לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 10:59 am די עיקר זאך אויף וואס עס טוט אויף, איז פאר אפילס, דארט נעמט מען צוזאמען יעדע ווארט און מען זעט וואס מען האט גערעדט, און דארט זעט עס א שופט. דאס איז וואס עס גייט זיי העלפן.
אה. ענדליך. מזעהט שוין פיינעלי סימנים פון אינטערגעבונג. און ריאליטי.

ער איז שוין נישט אזוי ב'גדול'ט דער חכמת שלמה מיטן געווינס חלום. ער ווארט נישט ביז די לעצטע מינוט. הויבט שוין אן שפינען די אפיעלס געווינס חלומות און האפענונג. קיינמאל צו פרי אנצוהייבן האפענען. ביני לביני וועלן עטליכע אידן אין בבל נישט אזוי ליידן.
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך Visionary »

חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:44 pm היינט סוף טאג איז געווען אזאנס און אזעלעכס... דער דזשאדזש האט זיך אזוי אויפגערעגט אויף זיי, אז נאר... אנגעשייגעצט איז גאלד געזאגט.

אויב איך וועל האבן צייט, וועל איך שפעטער אריינקומען מיט א פולן באריכט.
אויף וועמען האט ער זיך אויפגערעגט? ברענג די פרטים.
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

מופת הדור האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:12 pm
אין א אינטערעסאנטע צופאל, איז דער טאטע פון די וויינגארטנס אויך געווען אויף טרייעל מיט 16 יאר צוריק דא אין ניו יtרק דעי צייט אין יאר, און איז געפינען געווארן שולדיג תענית אסתר / פורים אינדערפרי. יהא זכרו ברוך.

לויט מיין זכרון איז עס 15 יאר פון משפט וויינגארטן.
ווער איז זייער טאטע?
וואס איז די מעשה מיט אים?
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אפטימיסטיש »

היינטיגע צייטן איז שוין ברייט באקאנט וואס מונקאטש'ע רבי טענה'ט שוין פאר די לעצטע 10 יאר (זינט פרשת וועבערמאן), אז יעדע חרד'יש אויסזעהנדע איד וואס שטייט פאר א געריכט ח"ו זאל אויסדרוקליך אקצעפטירן א פליע בארגעין (טאמער דער פראקוראר אפפערט עס שטייצעך), און זיך נישט איינרעדן פאר קיין רגע אז א זשורי - וואס באשטייט פון 12 אנגעפאשעטע גוים און אויסגעפוצטע גוי'טעס, פראדוקטן פונע'ם אנטי-רעליגיעזן קולטור וועלכע נעמט איין די מערב וועלט בכלל, און ניו יארק בפרט, (אויך באקאנט אלס GEN-Z) - וועט האבן די קלארקייט און די מאראל נישט צו באיינדרוקט ווערן פונע'ם אויסערליכ'ן טראגע און אימעדזש וואס דער חרד'ישער איד שטעלט פאר מיט זיך, נאר ליבערשט וועלן זיי זיך לאזן דיקטירן בשרירות לבם און פאראורטיילן דעם איד לכף חובה ח"ו. דעריבער די איינציגע אפציע וואס א איד האט היינט אין דעם מלכות של חסד ‎(לאומים חטאת) איז צו אקצעפטירן סיי וועלכע דיעל די רעגירונג שענקט אים.

דעריבער איז זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי די לב טהור אנגעקלאגטע רעדן זיך איין אז זיי זענען ביכולת צו איבערצייגן א דזשורי לטובתם? באזירט אויף סטאטיסטיקס האבן היימישע אידן - אפילו מיט ארמייען פון געניטע אדוואקאטן, און טיפע טאשן - 0 אויסזיכטן צו געווינען א טרייעל, אפילו ווען די רעדע איז פון פיהל גרינגערע ווייסע קראגן פארברעכן, איז דאך כל שכן וקל וחומר אצינד ביי דעם פאל פון לב טהור, וועלכע זענען פיל מער ראדיקאל (אין קליידונג און באנעמונג), אן קיין אדוואקאטן, אנגעקלאגט אויף קידנעפינג און התעללות, וואס איז אפילו די הוה אמינא אז מ'קען עפעס עררייכן מיט'ן גיין צום טרייעל?

קען זיין מ'האט זיי בכלל נישט גע'אפערט קיין פליע דיעל?, איינער ווייסט?
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

הייבן אן אריינקומען באריכטן פון געריכט היינט.

נאך א טאג אין געריכט אריבער פון געשרייען, משוגע מאכן, פארדרייען און שעלטן. אט דאס זענען גענוי די טאקטיקן פונעם דיפענס סטראטעגיע און מהלך. אזוי לאנג פארדרייען פאקטן, און באשולדיגן די שופט גאר אין זיין איינזייטיג און שונא ישראל, האפענדיג אז די דזשורי וועט דאס נאך אפקויפן פון זיי פאר גוט געלט.

אינדערפרי איז דער חכם/רבי/דיקטאטור נ-ח-מ-ן געווען אויפ'ן סטענד פאר קראוס פון די גאווערמענט. איך וועל דאס איבערלאזן פארן צווייטן חכם דא הרב חכמת שלמה.

נאך לאנטש האט מאיר יששכר ראזנער אויפגעטרעטן אלס עדות. געקליידעט ווי מלך המשיח מיט גאלדענע בגדים און ארומגעבינדן, כיהודה ועוד לקרא צו נחמן, האט ער מער ווייניגער געזאגט אז עס איז נישט געווען שייך פאר די נערה צו וואוינען מיט זיין זוהן חיים יענקל אין מעקסיקא ווייל עס איז נישט געווען קיין מקוה טהרה דארט, ממילא איז דאס קיינמאל ניטאמאל געווען אין פלאן, און אז בויען א מקוה געדויערט גאר א לאנגע צייט צו אהערשטעלן, וכו'. ביי קראוס האט ער מודה געווען אז אין לב טהור מעג מען זאגן ליגענט אויב עס האנדלט זיך פון דיני נפשות אדער אויב איינעמ'ס לעבן קען ווערן אפעקטירט פאר לאנג טערמין, און אז ער איז שוין 25 יאר פון די הנהלה, און ער באפאסט אזוינע באשלוסן אין די קהילה, און אז ער איז געווארן קאנוויקטעט אויף אלע קלאגעס קעגן אים עטליכע יאר צוריק, און ער אפיעלט יעצט זיין קאנוויקשאן, ממילא האט די גאווערמענט געטאדעלט אז צוליב דעם האלט דער עדות ראזנער יעצט אז ער מעג ליגענט זאגן יעצט אויפ'ן סטענד ווייל ער האלט און האפט אז עס וועט אים העלפן אין אפיעל וכו', וואס איז ממש דיני נפשות...

בקיצור, גארנישט געהאלפן בעצם פאר די דיפענס. ויבא וילך ויבז את הקהילה והקולט והדיפענס.

