חכמת שלמה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 21, 2024 2:33 am
חכם מכל אדם, איך קוק ארויף אויף אזעלכע מענטשן ווי דיר, וואס קענען הערן א מיינונג און מיט רעספעקט זיך קריגן אדער מודה זיין און מתקן זיין, לויט די אומשטענדן. באמת האב איך נישט קיין כח צו שרייבן, אבער לכבודך וועל איך געבן א שטיקל באריכט פונעם היינטיגן טאג.
אנהויב טאג האט ממשיך געווען דער חכם תמ"ל, וואס האט פונקט ווי נעכטן פארפירט און איבערגעקערט דאס פלאץ. דאן האט אויפגעטרעטן ר' מאיר יששכר. ער איז געווען עטוואס צומישט און נישט קלאר. זיין עדות'שאפט איז גאנץ קלאר אויסגעשמועסט געווארן דורך חכם מכל אדם און איך דארף נישט מוסיף זיין דערויף, ס'איז שוין געשריבן געווארן און פארראכטן געווארן.
דאן האט אויפגעטרעטן דער דריטער עדות, וועלכער איז אויך שוין אנגעקלאגט און אפגעזעצן. היינט איז ער שוין אינדרויסן פון טורמע, ער מיט זיין ווייב זענען נאכנישט קלאר וואו זיי באלאנגען. אין לב-טהור איז מען עטוואס אויפגערעגט אויף אים, וויבאלד ער וויל נישט פאלגן וואס מען הייסט אים. די הנהלה פארלאנגט אז זיין ווייב זאל אים אפלאזן און צוריקקומען קיין גוטאמאלא, וואס דערווייל פאסירט דאס נישט. אזוי אויך עטליכע זאכן וואס ער האט נישט געפאלגט די הנהלה. אצינד איז זיין אינטערעסע זיך איינצוגלידערן און זיך איינצולעבן אין אמעריקע, און ווען ער וועט קענען לעגאל אוועקגיין פון אמעריקע, וועט ער דעמאלס זען ווי ער שטייט. ער איז נישט אויסגעשלאסן אויף קיין איין וועג. מיט זיין ווייב איז א באזונדערע געשיכטע. זי איז נאך צומישט איבער איר מצב און זי דארף אסאך חיזוק. אבער ווי געשמועסט, איז נישט כדאי אריינצוגיין אין פריוואטע ענינים (און אפשר האב איך צופיל מאריך געווען במקום שאמרו לקצר, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז איך וועל מחליט זיין צו מעקן דעם דאזיגן פעראגראף).
דער דאזיגער עד, האט בעצם אנגעהויבן גאנץ רואיג. לדעתי האט ער נישט צוגעגעבן צופיל צו די עדות, נישט לכאן און נישט לכאן. מען האט איבערגעשמועסט זיין ראלע און וואס ער האט געטון. אויף אזויפיל יא, אז ווען דער גאווערמענט האט אריינגעשריגן "אבדזשעקשן", האט ער ווייטער געענטפערט און אויסגענוצט די געלעגנהייט, ביז ווי לאנג דער דזשאדזש אליין האט אים אפגעשטעלט. אזוי איז געווען כמעט יעדע מאל.
ווען עס איז געקומען צו קראס, האט ער זיך צולאזט. ער האט געמיינט אז ער קען נאכמאכן דעם חכם און ער האט אויך געענטפערט קרום. ווען מען האט אים געפרעגט צי ער איז אריבערגעגאנגען טרייעל, האט ער געענטפערט אז ער איז אריבערגעגאנגען אן "אזוי-גערופענער" טרייעל. דער פראסעקיוטער האט אים איבערגעפרעגט די שאלה, און ער האט צוריקגעענטפערט די זעלבע תשובה. ווען דער פראסעקיוטער האט אים געזאגט, אז ער וועט איבערפרעגן די שאלה נאך איין מאל, האט ער רעאגירט אז ער קען דאס איבערפרעגן אפילו טויזנט מאל... און ער האט דאן געענטפערט די זעלבע תשובה.
אזוי אויך, ווען מען האט אים געפרעגט צי ער איז אינדייטעט געווארן, האט ער געענטפערט "אן קיין שום עוועדענץ, און מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין עדות אויף זיין זייט און אז ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל". מען האט אים געפרעגט, "האט א דזשאדזש דיר פאראורטיילט" האט ער געענטפערט, "יא, אומלעגאלערהייט". דער שופט האט דאן באפוילן אז די תשובה איז "יא" און די ווערטער ארום און ארום דארפן ארויסגענומען ווערן פון די רעקארדס.
