התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
שוין א פאר וואכן וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסן. די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
האסט פראבירט זיי מודיע צו זיין? פארוואס באשמיצען אין די וועלט אריין? איך גלייב די קאנסטראקשען איז נישט אונטער די השגחה? און אפילו שמירת שבת בכלל איז מען געווענליך נישט חושש ביי היימישע אידן איז ווי דארף ער צו וויסען אז מען ארבייט שבת דארט?
פאר עטליכע יאר צוריק ווען א בעקערי האט געארבייט צו באקן ברויט פאר די זמן מוצאי האבן זיי אראפגענומען די השגחה און די בעה''ב האט געמוזט פארקויפן די בעקערי
פאר עטליכע יאר צוריק ווען א בעקערי האט געארבייט צו באקן ברויט פאר די זמן מוצאי האבן זיי אראפגענומען די השגחה און די בעה''ב האט געמוזט פארקויפן די בעקערי
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
ווער האט דא באשמיצט איינעם? איך האב געפרעגט א קשיא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:00 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
ווי איז דעי געשעפט קום אריין מיט גאנצע פרטים?
״והעיקר״ ״ליב האבען א יוד און יעדען מצב״
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
וואס הייסט האסט געפרעגט? דו האסט א ספק צו זיי וואלטן עס צוגעלאזט ווען זיי ווייסען דערפון? די אופן ווי אזוי דו פרעגסט די שאלה שפריצט העיט אזוי שטעכעדיג כאילו התאחדות ווייסט דערפון און זיי לאזן עס צו...אוהב ספרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 10:59 am ווער האט דא באשמיצט איינעם? איך האב געפרעגט א קשיא
לעצם הענין: עס איז מסתבר אז זיי ווייסען בכלל נישט דערפון, היות די בנין איז אונטער קאנסטראקשען און זייער השגחה איז נאר אויף די עסן... אבער עס איז א מצווה אויף דיר זיי מודיע צו זיין דערוועגען זייער אינפורמציה איז פובליק.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
למען האמת געדענק איך אז די מעשה איז געווען א טראפקעלע אנדערש. זיי האבן אראפגענומען די הכשר בלויז פאר געציילטע טעג. אדער צום סוף בכלל נישט מיטן תנאי אז יענער וועט האבן א משגיח תמידי. נאך אפאר וואכן האט יענער אפעלירט צו התאחדות אז דער נייער משגיח תמידי קאסט צופיל. האבן זיי געזאגט אז למרות אז די גאס איז שוין שטיל קען מען עס לאזן גיין ליפערן.
מיט אפאר חדשים שפעטער האט מער א מאדערענע הכשר OK איהם געפאקט ניצן חדש שרייבנדיג אז עס איז ישן. און OK האט פארגעהאלטן התאחדות, און די אנטווארט איז געווען, מיר זענען נישט מקפיד אויף ישן. אבער ווען OK האט אראפגענומען הכשר האט שוין התאחדות געדארפט מיט גיין דערמיט. און אדאנק OK האט ער געדארפט פארקויפן.
אזוי געדענק איך.....
דאס איז אבער געווען מיט יארן צוריק. איך מיין אז היינט קען שוין התאחדות נישט אפערירן אזויווי דעמאלט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
דער איסור פון חדש איז בכלל נישט אזוי שטארק בזמה"ז אפילו הלכה'דיג. מכח כמה טעמים. ממילא איז עס נישט אנגענימען אין אלע קרייזן.קורקלענד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 3:28 pmלמען האמת געדענק איך אז די מעשה איז געווען א טראפקעלע אנדערש. זיי האבן אראפגענומען די הכשר בלויז פאר געציילטע טעג. אדער צום סוף בכלל נישט מיטן תנאי אז יענער וועט האבן א משגיח תמידי. נאך אפאר וואכן האט יענער אפעלירט צו התאחדות אז דער נייער משגיח תמידי קאסט צופיל. האבן זיי געזאגט אז למרות אז די גאס איז שוין שטיל קען מען עס לאזן גיין ליפערן.
