אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לייבניץ האט אויך בעצם געהאט געמאכט די חילוק צווישן אנאליטישע און סינטעטישע זאצן, און די חילוק ביניהם צווישן נמנע און אפשרי:
There are two kinds of truths: those of reasoning and those of fact. The truths of reasoning are necessary and their opposite is impossible; the truths of fact are contingent and their opposites are possible
דער מאטעמאטיקער דר. דורון ציילברגר שרייבט:
While in abstract mathematics (and logic), A=B iff B=A, in human discourse, A=B means something completely different than B=A
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

שליחה דורך מי אני »

דר. אלכסנדר בּראָדי שרייבט בנוגע די טענה פונעם טעאלאג געווין דאָגלעס קעגן דזשאַן מעיר:
From Gavin Douglas’s perspective, Mair’s commentary, like so many of the Sentences commentaries by his predecessors, is a double failure, an intertwining of what is wrong both with Mair’s logic and with his theology. What is wrong being that he has lost sight of the purpose of the sciences he practices, the purpose of logic being, or at least including, to teach how to argue well, and the purpose of theology being to help people either to come to the faith or to deepen their faith. Douglas noticed the length of logic books, the complexity of the argumentation and the fineness of detail, and judged that nobody, except perhaps a professional logician with a logic book to write, could possibly profit from much of this vast array of learning. In short, the huge books on scholastic logic, of which Mair’s were typical, could be of little or no help to those wishing to probe and to contribute to all the other disciplines in the liberal arts and in the disciplines of the higher faculties of theology, law and medicine. To express his point Douglas turns to Lorenzo Valla, one of his intellectual heroes: “Just as Valla says at the start of the second book of On Dialectic, so too you will find him saying as regards the theology of the Sentences: ‘Whatever it is they handed on in infinite books, I note that it could have been passed on in a very few precepts . . . No subject seems to me to be more brief and easier than dialectic, as it serves other and greater subjects of study”

Valla, with Douglas following him, believes it to be theology’s misfortune to have fallen into the hands of the logicians. Medieval logicians, who were trained in the arts of seeing the strengths and weaknesses of both sides of every argument, who were also expert at defending positions whether they believed in them or not, and were expert too at making ever-finer distinctions, could write interminably on any topic. Perhaps as regards most subjects this did not matter very much, but it mattered a great deal in the case of theology, granted both that nothing was more important than faith and also that the promotion of faith was the primary task of the theologians. Douglas’s criticism therefore is that the practice of the logicians and the remit of the theologians are not well matched, since theology is likely to sink under the dead weight of the logic that their theology contains. It is therefore unfortunate that almost all the theologians became habituated to the practices of scholastic logic before entering the higher faculty in which they acquired an education in theology, and they brought with them into their faculty of theology a vast array of refinements that were developed by the medieval, and especially the late-medieval logicians, refinements including Aristotelian syllogisms that were modified to include past-tensed propositions and future-tensed ones, Aristotelian propositions that included strange kinds of quantifiers (and that were mocked mercilessly by the humanists), and so on
דא [5:20-8:45] דערמאנט דר. פּיטער עדעמסאן וואו אליבא דמעיר וחביריו, איז אין לאגישע פּראפּאזישאנס שייך צו זאגן אינטרעסאנטע זאצן ווי ״דאס קינד איז געווען אַן ערוואקסענער״ וכדומה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אויבן הא׳מיר דערמאנט די חילוק צווישן אַן אינקלוּסיוו דיסדזשאָנקשען, וואו עס איז איינס אדער דאס אנדערע און עס קען זיין ביידע אויך, און אַן עקסקלוּסיוו דיסדזשאָנקשען, וואו עס איז איינס אדער דאס אנדערע, אבער עס קען נישט זיין ביידע צוזאמען. די צווייטע סארט ווערט גערופן XOR, לעומת דעם ערשטן פשוט׳ן OR.

