדער ירושלימע'ר זאל זיין א סאטמארע'ר.

די גאנצע מין טעראר פון משוגע מאכן יעדעם איינעם מיט אפירגעקראצטע עוולות ווי למשל קעגן דעם יעצטיגן גאב"ד, און בשעתו קעגן דעם מנחת יצחק ועוד, דעי מין מהלך איז די מהלך פון די איזרעילי סיקריקים, די אתרא קדישא חברה, וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעם מיט קנאות און ציונות ווען ס'קומט זיי גוט אויס, זיי האבן נישט קיין פראבלעם משתף פעולה צו זיין מיט די ציונים, זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו נעמען געלט פון די ציונים, זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו גיין אינעם כנסת המינים.

בסך הכל האבן זיך די זאליס צאמגעשטעלט מיט די סיקריקים און מיט די אתרא קדישא געמיינדע, צוליב זייערע חשבונות, און זייט דעמאלץ הערט מען דעי נוסח ביי די זאליס.

די זאליס האבן נישט קיין פראבלעם מיט הר' שמידל אפילו ער גייט אינעם כנסת המינים, קנאות איז בכלל נישט די נושא דא.

איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו מישט דא אריין די זאליס, איך האב דיר שוין געזאגט אז מיין קשיא אויף די ארוינים האט גארנישט מיט די זאליס,
פלעין, איך קען נישט פארשטיין פארוואס די ארוינים שטיצן אים אזוי שטארק!
די ווארט "זאליס" קומט בכלל נישט אריין, צו פארענטפערן מיין קשיא.

נאר דעס אז מ'שטיצט א גאון וואס ברענגט א פסק פון רב קוק (גראדע זאגט ער יא, אז מ'קען זיך סומך זיין אויף אים) איז געווען זייער אינטערעסאנט פאר מיר (מילא ווען די זאליס טוהן עס, נו ס'איז נישט די ערשטע קשיא אויף זיי, זיי זענען פול מיט סתירות, אבער אויף די ארוינים וואס זענען מער ארענטליך איז זייער שווער...)

מיין בני בית איז א לערערין אין סאטמאר (מהר''א) און אמאל ווען זי האט געוואלט נאכזאגן עפעס פון ר' משה פיינשטיין, האט זי עס געדארפט נאכזאגן אהן א נאמען, ווייל מ'טאר נישט דערמאנען פון אים, און אין סאטמארע בתי מדרשים טאר נישט זיין קיין קהלת יעקב פון די סטייפלער גאון, טראץ די גאונים אדירים זענען ווייט ווייט פון רב קוק'ס שיטות, און מ'האט נישט גערעדט אויף זיי ווי אויף רב קוק, דאך מעג מען נישט דערמאנען זייער תורה.

אבער א גליון פון א רב, וואס ברענגט דארט צו א פסק פון רב קוק, און זאגט אז מ'קען זיך סומך זיין אויף אים, דעס האט מען אויסגעשפרייט אין אלע סאטמארע (מהר''א) בתי מדרשים, ווייל...

דא 👇 קענסטו זעהן די גליון וואס איז געווען פארשפרייט אין די סאטמארע (מהר''א) בתי מדרשים זומער תשפ''ב
אויף דף ג' איז דא א תשובה וואס ציעט זיך אריין אין דף ד', ווי ער ברענגט די ספר דעת כהן, דעס איז די תשובה ספר פון רב קוק ז''ל
מטות מסעי יידיש פב.pdf
(2.08 MiB) אראפגעלאדנט 17 מאל
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך נחום הסופר »

די ארונים האבן געענטפערט דערויף אז אויך דער פריערדיגער ראב"ד הגאון רבי פנחס עפשטיין ברענגט אראפ רב קוק בא' מספריו
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

עמרם האט געשריבן: נאר דעס אז מ'שטיצט א גאון וואס ברענגט א פסק פון רב קוק (גראדע זאגט ער יא אז מ'קען זיך סומך זיין אויף אים) איז געווען זייער אינטערעסאנט פאר מיך

שקר! ער שרייבט "נישט" אז מ'קען זיך פארלאזן אויף עם.