דערנאך איז געקומען די שלחן עורך פונעם טאג... אזאנס זעהט מען נישט אפט. א עדות מלפנים לב טהור א מיטגליד אין די קידנעפונג פרשה, וואוינט היינט אין מאנסי, געזיצן און קוים געווארן באפרייט פון תפיסה וועגן דעי פרשה. געקומען מיט זיין פרוי וואס איז געקומען געקליידט ווי אשת בין לאדען, מיט די שווארצע בגדי ישע, און ער האט נאך באקומען צוטריט פונעם שופט צו די וויינגארטנס פאר עטליכע מינוט פריוואט אין א צימער זיך צוצוגרייטן צום עדותשאפט, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט אויפן עדות שטיל מיט שעלטן, שימפן, פארדרייען, און פיליבאסטערן אקעגן די געריכט, שופט, גאווערמענט, און וואס נישט... ער האט געמאכט א חוכא וטלולא פונעם גאנצן זאל און ארום. די דזשורי מיטגלידער האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער אויפ'ן קול פון אים, דער שופט איז געשפרינגן ממקומו.... מען האט גאנץ שנעל געענדיגט זיין עדות'שאפט.

דאן האבן די וויינגארטנס געכאפט קאלטס און ווארעמס פונעם שופט. אזאנס מאכט זיך גאר זעלטן אין געריכט זאל. ער האט זיי ממש געווארנט ועד בכלל, עד כדי ל.. אז זיי גאר האבן צוגעגרייט דעי עדות פאר דעי פיליבאסטער שעלטעריי... ער האט זיי זייערר געווארנט אז ער גייט דעס מער נישט טאלערעיטן און צולאזן, ער גייט מער נישט לאזן יעדן משוגענער עדות זאגן סתם צו שעלטן, און זיי געהאלטן פאראנטווארטליך פאר אלע זייערע קומענדיגע עדות אויפפירונג. וחמת השופט שככה.

דערנאך איז פארגעקומען א פארהער בנוגע א עדות פון ווימסב. א שטארקע סימפאטיקער פאר לב טהור. האט משפחה דארט און שיקט כסדר געלט אהין. ער איז אויך געווען אינוואלווד אין א מיטגליד אין די קידנעפונג-באנדע. ער וויל קומען עדות זאגן, און זיין ווייב / קינדער / שווער ווילן נישט ער זאל עדות זאגן. געווען א דין ודברים. למעשה האט די שופט אים גע'פסל'ט.

המשך יבוא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חכם מכל האדם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

אנטשולדיגט, אבער דו זאגסט זאכן וואס זענען נישט ריכטיג. איך וועל יעצט נישט באשרייבן דעם גאנצן טאג, אפשר שפעטער. אבער וואס איך וועל יא טון, אז איך וועל דיר אנצייכענען עטליכע פלעצער וואו דו האסט נישט געשריבן אקאראט.

בנוגע די סוף פונעם עדות פון ר' מאיר יששכר - דער ראש-ישיבה. שרייבסטו אז מען האט געוואלט ארויסברענגען אז ער האלט אז ער מעג זאגן ליגנט, וויבאלד מענטשן גייען גיין אין תפיסה און דאס איז דיני נפשות. דו ענדיגסט אבער נישט וואס עס איז געווען דער אויסגאנג צום סוף, ווען ר' מאיר יששכר האט קלאר געזאגט אז גיין זיצן אין תפיסה מיינט נישט דיני נפשות, און מען טאר נישט זאגן קיין ליגנט ארויסצוקומען אומשולדיג אין געריכט. ער האט דאס קלאר ארויסגעזאגט בקול רם, אויף אן אופן וואס איז פארשטאנען געווארן דורך יעדן איינעם אין זאל (און דו האסט דאס בכוונה באהאלטן פונעם עולם דא).

וועגן די קומענדיגע עדות: קודם כל וויל איך דיר פארהאלטן, וויבאלד קיינער האט נאכנישט געטון דא דאס. די שפראך ביז יעצט איז געווען, אז מען האט נישט ארויסגעשריבן די נאמען פונעם עדות, אויסער פונעם רבי'ן און ראש-ישיבה וואס זענען פאבליק פיגורן. עס זענען שוין געווען דיסקוסירט אנדערע עדות דא, אויף די זייט פון די גאווערמענט און אויף די זייט פון די דעפענס, מען האט ארומגעשמועסט איבער זיי און אפילו איבער זייער פערזענליכע לעבן, אבער קיינער האט נישט אויסגעשמועסט זייערע נעמען ברבים. איך וואלט געראטן אז מען זאל דאס פארריכטן.

זאת ועוד: דו האסט גענומען א צובראכענע פרוי, וואס ווייסט נאכנישט וואו זי שטייט אין לעבן און זי פראבירט זיך צו מסדר זיין אויף די נייע גאס אין די פאראייניגטע שטאטן, דו האסט אפן חוזק געמאכט פון איר און איר אראפגעריסן על לא עוול בכפה... וואס ווילסטו פון איר לעבן האבן? - דו ווילסט אז מען זאל עס טון צו דיין ווייב? - כ'מיין, וואס איז די מטרה דערמיט?

בנוגע די לעצטע עדות וואס דו שרייבסט: קודם האסטו ארויסגעשריבן א נאמען, ביז יעצט האט יעדער פארשטאנען אז מען שרייבט נישט ארויס נעמען. ער האט א משפחה מיט קינדער, זיי זענען נישט אינטערעסירט אז מען זאל דיסקוסירן די נאמען אזוי ברבים דא, און דו ווייסט עס. די אינפארמאציע וואס דו האסט געשריבן אין די לעצטע שורה (די מיינונג פון זיין ווייב, קינדער...), ווייס איך מידיעה ברורה אז זיי ווילן שטארק נישט אז די סארט זאכן זאלן אויסגעשמועסט ווערן, וואס זייער מיינונג איז און וואס זייער טאטע וויל וכו'. דאס ווייס איך ערשטהאנטיג. אויב ביסטו אן אנעסט מענטש, דארפסטו דאס אראפנעמען, דו טוסט וויי דערמיט א גאנצע משפחה וואס זאגן קלאר אז זיי ווילן בשום אופן נישט אז די אינפארמאציע זאל אויסגעשמועסט ווערן.

נ.ב. אסאך וויכטיגע און זאפטיגע פרטים וואס איך וואלט געקענט באשרייבן, איז נישט געשריבן געווארן דאהי, נאך וואס איך האב באקומען פערזענליכע מעלדונגען פון בני המשפחה פון די באטראפענדע. הן פון די זייט און הן פון יענע זייט. מען דארף זיין מענטשליך אפילו ווען מען האנדלט אין די סארט ענינים.

מיט פארשטענדעניש.
והאמת והשלום אהבו.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך עמרם »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:02 am
זאת ועוד: דו האסט גענומען א צובראכענע פרוי, וואס ווייסט נאכנישט וואו זי שטייט אין לעבן און זי פראבירט זיך צו מסדר זיין אויף די נייע גאס אין די פאראייניגטע שטאטן, דו האסט אפן חוזק געמאכט פון איר און איר אראפגעריסן על לא עוול בכפה... וואס ווילסטו פון איר לעבן האבן? - דו ווילסט אז מען זאל עס טון צו דיין ווייב? - כ'מיין, וואס איז די מטרה דערמיט?

נישט פארשטאנען דיין ווייטאג
אז זי וויל זיך דא מסדר זיין, דארף זי די ערשטע זאך זיך אויפירן ווי די ערליכע אידן דא, אויב איז ביי איר אלעס פסול דא, וויל זי זיך נישט מסדר זיין
ודו''ק
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

און דו מיינסט אז דאס גייט פון א מינוט אויפן צווייטן?