דערנאך איז אויך דא נאַן-דיסדזשאָנקשען וואס באדייט א נעגעישאן פון דעם גאנצן ״אדער״ זאץ - עס איז נישט אזוי אז עס איז אדער א׳ אדער ב׳, נאר עס איז קיין איינס. און ווי דערמאנט דארט עפ״י דע-מארגענ׳ס געזעץ איז דאס די זעלבע ווי זאגן ״נישט א׳ און נישט ב׳״. דאס ווערט אויך גערופן NOR. עס קומט אויס אז NOR איז די היפך גמור (די לאגישע קאמפּלעמענט) פונעם OR וועלכע איז כולל ביידע, אפילו וואו זיי זענען נישט דאס זעלבע, אבער NOR איז נאר כולל זאכן וועלכע האבן דייקא נישט קיין שייכות מיט א׳ אדער ב׳.

און אויב וויל מען דעם היפך גמור פונעם XOR וועלכע איז כולל נאר די חלק פון א׳ און ב׳ וועלכע האבן נישט קיין שייכות, דאן ווערט דאס גערופן XNOR וועלכע איז דייקא כולל דארט וואו א׳ און ב׳ זענען אייניג און אויך וואס האט נישט קיין שייכות כלל מיט א׳ און/אדער ב׳, אבער נישט א׳ און ב׳ וואס זענען אפגעטיילט איינע פון דאס אנדערע.

ביי קאַנדזשאָנקשען, אַן ״און״ ביי לאגיק, איז אויך דא נאַן-קאַנדזשאָנקשען/שעפער׳ס סטרויק, וואס זאגט אז די זאץ ״א׳ און ב׳״ איז נאר אמת טאמער איינע פון זיי איז פאלש. אין אנדערע ווערטער, עס זאגט אז ״עס איז נישט אזוי אז עס איז א׳ און ב׳״. און דאס עפ״י דע-מארגענ׳ס געזעץ איז דאס זעלבע ווי זאגן ״נישט א׳ אדער נישט ב׳״. דאס ווערט נאטירט אלס NAND. עס קומט אויס אז דאס איז די היפך גמור פון AND וועלכע איז נאר כולל דארט וואו א׳ און ב׳ זענען אייניג. משא״כ NAND איז כולל אלעס חוץ דעם וואו זיי זענען אייניג און צוזאמען.

ועפי״ז האט דער מאטעמאטיקער דר. אנטאני בּאָנאַטאָ אויסגעשטעלט די מיִם וויץ לכבוד האַלאָוויִן און פּאָמפּקינס, וואו לגבי ״טריק״ און/אדער ״טריִט״ איז יעדעס לאגישע היפך אין דעם, אונטערן היפוכו:
IMG_6307.jpeg
*

ולגבי נארמאלע דיסטריבּיושאנס און האַלאָוויִן, פון דר. מעטיוּ פרימאן:
Paranormal.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

וועקיוּאָס אמת

שליחה דורך מי אני »

ווען מען זאגט אַן ״אויב-דעמאלטס״, והיינו ״←״, זאץ, דאן אויב איז די ערשטע חלק פאלש איז אטאמאטיש די גאנצע זאץ בעצם אמת. עס איז אבער א וועקיוּאָס אמת וועלכע זאגט גארנישט.

לדוגמא, אויב זאגט מען ״אויב איז וויליאמסבורג אין פראנקרייך, דאן איז בארא פארק אין יאפאן״ איז דאס בעצם אַן אמת׳ע זאץ על הכלל כולו. די ערשטע חלק פון ״וויליאמסבורג איז אין פראנקרייך״ איז פאלש, וממילא איז די ״דאן״ חלק וואס קומט דערנאך גייט מיר נישט אָן - די זאץ איז בעצם אמת נאר עס איז גערעדט אין דער וועלט אריין. מ׳קען דאס טרעפן אינעם אלגעמיינער וועג וויאזוי מענטשן רעדן אויף ארויסצוברענגען א פונקט שטארק איבער אַן אי-מציאות וכדומה. דאס זעלבע וואלט געווען אויב זאגט מען ״אויב איז וויליאמסבורג אין פראנקרייך, דאן איז בארא פארק אין ברוקלין״, וואו די צווייטע חלק איז טאקע אמת. די גאנצע זאץ על הכלל ווערט בעצם אמת, איינמאל די ערשטע חלק איז פאלש און עס זאגט מיר שוין גארנישט - די צווייטע חלק קען שוין אטאמאטיש ממילא נישט חל זיין אויף צו זאגן צי די זאץ על הכלל איז פאלש. ס׳איז כעין אמת וויבאלד מ׳האט נישט קיין וועג אפצופרעגן וויאזוי די מסקנא איז תלוי אינעם אנפאנג.