מיט אפאר חדשים שפעטער האט מער א מאדערענע הכשר OK איהם געפאקט ניצן חדש שרייבנדיג אז עס איז ישן. און OK האט פארגעהאלטן התאחדות, און די אנטווארט איז געווען, מיר זענען נישט מקפיד אויף ישן. אבער ווען OK האט אראפגענומען הכשר האט שוין התאחדות געדארפט מיט גיין דערמיט. און אדאנק OK האט ער געדארפט פארקויפן.
אזוי געדענק איך.....
דאס איז אבער געווען מיט יארן צוריק. איך מיין אז היינט קען שוין התאחדות נישט אפערירן אזויווי דעמאלט.
עיי במשנה ברורה (הל' ספירת העומר) וואס דארט איז ער מברר אז ס'איז כמעט נישט שייך במציאות (אפילו בזמנו) אז די ווייטץ וואס מ'פארקויפט אויפ'ן מארק זאל זיין חדש. כש"כ אין אונזער צייט ווען די ווייטץ וואס בעקערייען באקומען איז לכה"פ איין יאר אלט. אדער מער.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
חדש איז אפשר נישט קיין פראבלעם. אבער צו האנדלען מיט א בלאפפער וואס שרייבט ישן וואוסענדיג אז ס'איז שקר איז שוין איינמאל א פראבלעם. ספעציעל ווען יענער האט נישט קיין פראבלעם מיט חילול שבת און אנדערע זאכן.....
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
מיין משנה ברורה שרייבט אז היינטיגע צייטן איז חדש א הארבערער פראבלעם ווי פארצייטענס, ווארום די באן פארט פיל שנעלער ווי די אמאליגע פערד און וועגענער, און די נייע תבואה קומט אן גאנץ שנעל.
די ספק ספיקא פון די רמ"א גילט שוין נישט.
און היינט אין אמעריקא, ווי פון די פעלד ביז צום פאבריק קען געדויערן א פאר געציילטע טעג, איז די פראבלעם פיל ערגער. דאס איבעריגער ווייץ ווערט געשיקט אויף חו"ל, עס ווארט נישט פון יאר צו יאר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
אינטרעסאנט: איך האב ארויסגענומען פונקט די פארקערטע מעסעדזש פון משנ"ב.
אויך די מציאות אויפ'ן אמעריקאנער מארקעט קען ווערן אויסגעטשעקט. נאר לויט מיין אינפארמאציע בלייבט די ווייץ אין דעם ריזיגן גרעין סטארעדזש פאר בערך א יאר פאר דאס קומט אן צום מארקעט.
אויך די מציאות אויפ'ן אמעריקאנער מארקעט קען ווערן אויסגעטשעקט. נאר לויט מיין אינפארמאציע בלייבט די ווייץ אין דעם ריזיגן גרעין סטארעדזש פאר בערך א יאר פאר דאס קומט אן צום מארקעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתיה, איז ווען ס׳קומט צי חלב עכו״ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
מ'קען אריינגיין אין גאנצע (הלכה'דיגע) ויכוחים איבער חדש אויב ס'איז נוהג בזמה"ז אין חו"ל. נאר ס'איז נישט פאר א בעל עגלה און א נער זיך צו אמפערן איבער הלכה'דיגע חילוקים אויף א פארום וואס איז געמאכט זיך צו לופטערן און אויסדרוקן מיינונגען און בויכווייטאג.
און וועגן אן איסור דאורייתא אדער דרבנן האט שוין הרה"צ (יא. ער איז געווען א קדוש אויך) מ'קלויזנבורג זצ"ל לאנג צוריק געזאגט (במתק לשונו) אז די נפקא מינה אויב אן איסור איז מדאורייתא אדער בלויז א דרבנן איז פאר'ן שמש אין גהינום. וויפיהל האלץ ער זאל אריינלייגן פאר דעם וואס האט עס עובר געווען. ביי א דאורייתא וועט ער אריינלייגן 4 מעטער האלץ. און ביי א דרבנן וועט ער אריינלייגן נאר 2 מעטער. פאר אונז איז נישט קיין שום נפקא מינה .

- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
התאחדות איז ליידער אזוי קוראפטירט אז איך פרעג שוין נישט קיין שאלות אויף זיי.
די אנדערע השגחות מיט אחריות לאזן נישט אריין אסאך מאל התאחדות פראדוקטן ווייל זיי ווייסן וואס טוט זיך אינטער די גארבעזש פון התאחדות. עס איז דא אויף זיי שוידערליכע מעשיות פון הפקירות, זיי קומען נישט אראפ צו זייערע קאמפעניס וואס איז מחוץ לעיר, זיי קעירן נישט ווען זיי ווערן געוואר א פראבלעם.
די איינציגסטע דאגה פון התאחדות איז צו לאזן וויסן דעם עולם יעדע שטיק צייט מיט א מודעה, כדי יעדער זאל זיך איינרעדן אז זיי זענען די שומר המחנה, אינדערצייט וואס אין יראת אלקים במקום ההוא. רחמנא ליצלן

- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
דער געשעפט האט שוין געעפענט פאר'ן פאבליק?אוהב ספרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 10:22 am התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
שוין א פאר וואכען וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסען, די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
און די זעלבע מענטשען וועלכע קומען מיט היתרים אויף חדש אויף ווען עס איז באמת אן איסור דאורייתא, וועלן נוצען די מעטאפארישע 'חדש אסור מן התורה' אין אנדערע פעלער...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2024 12:46 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?
פארוואס זאל התאחדות האבן א דאגה מיט די קאנסטראקשען? זיי זענען אין די כשרע עסן ליין?
אפשר האט די בעל הבית געבארגט די געלט וואס ער ניצט צו אינוועסטן אויף רבית? איז עס אויך זייער דאגה?
אפשר האט די בעל הבית געבארגט די געלט וואס ער ניצט צו אינוועסטן אויף רבית? איז עס אויך זייער דאגה?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...
ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
דיר באדערט נישט די השגחה פון התאחדות, דער באדערט אז התאחדות איז זיך נישט מכניע אונטער מהר"א.אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 12:00 am לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...
ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
אתה יצרת...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:06 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
אבי געשאסן אז התאחדות האט געזאגט פאר OK אז זיי נישט מקפיד אויף ישן. התאחדות לאזט נישט שרייבן קמח ישן אויב איז עס נישט ישן. כ׳רעד פון עקספיריענס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
יעדער תגובה דא גייט, לויט וויאזוי די האלטס פון התאחדות....
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
נישט ריכטיג, איך בין א קנאפע חסיד פון התאחדות אבער די אוהב ספרים קומט אריין דא גאנץ שטומפיג אנגעפאנגן מיטן נישט אנגיבן א נאמען אדער אדרעסס פון די געשעפט צו מברר זיין צו עס איז בכלל דא אזא מעשה... דערנאך צו התאחדות ווייסט אפילו דערפון
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
ס'האנדלט זיך מיט א מעשה פון א גוטע צוואנציג יאר צוריק. אייער עקספיריענס איז פון דעמאלט אדער היינט?חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 12:39 am אבי געשאסן אז התאחדות האט געזאגט פאר OK אז זיי נישט מקפיד אויף ישן. התאחדות לאזט נישט שרייבן קמח ישן אויב איז עס נישט ישן. כ׳רעד פון עקספיריענס.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?
ווי קומט אריין מהר"א דא אין בילד? נישט אתה יצרת, נאר אתה חלמת.לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 12:04 amדיר באדערט נישט די השגחה פון התאחדות, דער באדערט אז התאחדות איז זיך נישט מכניע אונטער מהר"א.אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 12:00 am לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...
ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
אתה יצרת...!
זעהט דא אויס אז נאך אידען [לויט די תגובות] ווייסען פון דעם חילול שבת צו זאגען, און אז דו האסט נישט וואס צו זאגען מוז מען נישט זאגען, עס איז נישט קיין חוב קדוש מודיע זיין לרבים דיין אויסגעשפראצטע חכמה.