(אגב, זי האט שוין אנגעהויבן זיך צו טוישן, בהדרגה. אבער וואו איז דער געפיל? - איינער וואס גייט נישט אינגאנצן אזוי ווי דו ווילסט, איז איר בלוט הפקר? - און איינער וואס גייט אראפגעבינדן, מעג מען איר אויך אויסשמועסן ברבים? - און איינער וואס גייט מיט א צוגעדעקט שייטל, בשעת דיין ווייב גייט אן אפענע (למשל), מעג מען איר אויך פארשמירן אויף קאווע שטיבל? - וואו קומט זי דא אריין אין פיקטשער בכלל?)
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:02 am אנטשולדיגט, אבער דו זאגסט זאכן וואס זענען נישט ריכטיג. איך וועל יעצט נישט באשרייבן דעם גאנצן טאג, אפשר שפעטער. אבער וואס איך וועל יא טון, אז איך וועל דיר אנצייכענען עטליכע פלעצער וואו דו האסט נישט געשריבן אקאראט.

בנוגע די סוף פונעם עדות פון ר' מאיר יששכר - דער ראש-ישיבה. שרייבסטו אז מען האט געוואלט ארויסברענגען אז ער האלט אז ער מעג זאגן ליגנט, וויבאלד מענטשן גייען גיין אין תפיסה און דאס איז דיני נפשות. דו ענדיגסט אבער נישט וואס עס איז געווען דער אויסגאנג צום סוף, ווען ר' מאיר יששכר האט קלאר געזאגט אז גיין זיצן אין תפיסה מיינט נישט דיני נפשות, און מען טאר נישט זאגן קיין ליגנט ארויסצוקומען אומשולדיג אין געריכט. ער האט דאס קלאר ארויסגעזאגט בקול רם, אויף אן אופן וואס איז פארשטאנען געווארן דורך יעדן איינעם אין זאל (און דו האסט דאס בכוונה באהאלטן פונעם עולם דא).

וועגן די קומענדיגע עדות: קודם כל וויל איך דיר פארהאלטן, וויבאלד קיינער האט נאכנישט געטון דא דאס. די שפראך ביז יעצט איז געווען, אז מען האט נישט ארויסגעשריבן די נאמען פונעם עדות, אויסער פונעם רבי'ן און ראש-ישיבה וואס זענען פאבליק פיגורן. עס זענען שוין געווען דיסקוסירט אנדערע עדות דא, אויף די זייט פון די גאווערמענט און אויף די זייט פון די דעפענס, מען האט ארומגעשמועסט איבער זיי און אפילו איבער זייער פערזענליכע לעבן, אבער קיינער האט נישט אויסגעשמועסט זייערע נעמען ברבים. איך וואלט געראטן אז מען זאל דאס פארריכטן.

זאת ועוד: דו האסט גענומען א צובראכענע פרוי, וואס ווייסט נאכנישט וואו זי שטייט אין לעבן און זי פראבירט זיך צו מסדר זיין אויף די נייע גאס אין די פאראייניגטע שטאטן, דו האסט אפן חוזק געמאכט פון איר און איר אראפגעריסן על לא עוול בכפה... וואס ווילסטו פון איר לעבן האבן? - דו ווילסט אז מען זאל עס טון צו דיין ווייב? - כ'מיין, וואס איז די מטרה דערמיט?

בנוגע די לעצטע עדות וואס דו שרייבסט: קודם האסטו ארויסגעשריבן א נאמען, ביז יעצט האט יעדער פארשטאנען אז מען שרייבט נישט ארויס נעמען. ער האט א משפחה מיט קינדער, זיי זענען נישט אינטערעסירט אז מען זאל דיסקוסירן די נאמען אזוי ברבים דא, און דו ווייסט עס. די אינפארמאציע וואס דו האסט געשריבן אין די לעצטע שורה (די מיינונג פון זיין ווייב, קינדער...), ווייס איך מידיעה ברורה אז זיי ווילן שטארק נישט אז די סארט זאכן זאלן אויסגעשמועסט ווערן, וואס זייער מיינונג איז און וואס זייער טאטע וויל וכו'. דאס ווייס איך ערשטהאנטיג. אויב ביסטו אן אנעסט מענטש, דארפסטו דאס אראפנעמען, דו טוסט וויי דערמיט א גאנצע משפחה וואס זאגן קלאר אז זיי ווילן בשום אופן נישט אז די אינפארמאציע זאל אויסגעשמועסט ווערן.

נ.ב. אסאך וויכטיגע און זאפטיגע פרטים וואס איך וואלט געקענט באשרייבן, איז נישט געשריבן געווארן דאהי, נאך וואס איך האב באקומען פערזענליכע מעלדונגען פון בני המשפחה פון די באטראפענדע. הן פון די זייט און הן פון יענע זייט. מען דארף זיין מענטשליך אפילו ווען מען האנדלט אין די סארט ענינים.

מיט פארשטענדעניש.
והאמת והשלום אהבו.
למען הישר והצדק. ולמען השלום.

איך האב געהאלטן אז עדות וואס האלטן שוין נאך זייער עדותשאפט. אדער אזעלכע עדות וואס גייען שוין ממילא נישט אויפטרעטן צוליבן ווערן געפסלט פונעם שופט קענען די נעמען ווערן פארענפטליכט. א חוץ פון די נערה און די בחור. די אזויגערופענע וויקטימס דא.

שנית. דעי אזויגערופענע צובראכענע פרוי איז ווי איך פארשטיי נאר דא צוגאסט פון בבל און בענקט זיך און לעכצט צוריקצוגיין. זי איז נאר דא ביז איר מאן ווערט מסודר און דערנאך פארט זי צוריק. סך הכל האב איך אראפגעלייגט איר געשטעל אין די אויגן פון אן אמעריקאנער באאבאכטער.

והשלישית. אלע עדות וואס זענען געווען קא-דעפענדענטס אין דעי קעיס איז ברייט שוין באריכטעט געווארן אלע זייערע נעמען אין אלע היימישע סאושעל מידיע פלאטפארמען פאר די לעצטע 5 יאר. עס איז קיינעם קיין נייעס דעי נעמען פון די קידנעפונג-מיטגלידער-באנדע. ממילא האבן מיר עס באריכטעט טריקן און אריגינעל.

עם כל זה. זיי מיר מוחל. און אויב עס טוהט וויי ברויך מען דאס מתקן זיין במוקדם האפשרי. וכשם שקיבלתי שכר על הכתיבה כך...
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

כבוד ידידי הרב חכמת שלמה.

קיבלתי התוכחה. ונתקן הדבר.
יעצט איז די רייע אויף דיר צו ברייט באריכטן אין איבערגעבן דא פאר די ליינער די היינטיגע טאג אפדעיטס.
בתודה למפרע.
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אתרוגים »

פארדעכטיגער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:59 pm סwאיז געווען March 11, 2009

דא איז א בילד פון די וויינגארטען משפחה אין פראנט פון די קאורטהויז ביים טרייעל פון זייערע טאטע.

זיי זעהן דא אויס אזוי אינעסענט. נעבעך.
די צוויי עלטסטע קינדער פעלן פינעם בילד.
יונתן און פרומע לאה.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

חכם מכל אדם, איך קוק ארויף אויף אזעלכע מענטשן ווי דיר, וואס קענען הערן א מיינונג און מיט רעספעקט זיך קריגן אדער מודה זיין און מתקן זיין, לויט די אומשטענדן. באמת האב איך נישט קיין כח צו שרייבן, אבער לכבודך וועל איך געבן א שטיקל באריכט פונעם היינטיגן טאג.

