זיינע טענות וואס ער האט לגבי ר׳ נחמן׳ס יחוס איז אויך נוגע לגבי דעם דגל׳ס מיט ר׳ ברוך׳ס. זיכרון אחד עולה לכאן ולכאן. מיינענדיג, אז איינמאל מ׳האט שוין אַ לאַרדזשער דען לייף אָרידזשין פיגור פאר׳ן באוועגונג, קען מען שוין אויך שפעטער אויפמאכן די יחוס דערפון אז מ׳שטאמט פון אים. דאס גייט דאך געבן דעם מענטש וואס ווערט א פירער אין דעם באוועגונג מער לעדזשיטימעסי. אזויפיל יא, אז ווי מער מענטשן מ׳האט וואס טוהן דאס, אלס מער אימפּראַבּעבּל איז דאס אז זיי האבן דאס אלע טאקע אויפגעמאכט.
ענליך איז בנוגע דעם בעש״ט׳ס תלמידים. די טעזע איז דאך, ענליך צו ווי ביי ישו, אז עס איז געווען א סירקעל/גרופע פון מענטשן/מיסטיקס וואס פון דעם איז ארויסגעוואקסן די באוועגונג (פון ערגעץ קומט עס דאך זיכער). און די מענטשן האבן זיך צוזאמען עווענטועל געגעבן אַן איינעם (לאַרדזשער דען לייף וכו׳) אָרידזשין פיגור וואס פון דעם שטאמט דאס; עס האט זיך עווענטועל קריסטאליזירט און איז ארויסגעוואקסן פון דעם סירקעל דעם (לשיטתו, mythical) פיגור פונעם בעש״ט אלס די איינע מייסד פונעם באוועגונג. אט די סירקעל זענען די (לשיטתו, אָנגעבליכע) תלמידים. אבער איה״נ אז עס איז farfetched דאס צו זאגן, ענליך צו ווי דאס׳ן דאס זאגן אויפ׳ן פיגור פון ישו לגבי די באוועגונג פון נוצרות. און דעריבער זענען זיי, ווי איך האב געזאגט, fringe טעאריעס. אבער צו זאגן אז עס איז דומה ווי צו גיין קעגן די עמפּירישע דעמאנסטרעטיוו הוכחות פון דעם אז הארץ כדורי, איז עס נישט. (אפשר קען מען עס ענדערשער צוגלייכן צום fringe טעאריע פון אינטעלידזשענט דיזיין נגד די ראיות פאר אמיתת עוואלושאן, וועלכע זענען למעשה נישט אזוי דעמאנסטרעטיוו ווי די ראיות שהארץ כדורי?)
אז מ׳דערמאנט די תלמידי הבעש״ט, קען זיין מהראוי לציין אז שלמה מימון, וועלכע איז אויך געווען א משכיל, דערציילט נאכ׳ן זיין באזוכן ביי המגיד ממעזריטש זצ״ל, אז ער האלט בעצם אז זיי זענען שארלאטאנס (צו באקומען מאכט והערצה פונעם המון וכו׳).
היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
איך מיין אז ס'איז בכלל נישט דומה דער בעש"ט צו להבדיל ישו, ווייל דארט רעדט מען פון צוויי טויזענט יאר צוריק און ממילא פעהלט אונז אסאך אינפארמעישן פון יענע תקופה צו פארשטיין וואס דארט איז פארגעקומען, משא"כ די בעש"ט וואס איז געווען נישט אזוי לאנג צוריק און מ'קען מער ווייניגער די גאנצע ארום און ארום.
(איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער דאס וואס דו שרייבסט וועגן אינטעלידזשענט דיזיין ווס עוואלושאן, זעה איך נאך בכלל נישט קיין הוכחה אז ס'קען נישט זיין אז די זעלבע באשעפער אדער וואטעווער דו ווילסט עס רופן וואס האט געמאכט איין בעל חי זאל האבן געמאכט אסאך בעלי חיים וואס זענען אין אזא עוועלאושנערי סדר, אויב דו האסט שוין געשריבן עפעס דערוועגן ביטע צייכן מיר עס אהן..)
(איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער דאס וואס דו שרייבסט וועגן אינטעלידזשענט דיזיין ווס עוואלושאן, זעה איך נאך בכלל נישט קיין הוכחה אז ס'קען נישט זיין אז די זעלבע באשעפער אדער וואטעווער דו ווילסט עס רופן וואס האט געמאכט איין בעל חי זאל האבן געמאכט אסאך בעלי חיים וואס זענען אין אזא עוועלאושנערי סדר, אויב דו האסט שוין געשריבן עפעס דערוועגן ביטע צייכן מיר עס אהן..)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איה״נ. און וועגן דעם שרייב איך נאר דאס ווארט ״ענליך״ דערביי. אבער מאידך גיסא דארף מען אין אכט נעמען אז עס איז אַליה וקוץ בה. מיינענדיג, א גרויס חלק פון דיינרד׳ס טענות זענען ארגומענטן פון סיילענס/שטילקייט - אז דער בעש״ט ווערט נישט דערמאנט פון (אנדערע/פרעמדע) מענטשן (וועלכע זענען נישט קיינע נוגעים וכו׳) אין יענע תקופה, וכדומה. אזא סארט טענה איז בדרך כלל נישט זייער שטארק, וכמאמר הידוע אז ״דאס אז עס פעהלט ראיות, איז נאך נישט קיין ראיה אז די נידון גופא פעהלט.״ (דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן אלגעמיינעם שוועריקייט פון אויפווייזן א נעגאטיוו.) אבער דאס שוואכקייט פון אזא סארט טענה איז מער ווען ס׳איז בנוגע גאר א לאנגע תקופה צוריק, וואו עס איז שייך אז (פרעמדע) רעפערענצן און רעקארדס וכו׳ זענען געווען נאר זענען ברבות הימים פארלוירן געגאנגען, וכדומה. די טענה פונעם שטילקייט איז משא״כ יא שטערקער ווען עס ווערט גענוצט אלס א טענה פון עפעס וואס וואלט ווען געדארפט פארמאגן רעקארדס ושאר (פרעמדע) עדיות וואס זענען בנמצא, ווי לדוגמא ביים בעש״ט וועלכע איז אסאך נענטער אין צייט.
(דו רעדטס פון טעאיסטיק עוואלושאן, וועלכע איז אַן השוואה פון עוואלושאן מיט ג-ט. איך בין דאס מדמה צו אינטעלידזשענט דיזיין, וועלכע איז א פרינדזש פאזיציע מנוגד און קעגן די פאזיציע פון עוואלושאן. איך בין עס מדמה צום פרינדזש פאזיציע אין היסטאריע וועלכע טענה׳ט קעגן דאס פאזיציע פונעם היסטאריסיטי פונעם בעש״ט.)
(דו רעדטס פון טעאיסטיק עוואלושאן, וועלכע איז אַן השוואה פון עוואלושאן מיט ג-ט. איך בין דאס מדמה צו אינטעלידזשענט דיזיין, וועלכע איז א פרינדזש פאזיציע מנוגד און קעגן די פאזיציע פון עוואלושאן. איך בין עס מדמה צום פרינדזש פאזיציע אין היסטאריע וועלכע טענה׳ט קעגן דאס פאזיציע פונעם היסטאריסיטי פונעם בעש״ט.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פריער הא׳מיר צוגעברענגט פון אבן כספי אז דאס וואס דער רמב״ם דערמאנט פון די פילוסופים במו״נ ח״א פס״ח:
קענען די נוצרים נוצן אלס א געדאנק בהשילוש שלהם. דער נרבוני שרייבט בפירושו על המו״נ ח״ב פ״א: און דאס איז בפרט לויט וויאזוי דער רמב״ם איז משווה דארט אין פס״ח אז ״השכל והמשכיל והמושכל״ זענען נאר צוטיילט ווען זיי זענען בכח אבער נישט ווען זיי זענען בפועל, וואס ביי הקב״ה איז דאס אלעמאל בפועל ע״ש. (וידוע מש״כ הרמב״ם בריש איגרת תחיית המתים אודות הנוצרים והפסוק, דברים ו ד, שמע ישראל וגו׳.)אמרוהו הפילוסופים באלוק ית' והוא אמרם שהוא השכל והמשכיל והמושכל, ושאלו השלשה ענינים בו ית' הם ענין אחד אין רבוי בו
