התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך אוהב ספרים »

שוין א פאר וואכן וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסן. די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!

די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
[NAMELESS]

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט פראבירט זיי מודיע צו זיין? פארוואס באשמיצען אין די וועלט אריין? איך גלייב די קאנסטראקשען איז נישט אונטער די השגחה? און אפילו שמירת שבת בכלל איז מען געווענליך נישט חושש ביי היימישע אידן איז ווי דארף ער צו וויסען אז מען ארבייט שבת דארט?

פאר עטליכע יאר צוריק ווען א בעקערי האט געארבייט צו באקן ברויט פאר די זמן מוצאי האבן זיי אראפגענומען די השגחה און די בעה''ב האט געמוזט פארקויפן די בעקערי
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך אוהב ספרים »

ווער האט דא באשמיצט איינעם? איך האב געפרעגט א קשיא
מייערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך מייערן »

ווי איז דעי געשעפט קום אריין מיט גאנצע פרטים?
״והעיקר״ ״ליב האבען א יוד און יעדען מצב״
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
[NAMELESS]

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוהב ספרים האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 10:59 am ווער האט דא באשמיצט איינעם? איך האב געפרעגט א קשיא
וואס הייסט האסט געפרעגט? דו האסט א ספק צו זיי וואלטן עס צוגעלאזט ווען זיי ווייסען דערפון? די אופן ווי אזוי דו פרעגסט די שאלה שפריצט העיט אזוי שטעכעדיג כאילו התאחדות ווייסט דערפון און זיי לאזן עס צו...

לעצם הענין: עס איז מסתבר אז זיי ווייסען בכלל נישט דערפון, היות די בנין איז אונטער קאנסטראקשען און זייער השגחה איז נאר אויף די עסן... אבער עס איז א מצווה אויף דיר זיי מודיע צו זיין דערוועגען זייער אינפורמציה איז פובליק.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך קורקלענד »

חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 10:28 am
פאר עטליכע יאר צוריק ווען א בעקערי האט געארבייט צו באקן ברויט פאר די זמן מוצאי האבן זיי אראפגענומען די השגחה און די בעה''ב האט געמוזט פארקויפן די בעקערי
למען האמת געדענק איך אז די מעשה איז געווען א טראפקעלע אנדערש. זיי האבן אראפגענומען די הכשר בלויז פאר געציילטע טעג. אדער צום סוף בכלל נישט מיטן תנאי אז יענער וועט האבן א משגיח תמידי. נאך אפאר וואכן האט יענער אפעלירט צו התאחדות אז דער נייער משגיח תמידי קאסט צופיל. האבן זיי געזאגט אז למרות אז די גאס איז שוין שטיל קען מען עס לאזן גיין ליפערן.

מיט אפאר חדשים שפעטער האט מער א מאדערענע הכשר OK איהם געפאקט ניצן חדש שרייבנדיג אז עס איז ישן. און OK האט פארגעהאלטן התאחדות, און די אנטווארט איז געווען, מיר זענען נישט מקפיד אויף ישן. אבער ווען OK האט אראפגענומען הכשר האט שוין התאחדות געדארפט מיט גיין דערמיט. און אדאנק OK האט ער געדארפט פארקויפן.

אזוי געדענק איך.....

דאס איז אבער געווען מיט יארן צוריק. איך מיין אז היינט קען שוין התאחדות נישט אפערירן אזויווי דעמאלט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:28 pm

דער איסור פון חדש איז בכלל נישט אזוי שטארק בזמה"ז אפילו הלכה'דיג. מכח כמה טעמים. ממילא איז עס נישט אנגענימען אין אלע קרייזן.

עיי במשנה ברורה (הל' ספירת העומר) וואס דארט איז ער מברר אז ס'איז כמעט נישט שייך במציאות (אפילו בזמנו) אז די ווייטץ וואס מ'פארקויפט אויפ'ן מארק זאל זיין חדש. כש"כ אין אונזער צייט ווען די ווייטץ וואס בעקערייען באקומען איז לכה"פ איין יאר אלט. אדער מער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך קורקלענד »

חדש איז אפשר נישט קיין פראבלעם. אבער צו האנדלען מיט א בלאפפער וואס שרייבט ישן וואוסענדיג אז ס'איז שקר איז שוין איינמאל א פראבלעם. ספעציעל ווען יענער האט נישט קיין פראבלעם מיט חילול שבת און אנדערע זאכן.....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין משנה ברורה שרייבט אז היינטיגע צייטן איז חדש א הארבערער פראבלעם ווי פארצייטענס, ווארום די באן פארט פיל שנעלער ווי די אמאליגע פערד און וועגענער, און די נייע תבואה קומט אן גאנץ שנעל.

די ספק ספיקא פון די רמ"א גילט שוין נישט.

און היינט אין אמעריקא, ווי פון די פעלד ביז צום פאבריק קען געדויערן א פאר געציילטע טעג, איז די פראבלעם פיל ערגער. דאס איבעריגער ווייץ ווערט געשיקט אויף חו"ל, עס ווארט נישט פון יאר צו יאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינטרעסאנט: איך האב ארויסגענומען פונקט די פארקערטע מעסעדזש פון משנ"ב.

אויך די מציאות אויפ'ן אמעריקאנער מארקעט קען ווערן אויסגעטשעקט. נאר לויט מיין אינפארמאציע בלייבט די ווייץ אין דעם ריזיגן גרעין סטארעדזש פאר בערך א יאר פאר דאס קומט אן צום מארקעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך קהל'ס נער »

וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתיה, איז ווען ס׳קומט צי חלב עכו״ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך berlbalaguleh »

מ'קען אריינגיין אין גאנצע (הלכה'דיגע) ויכוחים איבער חדש אויב ס'איז נוהג בזמה"ז אין חו"ל. נאר ס'איז נישט פאר א בעל עגלה און א נער זיך צו אמפערן איבער הלכה'דיגע חילוקים אויף א פארום וואס איז געמאכט זיך צו לופטערן און אויסדרוקן מיינונגען און בויכווייטאג.

און וועגן אן איסור דאורייתא אדער דרבנן האט שוין הרה"צ (יא. ער איז געווען א קדוש אויך) מ'קלויזנבורג זצ"ל לאנג צוריק געזאגט (במתק לשונו) אז די נפקא מינה אויב אן איסור איז מדאורייתא אדער בלויז א דרבנן איז פאר'ן שמש אין גהינום. וויפיהל האלץ ער זאל אריינלייגן פאר דעם וואס האט עס עובר געווען. ביי א דאורייתא וועט ער אריינלייגן 4 מעטער האלץ. און ביי א דרבנן וועט ער אריינלייגן נאר 2 מעטער. פאר אונז איז נישט קיין שום נפקא מינה .
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך אינטערסאנטער »

התאחדות איז ליידער אזוי קוראפטירט אז איך פרעג שוין נישט קיין שאלות אויף זיי.

די אנדערע השגחות מיט אחריות לאזן נישט אריין אסאך מאל התאחדות פראדוקטן ווייל זיי ווייסן וואס טוט זיך אינטער די גארבעזש פון התאחדות. עס איז דא אויף זיי שוידערליכע מעשיות פון הפקירות, זיי קומען נישט אראפ צו זייערע קאמפעניס וואס איז מחוץ לעיר, זיי קעירן נישט ווען זיי ווערן געוואר א פראבלעם.

די איינציגסטע דאגה פון התאחדות איז צו לאזן וויסן דעם עולם יעדע שטיק צייט מיט א מודעה, כדי יעדער זאל זיך איינרעדן אז זיי זענען די שומר המחנה, אינדערצייט וואס אין יראת אלקים במקום ההוא. רחמנא ליצלן
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך לבי ובשרי »

אוהב ספרים האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 10:22 am התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שוין א פאר וואכען וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסען, די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!

די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?
דער געשעפט האט שוין געעפענט פאר'ן פאבליק?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 8:31 pm וואס מיר איז אינטערסאנט איז אז די זעלבע מענטשן וואס קומען מיט היתרים אויף חדש וואס איז א איסור דאורייתיה, איז ווען ס׳קומט צי חלב עכו״ם ווערן זיי אינגאנצן אויס מענטש היתכן מען גייט מתיר זיין א איסור דרבנן.
און די זעלבע מענטשען וועלכע קומען מיט היתרים אויף חדש אויף ווען עס איז באמת אן איסור דאורייתא, וועלן נוצען די מעטאפארישע 'חדש אסור מן התורה' אין אנדערע פעלער...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
קל לזכור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2024 12:46 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטען שבת?

שליחה דורך קל לזכור »

פארוואס זאל התאחדות האבן א דאגה מיט די קאנסטראקשען? זיי זענען אין די כשרע עסן ליין?

אפשר האט די בעל הבית געבארגט די געלט וואס ער ניצט צו אינוועסטן אויף רבית? איז עס אויך זייער דאגה?
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך אוהב ספרים »

לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...

ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך לאכעדיג »

אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:00 am לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...

ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
דיר באדערט נישט די השגחה פון התאחדות, דער באדערט אז התאחדות איז זיך נישט מכניע אונטער מהר"א.

אתה יצרת...!
חיים׳ל ברוקלינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:06 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך חיים׳ל ברוקלינער »

אבי געשאסן אז התאחדות האט געזאגט פאר OK אז זיי נישט מקפיד אויף ישן. התאחדות לאזט נישט שרייבן קמח ישן אויב איז עס נישט ישן. כ׳רעד פון עקספיריענס.
אחידוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך אחידוש »

יעדער תגובה דא גייט, לויט וויאזוי די האלטס פון התאחדות....
[NAMELESS]

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחידוש האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:14 am יעדער תגובה דא גייט, לויט וויאזוי די האלטס פון התאחדות....
נישט ריכטיג, איך בין א קנאפע חסיד פון התאחדות אבער די אוהב ספרים קומט אריין דא גאנץ שטומפיג אנגעפאנגן מיטן נישט אנגיבן א נאמען אדער אדרעסס פון די געשעפט צו מברר זיין צו עס איז בכלל דא אזא מעשה... דערנאך צו התאחדות ווייסט אפילו דערפון
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך קורקלענד »

חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:39 am אבי געשאסן אז התאחדות האט געזאגט פאר OK אז זיי נישט מקפיד אויף ישן. התאחדות לאזט נישט שרייבן קמח ישן אויב איז עס נישט ישן. כ׳רעד פון עקספיריענס.
ס'האנדלט זיך מיט א מעשה פון א גוטע צוואנציג יאר צוריק. אייער עקספיריענס איז פון דעמאלט אדער היינט?
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: התאחדות הרבנים ערלויבט געשעפטן אונטער זייער השגחה ארבעטן שבת?

שליחה דורך אוהב ספרים »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:04 am
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:00 am לאמיר זאגן אז עס נאך נישט אפען...

ולכן? איינער וואס איז מחלל שבת בפהרסיא באקומט זייער השגחה אויף אזא געשעפט?
דיר באדערט נישט די השגחה פון התאחדות, דער באדערט אז התאחדות איז זיך נישט מכניע אונטער מהר"א.

אתה יצרת...!
ווי קומט אריין מהר"א דא אין בילד? נישט אתה יצרת, נאר אתה חלמת.

זעהט דא אויס אז נאך אידען [לויט די תגובות] ווייסען פון דעם חילול שבת צו זאגען, און אז דו האסט נישט וואס צו זאגען מוז מען נישט זאגען, עס איז נישט קיין חוב קדוש מודיע זיין לרבים דיין אויסגעשפראצטע חכמה.
פארשפארט