ער ברענגט עם צו צוזאמען מיט'ן אבני נזר אז כלים וואס מ'קויפט פון א מומר איז מחוייב טבילה, און דעריבער האבן כלים פון א מומר די זעלבע דין ווי כלים פון א גוי וואס איז אויך מחוייב טבילה ווען מ'קויפט עס פונעם גוי, און דעריבער קומט אויך ארויס א קולא למעשה אז ווען דו עסט אין כלים וואס באלאנגען נאך פארן גוי און פארן מומר איז עס מותר בלא טבילה, עד כאן וואס ער ברענגט צו פונעם דעת כהן.

אבער ער דינגט זיך קלאר אויף דעם און פירט אויס פארקערט ווי רב קוק אז היות רוב פוסקים האלטן אז ווען מ'קויפט כלים פון א מומר דארף מען עס נישט טובל'ען, און א מומר האט נישט א דין ווי א גוי כלפי דעם דין, ממילא וועט מען "נישט" האבן די קולא און מ'טאר נישט עסן אין א כלי וואס באלאנגט נאך צום מומר...

@עמרם, כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט א ע"ה, פאר דו ברענגסט צו א תשובה און דו ווילסט אראפרייסן דעם גאב"ד דערמיט, זיי מוחל און לערן קודם דורך דעם שטיקל וואס דו צייכנסט צו.. ווייל ס'שטייט קאפויער ווי דו זאגסט..

א פרייליכן פורים..
[NAMELESS]

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער חזו"א האט געזאגט אז מ'קען לערנען אין רב קוק'ס הלכה ספרים אבער נישט אין זיין אגדתא און השקפה ספרים
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מן הסתם האט געשריבן: בכלל נישט קיין צושטעל, אויף ר' טובי' האט סאטמאר געהאט לעגיטימע טענות.....

מיר געקאסט א לאך, דו מאכסט אפ וואס הייסט לעגיטימע טענות און וואס נישט.

ווען דושינסקיא רבי איז זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד וואס האט בכח תורתו הברורה גע'פסקנ'ט אז מען טאר נישט גראבן אין בית שמש, און מען האט אים נעבעך אויסגעצאפט די לעצטע טראפ בלוט און אים כמעט אימפיטשט. איז איינמאל דער דושינסקיא רבי זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד האט אים דער רב געזאגט אז דו ווילסט קענען מיר זיך מפלפל זיין אין לערנען א גאנצע נאכט, אבער דו ווילסט מיר זאגן וויאזוי צו פירן די שטאט? פארדעם בין איך דא רב.

ער האט בכח תורתו געהאלטן און מכריע געווען וואס איז לעגעטים, און די בלאט מיט זייער ליצנות האט וואך איין וואך אויס געמאכט ליצי ליצנות פון די כבוד התורה פונעם גאב"ד, געלייגט בילדער פון "הגה"צ גאב"ד שליט"א" דערנעבן "הגאון הגדול פוסק הדור הראב"ד שליט"א" און דערנאך האט שמואל ווידער געפרעגט וואס האב איך געטאן שלעכט???? מיט נאך צענדליגער אזעלכע ביליגע ליצנות.
די זעלבע גאב"ד וואס די בלאט האט געשריבן אויף אים פוסק הדור פון אנפאנג....

זאלן זיי מיר נישט קומען פארקויפן קיין לאקשן אז זיי מיינע א פינטעלע כבוד התורה. ביליגע באנדיטן מחוצפים מאז ומקדם זענען די ארוינים מיט זייערע נאכשלעפערס.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך לאכעדיג »

איך זעה אז זייער פראפאגאנדע מאשין ארבעט נאך גאנץ פיין.