עס איז געווען מערקבאר אויף די דזשורי, ווי אזוי זיי לאכן און שמייכלען. עס איז געווען אן אינטערעסאנטער ספעקטאל.
שפעטער, ווען די דזשורי איז ארויסגעגאנגען, האט דער דזשאדזש גערעדט זייער גערעגט און שארף אריינגעזאגט די דעפענס. פון איינעם וואס איז דארט געווען האב איך איבערגעהערט, אז מען האט געקענט זען די אפענע הנאה און שמייכל פון דער פראסעקיוטער, ווי אזוי דער דזשאדזש איז מסדר די משפחת וויינגארטן. ער האט אנגעהויבן מיט דעם, אז נאך א-י-י-ן מאל, אן עדות וועט זיך אויפפירן מיט אזא אויפפירונג, וועט ער סטרייקן די גאנצע עדות'שאפט.
דער שופט האט דאן גערעדט זייער שארף און ער האט דירעקט באשולדיגט די אנגעקלאגטע אין די געשעעניש, און ווען זיי האבן זיך פראבירט צו פארענטפערן, אז דאס האט ער געענטפערט און נישט זיי, האט ער זיי געזאגט אז דער עדות איז געזעצן מיט די אנגעקלאגטע איידער די עדות, און זיי האבן אים דירעקטירט ווי אזוי ער זאל ענטפערן. די וויינגארטנ'ס האבן אבער גע'טענה'ט אז זיי האבן אים נישט געהייסן רעדן אויף דעם אופן. דער שופט האט זיי קלארגעשטעלט, אז די קומענדיגע עדות זאלן זיי אנזאגן זיך אויפצופירן איינשטענדיג, "עס איז נישט די ערשטע עדות וואס פירט זיך אזוי אויף דא" האט דער שופט געדינערט. "דער אויפפירונג פון אריינברענגען אייגענע סטעטמענטס, פון נישט האבן א פעיר טרייעל און אז זיי זענען געזעצן אין תפיסה אומלעגאל, איז א זאך וואס איך וועל נישט צולאזן אין מיין קארט-רום. אפגעזען דערפון וואס איך בין געווען זייער שופט, און דאס מיינט א פערזענליכע אטאקע אויף מיר, אבער אפילו אן דעם, וועל איך דאס נישט טעלארירן".
דער שופט האט שוין אויסגענוצט די געלעגנהייט, זאגנדיג אז ביים פאריגן טרייעל, ביי די קלאזינג סטעטמענטס, האט מען גענוצט אזעלכע טערמינען ווי "פראסעקיושן, אינקוויזישן און גאז טשעמבערס"... "געבויט אויף מיין רעליגיע וואו איך באלאנג" (איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער האט געמיינט צו זאגן דערמיט), איך וויל נישט הערן אזעלכע ווערטער ביי די קלאוזינג ארגעמענטס. מען זאל זיך האלטן אין די ראמען און רעדן איידל
ווען דער שופט האט געזאגט, אז די קומענדיגע עדות זאל מען אנזאגן זיך אויפצפירן מענטשליך, האט ר' יעקב נחום רעאגירט, "איך וועל טרייען". דער שופט איז געווארן גערעגט, "טרייען וועסטו? - זאלסט זיכער מאכן אז דאס וועט מער נישט געשען!"
דאן האט ער שטרענגערהייט געפרעגט, "ווער זענען אייערע קומענדיגע עדות"? - זיי האבן אים געזאגט אז זיי פלאנען צו ברענגען נאכאמאל די מאמע פון די מיידל. דער שופט האט געפרעגט, וואס איז דער ציל פון די עדות? - זיי האבן געענטפערט אז מען וויל איר אויספרעגן איבער די פעמעלי קארט ארדער אף פראטעקשן וואס זי האט באקומען אין אמעריקע. דער שופט האט זיך אויפגערעגט און געזאגט, "אה, דו ווילסט אריינווארפן ספיקות אין דער פסק פון דער פעמעלי קארט, און טענה'ן אז עס איז נישט געווען לעגאל" - איך וועל דאס נישט צולאזן דא. די עדות איז אראפ פון טיש. ער האט אויפגעהויבן זיין שטימע און געזאגט "נא - ען-או! - איך וועל עס איבערזאגן אויף אידיש, נא - ען-או - איך וועל עס איבערזאגן אויף ספאניש, נא - ען-או! - דער עדות איז אראפ פון טיש.
"וועלכע נאך עדות קומען צו גיין" האט דער שופט געפרעגט?
