צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך ידען »

סע דא מענטשן וואס האבן און טראכטן אנדערט ווי די אנגענומענע מיינונגען און נישט יעדער ערלויבט זיך עס ארויסצוזאגן הויעך ווייל מע קען דאך אים באשייגעצן און פארשעמען, האלט ער עס שטיל ביי זיך און טראכט אז ער וועט שוין אזוי אויסלעבן און האלטן זיינע קלערומגען ביי זיך אין מח.

איך מיין דא נישט כפירה. איך רעד פון פארשידענע אנגענומענע דאגמעס וואס מע פארקויפט פאר די עולם אז דאס איז אידישקייט און וואס רוב מענטשן ווייסן ביי זיך אז סע מאכט נישט סענס און די קלוגערע ערלויבן זיך צו גייט א טריט ווייטער.

די שטערקערע צווישן דיע, און די מער טראציגערע האבן אמאל גאטס און לאזן זיך הערן זייער מיינונג הויעך אז אנדערע זאלן אויך קענען ארויסברענגען וואס סע ליגט זייי אויפן געוויסען, וערן זיי אפט פארשריגן אלז אנגעווייטיגטע מענטשן.

איז עס א זאך וואס מע דארף ווערן דערשראקן אדער איז עס א באווייז אז יענער האט נישט צו ענטפערן און אנשטאט צו מסביר זיין די נקודות , געט ער ווארף אפ מיט א פאר שטעכיגע ווערטער?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

איך ווייס נישט צו מיין תגובה גייט ענטפערן דיין קושיא (און למען האמת איך בין נישט זיכער צו איך פארשטיי וואס דו פרעגסט) אבער די קעפל פון אשכול איז "אויפגעקלערט אנגעווייטאגט" און איך וויל רעדן פון דעם נושא.

קודם א ווארט איבער זיין אויפגעקלערט. וואס מיינט אויפגעקלערט? אין די יונה אשכול האט שמואל הלוי געשריבן אז די פראבלעם פון די משכילים איז אז זיי זענען געווען אויפגעקלערט. איז דאס ריכטיג? נישט אינגאנצן. אין דעם צעטל וואס לאדנט אלע וויליאמסבורגע איינוואוינער צו די "חנוך אסיפה" ווי מען גייט רעדן וועג ן דעם שטערן, שטייט אז ביים אסיפה גייט מען "אויפקלערן" דעם עולם איבער די חומר הענין פון די נישט כשר'ע ליין מאטעריאל. צו מיינט די "אויפקלערן" השכלה? אודאי נישט. און קורצן, אויפקלערן מיינט האבן אלע פאקטן אין פארנט פון זיך און נישט זיך פארלאזן אויף אנדערע מענטשן'ס דעות צו פאסן החלטות. די פראבלעם פון די משכילים איז געווען אז זיי האבן אפגעלאכט פון מסורה, זיי האבן געהאלטן אז אויב האבן זיי אלע פאקטן פאר זיך דארף מען זיך נישט רעכענען מיט די מסורה און מיט דעת גדולי ישראל (למשל חינוך, זיי האבן געהאלטן אז מ'דארף לערנען חכמות חיצוניות, און זיי האבן געהאלטן אז מ'מעג לערנען ע"פ הלכה. די פראבלעם איז געווען אז די מסורה און די דעת גדולי הדור איז געווען נישט צו לערנען חכמות חיצוניות ואכמ"ל). היינט איז "אויפגעקלערט" געווארן אזא שפעט-ווארט פאר איינער וואס ערלויבט זיך צו טראכטן אליינס און אליין נאכפארשן די פאקטן. נישט אלץ איז אויפגעקלערט סינאנים מיט רשעות אדער מיט השכלה. אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט". דערפאר איז קלאר אז נישט אייביג קומט אויפגעקלערטקייט פון אויבער חכמה, ס'קומט פיל מאל פשוט פון האבן א געזונטער מוח אויף די פלייצעס. אבער נאכדעם וואס דער אומשילדיגער אויפגעקלערטער ווערט געבוליט (bulied) דורכן סיסטעם, און דורכן אלגעמיינעם גאס וועלכע האט ליב צו לויפן מיטן שטרוים און נישט פרובירן דורכטראכטן זאכן אליין, הייבט ער אן ווערן דערביטערט אויפן סיסטעם. ס'איז נישט ווייל ער איז דערביטערט ווערט ער אויפגעקלערט, ס'פונקט פארקערט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך זר זהב »

אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט".

איינער וועלכער איז זייער זייער פרום, ממש פארריקט פרום טאקע "ווייל ער האט זיך ערלויבט צו טראכטן אליינס און אליין נאכפארשן די פאקטן" און נאך זיינע פארשונגען איז ער געקומען צו די הלטה צו זיין גאר גאר פרום (פאר זיך), אזא איינעם וועסטו נישט אנרופן "אויפגעקלערט"...

איי האופ יו געט די פוינט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:

איך וועל אים נישט רופן אזוי ווייל היינט איז אויפגעקלערט געווארן א "קאוד" ווארט פאר איינער וואס ווערט מער ליבעראל ווי דער שטייגער.

אבער איי דאנט געט די פוינט. וואס ווילסטו דערמיט זאגן? אז ס'שלעכט צו זיין אויפגעקלערט ווייל ס'מער ליבעראל? וועסטו אויך דעריבער מסכים זיין אז ס'שלעכט צו זיין איבער-פארפרומט?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך זר זהב »

איך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן. אסאך פון דעי "פארשערס" שאפן אסאך אידיש נחת פאר זייערע עלטערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:איך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן.