ס'איז זייער גוט צו האבן @מן הסתם דא אויף ק"ש אזוי קענען מיר האבן א שטיקל באגריף וויאזוי די פארמאכטע חסידים פון מהר"א (נישט אלע חסידי מהר"א זענען אזוי פארנאטיש...) קוקן אן די חסידישע וועלט...

@מן הסתם לאמיר קראכן דיין "באבעל" רבי משה שטערנבוך איז גאב"ד אין דער בלאט און אין די נייע מקוה אין די הויז פון מהר"א.

און די וועלט איז רבי משה שטערנבוך נישט גאב"ד ירושלים!!!!!
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

וואס הייסט ער איז נישט גאב"ד? ער האט געווינען מיט א רוב ביי די וואוטס אינערהאלב די הנהלה העדה החרדית.

ער איז א גאון, ער איז די הויפט פונעם בית דין. אין יודיש מיינט דאס גאון אב בית דין.. קראך אוועק.

אינעם עדה פינאנצירטע גליון קהלא קדישא איז ער באטיטלט גאב"ד, אינערהאלב די וואוילע כלל ישראל וואס געהערט צום עדה החרדית און נישט צו די סיקריקים איז ער אנערקענט אלץ דער מנהיג העדה, און מנהיג הדור, קראך אוועק.. דו מאכסט מיר לאכעדיג..
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מן הסתם »

אינטערסאנטער האט געשריבן: ווען דושינסקיא רבי איז זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד וואס האט בכח תורתו הברורה גע'פסקנ'ט אז מען טאר נישט גראבן אין בית שמש, און מען האט אים נעבעך אויסגעצאפט די לעצטע טראפ בלוט און אים כמעט אימפיטשט. איז איינמאל דער דושינסקיא רבי זיך געקומען טענה'ן מיט'ן גאב"ד האט אים דער רב געזאגט אז דו ווילסט קענען מיר זיך מפלפל זיין אין לערנען א גאנצע נאכט, אבער דו ווילסט מיר זאגן וויאזוי צו פירן די שטאט? פארדעם בין איך דא רב.

ער האט בכח תורתו געהאלטן און מכריע געווען וואס איז לעגעטים, און די בלאט מיט זייער ליצנות האט וואך איין וואך אויס געמאכט ליצי ליצנות פון די כבוד התורה פונעם גאב"ד, געלייגט בילדער פון "הגה"צ גאב"ד שליט"א" דערנעבן "הגאון הגדול פוסק הדור הראב"ד שליט"א" און דערנאך האט שמואל ווידער געפרעגט וואס האב איך געטאן שלעכט???? מיט נאך צענדליגער אזעלכע ביליגע ליצנות.

שקויעך טאקע פארן מיר צוהעלפן און אזוי גוט ארויסברענגען, דאס האב איך דאך טאקע געשריבן.

אז פונקט ווי ער איז געווען סענסעטיוו ווען ס'געקומען צו זיין רבנות, און מ'האט זיך נישט געטארט טענה'ן מיט עם אין לערנען צו מ'מעג אויפגראבן אפאר כנענים אין א פלאץ ווי ער איז נישט רב, בית שמש איז נישט ירושלים, ס'איז אזוי ווי דער דיין פון אנטווערפן וועט זיך טענה'ן מיט'ן אנטווערפענער רב צו מ'מעג אויפגראבן א גוי'אישע בית הקברות אין שטראסבורג, און דער אנטווערפענער רב וועט שרייען אויף דושינסקיא רבי אז דא בין איך רב. יא יא ביסט טאקע רב, אבער ס'מיינט נישט אז דו ביסט רב אין גולובנציץ..

פארשטאנטא?

און יעצט לאמיר צוקומען לענינינו אין קרית יואל, דארט האט ר' טובי' פארשטאנען אז ער מעג זיך מחולק זיין און טרינקען דאס בלוט פונעם רב..

אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס איז דאס אנדערש פון שמואל ווידער.. ? הא...?


א גוטן פורים אינטערעסאנטער..
מיין ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

שליחה דורך מיין ברודער »

בילד
פארשפארט