אנהויב טאג האט ממשיך געווען דער חכם תמ"ל, וואס האט פונקט ווי נעכטן פארפירט און איבערגעקערט דאס פלאץ. דאן האט אויפגעטרעטן ר' מאיר יששכר. ער איז געווען עטוואס צומישט און נישט קלאר. זיין עדות'שאפט איז גאנץ קלאר אויסגעשמועסט געווארן דורך חכם מכל אדם און איך דארף נישט מוסיף זיין דערויף, ס'איז שוין געשריבן געווארן און פארראכטן געווארן.

דאן האט אויפגעטרעטן דער דריטער עדות, וועלכער איז אויך שוין אנגעקלאגט און אפגעזעצן. היינט איז ער שוין אינדרויסן פון טורמע, ער מיט זיין ווייב זענען נאכנישט קלאר וואו זיי באלאנגען. אין לב-טהור איז מען עטוואס אויפגערעגט אויף אים, וויבאלד ער וויל נישט פאלגן וואס מען הייסט אים. די הנהלה פארלאנגט אז זיין ווייב זאל אים אפלאזן און צוריקקומען קיין גוטאמאלא, וואס דערווייל פאסירט דאס נישט. אזוי אויך עטליכע זאכן וואס ער האט נישט געפאלגט די הנהלה. אצינד איז זיין אינטערעסע זיך איינצוגלידערן און זיך איינצולעבן אין אמעריקע, און ווען ער וועט קענען לעגאל אוועקגיין פון אמעריקע, וועט ער דעמאלס זען ווי ער שטייט. ער איז נישט אויסגעשלאסן אויף קיין איין וועג. מיט זיין ווייב איז א באזונדערע געשיכטע. זי איז נאך צומישט איבער איר מצב און זי דארף אסאך חיזוק. אבער ווי געשמועסט, איז נישט כדאי אריינצוגיין אין פריוואטע ענינים (און אפשר האב איך צופיל מאריך געווען במקום שאמרו לקצר, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז איך וועל מחליט זיין צו מעקן דעם דאזיגן פעראגראף).

דער דאזיגער עד, האט בעצם אנגעהויבן גאנץ רואיג. לדעתי האט ער נישט צוגעגעבן צופיל צו די עדות, נישט לכאן און נישט לכאן. מען האט איבערגעשמועסט זיין ראלע און וואס ער האט געטון. אויף אזויפיל יא, אז ווען דער גאווערמענט האט אריינגעשריגן "אבדזשעקשן", האט ער ווייטער געענטפערט און אויסגענוצט די געלעגנהייט, ביז ווי לאנג דער דזשאדזש אליין האט אים אפגעשטעלט. אזוי איז געווען כמעט יעדע מאל.

ווען עס איז געקומען צו קראס, האט ער זיך צולאזט. ער האט געמיינט אז ער קען נאכמאכן דעם חכם און ער האט אויך געענטפערט קרום. ווען מען האט אים געפרעגט צי ער איז אריבערגעגאנגען טרייעל, האט ער געענטפערט אז ער איז אריבערגעגאנגען אן "אזוי-גערופענער" טרייעל. דער פראסעקיוטער האט אים איבערגעפרעגט די שאלה, און ער האט צוריקגעענטפערט די זעלבע תשובה. ווען דער פראסעקיוטער האט אים געזאגט, אז ער וועט איבערפרעגן די שאלה נאך איין מאל, האט ער רעאגירט אז ער קען דאס איבערפרעגן אפילו טויזנט מאל... און ער האט דאן געענטפערט די זעלבע תשובה.

אזוי אויך, ווען מען האט אים געפרעגט צי ער איז אינדייטעט געווארן, האט ער געענטפערט "אן קיין שום עוועדענץ, און מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין עדות אויף זיין זייט און אז ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל". מען האט אים געפרעגט, "האט א דזשאדזש דיר פאראורטיילט" האט ער געענטפערט, "יא, אומלעגאלערהייט". דער שופט האט דאן באפוילן אז די תשובה איז "יא" און די ווערטער ארום און ארום דארפן ארויסגענומען ווערן פון די רעקארדס.

עס איז געווען מערקבאר אויף די דזשורי, ווי אזוי זיי לאכן און שמייכלען. עס איז געווען אן אינטערעסאנטער ספעקטאל.

שפעטער, ווען די דזשורי איז ארויסגעגאנגען, האט דער דזשאדזש גערעדט זייער גערעגט און שארף אריינגעזאגט די דעפענס. פון איינעם וואס איז דארט געווען האב איך איבערגעהערט, אז מען האט געקענט זען די אפענע הנאה און שמייכל פון דער פראסעקיוטער, ווי אזוי דער דזשאדזש איז מסדר די משפחת וויינגארטן. ער האט אנגעהויבן מיט דעם, אז נאך א-י-י-ן מאל, אן עדות וועט זיך אויפפירן מיט אזא אויפפירונג, וועט ער סטרייקן די גאנצע עדות'שאפט.

דער שופט האט דאן גערעדט זייער שארף און ער האט דירעקט באשולדיגט די אנגעקלאגטע אין די געשעעניש, און ווען זיי האבן זיך פראבירט צו פארענטפערן, אז דאס האט ער געענטפערט און נישט זיי, האט ער זיי געזאגט אז דער עדות איז געזעצן מיט די אנגעקלאגטע איידער די עדות, און זיי האבן אים דירעקטירט ווי אזוי ער זאל ענטפערן. די וויינגארטנ'ס האבן אבער גע'טענה'ט אז זיי האבן אים נישט געהייסן רעדן אויף דעם אופן. דער שופט האט זיי קלארגעשטעלט, אז די קומענדיגע עדות זאלן זיי אנזאגן זיך אויפצופירן איינשטענדיג, "עס איז נישט די ערשטע עדות וואס פירט זיך אזוי אויף דא" האט דער שופט געדינערט. "דער אויפפירונג פון אריינברענגען אייגענע סטעטמענטס, פון נישט האבן א פעיר טרייעל און אז זיי זענען געזעצן אין תפיסה אומלעגאל, איז א זאך וואס איך וועל נישט צולאזן אין מיין קארט-רום. אפגעזען דערפון וואס איך בין געווען זייער שופט, און דאס מיינט א פערזענליכע אטאקע אויף מיר, אבער אפילו אן דעם, וועל איך דאס נישט טעלארירן".

דער שופט האט שוין אויסגענוצט די געלעגנהייט, זאגנדיג אז ביים פאריגן טרייעל, ביי די קלאזינג סטעטמענטס, האט מען גענוצט אזעלכע טערמינען ווי "פראסעקיושן, אינקוויזישן און גאז טשעמבערס"... "געבויט אויף מיין רעליגיע וואו איך באלאנג" (איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער האט געמיינט צו זאגן דערמיט), איך וויל נישט הערן אזעלכע ווערטער ביי די קלאוזינג ארגעמענטס. מען זאל זיך האלטן אין די ראמען און רעדן איידל

ווען דער שופט האט געזאגט, אז די קומענדיגע עדות זאל מען אנזאגן זיך אויפצפירן מענטשליך, האט ר' יעקב נחום רעאגירט, "איך וועל טרייען". דער שופט איז געווארן גערעגט, "טרייען וועסטו? - זאלסט זיכער מאכן אז דאס וועט מער נישט געשען!"