די איינציגסטע מאל אזא זאץ איז פאלש, איז ווען די ערשטע חלק איז אמת אבער די צווייטע איז פאלש. דעמאלטס קען מען זעהן ווי די מסקנא איז טאקע אומאפהענגיק פונעם התחלה וואס מ׳קען דאך וועריפייען וויבאלד ס׳איז אמת.

דאס ברענגט פּאראדאקסן און שוועריקייטן אין צאמשטעלן לאגישע זאצן מיט וויאזוי נאטורליכע שפראך ארבעט. לדוגמא, לפי הנ״ל וועט דאך די זאץ פון ״אויב די נאציס וואלטן געוואונען די צווייטע וועלט קריג, דאן וואלט יעדער געווען פרייליך״ איז אמת לפי הנ״ל. טאקע ליידיג אבער פארט אמת. וכמובן שטימט דאך עפעס נישט דא.

ועפי״ז האט פראפעסאר דאָראָטי עדזשערטאן געמאכט א הומאריסטישע ארגומענט למציאות הא-ל וועלכע איז בעצם א וואלידע ארגומענט. עס גייט:
אויב איז נישטא קיין ג-ט, דאן איז נישט אמת אז טאמער איך דאווען ווערן מיינע תפילות נענה.

איך דאווען נישט.

ג-ט עקזיסטירט.

דאס ארבעט אז מ׳שטעלט דאס אויס אזוי ווי:
ג׳ = ג-ט
ד׳ = דאווען
נ = נענה

און די ארגומענט איז סימבאליש:
~ג׳ ← ~(ד׳ ← נ׳)
~ד׳

ג׳

וויבאלד איך ווייס דאך פונעם צווייטן הנחה אז ד׳ איז פאלש; עס איז דאך ~ד׳ (מיינענדיג נישט אמת אז ד׳). וממילא איז די אימפּליקעישאן/אויב-דאן זאץ אין די מסגריים אטאמאטיש אמת כנ״ל. וואס דאן איז דאך די נעגעישאן דערפון אינעם ערשטן הנחה נישט אמת. און אויב איז דאס נישט אמת, אבער על הכלל איז דאך די גאנצע זאץ פונעם ערשטן הנחה יא אמת, דאן מוז ע״כ זיין אז די ערשטע חלק פון ~ג׳ איז אויך נישט אמת (כדי צו ראטעווען די אמת
פונעם גאנצן זאץ). וממילא מוז ע״כ זיין אז ג׳ איז אמת…

עכ״פ דאס נעקסטע מאל מ׳זעהט איינער וואס דאווענט נישט, זאל מען אים דן לכף זכות זיין אז ער איז דאדורך מוכיח מציאות הא-ל…
דאס געבט א נייעם באדייט אין דעם (עירובין סה.) יכול אני לפטור את כל העולם מדין תפילה…

כמובן, איז די פעהלער אין דעם אט די מיסמעטש הנ״ל צווישן לאגישע זאצן און נאטורליכע שפראך, און דאס פראבלעם אין דעם פון טאקע אמת אבער ״ליידיג״. (די חותמו של הקב״ה שהוא אמת, מוז זיין אַן אמת ״מלא״…) לדוגמא, מ׳קען פונקט אזוי אויפווייזן אויף פארקערט אויב זאגט מען:
אויב ג-ט עקזיסטירט דאן איז עס נישט אמת אז טאמער איך דין אים וועל איך גיין אין גיהנום

איך דין אים נישט

ג-ט עקזיסטירט נישט

דאס איז ווייל עס ווערט אויסגעשטעלט סימבאליש כזה, וואו ד׳ איז דינען און גה׳ איז גיין אין גיהנום:
ג׳ ← ~(ד׳ ← גה׳)

~ד׳

~ג׳

און די לאגיק איז גענוי ווי פריער.