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
במשנתו של דר. מיכאל וויסכאגראד:
Wyschogrod urged from the Jewish side that Jews not pursue a fallacious dismissal of the divinity of Christ that operates on a priori grounds. In other words, while Jews - Wyschogrod included - can and perhaps even should reject the divinity of Christ, they should not do so by attempting to argue that God's Incarnation in man is somehow inconsistent with the teaching of the Hebrew Bible. On the contrary, there is much merit to the Christological position that posits "the indwelling of God in Israel by concentrating that indwelling in one Jew rather than leaving it diffused in the people of Jesus as a whole"
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: היסטארישע ראמאן: יעזוס קריסט
עס ווערט געברענגט אין ספרים (לדוגמא ראה ש''ך עה''ת (מגורי האר''י) פרשת וישב, יישר כח פאר החכם @מי אני פארן צוווייזן. ובזכרוני שכן כתב הרמב''ן אך לא מצאתיו לעת עתה), אז די סיבה פארוואס משיח דארף ארויסקומען דוקא פון שווער'ע יחוס; לדוגמא לוט ובנותיו, יהודה ותמר, בועז ורות, ישו ואמתו (שחשב שבא על אמתו ובאמת היתה אשתו), דוד ובת שבע, [ולברית החדשה יש להוסיף שלמון שנשא את רחב הזונה,] איז כדי דער מקטריג זאל נישט קענען מקטריג זיין בבחינת אין משיח בא אלא בהיסח הדעת.
איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו זען אז אין די ברית החדשה (הבשורה על פי מתי פרק א') וואו עס ווערט אויסגערעכנט ישוע'ס יחוס ביז אברהם אבינו, שטייט נאר די נעמען פון די מענער, חוץ אויב די ווייבער זענען געווען קאנטערווערשיאל (איך וועל היילייטן יעדע'ס מאל מען רעדט פון א פראבלעמאטיש'ע הייראט):
איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו זען אז אין די ברית החדשה (הבשורה על פי מתי פרק א') וואו עס ווערט אויסגערעכנט ישוע'ס יחוס ביז אברהם אבינו, שטייט נאר די נעמען פון די מענער, חוץ אויב די ווייבער זענען געווען קאנטערווערשיאל (איך וועל היילייטן יעדע'ס מאל מען רעדט פון א פראבלעמאטיש'ע הייראט):
עס לאזט זיך שפעקעלירן אז די אויבנדערמאנט'ע טעזע איז געליגן אין די געדאנק פון די שרייבער, ממילא טוען זיי אינטערשטרייכן אלע צווייפלהאפטיג'ע הייראטן. די שאלה איז נאר צי אין די אידיש'ע מסורה איז עס אויך נשפע געווארן פון ספר מתיו.סֵפֶר תּוֹלְדוֹת יֵשׁוּעַ הַמָּשִׁיחַ בֶּן־דָּוִד בֶּן־אַבְרָהָם׃
2 אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת־יִצְחָק וְיִצְחָק הוֹלִיד אֶת־יַעֲקֹב וְיַעֲקֹב הוֹלִיד אֶת־יְהוּדָה וְאֶת־אֶחָיו׃