דאן האט ער שטרענגערהייט געפרעגט, "ווער זענען אייערע קומענדיגע עדות"? - זיי האבן אים געזאגט אז זיי פלאנען צו ברענגען נאכאמאל די מאמע פון די מיידל. דער שופט האט געפרעגט, וואס איז דער ציל פון די עדות? - זיי האבן געענטפערט אז מען וויל איר אויספרעגן איבער די פעמעלי קארט ארדער אף פראטעקשן וואס זי האט באקומען אין אמעריקע. דער שופט האט זיך אויפגערעגט און געזאגט, "אה, דו ווילסט אריינווארפן ספיקות אין דער פסק פון דער פעמעלי קארט, און טענה'ן אז עס איז נישט געווען לעגאל" - איך וועל דאס נישט צולאזן דא. די עדות איז אראפ פון טיש. ער האט אויפגעהויבן זיין שטימע און געזאגט "נא - ען-או! - איך וועל עס איבערזאגן אויף אידיש, נא - ען-או - איך וועל עס איבערזאגן אויף ספאניש, נא - ען-או! - דער עדות איז אראפ פון טיש.

"וועלכע נאך עדות קומען צו גיין" האט דער שופט געפרעגט?
"מיר ווילן ברענגען נאך צוויי עדות, וואס מען האט נאכנישט ארויפגעברענגט אויפן טיש, אבער מיר ווילן זיי רופן" (די וויינגארטנ'ס האבן פורש בשמם געווען. איך געדענק נישט די נעמען).
"זיי זענען ערגעץ געווען אויף די ליסטע?"
"ניין"
"דעמאלס קומט עס נישט אין באטראכט. איך האב אייך געגעבן עטליכע עקסטענטשנס מיט דעדליינס וואס איר האט פארפאסט, איר זענט אלעמאל געווען שפעט מיט דערליווערן דאקיומענטשן און איך האב אייך געגעבן עטליכע געלעגנהייטן. איך האב אויך שוין צוגעלאזט עטליכע עדות וואס זענען נישט געווען געפלאנט, און איר האט אויסגענוצט דעם טרייעל צו מאכן דערפון א "סייד-שאו". די פאריגע עדות איז געווען א "סייד שאו" און איר פראבירט צו מאכן דעם גאנצן געריכט פאר א סייד שאו. די צוויי עדות וואס איר זאגט, איז אראפ פון טיש, איר קענט זיי נישט ברענגען.

"וועמען נאך ווילט איר ברענגען? - איך גיב אייך נאך דריי עדות און דערנאך דארף זיך די טרייעל ענדיגן."
די אנגעקלאגטע האבן ארויפגעברענגט א נאמען, פון איינעם וואס איז געקומען ספעציעל פון לב-טהור צו זאגן עדות.
"וואס איז די מטרה פון זיין עדות"?
"ער דארף קומען אפווארפן א פריעדיגע עדות פון די גאווערמענט, וואס האט באשמוצט דאס לעבן אין לב טהור".
"וואס האט דאס אבער מיט אייער קעיס?"
עס האט זיך אנגעהויבן א טענה'ריי. די אנגעקלאגטע האבן געפרעגט, אז אויב דאס האט נישט קיין שייכות מיט די קעיס, פארוואס האט דער גאווערמענט יא געקענט אויספרעגן איבער פרטים אין לב-טהור, און זיי קענען נישט קומען אפוואשן זייערע שמוץ. עס האט זיך געקאכט אהער און אהין.
"איך זעה נישט די רעלעווענסי פון די עדות. איז דא נאך א סיבה פארוואס ער דארף קומען עדות זאגן?"
"ער איז געווען א חלק, בשעת ער האט איבערגעגעבן פאר די מיידל עטליכע זאכן, און מיר ווילן אים אויספרעגן דערוועגן."
"איך גיב אייך צוויי-דריי שאלות וואס איר קענט אים אויספרעגן, נאר איבער דעם ענין זעלבסט, אבער עס זאל זיין קורץ און צי דער זאך. נישט קיין איבעריגע רייד. דאס מוז זיין א קורצע עדות'שאפט."
"אקעי, יאאר אננער.."
"האבן מיר שוין איין עד. ווער גייט זיין די קומענדיגע עדות נאך דעם"?
דא מוזן מיר מאכן א הקדמה, מיט עפעס וואס איז פארגעקומען נעכטן אין קארט און מיר האבן עס נישט באריכטעט דא. עס איז געווען די רעדע פון אן עדות, א שטארקער סימפאטיקער פון לב-טהור, מיט משפחה שורשים אויפן ארט, יענער איז אויך געווען א חלק פון די קלאגע און ער האט גענומען א פליה, יעצט איז ער אויף פראבעישן (מען האט אים דערמאנט אין די פריעדיגע תגובות). יענעמ'ס לויער איז אנגעקומען אין קארט, און אנגעדרייט אז ער זאל נישט דארפן עדות זאגן, טענה'נדיג אז עס איז נישט לטובתו (מעגליך אז מיר וועלן נאך אמאל אויסשמועסן די גאנצע דין ודברים איבער דעם ענין). די אנגעקלאגטע האבן דאן פארלאנגט אז זיי ווילן זיך טרעפן מיט יענעם איבערשמועסן איבער די עדות, אבער דער שופט האט דאס נישט ערלויבט און עס איז געבליבן אז ער איז פסול לעדות.
אצינד יעצט, האט דער לויער פון ר' יעקב נחום זיך אויפגעשטעלט און געזאגט: "איך האב באקומען א ידיעה פון יענעם, אז דער לויער האט נישט גערעדט אין זיין נאמען, אבער באמת וויל ער יא קומען עדות זאגן..."
שופט: "איר קענט נישט מאכן לצנות. נעכטן האט איר געזאגט אז איר ווילט אים נישט רופן, היינט זאגט איר אז איר ווילט אים יא רופן?"
"מיר האבן נעכטן קלאר ארויסגעברענגט אז מיר ווילן זיך אוועקזעצן מיט אים, דער שופט האט דאס נישט געלאזט, האבן מיר געזאגט אז מיר רופן אים נישט. אבער יעצט אז עס איז אנגעקומען די ידיעה אז ער וויל יא קומען עדות זאגן, ווילן מיר אים אלס עדות."
"וואס איז די צוועק פון די עדות"?
די אנגעקלאגטע האבן אנגעגעבן עטליכע סיבות, אבער דער שופט האט דאס אפגעווארפן און גע'טענה'ט אז זיין עדות איז נישט רעלעוואנט. מען האט זיך לאנג גע'טענה'ט דערויף, און די אנגעקלאגטע האבן געזאגט אז די עדות איז זייער וויכטיג. אינצווישן האט דער פראסעקיוטער ארויפגעברענגט דעם פאקט, אז נעכטן, נאך וואס ער איז גע'פסל'ט געווארן צו דער עדות, איז ער געזעצן אין קארט און מיטגעהאלטן דעם טרייעל.
"אה, דעמאלס קומט עס זיכער נישט אין באטראכט", האט דער שופט גע'פסק'ענט. "אראפ פון טיש".
"וועמען נאך ווילט איר ברענגען אלס עדות"?
"מיר ווילן ארויפברענגען צוויי עדות (איינער איז א געוועזענער לב-טהור, א שוואגער פון די אנגעקלאגטע, מען האט שוין ארומגעשמועסט איבער אים דא. דער צווייטער איז דער מאן פון די מיידל). מיר האבן זיי נעכטן געשיקט פרעגן, אבער זיי האבן נאכנישט געענטפערט, מיר ווארטן אויף זייער תשובה."
"איר דארפט מיר יעצט זאגן צי זיי קומען אדער נישט..."
... טענה'רייען...
"אקעי, אויב זיי קומען, מוזן זיי קומען מיט א לויער (כ'האב פארשטאנען, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל זיך איבער'חזר'ן דעם צורקיס שפיל...). אויב זיי קומען מארגן, וועלן מיר איבערשמועסן צי זייער עדות איז רעלעוואנט און מען וועט זיי לאזן עדות זאגן אדער נישט. אבער אויב זיי קומען נישט, מוז מען זיך רוקן ווייטער, מען קען נישט ווארטן אויף זיי."
"וועמען האט איר עדות, אויב זיי קומען נישט ארויף?"
"אויב זיי קומען נישט, וועלן צוויי פון די דריי אנגעקלאגטע ארויפקומען אלס עדות".
"אקעי, סא מיר בלייבן דערמיט, קלאר און דייטליך. דער פלאן גייט נישט געטוישט ווערן".