ווי אויך קומט עס אויס פון דעם אז וויבאלד די זאץ פון ״א׳ ← ב׳״, איז נאר פאלש אויב איז א׳ אמת און ב׳ פאלש, אז עס איז דאס זעלבע ווי די זאץ ״~א׳ v ב׳״. וויבאלד די זאץ פון ״~א׳ v ב׳״, וואס איז אַן אינקלוּסיוו דיסדזשאָנקשען וואו ביידע קענען זיין אמת, איז אויך נאר פאלש אויב זענען ביידע, סיי א׳ און סיי ב׳, פאלש. וממילא אז עס איז ~א׳ v ב׳, והיינו נישט א׳ אדער ב׳, איז דאס נאר פאלש טאמער עס איז יא א׳ און נישט ב׳, כמו ווען איך זאג ״אויב א׳ דעמאלטס ב׳״ וכנ״ל אז עס איז נאר פאלש טאמער עס איז יא א׳ און נישט ב׳.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

די עקספּלאָזשען פּרינציפּ און פּירס׳ס געזעץ

שליחה דורך מי אני »

מ׳פארציילט אַן אינטרעסאנטע מעשה מיט בּערטראנד ראָסעל. ער האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען איבער דאס עקספּלאָזשען פּרינציפּ אין לאגיק. דאס לויטעט אז אויב איז א סטעיטמענט סיי אמת און סיי נישט אמת [דבר והיפיכו באותו מקום ובאותו זמן], גייט מען אין טעאריע קענען אויפווייזן יעדעס סטעיטמענט בעולם דאדורך. דאס איז ווייל מ׳קען דאך צאמשטעלן דאס סטעיטמענט מיט אן אנדערע סטעיטמענט און זאגן דאס אדער עפעס אנדערש. יעצט, די סטעיטמענט וועט דאך זיין אָוועראָל אמת ווייל די ערשטע חלק איז דאך (אויך) אמת. אבער דערנאך זאג איך דאך אז די ערשטע חלק איז דאך אויך נישט אמת, וממילא וויבאלד איך האב דאך געזאגט אז די אדער פּראַפּאַזישאן על הכלל איז אמת, מוז דאך זיין אז די צווייטע חלק וועלכע איך האב צוגעשטעלט נאכ׳ן אדער איז אמת.

האט אים א תלמיד געפרעגט, ״נו, ווייז אויף אז אויב 2+2=5 ביסטו דער פּויבּסט״. האט ראָסעל גראד צוריק געענטפערט, ״אויב 2+2=5 איז דאך 4=5. אויב נעם איך אראפ 3 פון ביידע זייטן איז דאך 1=2. איך און דער פּויבּסט זענען דאך צוויי אנדערע מענטשן, אבער צוויי איז דאך איינס, בין איך דער פּויבּסט״.

ואגב, עיין כאן בענין ״אויפווייזן״ 1=2 אין מאטעמאטיקס.

עפ״י דעם פּרינציפּ קען מען פאָרמיוּלירן דעם געזעץ פון עקסקלוּדעד מיטן, אז ס׳מוז זיין איינע פון די צוויי פון אדער ״יא״ אדער ״ניין״ אָן קיין מיטל-וועג, אין צו פּירס׳ס געזעץ. פּירס׳ס געזעץ לויטעט אז אויב דאס אליינס אז א׳ איז מכריח ב׳ איז אליינס מיניה וביה מכריח א׳, דאן איז דאס גאנצע אליינס (מעיקרא) שוין מכריח א׳. כזה:
((א׳ ← ב׳) ← א׳) ← א׳

דאס איז ווייל כנ״ל אינעם פריערדיגן תגובה, איז די איינציגסטע וועג אז די גאנצע זאץ זאל זיין פאלש, נאר אויב די ערשטע חלק איז אמת בשעת די צווייטע חלק איז פאלש. אויב איז די צווייטע חלק, דהיינו א׳, פאלש, דאן מוז איר ערשטע חלק, והיינו (א׳ ← ב׳) ← א׳, זיין אמת. דאס באדייט אז די צווייטע חלק דערין, א׳, איז זיכער אמת, וואס דאן איז דאך די געזעץ טאקע שוין אויפגעוואוזן און די גאנצע איז אטאמאטיש אמת, אדער אז עס איז נישט אמת און איר ערשטע חלק, א׳ ← ב׳, איז אויך פאלש. אבער אויב איז א׳ ← ב׳ פאלש, דאן מוז איר ערשטע חלק פון א׳ זיין אמת, וואס נאר דאן איז שייך אז די גאנצע זאל זיין פאלש וככל הנ״ל.