3 וִיהוּדָה הוֹלִיד אֶת־פֶּרֶץ וְאֶת־זֶרַח מתָּמָר וּפֶרֶץ הוֹלִיד אֶת־חֶצְרוֹן וְחֶצְרוֹן הוֹלִיד אֶת־רָם׃
4 וְרָם הוֹלִיד אֶת־עַמִּינָדָב וְעַמִּינָדָב הוֹלִיד אֶת־נַחְשׁוֹן וְנַחְשׁוֹן הוֹלִיד אֶת־שַׂלְמוֹן׃
5 וְשַׂלְמוֹן הוֹלִיד אֶת־בֹּעַז מֵרָחָב וְבֹעַז הוֹלִיד אֶת־עוֹבֵד מֵרוּת וְעוֹבֵד הוֹלִיד אֶת־יִשָׁי׃
6 וְיִשַׁי הוֹלִיד אֶת־דָּוִד הַמֶּלֶךְ וְדָוִד הַמֶּלֶךְ הוֹלִיד אֶת־שְׁלֹמֹה מֵאֵשֶׁת אוּרִיָּה׃
7 וּשְׁלֹמֹה הוֹלִיד אֶת־רְחַבְעָם וּרְחַבְעָם הוֹלִיד אֶת־אֲבִיָּה וַאֲבִיָּה הוֹלִיד אֶת־אָסָא׃
8 וְאָסָא הוֹלִיד אֶת־יְהוֹשָׁפָט וִיהוֹשָׁפָט הוֹלִיד אֶת־יוֹרָם וְיוֹרָם הוֹלִיד אֶת עֻזִּיָּהוּ׃
9 וְעֻזִּיָּהוּ הוֹלִיד אֶת־יוֹתָם וְיוֹתָם הוֹלִיד אֶת־אָחָז וְאָחָז הוֹלִיד אֶת־יְחִזְקִיָּהוּ׃
10 וִיחִזְקִיָּהוּ הוֹלִיד אֶת־מְנַשֶּׁה וּמְנַשֶּׁה הוֹלִיד אֶת־אָמוֹן וְאָמוֹן הוֹלִיד אֶת־יֹאשִׁיָּהוּ׃
11 וְיֹאשִׁיָּהוּ הוֹלִיד אֶת־יְכָנְיָהוּ וְאֶת־אֶחָיו לְעֵת גָּלוּת בָּבֶל׃
12 וְאַחֲרֵי גְּלוֹתָם בָּבֶלָה הוֹלִיד יְכָנְיָהוּ אֵת שְׁאַלְתִּיאֵל וּשְׁאַלְתִּיאֵל הוֹלִיד אֶת־זְרֻבָּבֶל׃
13 וּזְרֻבָּבֶל הוֹלִיד אֶת־אֲבִיהוּד וַאֲבִיהוּד הוֹלִיד אֶת־אֶלְיָקִים וְאֶלְיָקִים הוֹלִיד אֶת עַזּוּר׃
14 וְעַזּוּר הוֹלִיד אֶת־צָדוֹק וְצָדוֹק הוֹלִיד אֶת־יָכִין וְיָכִין הוֹלִיד אֶת־אֱלִיהוּד׃
15 וֶאֱלִיהוּד הוֹלִיד אֶת־אֶלְעָזָר וְאֶלְעָזָר הוֹלִיד אֶת־מַתָּן וּמַתָּן הוֹלִיד אֶת־יַעֲקֹב׃
16 וְיַעֲקֹב הוֹלִיד אֶת־יוֹסֵף בַּעַל מִרְיָם אֲשֶׁר מִמֶּנָּה נוֹלַד יֵשׁוּעַ הַנִקְרָא מָשִׁיחַ׃
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יתכן.
דא האב איך צוגעברענגט פון דר. קענעט בּעילי איבער וויאזוי מתי דערמאנט בת שבע. ער שרייבט דאס בתוך א ברייטערע אפהאנדלונג איבער פארוואס מתי רעכענט אויס פונקט די פיר פרויען ביחוסו של ישו, וואס עס איז נישט געווען די סדר דעמאלטס אויסצורעכענען פרויען בכלל (לדוגמא בספרו של לוקאס פ"ג רעכענט ער נישט אויס קיין איין פרוי ביחוסו של ישו (וועלכע האט, אגב, בכלל שינויים פון היאך שייחסו מתי)). ער שרייבט: לגבי זיין היפאטעזיע זאגט אבער וויקיפידיה:
דא האב איך צוגעברענגט פון דר. קענעט בּעילי איבער וויאזוי מתי דערמאנט בת שבע. ער שרייבט דאס בתוך א ברייטערע אפהאנדלונג איבער פארוואס מתי רעכענט אויס פונקט די פיר פרויען ביחוסו של ישו, וואס עס איז נישט געווען די סדר דעמאלטס אויסצורעכענען פרויען בכלל (לדוגמא בספרו של לוקאס פ"ג רעכענט ער נישט אויס קיין איין פרוי ביחוסו של ישו (וועלכע האט, אגב, בכלל שינויים פון היאך שייחסו מתי)). ער שרייבט: לגבי זיין היפאטעזיע זאגט אבער וויקיפידיה:
הבשורה על-פי לוקאס נכתבה ביוונית, והיא מיועדת לשאינם-יהודים (בדומה לבשורה על-פי מרקוס, ושלא כמו הבשורה על-פי מתי).