ער עלאבּערירט אויף דעם ב
ח"ג סימן קעה (אינעם קאנטעקסט פונעם באקאנטן מחלוקת בין האגרות משה והדברי יואל אודות הזרעה מלאכותית):
שבט הלוי.jpg
דארט איז עס ע"י א מאן מחוצה פונעם מערידזש, און דא ע"י א פרוי מחוצה להמערידזש.
וואס מ'קען זאגן איז אז לפי האגרות משה (אבה"ע ח"א סימן עא וח"ב סימן יא) וועלכער האלט אז עס איז נאר דא א בעיית אישות בזה נאר ווען עס איז דא א ביאה, איז ה"ה הכא אז די עשה איז נאר א פראבלעם ווען עס איז פארהאן א
ביאה מחוץ להמערידזש היוצר הַוְלַד. אבער לויט דער שבט הלוי און דער דברי יואל (אבה"ע סימן קז), ווי אויך דער ציץ אליעזר (ח"ג סימן כז), וועלכע האלטן אז עס איז נישט נאר די ביאה וואס שאפט א בעיית אישות נאר די הכנסת זרע בפועל אויך, איז לכאורה די עשה דערין אויף להיפוך גילטיג אויך וואו עס איז נישט דא א ביאה. (הגם מ'קען ווייטער מחלק זיין אז אפילו בביאה איז דאך נישטא קיין עשה/איסור בבן נח, מזה הפסוק, ווען ער טשיט מיט אַן אנדערע פרוי פנויה מחוץ להמערידזש. משא"כ פארקערט ווען עס איז צוויי מענער מיט א פארהייראטע פרוי.)
גברא רבה אמר מילתא לא תחיכו עליה.