דאן האט דער פראסעקיוטער געפרעגט:
"מיר קענען זיך שוין רישן אז מארגן וועט זיין קלאזינג ארגעמענטס"?
"איך גלויב אז עס וועט נאך נעמען א טאג. די ערשטע עדות וועט זיין א קורצע, אבער די קומענדיגע צוויי עדות קענען זיין לענגערע, אזוי אז מען זאל נאך דארפן נאך א טאג. אבער איר דארפט זיין גרייט אין פאל אז מען וועט יא דארפן אנהויבן מארגן".
נאך האט דער שופט געזאגט:
"איך גלויב אז קלאזינג וועט נעמען א גאנצן טאג. איך וואלט נישט געראטן אז מען זאל אנהויבן דערמיט פרייטאג".

ביים ענדע פון די סעסיע, האט ר' יואל גענומען דאס ווארט און איבערגעבעטן דעם שופט אויף די היינטיגע פאסירונג, זאגנדיג אז ער האפט אז עס וועט נישט זיין נאכאמאל אזאנס. אויך ר' יעקב נחום האט איבערגעבעטן. דער שופט האט צוריקגעענטפערט, "א גוטע נאכט"!

לויט ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט קלאזינג זיין מאנטאג שושן-פורים, דערנאך וועט זיך די דזשורי צוזאמענזעצן און מחליט זיין וואס זיי פסק'ענען.

...
WOW. איך גלויב נישט אז איך האב דאס אפגעשריבן יעצט. איך בין געווען טויט מיד. גלויב מיר אז איך האב אלעס געטון לכבוד די נאבעלע מידות פון ידידינו "חכם מכל אדם".
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך צוויי »

ס'איז נישט דא קיין קארט זונטאג?
פורים איז מסוגל צו געוואונען אין קארט.

אויב נישט מעגליך פורים, מסתמא איז שושן פורים אויך נישט שלעכט...
בכלל מ'שטייט יעצט אין חודש אדר, א מסוגל'דיגע צייט פאר א געריכט מיט א גוי.

זאל דער אייבערשטער העלפן די אמת זאל ארויפשווימען. (כסיפור הידוע...)
און באמת תשובה העלפט אלעמאל, און אלע אידישע קינדער וועלן ריינגעוואשן ווערן און זיין פון היינט מאל אן ערליכע אידן...
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 3:33 am ס'איז נישט דא קיין קארט זונטאג?

יא יא.
אבער די פראבלעם דא איז אז אין א אינטערסאנטע פערצופאל. איז די גאנצע גאווערמענט טיעם דא אידן. א טייל פון זיי אפילו שומר שבת. ממילא ארבעט נישט דעי סגולה פון חודש אדר אזוי גוט לטובת די באשולדיגטע

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 2:33 am חכם מכל אדם, איך קוק ארויף אויף אזעלכע מענטשן ווי דיר, וואס קענען הערן א מיינונג און מיט רעספעקט זיך קריגן אדער מודה זיין און מתקן זיין, לויט די אומשטענדן. באמת האב איך נישט קיין כח צו שרייבן, אבער לכבודך וועל איך געבן א שטיקל באריכט פונעם היינטיגן טאג.

יישר כח הרב הסופר והכותב הידועה והמפורסם חכמת שלמה. פיין באשריבן. אין נאכדערצו אלעס געטהון לכבודי. א געוואלטיגן דאנק אייך. כל הכבוד.
בשמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:39 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך בשמחה »

שכח @חכמת שלמה, זייער אינפארמאטיוו!
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

חכם מכל האדם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 10:37 pm הייבן אן אריינקומען באריכטן פון געריכט היינט.

נאך א טאג אין געריכט אריבער פון געשרייען, משוגע מאכן, פארדרייען און שעלטן. אט דאס זענען גענוי די טאקטיקן פונעם דיפענס סטראטעגיע און מהלך. אזוי לאנג פארדרייען פאקטן, און באשולדיגן די שופט גאר אין זיין איינזייטיג און שונא ישראל, האפענדיג אז די דזשורי וועט דאס נאך אפקויפן פון זיי פאר גוט געלט.

אינדערפרי איז דער חכם/רבי/דיקטאטור נ-ח-מ-ן געווען אויפ'ן סטענד פאר קראוס פון די גאווערמענט. איך וועל דאס איבערלאזן פארן צווייטן חכם דא הרב חכמת שלמה.

נאך לאנטש האט מאיר יששכר ראזנער אויפגעטרעטן אלס עדות. געקליידעט ווי מלך המשיח מיט גאלדענע בגדים און ארומגעבינדן, כיהודה ועוד לקרא צו נחמן, האט ער מער ווייניגער געזאגט אז עס איז נישט געווען שייך פאר די נערה צו וואוינען מיט זיין זוהן חיים יענקל אין מעקסיקא ווייל עס איז נישט געווען קיין מקוה טהרה דארט, ממילא איז דאס קיינמאל ניטאמאל געווען אין פלאן, און אז בויען א מקוה געדויערט גאר א לאנגע צייט צו אהערשטעלן, וכו'. ביי קראוס האט ער מודה געווען אז אין לב טהור מעג מען זאגן ליגענט אויב עס האנדלט זיך פון דיני נפשות אדער אויב איינעמ'ס לעבן קען ווערן אפעקטירט פאר לאנג טערמין, און אז ער איז שוין 25 יאר פון די הנהלה, און ער באפאסט אזוינע באשלוסן אין די קהילה, און אז ער איז געווארן קאנוויקטעט אויף אלע קלאגעס קעגן אים עטליכע יאר צוריק, און ער אפיעלט יעצט זיין קאנוויקשאן, ממילא האט די גאווערמענט געטאדעלט אז צוליב דעם האלט דער עדות ראזנער יעצט אז ער מעג ליגענט זאגן יעצט אויפ'ן סטענד ווייל ער האלט און האפט אז עס וועט אים העלפן אין אפיעל וכו', וואס איז ממש דיני נפשות...

בקיצור, גארנישט געהאלפן בעצם פאר די דיפענס. ויבא וילך ויבז את הקהילה והקולט והדיפענס.

