ווי געשריבען פריער, נאך שרייבערס דא זעהט אויס ווייסען דערפון, וואס מיינסטו איך האב געבאקען א מעשה? בעיני ראיתי...
און דאס גייט אהן שוין מער פון איין וואך.
ווי געשריבען פריער, נאך שרייבערס דא זעהט אויס ווייסען דערפון, וואס מיינסטו איך האב געבאקען א מעשה? בעיני ראיתי...
קורקלענד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 3:28 pmלמען האמת געדענק איך אז די מעשה איז געווען א טראפקעלע אנדערש. זיי האבן אראפגענומען די הכשר בלויז פאר געציילטע טעג. אדער צום סוף בכלל נישט מיטן תנאי אז יענער וועט האבן א משגיח תמידי. נאך אפאר וואכן האט יענער אפעלירט צו התאחדות אז דער נייער משגיח תמידי קאסט צופיל. האבן זיי געזאגט אז למרות אז די גאס איז שוין שטיל קען מען עס לאזן גיין ליפערן.
מיט אפאר חדשים שפעטער האט מער א מאדערענע הכשר OK איהם געפאקט ניצן חדש שרייבנדיג אז עס איז ישן. און OK האט פארגעהאלטן התאחדות, און די אנטווארט איז געווען, מיר זענען נישט מקפיד אויף ישן. אבער ווען OK האט אראפגענומען הכשר האט שוין התאחדות געדארפט מיט גיין דערמיט. און אדאנק OK האט ער געדארפט פארקויפן.
אזוי געדענק איך.....
דאס איז אבער געווען מיט יארן צוריק. איך מיין אז היינט קען שוין התאחדות נישט אפערירן אזויווי דעמאלט.
ביידע זענען אסור, און ס׳דא א פראקטישע מקום להתיר.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 4:29 pm
אויב איז דא א היתר אויף א דאורייתא איז עס מותר, און אויב איז נישט דא קיין היתר אויף א דרבנן איז עס אסור בתכלית האיסור.
איך בין נישט באקאנט אין די אלע הלכות און מסורות, אבער אויב האט מען א היתר אויף חדש קומט בכלל נישט אריין דא חלב עכו"ם.
סטריקטלי עפ"י הלכה ביסטו גערעכט: נאר ביי חלב ישראל ווס. חלב סתם איז דא נאך אן עקסטער פרט וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט. מנהג/חומרא. דאס קענמען שוין נישט ארויפצווינגען אויף קיינעם. א יעדער קען טון וויאזוי ער זעהט פאר ריכטיג. נאר היינט ווען ס'איז אזוי גרינג צו באקומען חלב ישראל (נאך אפשר מער גרינג ווי חלב סתם) קען (כמעט) א יעדער באשטיין צו ניצן חלב ישראל.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 9:32 amביידע זענען אסור, און ס׳דא א פראקטישע מקום להתיר.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 4:29 pm
אויב איז דא א היתר אויף א דאורייתא איז עס מותר, און אויב איז נישט דא קיין היתר אויף א דרבנן איז עס אסור בתכלית האיסור.
איך בין נישט באקאנט אין די אלע הלכות און מסורות, אבער אויב האט מען א היתר אויף חדש קומט בכלל נישט אריין דא חלב עכו"ם.
חדש ווייל ס׳נישט מצוי היינט אז ווייץ זאל זיין חדש.
און חלב עכו״ם ווייל לויט די גאווערמענט איז נישט ערלויבט צי אריינגיסן טריפה׳נע מילך אין קוה מילך.
ממה נפשך אויב גייסטו מין מהלך אז די תורה טוישט זיך נישט זענען ביידע אסור, און אויב גייסטו פראקטיש זענען ביידע מותר.
די זעלבע נושא איז ביי הבדלה וואס די פוסקים זאגן אז מען איז נישט יוצא פון א ריקארדירונג, אבער קול אישה איז יא דא אויף א ריקארירונג.
ממה נפשך, אויב הייסט עס א קול איז מען יוצא הבדלה, און אויב הייסט עס נישט א קול איז מותר צי הערן א רעקארדירונג פון א פרוי.
נאר וואס, ביי נונז ווייסט מען אז ערשט פסק׳נט מען די שאלה און דערנאך שטופט מען עס אריין אין שו״ע, און אזוי געשעהט היפאקראסי אין הלכה.
דאס איז די אפיציעלע תירוץ פון די מקילים, צו זענען זיי גערעכט במציאות? כ׳ווייס נישט, אבער דאס איז נישט די פוינט דא.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 4:24 pm איך בעט דער עולם זאל באשטעטיגן פון וואנעט ווייסן זיי אז חדש ווייץ איז נישט בנמצא.
לויט ווי איך האב מברר געווען, איז דאס נישט ריכטיג.
און ווייץ איז נישט די איינציגסטע פראדוקט וואס האט אן איסור חדש. אוטס האלט זיך נישט צו לאנג, און אוטמיעל אדער טשיריאוס האבן א גרויסע פראבלעם פון חדש.
וכן הוא לענין ביר, וואס האט אנדערע התירים, אבער איז, אין די צייט פון יאר, כמעט זיכער חדש.
אויף סאחדעס פרעגט מען נישט קיין קאשעס. זיי קענין נאך דיר מאכען פאר'ן שייגאץאוהב ספרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 10:22 am שוין א פאר וואכן וואס א געשעפט אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים ארבעט שבת, מען מאכט קאנסטראקשען אין גרויסן. די געשעפט געפינט זיך אין א אידישע געגענט, עס איז דא א גרויסער מאשני אויף דער פענצטער בהשגחת התאחדות הרבנים, ואין פוצה ומצפצף!!!
די שאלה איז, איז דאס מיט זייער הסכמה? פייפט זיך דער בעל הבית אהן?