דא זעהט מען וויאזוי אויפצוווייזן דעם געזעץ דורך דעם אז מ׳קען פארוואנדלען ״א׳ ← ב׳״ אין צו ״~א׳ v ב׳״, ביחד מיט׳ן נוצן דע מאָרגענ׳ס געזעץ:
IMG_6363.jpeg
***

בענין אריסטו׳ס מימרא, וג״כ משאר חכמים, אז ווי מער מ׳ווייסט אלס מער זעהט מען איין וואס מ׳ווייסט אלס נישט, קלערט דר. אלכסנדר פּרוּס א לאגישע ארגומענט אז יעדעס מאל מען ווערט געוואור עפעס ניי, באקומט מען מיט דערצו א פאלשע ידיעה אויך. דאס איז ווייל מ׳האט אלס עפעס א זאך וואס מ׳האלט בטעות און עס איז באמת פאלש. און אויב גלייבט מען אַן ״און/&״ זאץ, מוז זיין אז מ׳גלייבט ביידע פון זיי. וממילא ווען מ׳ווערט געוואור עפעס ניי, איז דאס דאך צאמגעשטעלט פון די נייע אמת׳ע ידיעה צוזאמען מיט די פריערדיגע פאלשע וואס מ׳האט שוין, אלס אַן ״און״ זאץ. בעפאר דעם אבער איז נישט געווען די ״און״ זאץ, וועלכע איז דאך א פאלשע זאץ על הכלל וויבאלד איינע פון זיי בתוכה איז פאלש. וממילא האסטו יעצט א נייע פאלשע זאץ וועלכע דו גלייבסט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די חילוק צווישן דעמאנסטרעטיוו און דייעלעקטיק הוכחות, שרייבט דער רמב״ם בהקדמתו לספרו מלחמות ה׳ על הרי״ף:
ואתה המסתכל בספרי אל תאמר בלבבך כי כל תשובתי על הרב רבי זרחיה ז"ל כולן בעיני תשובות נצחות ומכריחות אותך להודות בהם על פני עקשותך ותתפאר בהיותך מספק אחת מהן על לומדיה או תטריח על דעתך להכנס בנקב המחט לדחות מעליך הכרח ראיותי, אין הדבר כן כי יודע כל לומד תלמודנו שאין במחלוקת מפרשיו ראיות גמורות ולא ברוב קושיות חלוטות, שאין בחכמה הזאת מופת בדור [ברור] כגון חשבוני התשבורות ונסיוני התכונה.
דאס גייט לכאורה אין איינקלאנג מיט דעם געדאנק לגבי פסק ובירור הלכה.

***

א וויץ בנוגע לאגישע סילאגיזמס און סאפיסטרי:
IMG_6445.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. אַנוואַר טשעזשנע שרייבט לגבי די פולמוס נגד לאגיק והגיון אין די איסלאמישע וועלט 1,000 יאר צוריק:
The philosopher Abi Hasan al-'Amiri (d. 992) conveys the attitude of theologians and traditionists toward logic when he says that they despise logic and argue that works on logic contain only obscure words and strange phrases, and if their authors had been blessed with any ideas corresponding to the truth, they would surely have taken great pains to clarify them. They further argue that any intelligent person is able to draw logical conclusions without the formal study of logic. Finally, theologians and jurists considered logic detrimental to religious belief, and for this reason they came under the attack of the philosophers. This antagonism toward logic continued up to the time of Ibn Hazm and long after his death, and was summarized in the saying, "He who espouses logic espouses heresy
וכעין, להבדיל, ווי רב האי גאון האט מפרש געווען דעם מאמר ר' אליעזר (ברכות כח:) מנעו בניכם מן ההגיון ע"ש. ווי אויך דערמאנט דאס פון לאָרענזאָ וואַלאַ'ס טענה.