נאר?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך ידען »

גוט געזאגט ערעב יידל. איך האב אפשר נישט אויסגעשטעלט די אשכול, איך האב נאר געוואלט ארומרעדן פון די נושא פון אויפגעקלערטקייט.

איך ווער אינגאנצן נישט דערשראקן ווען מע פארט אריין מיט אזעלעכע ווערטער ווייל סע מיינט אז האסט נישט וואס צו זאגן.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך זר זהב »

נאר א קאוד פאר איינער וואס פירט זיך אנדערש פון זיינע עלטערן, ווייל ער האלט זיינע עלטערן זענען צו פאנאטיש.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן:איך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן. אסאך פון דעי "פארשערס" שאפן אסאך אידיש נחת פאר זייערע עלטערן.

הייסט אז די "אויפגעקלערטע שאפן נישט נחת פאר זייערע עלטערן? מאן יימר? איך זע נישט ס'זאל דוקא זיין אזוי.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך זר זהב »

איך רעד נישט פון עקסטרעם פעלער, כעל זאגן איין משל. א יונגערמאן וואס קומט פון א שטוב און ווי אויך האט ער חתונה געהאט צו א שטוב וואס מישט זיך נישט פסח, ער אבער נייגט אפ דערפון, ער האלט זיך אויפגעקלערט, זיין טאטע און שווער זענען פאנאטיש.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך זר זהב »

געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן. אסאך פון דעי "פארשערס" שאפן אסאך אידיש נחת פאר זייערע עלטערן.

הייסט אז די "אויפגעקלערטע שאפן נישט נחת פאר זייערע עלטערן? מאן יימר? איך זע נישט ס'זאל דוקא זיין אזוי.

קלאר אז נישט. א טאטע מאמע ווילן זייער שטארק (צי זיי זענען גערעכט צי נישט) אז די קינדער זאלן זיך פירן אזויווי זיי האבן אים/איר ערצויגן! (אדער בעסער!)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך נולד מאוחר »

די יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

נולד מאוחר האט געשריבן:די יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.

דער חינוך שרייבט אז איינמאל אברהם אבינו האט זיך שוין דערגרינטעוועט צום אמת, קענען מיר צוריקגיין צום תמימות פונעם מסורה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך נולד מאוחר »

יידל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:די יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.

דער חינוך שרייבט אז איינמאל אברהם אבינו האט זיך שוין דערגרינטעוועט צום אמת, קענען מיר צוריקגיין צום תמימות פונעם מסורה.

אמת אז אין די פרטים וואס אברהם האט זיך דערגרינטוועט האבן מיר נישט וואס צו מחדש זיין,
סאיז דא גענוג נושאים וואס מיר האבן נישט קיין מסורה פין אברהם .
אין מיר דארפן זיך לערנען פין עם צו טראכטן 'ארויס פין די באקס' אין פארשטיין אז די פרייז דערפאר קען זיין א קאלעך אויבן.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך טעלעפאן »

זר זהב האט געשריבן:
אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט".

איינער וועלכער איז זייער זייער פרום, ממש פארריקט פרום טאקע "ווייל ער האט זיך ערלויבט צו טראכטן אליינס און אליין נאכפארשן די פאקטן" און נאך זיינע פארשונגען איז ער געקומען צו די הלטה צו זיין גאר גאר פרום (פאר זיך), אזא איינעם וועסטו נישט אנרופן "אויפגעקלערט"...

איי האופ יו געט די פוינט.

נישט ריכטיג. איך קוק, ציב"ש, ארויף אויף א דוגמא ווי נטורי קרתא אדער בני יואל וואו איך קען עטליכע פון מיינע קרובים וואס זענען געווען "אויפגעקלערט" און געקומען צו די החלטה למשל אז דער ברך משה זצ"ל איז א פראבלעם און ער האט זיך נישט דערשראקן פון א סיסטעם אדער פון טעראר

דיסקלעימער: איך בין - עכ"פ אפיציעל - אן ארוני.... איך ברענג נאר ארויס די נקודה
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך געפילטע פיש »

לשיטתי איז די דיפערענס ציווישן א אנגעווייטאגטער און א אויפגעקלערטער נאר אז א אויפגעקלערטער איז א קלאזעטעד אנגעווייטאגטער, איין מאל מ'הייבט אן רעדן ברבים וואס מ'האלט אינעווייניג ווערט מען געלעיבעלט אלס אנגעווייטאגטער.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך kliger »

נולד מאוחר האט געשריבן:די יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.

וואס זענען דעמאלס די איבריגע עובדי עבודה זרה געווען שילדיג?
זיי האבן דאך געמיינט לשיטתם זייער אפגאט פון מסורה
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

kliger האט געשריבן:

שטייט טאקע אין ספרים אז אויף זיי איז נישט דא קיין טענות (ווי הגר"ח סאלאוויטשיק האט געזאגט "נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס"), נאר אויף די וואס יודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך kliger »

יודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו
מוז דאך זיין עפעס גייסטיש צירודערט ניין?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

kliger האט געשריבן:יודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו
מוז דאך זיין עפעס גייסטיש צירודערט ניין?

לאו דוקא. דור הפלגה האבן אויך געהאט עפעס א חשבון (כאטש ס'איז געווען א טעות'דיגער חשבון, אבל חשבון מיהא הוי).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך kliger »

אבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך יידל »

kliger האט געשריבן:אבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא

וועם האט געפעלט אינפארמאציע? די דור הפלגה?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט

שליחה דורך kliger »

וואס למשל האט געמאכט אברהם אבינו איינזעהן מער ווי אנדערע

איז ער געווען אנדערש בטבע למשל אן אנדערע טיפערע וועג פון טראכטן?
וואס איז די קרעדיט?
פארשפארט