"מיר ווילן ברענגען נאך צוויי עדות, וואס מען האט נאכנישט ארויפגעברענגט אויפן טיש, אבער מיר ווילן זיי רופן" (די וויינגארטנ'ס האבן פורש בשמם געווען. איך געדענק נישט די נעמען).
"זיי זענען ערגעץ געווען אויף די ליסטע?"
"ניין"
"דעמאלס קומט עס נישט אין באטראכט. איך האב אייך געגעבן עטליכע עקסטענטשנס מיט דעדליינס וואס איר האט פארפאסט, איר זענט אלעמאל געווען שפעט מיט דערליווערן דאקיומענטשן און איך האב אייך געגעבן עטליכע געלעגנהייטן. איך האב אויך שוין צוגעלאזט עטליכע עדות וואס זענען נישט געווען געפלאנט, און איר האט אויסגענוצט דעם טרייעל צו מאכן דערפון א "סייד-שאו". די פאריגע עדות איז געווען א "סייד שאו" און איר פראבירט צו מאכן דעם גאנצן געריכט פאר א סייד שאו. די צוויי עדות וואס איר זאגט, איז אראפ פון טיש, איר קענט זיי נישט ברענגען.
"וועמען נאך ווילט איר ברענגען? - איך גיב אייך נאך דריי עדות און דערנאך דארף זיך די טרייעל ענדיגן."
די אנגעקלאגטע האבן ארויפגעברענגט א נאמען, פון איינעם וואס איז געקומען ספעציעל פון לב-טהור צו זאגן עדות.
"וואס איז די מטרה פון זיין עדות"?
"ער דארף קומען אפווארפן א פריעדיגע עדות פון די גאווערמענט, וואס האט באשמוצט דאס לעבן אין לב טהור".
"וואס האט דאס אבער מיט אייער קעיס?"
עס האט זיך אנגעהויבן א טענה'ריי. די אנגעקלאגטע האבן געפרעגט, אז אויב דאס האט נישט קיין שייכות מיט די קעיס, פארוואס האט דער גאווערמענט יא געקענט אויספרעגן איבער פרטים אין לב-טהור, און זיי קענען נישט קומען אפוואשן זייערע שמוץ. עס האט זיך געקאכט אהער און אהין.
"איך זעה נישט די רעלעווענסי פון די עדות. איז דא נאך א סיבה פארוואס ער דארף קומען עדות זאגן?"
"ער איז געווען א חלק, בשעת ער האט איבערגעגעבן פאר די מיידל עטליכע זאכן, און מיר ווילן אים אויספרעגן דערוועגן."
"איך גיב אייך צוויי-דריי שאלות וואס איר קענט אים אויספרעגן, נאר איבער דעם ענין זעלבסט, אבער עס זאל זיין קורץ און צי דער זאך. נישט קיין איבעריגע רייד. דאס מוז זיין א קורצע עדות'שאפט."
"אקעי, יאאר אננער.."
"האבן מיר שוין איין עד. ווער גייט זיין די קומענדיגע עדות נאך דעם"?
דא מוזן מיר מאכן א הקדמה, מיט עפעס וואס איז פארגעקומען נעכטן אין קארט און מיר האבן עס נישט באריכטעט דא. עס איז געווען די רעדע פון אן עדות, א שטארקער סימפאטיקער פון לב-טהור, מיט משפחה שורשים אויפן ארט, יענער איז אויך געווען א חלק פון די קלאגע און ער האט גענומען א פליה, יעצט איז ער אויף פראבעישן (מען האט אים דערמאנט אין די פריעדיגע תגובות). יענעמ'ס לויער איז אנגעקומען אין קארט, און אנגעדרייט אז ער זאל נישט דארפן עדות זאגן, טענה'נדיג אז עס איז נישט לטובתו (מעגליך אז מיר וועלן נאך אמאל אויסשמועסן די גאנצע דין ודברים איבער דעם ענין). די אנגעקלאגטע האבן דאן פארלאנגט אז זיי ווילן זיך טרעפן מיט יענעם איבערשמועסן איבער די עדות, אבער דער שופט האט דאס נישט ערלויבט און עס איז געבליבן אז ער איז פסול לעדות.
אצינד יעצט, האט דער לויער פון ר' יעקב נחום זיך אויפגעשטעלט און געזאגט: "איך האב באקומען א ידיעה פון יענעם, אז דער לויער האט נישט גערעדט אין זיין נאמען, אבער באמת וויל ער יא קומען עדות זאגן..."