אבן חאזם האט זיך געדינגען. ער האט געהאלטן:
He divides people into four categories: 1) An uninformed group that condemns books on logic maintaining that they contain wrong belief and lead to heresy; they are people who 'judge before ascertaining, consent without knowledge, and jump to conclusions without proofs." 2) A group that considers logic as frivolous and an idle occupation; they belong to the majority of people who are quick to oppose things they are ignorant of, and denigrate what they do not know. 3) A group that reads books on logic with preconceived ideas and vested interests and with the pretense of knowing it all when in reality they are completely ignorant. 4) An intelligent and perceptive group that has a full understanding of logic and of its true objective; for them logic is a true companion by means of which they reaffirm God's unity, and perceive the division of created things and God's impact on them
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

יוּניאן און אינטערסעקשאן

שליחה דורך מי אני »

דא האב איך געשריבן:
מי אני האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 5:02 pmא יוּניאן איז ווען איך באהעפט צוויי סעטס, עפ״י טאקע די עלעמענטס וואס זיי האבן אייניג. און דאס, וואס זיי זענען אייניג, איז די אינטערסעקשאן פון זיי ביידע. (אין לאגיק איז דאס כעין די & אַפּערעיטאר.)
ועפי״ז איז דא די הומאראס מיִעם:
IMG_6538.jpeg
:D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם עקסלוסיוו דיסדזשאָנקשען, וועלכע איז XOR, און מיינט ״א׳ אדער ב׳״ וואו עס קען נישט זיין ביידע, מאכט דער מאטעמאטיקער דר. דזשעימס פּראַסעסן וויץ לגבי דעם עקזארסיסט פילם:
IMG_6565.jpeg
:D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דייעלעקטיק לעומת דעמאנסטרעטיוו שרייבט דער רמב״ם במו״נ ח״ב פכ״ב מאלכסנדר הפרדוסי:
אלכסנדר כבר באר שכל מה שלא יעמוד עליו מופת - צריך שיונחו שני קצות הסותר בענין ההוא ויראה מה יתחיב לכל אחד משני הסותרים מן הספקות ויאמן המעט בהם ספקות.
דערנאך בפכ״ג איז ער מאריך דערין וואו ס׳ווענדט זיך מער אין די חילוק צווישן די קוואליטעט פון די קושיות וספיקות ביניהם, ווי איידער די קוואנטיטעט, און ווי די אפשאצונג צווישן זיי באדארף צו זיין אבּיעקטיוו:
דע כי ההקש בין הספיקות המתחייבות לדעת אחת ובין הספיקות המתחייבות לסותרה והכרעת המעט שבהם ספיקות - אין הבחינה בו רב מספר הספיקות אבל גודל הרחקתם וחילוק המציאות עליהם; ואפשר שיהיה הספק האחד יותר גדול מאלף ספיקות אחרות.

ולא יתאמת גם כן זה ההקש אלא למי ששני קצות הסותר אצלו בשוה. אבל מי שיבחר אחת משתי הדעות - אם מפני גידול [ופירש האפודי שזה הסיבה הראשונה של אלכסנדר והסיבה הרביעית שהוסיף הרמב״ם במו״נ ח״א פל״א] או לתועלת אחת מן התועלות - הוא יתעוור מראות הנכונה. כי הענין המופתי לא יוכל בעל התאוה שתחלוק עליו נפשו; אמנם כיוצא באלו הענינים אפשר לחלוק עליהם הרבה.