דערנאך איז געקומען די שלחן עורך פונעם טאג... אזאנס זעהט מען נישט אפט. עדות מתתיהו מלכה. מלפנים לב טהור א מיטגליד אין די קידנעפונג פרשה, וואוינט היינט אין מאנסי, געזיצן און קוים געווארן באפרייט פון תפיסה וועגן דעי פרשה. געקומען מיט זיין פרוי וואס איז געקומען געקליידט ווי אשת בין לאדען, מיט די שווארצע בגדי ישע, און ער האט נאך באקומען צוטריט פונעם שופט צו די וויינגארטנס פאר עטליכע מינוט פריוואט אין א צימער זיך צוצוגרייטן צום עדותשאפט, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט אויפן עדות שטיל מיט שעלטן, שימפן, פארדרייען, און פיליבאסטערן אקעגן די געריכט, שופט, גאווערמענט, און וואס נישט... ער האט געמאכט א חוכא וטלולא פונעם גאנצן זאל און ארום. די דזשורי מיטגלידער האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער אויפ'ן קול פון אים, דער שופט איז געשפרינגן ממקומו.... מען האט גאנץ שנעל געענדיגט זיין עדות'שאפט.

דאן האבן די וויינגארטנס געכאפט קאלטס און ווארעמס פונעם שופט. אזאנס מאכט זיך גאר זעלטן אין געריכט זאל. ער האט זיי ממש געווארנט ועד בכלל, עד כדי ל.. אז זיי גאר האבן צוגעגרייט דעי עדות פאר דעי פיליבאסטער שעלטעריי... ער האט זיי זייערר געווארנט אז ער גייט דעס מער נישט טאלערעיטן און צולאזן, ער גייט מער נישט לאזן יעדן משוגענער עדות זאגן סתם צו שעלטן, און זיי געהאלטן פאראנטווארטליך פאר אלע זייערע קומענדיגע עדות אויפפירונג. וחמת השופט שככה.

דערנאך איז פארגעקומען א פארהער בנוגע עדות אהרן ישעי ראזנער. פון ווימסב. א שטארקע סימפאטיקער פאר לב טהור. האט משפחה דארט און שיקט כסדר געלט אהין. ער איז אויך געווען אינוואלווד אין א מיטגליד אין די קידנעפונג-באנדע. ער וויל קומען עדות זאגן, און זיין ווייב / קינדער / שווער ווילן נישט ער זאל עדות זאגן. געווען א דין ודברים. למעשה האט די שופט אים גע'פסל'ט.

המשך יבוא.
:lol: :lol: :lol: "אשת בין לאדען" :lol: :lol: :lol: יוא ביסטו גוט...
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך יצחק אייזיק »

יישר כח @חכמת שלמה. נאר איין קשיא, איך האב פארשטאנען אז זיי האבן נישט קיין לויער, יעצט זעה איך ווי דו שרייבסט פון א לויער. האבן זיי יא אדער נישט?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

א סטענד-ביי לויער, וואס דאס מיינט אז זיי זיצן דארט אין די זייט, און זיי זענען מייעץ פאר די אנגעקלאגטע וואס צו טון און זאגן.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך קורקלענד »

אפטימיסטיש האט געשריבן: היינטיגע צייטן איז שוין ברייט באקאנט וואס מונקאטש'ע רבי טענה'ט שוין פאר די לעצטע 10 יאר (זינט פרשת וועבערמאן), אז יעדע חרד'יש אויסזעהנדע איד וואס שטייט פאר א געריכט ח"ו זאל אויסדרוקליך אקצעפטירן א פליע בארגעין (טאמער דער פראקוראר אפפערט עס שטייצעך), און זיך נישט איינרעדן פאר קיין רגע אז א זשורי - וואס באשטייט פון 12 אנגעפאשעטע גוים און אויסגעפוצטע גוי'טעס, פראדוקטן פונע'ם אנטי-רעליגיעזן קולטור וועלכע נעמט איין די מערב וועלט בכלל, און ניו יארק בפרט, (אויך באקאנט אלס GEN-Z) - וועט האבן די קלארקייט און די מאראל נישט צו באיינדרוקט ווערן פונע'ם אויסערליכ'ן טראגע און אימעדזש וואס דער חרד'ישער איד שטעלט פאר מיט זיך, נאר ליבערשט וועלן זיי זיך לאזן דיקטירן בשרירות לבם און פאראורטיילן דעם איד לכף חובה ח"ו. דעריבער די איינציגע אפציע וואס א איד האט היינט אין דעם מלכות של חסד ‎(לאומים חטאת) איז צו אקצעפטירן סיי וועלכע דיעל די רעגירונג שענקט אים.

א גוי שטייט אויך נישט אויס מיט צופיל אויסזיכטן מער ווי דער איד. דער סיסטעם איז זייער א פארדארבענע.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך צוויי »

חכם מכל האדם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 7:27 am
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 3:33 am ס'איז נישט דא קיין קארט זונטאג?
פורים איז מסוגל צו געוואונען אין קארט.

אויב נישט מעגליך פורים, מסתמא איז שושן פורים אויך נישט שלעכט...
בכלל מ'שטייט יעצט אין חודש אדר, א מסוגל'דיגע צייט פאר א געריכט מיט א גוי.

זאל דער אייבערשטער העלפן די אמת זאל ארויפשווימען. (כסיפור הידוע...)
און באמת תשובה העלפט אלעמאל, און אלע אידישע קינדער וועלן ריינגעוואשן ווערן און זיין פון היינט מאל אן ערליכע אידן...

יא יא.
אבער די פראבלעם דא איז אז אין א אינטערסאנטע פערצופאל. איז די גאנצע גאווערמענט טיעם דא אידן. א טייל פון זיי אפילו שומר שבת. ממילא ארבעט נישט דעי סגולה פון חודש אדר אזוי גוט לטובת די באשולדיגטע
פארדעם האב איך געזאגט, אז דער אייבערשטער זאל העלפן די אמת זאל ארויפשווימען.
והעיקר אז יעדער זאל תשובה טוהן, תשובה נוצט אייביג.
אוד מוצל מאש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 8:06 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אוד מוצל מאש »

חכם מכל האדם האט געשריבן: דערנאך איז פארגעקומען א פארהער בנוגע עדות אהרן ישעי ראזנער פון ווימסב. א שטארקע סימפאטיקער פאר לב טהור. האט משפחה דארט און שיקט כסדר געלט אהין. ער איז אויך געווען אינוואלווד אין א מיטגליד אין די קידנעפונג-באנדע. ער וויל קומען עדות זאגן, און זיין ווייב / קינדער / שווער ווילן נישט ער זאל עדות זאגן. געווען א דין ודברים. למעשה האט די שופט אים גע'פסל'ט.

דו דערמאנסט מיר אז מיר פלעגן איהם אנרופן די "לב טהור אמבאסאדער", ער האט אלץ געהאלפן לב טהור דורך די יארן.

פון די אנדערע זייט איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז אויף איהם איז נישט דא די לימוד זכות וואס מען קען אפשר האבן אויף מענטשן וואס וואוינען יארן לאנג דארט אדער גאר דארט געבוירן שוין, די וואס פאלגן די הנהלה אלעמאל וואס מען הייסט זיי. אדער אפילו די וואס זענען יא אליינס געווארן א חלק פון די קהילה אזוי ווי זיינע צוויי ברודערס, זיי זענען שוין אבער דארט פאר 25 יאר, זייער קאפ איז שוין אינגאנצן פארדרייעט און פארקריפלט.