שופט: "איר קענט נישט מאכן לצנות. נעכטן האט איר געזאגט אז איר ווילט אים נישט רופן, היינט זאגט איר אז איר ווילט אים יא רופן?"
"מיר האבן נעכטן קלאר ארויסגעברענגט אז מיר ווילן זיך אוועקזעצן מיט אים, דער שופט האט דאס נישט געלאזט, האבן מיר געזאגט אז מיר רופן אים נישט. אבער יעצט אז עס איז אנגעקומען די ידיעה אז ער וויל יא קומען עדות זאגן, ווילן מיר אים אלס עדות."
"וואס איז די צוועק פון די עדות"?
די אנגעקלאגטע האבן אנגעגעבן עטליכע סיבות, אבער דער שופט האט דאס אפגעווארפן און גע'טענה'ט אז זיין עדות איז נישט רעלעוואנט. מען האט זיך לאנג גע'טענה'ט דערויף, און די אנגעקלאגטע האבן געזאגט אז די עדות איז זייער וויכטיג. אינצווישן האט דער פראסעקיוטער ארויפגעברענגט דעם פאקט, אז נעכטן, נאך וואס ער איז גע'פסל'ט געווארן צו דער עדות, איז ער געזעצן אין קארט און מיטגעהאלטן דעם טרייעל.
"אה, דעמאלס קומט עס זיכער נישט אין באטראכט", האט דער שופט גע'פסק'ענט. "אראפ פון טיש".
"וועמען נאך ווילט איר ברענגען אלס עדות"?
"מיר ווילן ארויפברענגען צוויי עדות (איינער איז א געוועזענער לב-טהור, א שוואגער פון די אנגעקלאגטע, מען האט שוין ארומגעשמועסט איבער אים דא. דער צווייטער איז דער מאן פון די מיידל). מיר האבן זיי נעכטן געשיקט פרעגן, אבער זיי האבן נאכנישט געענטפערט, מיר ווארטן אויף זייער תשובה."
"איר דארפט מיר יעצט זאגן צי זיי קומען אדער נישט..."
... טענה'רייען...
"אקעי, אויב זיי קומען, מוזן זיי קומען מיט א לויער (כ'האב פארשטאנען, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל זיך איבער'חזר'ן דעם צורקיס שפיל...). אויב זיי קומען מארגן, וועלן מיר איבערשמועסן צי זייער עדות איז רעלעוואנט און מען וועט זיי לאזן עדות זאגן אדער נישט. אבער אויב זיי קומען נישט, מוז מען זיך רוקן ווייטער, מען קען נישט ווארטן אויף זיי."
"וועמען האט איר עדות, אויב זיי קומען נישט ארויף?"
"אויב זיי קומען נישט, וועלן צוויי פון די דריי אנגעקלאגטע ארויפקומען אלס עדות".
"אקעי, סא מיר בלייבן דערמיט, קלאר און דייטליך. דער פלאן גייט נישט געטוישט ווערן".
דאן האט דער פראסעקיוטער געפרעגט:
"מיר קענען זיך שוין רישן אז מארגן וועט זיין קלאזינג ארגעמענטס"?
"איך גלויב אז עס וועט נאך נעמען א טאג. די ערשטע עדות וועט זיין א קורצע, אבער די קומענדיגע צוויי עדות קענען זיין לענגערע, אזוי אז מען זאל נאך דארפן נאך א טאג. אבער איר דארפט זיין גרייט אין פאל אז מען וועט יא דארפן אנהויבן מארגן".
נאך האט דער שופט געזאגט:
"איך גלויב אז קלאזינג וועט נעמען א גאנצן טאג. איך וואלט נישט געראטן אז מען זאל אנהויבן דערמיט פרייטאג".
ביים ענדע פון די סעסיע, האט ר' יואל גענומען דאס ווארט און איבערגעבעטן דעם שופט אויף די היינטיגע פאסירונג, זאגנדיג אז ער האפט אז עס וועט נישט זיין נאכאמאל אזאנס. אויך ר' יעקב נחום האט איבערגעבעטן. דער שופט האט צוריקגעענטפערט, "א גוטע נאכט"!
לויט ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט קלאזינג זיין מאנטאג שושן-פורים, דערנאך וועט זיך די דזשורי צוזאמענזעצן און מחליט זיין וואס זיי פסק'ענען.
...
WOW. איך גלויב נישט אז איך האב דאס אפגעשריבן יעצט. איך בין געווען טויט מיד. גלויב מיר אז איך האב אלעס געטון לכבוד די נאבעלע מידות פון ידידינו "חכם מכל אדם".