והנה תוכל אם תרצה להפשיט מעליך התאוות ותשליך המנהג ותשען על העיון לבד ותכריע מה שיצטרך להכריעו - אבל תצטרך בזה אל תנאים רבים. תחילתם שתדע שיעור טוב שכלך ושלימות טבעך, וזה יתבאר לך בהתלמדך בשאר החכמות הלימודיות והשגת דרכי חכמת הדיבור. והשני, ידיעת החכמות הטבעיות ואימותם עד שתדע הספיקות על אמיתותם. והשלישי מדותיך - כי כשימצא האדם עצמו (אין הפרש אצלינו בין שיהיה זה בטבע או בקנין) נוטה אל התאוות וההנאות או בוחר הכעס והקצף והעביר הכח הכעסני ושלח רסנו - הוא לעולם יחטא ויכשל כשילך, כי יבקש דעות יעזרוהו על מה שטבעו נוטה אליו.
וע״ש בפירוש שם טוב.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רש״י איז מפרש בב״מ ה: אויף די גמרא וואס איז דן אויפ׳ן לשון השבועה ״שאין לו בה פחות מחציה״:
על דאית ליה משתבע או על דלית ליה משתבע - הבא לישבע וליטול חציה צריך הוא לישבע שיש לו בה חציה או לישבע שאין לו בה פחות מחציה? שמא אין לו בה כלום וכי משתבע שאין לו בה פחות מחציה באמת הוא נשבע שהרי אין לו כלום, דבשלמא אם היה לו בה שליש או רביע והוא נשבע שאין לו בה פחות מחציה נשבע בשקר שהרי יש לו בה שליש שהוא פחות מחציה ואין לו בה חציה אבל כשאין לו בה כלום נשבע הוא באמת
און די גמרא ענטפערט און לייגט צו צום שבועה אז ער שווערט שיש לי בה אויך. והיינו, ווייל די גמרא וויל צולייגן צו דעם שבועה אַן ∃ סימבאל, אזוי אז עס עקזיסטירט באמת. און אזוי ווערט עס א פּארטיקולער עפירמעישאן סטעימענט, וואס דאן איז דאס א סתירה און קאַנטרעדיקשאן צו א יוּניווערסעל נעגעישאן סטעיטמענט וואס וואלט באדייט אז ער האט גארנישט.

פריער האט די שבועה נישט געהאט אַן ∃. און אין אזא פאל קען נאר שייך זיין א סתירה דערצו טאמער ״האט״ ער אבער ווייניגער ווי האלב. משא״כ טאמער ״האט״ ער בכלל נישט, איז דאך נישטא קיין ״האט״ בכלל. ס׳איז עקוויוועלענט צו זאגן ״אויב ער האט, האט ער נישט ווייניגער ווי האלב״.

אין אנדערע ווערטער, מעיקרא איז די סטעיטמענט ביים שבועה געווען כזה:
‏~(x < 1/2)

וואו ״x״ באדייט ״מיין בעלות אין דעם״. אין אזא פאל, אויב האט ער א בעלות אין דעם וואס איז ווייניגער ווי האלב, איז עס טאקע א קאנטרעדיקשאן ושקר. אבער אויב עס עקזיסטירט נישט און עס איז בכלל נישטא קיין x דא לגמרי, דאן איז די סטעיטמענט יא אמת; טאקע א וועקיוּאָס אמת, אבער פארט אמת. (אין דעם קאנטעקסט טאמער x ≤ 0, איז עס דאס זעלבע ווי זאגן אז x עקזיסטירט בכלל נישט.) משא״כ ווען איך שטעל דאס אויס מעיקרא מיט׳ן עקזיסטענשאל קוואַנטיפייער ∃ און אז די x עקזיסטירט, וואס דאס איז וואס די גמרא פירט אויס. (ואגב, א יוניווערסאל קוואַנטיפייער [∀] באדייט נישט אז עס עקזיסטירט, לעומת אַן עקזיסטענשאל קוואַנטיפייער. וממילא קען ביי א סטעיטמענט מיט א יוניווערסאל קוואַנטיפייער אויך זיין א וועקיוּאָס אמת אויב עס עקזיסטירט בכלל נישט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם געדאנק פון קאנסעקווענטשיא מיראַבּיליס, וואו אויב זוכט מען דאס אפצופרעגן טוהט מען אט דערמיט ממש אויפווייזן דאס וואס מ׳טענה׳ט, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א המשך בהכתובים. והיינו, אז דער אבן עזרא שרייבט עה״פ (איוב ד כא) ימותו ולא בחכמה:
יורה זה הפסוק כי האדם לא נברא אלא שילמוד חכמה.
און דערנאך אינעם נעקסטן פסוק (שם ה א) קרא נא הֲיֵשׁ עוֹנֶךָּ:
אם איננו כן, שאל אם תמצא מי שיענה אותך.
והיינו, ווייל די רגע מ׳וויל דאס אפענטפערן באנוצט מען זיך בהכרח מיט חכמה אליינס דאס צו טוהן. (ועיין ערך בּ‫וּדהאַ'ס רעפט‬ און וויטגענשטיין'ס לייטער.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט