לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יא, אזוי ווי די זאגסט. רוב פון די קריים'ס וואס זיי האבן אפגעטוהן קען מען זיי נישט טשארטשען אויף דעם. צו ווייל סאיז געשעהן און אנדערע לענדער, אדער אנדערע סיבות.חכם מכל האדם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:57 pm אך און וויי אויב די גאנצע אמת שווימט דא ארויף. אחים וויינגארטן וועלן דארפן זיצן עד מאה ועשרים ועד בכלל. פארשטיי גוט אז נאר 20% קרימינאלע אקטיוויטעט ווערט געכאפט. הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. זיי ווייסן גאר גוט אינערליך אז פון די לעצטע 10 יאר הפקירות זענען זיי רעלעטיוולי לאקי אויף וויפיל פראצענט זיי ווערן למעשה פארגעהאלטן. פוק חזי מאי עמא דבר. והדברים ידועים ודי למבין.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכם מכל האדם האט געשריבן: ↑ אך און וויי אויב די גאנצע אמת שווימט דא ארויף. אחים וויינגארטן וועלן דארפן זיצן עד מאה ועשרים ועד בכלל. פארשטיי גוט אז נאר 20% קרימינאלע אקטיוויטעט ווערט געכאפט. הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. זיי ווייסן גאר גוט אינערליך אז פון די לעצטע 10 יאר הפקירות זענען זיי רעלעטיוולי לאקי אויף וויפיל פראצענט זיי ווערן למעשה פארגעהאלטן. פוק חזי מאי עמא דבר. והדברים ידועים ודי למבין.
פארוואס עפעס אך און וויי? דער כול יכול זאל האלטן זיין רעכטע האנט אז די רשעים ארורים שר"י זאלן קיינמאל מער נישט זעהן דעם שיין פון טאג לאורך ימים ושנים ביז הונדערט און צוואנציג. און קיינמאל מער נישט קענען רעיפן 14 יעריגע מיידלעך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נו
דער עולם האט געפאסט היינט ?
קען איינער אריינקומען מיט א באריכט פונעם טאג?
אונזער קארעספאנדענט איז נישט געווען ביכולת היינט צו מיטהאלטן די פראצעס.
דער עולם האט געפאסט היינט ?
קען איינער אריינקומען מיט א באריכט פונעם טאג?
אונזער קארעספאנדענט איז נישט געווען ביכולת היינט צו מיטהאלטן די פראצעס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך וועל באלד אריינקומען מיט א באריכט.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נישט ריכטיג, אז מ'האט געכאפט איינעם מחלל שבת זיין באקומט ער סקילה אפילו אויב טוט ער תשובה טויזענט מאל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אויב ס'איז געווען א התראה, (סיי אז מ'מעג נישט, און סיי אז אויב ער גייט עס טוהן גייט ער באקומען סקילה)ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 12:52 amנישט ריכטיג, אז מ'האט געכאפט איינעם מחלל שבת זיין באקומט ער סקילה אפילו אויב טוט ער תשובה טויזענט מאל.
אבער אויב איז נישט געווען, אדער די עדים זענען נישט כשר, קען ער תשובה טוהן, והשם הטוב יכפר
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מכתב פון הרב עזרא אליאס, אנטקעגן העלפן די ראשי לב טהור.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עזרא אליאס
ער האט נעבעך פארלוירן קשר מיט זיין ווייב און קינדער, נאך וואס ראשי לב טהור האבן מחליט געווען אז ער איז נישט גענוג געטריי צו זיי, און זיי ווילן ניצן זיין ווייב פאר א צווייטן אין די קהילה.

איך ווייס נישט פינקטלעך אויף וואס ארויף ער שרייבט די בריוו דא.
אבער עס איז משמע מתוך דבריו אז געוויסע (קעניג) וואס ווילן העלפן די פאר'משפט'ע לב טהור חברה, מיטן אפיעל פראצעס אדער גרינגער מאכן זייערע תנאים, האבן עהם געפרעגט פאר זיין מיינונג אדער רשות, און ער איז גאר שטארק דערקעגן.
אדרבה, זאלן די ווייסערס אריינקומען מיט מער אינפא.
אבער עס איז משמע מתוך דבריו אז געוויסע (קעניג) וואס ווילן העלפן די פאר'משפט'ע לב טהור חברה, מיטן אפיעל פראצעס אדער גרינגער מאכן זייערע תנאים, האבן עהם געפרעגט פאר זיין מיינונג אדער רשות, און ער איז גאר שטארק דערקעגן.
אדרבה, זאלן די ווייסערס אריינקומען מיט מער אינפא.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 46
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
א גוט מארגן ידידי הרב חכמת שלמה. וויפיל איז די שיעור פון ווארטן דא אפן באריכט ? עס איז שוין אריבער די זמן חימוץ. באלט הייבט זיך שוין אן א פרישן טאג פון עדותשאפט און פארהערן.
לפי השמועה. האט אינדערפרי עדות געזאגט (כשיטתי שרייב איך נעמען) משה חיים צבי מ. פון לב טהור בבל. דער גבאי/הנהלה/בעל הבית היינט צוטאג אין די קהילה. ער האט געגעבן פילן/מעדעצינען פאר די נערה אום מארץ 2019. און האט מסביר געווען ווי א בר מצוה בחורל פאר די דזשורי אז עס איז געווען זיינע שלאף מעדיצינען פון א דאקטאר און האט פשוט פארמישט די טאשן און געגעבן פאר די נערה עס בטעות בזמן ער האט געוואלט נאר געבן איר א טעלעפאון. און אזוי אויך די שוין היינט באוויסטע פזמון ווי גוט קהילת לב טהור איז. בקיצור חכמת שלמה זיי מרחיב בדיבור.
דערנאך איז געווען עדות די מאן פון די נערה. היינט וואוינט ער אין מאנסי. גראדע האט ער גערעדט איידל און אמתדיג הער איך. פארציילט נאכאמאל די מעשה מיט די פרטים. נישט געוואוינט אינאיינעם אין מעקסיקא. נישט געווען קיין מקוה. ועוד.
דערנאך איז געווען עדות לב טהור אינגערמאן פון מאנסי. א קא דעפענדענט. געווען די דרייווער פון די קאר בשעת די חילול שבת קידנעפונג. שוין געזיצען און שוין באפרייט פון תפיסה. א שוואגער מיט די וויינגארטןס. און דא האלט מען יעצט ...
דערנאך זענען די עדות פארטיג. אבער די באשולדיגטע אליינס. אחים וויינגארטן. ווילן נאך אויך אליין עדות זאגן אויף זיך. וועלן זיי קומען נאך די היינטיגע לעצטע עדות.
עס איז יתכן אז מאנטאג אדער דינסטאג וועט זיך שוין אנהייבן קלאוזינג ארגומענטס. ונזכה ונחיה ונראה. ..
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
האסט געליינט זיין בריוו? ער שרייבט אז ער איז אנטלאפן מיט זיין ווייב און קינדער, נאר זיי האבן געברעינוואשט זיין ווייב פארדעם און זיי האבן איר געהאלפן אנטלויפן מיט 2 קינדער און ער איז געבליבן מיט 5 קינדער אן זייער מאמע. קלאר צושטעלן די פאקטן.היום האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 2:12 am איך ווייס נישט פינקטלעך אויף וואס ארויף ער שרייבט די בריוו דא.
אבער עס איז משמע מתוך דבריו אז געוויסע (קעניג) וואס ווילן העלפן די פאר'משפט'ע לב טהור חברה, מיטן אפיעל פראצעס אדער גרינגער מאכן זייערע תנאים, האבן עהם געפרעגט פאר זיין מיינונג אדער רשות, און ער איז גאר שטארק דערקעגן.
אדרבה, זאלן די ווייסערס אריינקומען מיט מער אינפא.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אמר רבי יהודה בנו של רב שמואל בן שילת משמו של רב , כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבים בשמחה. אמר רב פפא, הלכך כל אחד מישראל שיש לו דין עם נכרי, ישתמט ממנו בחודש אב, משום רוע מזלם של ישראל בחודש אב, וישתדל שיצא הדין בחודש אדר משום שאז מזלם של ישראל הוא טוב מאד.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איך מיין אז מארגן, שושן פורים איז נישטא קיין געריכט.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
שוין לאנג נייגעריג, איז איבעראל אנגענומען די היתר פון חילול שבת צו ראטעווען א נערוון בראך? ווייל דא האלט מען אין איין איבער'חזר'ן אז מען האט געדארפט ראטעווען די קינדער פון א נערוון בראך=פיקוח נפש.
אבער זיצן אין תפיסה איז נישט פיקוח נפש?
בכלל איז עס א שיינע היתר פאר די יודן אין אמעריקע וואס פלעגן ארבעטן שבת, קען זיין זיי האבן געהאלטן אזוי ווי לב טהור אז ווען מען טראכט אז מען גייט האבן א נערוון בראך מעג מען מחלל שבת זיין, און ווען מען האט נישט פרנסה איז פשוט אז מען קען האבן א נערוון בראך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ס'איז דא א גרויסער חילוק צווישן איין מאל מחלל שבת זיין לצורך אן ענין, און אפמאכן אפיציעל אז מען איז מחלל שבת יעדע וואך, צוליב דעם וואס ער מוז האבן צו עסן.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אוודאי איז דא געריכט היינט.
יעצט טעסטעפייד די צוויי וויינגארטען ברודערס יעקב נחום און שמואל מאיר. און גלייך נאכדעם הייבט מען אן קלאזינג ארגומענטס. ס'קען נאך זיין היינט נאכמיטאג. ווענדט זיך ווילאנג די צוויי ברודערס וועלן זיין אויפן סטענד.
איך רעקאמענד פאר די וואס ארבעטן נישט היינט, זיך אריבערכאפן צו קאורט מיטהאלטן אביסל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארדעכטיגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
יעצט האלט מען ביי די קראוס פון יעקב נחום.
די דזאדזש האט יעצט קלארגשטעלט אז קלאזינג ארגומענטס וועט זיך אנהייבן מארגן 9:30 אינדערפרי.
לויט וואזוי סזהעט יעצט אויס גייט מען האבן א ווירדיקט ביי מיטוואך.
די דזאדזש האט יעצט קלארגשטעלט אז קלאזינג ארגומענטס וועט זיך אנהייבן מארגן 9:30 אינדערפרי.
לויט וואזוי סזהעט יעצט אויס גייט מען האבן א ווירדיקט ביי מיטוואך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארדעכטיגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
פארוואס ארויס שלעפן אזא שוואכע היתר עס איז דא בעסערס וועגן ראטעווען פון שמד איז מותר די ט’’ז רעדט פון דעם
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ממילא די גונבי נפש אדם וואס האבן מחלל שבת געווען, זיי האבן זיך איינגערעדט, צוליעב זייער פארדארבענע מדות, אז נישט זיין אין לב טהור מיינט שמד.
אבער דער פון וויליאמסבורג, וואס וואוינט דארט מיט זיין משפחה, ער גלויבט דאף זיכער נישט אזוי. וואס איז געווען זיין היתר מחלל שבת צו זיין?
און וואס איז פונקט די חילוק צווישן מחלל שבת זיין איין מאל און עטליכע מאל? די הלכה טוישט זיך נישט, און די זעלבע היתר גילט דארט אויך.
אבער דער פון וויליאמסבורג, וואס וואוינט דארט מיט זיין משפחה, ער גלויבט דאף זיכער נישט אזוי. וואס איז געווען זיין היתר מחלל שבת צו זיין?
און וואס איז פונקט די חילוק צווישן מחלל שבת זיין איין מאל און עטליכע מאל? די הלכה טוישט זיך נישט, און די זעלבע היתר גילט דארט אויך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
היינט איז געווען ששון ושמחה אין קארט. די צוויי וויינגארטן ברידער האבן לצנות געמאכט פון די פראסעקיוטער, געענטפערט יעדע שאלה סארקאסטיש און מיט לצנות. א גאנצע נושא איז געווען די רעקארדירונג, "ביזן לעצטן טראפן בלוט", וואס דאס מיינט. עס איז אויך געווען א גאנצע מערכה, וויפיל שעה גוטאמאלא איז אפגערוקט פון דאהי. עס איז געווען באמת פורים.
מארגן אינדערפרי הויבט זיך אן קלאוזינג ארגאמענטס. דאס קען נעמען א גאנצן טאג, נאכדעם וועט די דזשורי זיך אוועקזעצן ארויסצוגעבן א "נאט גילטי" ווערדיגט. מעגליך אז מיטוואך וועט מען שוין האלטן נאך אלעמען.
מארגן אינדערפרי הויבט זיך אן קלאוזינג ארגאמענטס. דאס קען נעמען א גאנצן טאג, נאכדעם וועט די דזשורי זיך אוועקזעצן ארויסצוגעבן א "נאט גילטי" ווערדיגט. מעגליך אז מיטוואך וועט מען שוין האלטן נאך אלעמען.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אויף וועלכע גרואנד זאל די דשורי ריינוויישען ל"ט ווען זיי זענען דאך מודה אין די קינדנעפינג