דא קומט אבער צו גיין א היימישע אינגערמאן פון וויליאמסבורג, וואוינט זיך אין א נארמאלע דירה, האט א נארמאלע משפחה מיט קינדער, טאטע מאמע שווער שוויגער, קיינער שטייט איהם נישט אויף קאפ, זיין פעמילי איז נישט געהאלטן האסטידזש, עסט נארמאלע עסן. ער גאר קומט און העלפט ארויס די לב טהור הנהלה ארויסצושמוגלען קינדער אינמיטן די נאכט אין שבת, און זיי העלפן אריבערפירן צו מעקסיקא! בשעת די מאמע לויפט ארום און ווערט משוגע צו געוואויר ווערן ווי איר 12 און 14 יעריגע קינד זענען, דרייט ער זיך דא ארום אין וויליאמסבורג ווי כאילו ער ווייסט נישט פון גארנישט. די פאליס האט געמאכט א פאר מאהל א סטאפ ביי איהם אינדערהיים, פארשטייט זיך ער האט געלייקנט שטיין און ביין, און ס'האט אים נישט געמאכט סטאפן, ער איז די נעקסטע גאנצע שבת אפגעזיצן אין זיין ווייסע ווען אויפן פאון, און ביזי געווען צו ארבעטן פאר די לב טהור חברה און פאר זיינע צוויי ברודערס וואס זענען די הנהלה דארט.

שפעטער איז ארויסגעקומען (אזוי ווי ס'איז ברייט באשריבן אין די אינדיידמענט דאקומענטס) אז ער איז גאר געווען דער וואס די גאנצע קידנעפינג פלען איז געפלאנט גאווארן אין זיין אפיס. ער האט איינגעקויפט די אלע טעלפאנס וואס איז גענוצט געווארן בשעת מעשה. זיין קאר זעהט מען אויף די סורווילענס ווידיאו וואס איז אנגעקומען צו וואלמארט צו קויפן די פארשטעלאכץ פאר די קינדער, וואס זיי האבן גענוצט ווען מען האט אדורך געשווערצט די קינדער די גרעניץ און די עירפארט. און נאכדעם איינמאהל די קינדער זעענען שוין געווען באהאלטן אין מעקסיקא האט ער אריבערגעשיקט פאר די וויינגארטענס אין מעקסיקא די סכום פון $3,500, בשעת די FBI שטייט און קוקט איהם נאך, און הערט איהם אונטער זיינע פאון קאלס, זעהען זיי ווי אונטער זייער נאז דרייט זיך איינער פון די גאנצע מאכערס פון די קידעפינג.

ער איז טאקע גרינג אפגעקומען, נאכדעם וואס ער איז אפגעזיצן אין טורמע איבער א חודש האט זיין שווער געפאוסט א 10 מיליאן דאלער באנד, און איהם געהייערט א טאפ לויער, ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף Home detention, אויך האט ער געהאט א GPS monitor אויף זיין פיס די גאנצע צייט, (דא האט ער שוין פארגעסן פון לב טהור פאר אביסל וואס האלטן אז מען דארף זיך אליינס רעפרעזענטען). ער האט קיינמאהל זיך נישט ארומגע'טענה'ט מיט די דזשאדזש, געהאט א נארמאלע לויער. פאריאר האט ער געפליעד גיליטי. און ביים סענטעסינג האט אים די דזשאדזש געגעבן טיים סערווד מיט נאך איין יאר Home Confinement. דער דזשאדזש האט איהם געזאגט אז ער זאל וויסן אז וועגן זיינע קינדער און פעמילי און זיין רעספעקט האט איהם געמאכט זיין ווייכער ביים זיין סענטעסינג. (נאך א וועג צו פארשטיין אז דאס וואס די וויינגארטענס רעפעזענטן זיך אליינס און רייסן זיך ארום מיט די דזשאדזש און רייצן איהם אן, צאלט זיך געווענליך נישט צוריק אזוי גוט, און פארקערט יא).

לויט ווי חכמת שרייבט, איז זיין לויער (וואס זיין שווער האט איהם צוגעשטעלט) געקומען טענה'ן אין קאורט אז ער זאל נישט דארפן עדות זאגן פאר די וויינגארטענס, מען קען פארשטיין אז זיין פעמילי באדערט עס זייער שטארק אז ער איז געווען פארמישט דא אין די פירסט פלעיס, פיינעלי אלעס איז אווער, פארוואס איהם נאכאמאהל ארויפברענגען אין קאורט און ארויפלייגן זיין נאמען אויף די רעקארד. און ער קען זיך נאך פאררעדן און אריינגיין אין נאך טראבעל. דער דזאדזש האט איהם טאקע גע'פסל'ט און געים אווער, צו די פרייד פון זיין ווייב קינדער און זיין שווער'ס לויער.

דא קומט ער זיך צו גיין נעכטן, נאכן ווערן גע'פסל'ט ביי די דזאדזש, און טענה'ט אז די לויער האט איהם נישט רעפרעזענטעט און ער וויל יא טעסטעפייען. אזוי ווי חכמת און חכם מכל אדם האבן פארציילט. שוין, אז ער וויל זיין אויף די רעקארד נאכאמהל, פארוואס זאלן אונז זיך צוריקהאלטן פון עס אויסשמועסן. ס'איז נישט אז מען האט איהם סובפינעד אדער וואס, ער קומט זיך מרצונו הטוב אקעגן זיין אייגענע פעמילי. זעהט אויס ער וויל יא אז מען זאל איהם באשרייבן. ורצונו זה כבודו.
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:40 pm
חכם מכל האדם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 7:27 am
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 3:33 am ס'איז נישט דא קיין קארט זונטאג?
פורים איז מסוגל צו געוואונען אין קארט.

אויב נישט מעגליך פורים, מסתמא איז שושן פורים אויך נישט שלעכט...
בכלל מ'שטייט יעצט אין חודש אדר, א מסוגל'דיגע צייט פאר א געריכט מיט א גוי.

זאל דער אייבערשטער העלפן די אמת זאל ארויפשווימען. (כסיפור הידוע...)
און באמת תשובה העלפט אלעמאל, און אלע אידישע קינדער וועלן ריינגעוואשן ווערן און זיין פון היינט מאל אן ערליכע אידן...

יא יא.
אבער די פראבלעם דא איז אז אין א אינטערסאנטע פערצופאל. איז די גאנצע גאווערמענט טיעם דא אידן. א טייל פון זיי אפילו שומר שבת. ממילא ארבעט נישט דעי סגולה פון חודש אדר אזוי גוט לטובת די באשולדיגטע
פארדעם האב איך געזאגט, אז דער אייבערשטער זאל העלפן די אמת זאל ארויפשווימען.
והעיקר אז יעדער זאל תשובה טוהן, תשובה נוצט אייביג.
אך און וויי אויב די גאנצע אמת שווימט דא ארויף. אחים וויינגארטן וועלן דארפן זיצן עד מאה ועשרים ועד בכלל. פארשטיי גוט אז נאר 20% קרימינאלע אקטיוויטעט ווערט געכאפט. הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. זיי ווייסן גאר גוט אינערליך אז פון די לעצטע 10 יאר הפקירות זענען זיי רעלעטיוולי לאקי אויף וויפיל פראצענט זיי ווערן למעשה פארגעהאלטן. פוק חזי מאי עמא דבר. והדברים ידועים ודי למבין.
פארשפארט