די הייליגע שטריימל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

די הייליגע שטריימל

שליחה דורך yatzmachp »

ווי מער איך באטראכט די מצב פונעם שטריימל היינטיגע צייטן, קען איך נישט מער ווי זאגן אז אונז מיר א גרויסע ליצנות. אונז זעמיר א ליצנות, נישט פונעם גוי, נאר פונעם איד. נישט פונעם איד וואס גייט נישט מיט קיין שטריימל, נאר פונעם איד וואס גייט יא מיטן שטריימל. נישט סתם פונעם איד וואס גייט מיטן שטריימל, נאר פון די רביס און חשובע אידן וואס גייען מיטן שטריימל. איבער אלעם זעמיר א ליצנות פון די שטריימל סוחרים אליינס. די סוחרים וואס אונז צאל מיר זיי מיליאנען פאר שטריימלעך, זיצן ביי זיך און קאטשען זיך פאר געלעכטער פון זייערע קאסטומערס.

סטייל: איך גיי נישט רעדן פון סטייל אלס שיין אדער נישט שיין ווייל על טעם וריח אין להתווכח. סטייל טוישט זיך אייביג און לאכן פון יענעמס סטייל אדער פון א סטייל וואס דו האסט נישט ליעב מאכט נישט קיין סענס. אבער די אומפראקטישקייט פונעם סטייל דאס איז שוין יא א זאך וואס מען קען רעדן.

איך שטיי און שטוין ווי אזוי מענטשן שלעפן זיך ארום מיט ריזיגע שטריימל באקסעס וואס פיט נישט אין קיין רענצל, פיט נישט אין ערגעץ, פיט נישט אויף קיין עוורעדזש שעלף סייז אבער ער אז שטאלץ מיט זיין טורעם אויפן קאפ. אין עירפארט און אויפן עירפלעין קען מען זיך קוים באפארען מיט דעם שטריימל באקס און ווען איך זע דאס פיל איך ווי דער שטריימל סוחר רייסט זיך פאר געלעכטער ווי יעדער שלעפט זיך מיט ריזיגע באקסעס, אלעס ווייל דער סוחר האט אים איינגערעדט צו קויפן א ריזיגן שטריימל. דער הויכער אינגערמאן קען נישט דורכגיין קיין עוורעדזש טיר מיטן שטריימל אויפן קאפ און דער נידעריגער אינגערמאן זעהט אויס ווי דער שטריימל איז באלד אזוי גרויס ווי אים.
ווען מען נעמט א זאך וואס מען טוט אן נאר ווייל עס דארף זיין א חסידישן לבוש דארף מען אכטונג געבן אז זאל זיין נאענט צום מקור. אבער אויב עס זעהט בכלל נישט אויס ווי די מקור ווער זאגט אז מען דארף נאך בכלל גיין מיט א שטריימל?

דא קומט אריין די קריטיק אויף די רבנים און שיינע אידן. פארוואס טוסטו אן די נייע סטייל שטריימל? אויב איז עס חסידישע לבוש ווי איז דאס געהערט געווארן אז א שטריימל סוחר קען דעסיידן ווי אזוי דאס דארף אויסזען? דארף נישט דער רבי אדער שיינע איד דעסיידן?
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך yatzmachp »



אזוי קוקן מיר אויס מיט אונזערע שטריימלעך (און היטן)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך mevakesh »

געוואלדיג!!,
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך קהל'ס נער »

א שטריימל איז בכלל נישט קיין חסידישע אדער הייליגע לבוש, פארן בעש״ט איז מען שוין געגאנגען דעם שטריימל, ס׳איז א טראדיציאנאלער מזרח איירופעישער אידישער לבוש וואס משום איזה סיבה האבן נאר חסידים אנגעהאלטן די טראדיציע.

די טראדיציע פון א שטריימל עוואלווט אזויווי אלעס עוואלווט, נישט די רבנים זענען די וואס דארפן מחליט זיין וויאזוי א שטריימל זאל אויסזעהן, נאר דער עולם איז מחליט.

אויב איינער האט א פראבלעים צו גיין מיט א שטריימל ווייל ס׳נישט באקוועם אדער ווייל ער שעמט זיך און ער גייט עס נאך אלץ וועגען פעיר פרעשיר, האט ער א פראבלעים מיטן סיסטעם, די שטריימל כשלעצמו איז גאר א שיינער מלבוש.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך קורקלענד »

נישט נארמאל וויאזוי די סייז איז זיך ציוואקסען אזוי ווילד. וויפיל איז די שיעור און וואו איז די סוף?

די רעגן מאנטלען זענען שוין צו קליין פאר די היינטיגע סייז שטריימל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: א שטריימל איז טאקע א שיינער און חסיד'ישער לבוש. אמת אז אמאל איז מען אין די ליטא אויך געגאנגען שטריימלעך.

נאר היינט איז עס ארויס פון א יעדן פראפארץ.

א מענטש וואס איך בין נישט מסכים מיט 95% וואס ער זאגט. הרב חיים שלמה בערגער וועלכער שרייבט אין מאמענט מעגעזין. ער האקט געפערליך שטארק אויף די היינטיגע סטייל שטריימלעך. אזויווי יצמח פ. האט ארויסגעברענגט.

נאר מיט דעים ביניך אינגאנצן מסכים מיט איהם.

איך בין לעצטנס געווען אין א האטעל פאר יו"ט. דארט איז אויך געווען א יודעלע (לויט'ן געשטעל מסתמא פון ק"ק ד'סאטמאר) וועלכער האט געהאט די נייע סטייל שטריימלעך. האב איך באמערקט אז זיין שטריימל איז א סאך העכער ווי דער ספאדיק וואס מיין שכן אין ביהמ"ד א גערער חסיד האט געהאט אויפ'ן קאפ.

אויך: ס'איז דא א וועלטס בארימטער רבי וועלכער האט פאריאר חוה"מ פסח געהאלטן א דרשה פאר די בחורים אז זיי זאללן נישט נאכגיין די היינטיגע סטיילס און לוקסוס. ער האט אבער געהאט אויף זיין (הייליגן) קאפ א היינטצייטיגע הויעכע שטריימל. (היפאקריסי אלערט).

מיין סטענדערד פון מעסטן די חשיבות פון אן אדמו"ר איז וואספארא שטריימל ער האט אויף זיין קאפ.

מ'קען אפציילן אויף די פינגערס פון איין האנד וויפיהל רבי'ס האבן נארמאלע שטריימלעך. אזוי ווי למשל ר' בנציון מ'באבוב שליט"א. און דער באבוב45 רבי. און דער סקווירא רבי שליט"א. און נאך א פאר געציילטע אדמורי"ם אין אמעריקע און אין ארץ ישראל.

ווען א רבי שטעלט זיך אויף דרשנ'ען פאר'ן עולם און ער הייבט אן האקן אויף די היינטיגע סטיילס און טעכנאלאגיע בשעת ער טראגט אזא הויעכן טורעם אויף זיין הייליגן קאפ וויל איך איהם לאכן אין פנים אריין.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך זאקן »

Wow, איך קען נישט גלייבן אז ר׳ בערל זאל זיין געזונט האט א גוט ווארט צו זאגן אויף סקווירא רבי,

אויב דיין סטענדערד פון מעסטן די חשיבות פון אן אדמו"ר איז וואספארא שטריימל ער האט אויף זיין קאפ, מיינט דאס אז די האלטס פון סקווירא רבי און ר׳ מענדל וויזניצער wow
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך yatzmachp »

קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:42 pm אויב איינער האט א פראבלעים צו גיין מיט א שטריימל ווייל ס׳נישט באקוועם אדער ווייל ער שעמט זיך און ער גייט עס נאך אלץ וועגען פעיר פרעשיר, האט ער א פראבלעים מיטן סיסטעם, די שטריימל כשלעצמו איז גאר א שיינער מלבוש.
אזוי ווי איך האב געשריבן, איך גיי נישט שרייבן צו עס איז שיין אדער נישט ווייל דו דארפסט נישט האבן מיין טעיסט און איך דארף נישט האבן דיין טעיסט. אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז עס איז שיין, עס איז דא זייער אסאך שיינע זאכן וואס מען טוט נישט אן ווייל עס איז נישט פראקטיש אדער צו טייער. די מציאות איז אז רובא דרובא מענטשן וואס גייען מיט א שטריימל גייען נישט ווייל עס איז שיין, נאר ווייל עס איז א חסידישע מלבוש. און אויב איז עס חסידיש דארף עס האבן א געוויסע אויסזען וואס האלט זיך צו געוויסע רולס און די רוחניותדיקע פירער מוזן somehow האבן א קאנעקשן צו דעם. וויכטיגסטע איז אז דער שטריימל פון נעכטן טאר נישט זיין קיין בושה צו גיין היינט.

אבער די ריאליטי איז אז עס געווארן דיסקאנעקטעד פון סיי וואס פאר א טראדיציע עד כדי כך אז עס איז געווארן א ליצנות, אזוי איך האב געשריבן. און דער עולם גולם לאזט זיך ליצנות מאכן.

נאך א מזל אז די אויסזען פון תפילין איז הלכה למעשה מסיני. שטעל דיך פאר אז עס האט נישט קיין רולס וואלט די תפילין אויסגעזען וויי די שטריימל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך berlbalaguleh »

מ'רעדט דאך נישט פון די אמאליגע שטריימלעך (ווי מ'קען זעהן אויף די פיקטשערס פון פאר די וועלט מלחמה) וועלכע האבן אויסגעזעהן ווי אן עק פון א הערינג. נאר נארמאלע, שיינע, בעל בתיש'ע שטריימלעך.

פאר מיר איז איינגעפאללן א (ווילדער) געדאנק. אריינצוקומען אין ביהמ"ד צו מעריב און מגילה ליינען מיט א הויעכן ספאדיק וואס די בריטישע קעניגליכע גארדס האבן אויף זייער קאפ. מיט א רויטע בעקישע.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך צקון לחש »

אונזער סאסייעטי איז אויסגעצייכנט אין שטראפן מענטשן פאר'ן זיין פחדנים, די שטריימל איז א קלאסישע דוגמא דערצו
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך קהל'ס נער »

צקון לחש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:23 pm אונזער סאסייעטי איז אויסגעצייכנט אין שטראפן מענטשן פאר'ן זיין פחדנים, די שטריימל איז א קלאסישע דוגמא דערצו
פאר ווער ס׳גייט א שטריימל ווייל ער איז א פחדן איז עס טאקע א שטראף.
פאר ווער ס׳גייט א שטריימל ווייל ער איז פראwד דערמיט איז עס א כבוד.

(בבחינת די פרויען וואס גייען מיט הויכע היללס, קיינער זאגט נישט אז ס׳איז באקוועם, אבער פאר א פרוי וואס ס׳מאכט איר פילן שיין, איז די אומבאקוועמליכקייט נישט קיין פאקטאר)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך קהל'ס נער »

yatzmachp האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:10 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:42 pm אויב איינער האט א פראבלעים צו גיין מיט א שטריימל ווייל ס׳נישט באקוועם אדער ווייל ער שעמט זיך און ער גייט עס נאך אלץ וועגען פעיר פרעשיר, האט ער א פראבלעים מיטן סיסטעם, די שטריימל כשלעצמו איז גאר א שיינער מלבוש.
אזוי ווי איך האב געשריבן, איך גיי נישט שרייבן צו עס איז שיין אדער נישט ווייל דו דארפסט נישט האבן מיין טעיסט און איך דארף נישט האבן דיין טעיסט. אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז עס איז שיין, עס איז דא זייער אסאך שיינע זאכן וואס מען טוט נישט אן ווייל עס איז נישט פראקטיש אדער צו טייער. די מציאות איז אז רובא דרובא מענטשן וואס גייען מיט א שטריימל גייען נישט ווייל עס איז שיין, נאר ווייל עס איז א חסידישע מלבוש. און אויב איז עס חסידיש דארף עס האבן א געוויסע אויסזען וואס האלט זיך צו געוויסע רולס און די רוחניותדיקע פירער מוזן somehow האבן א קאנעקשן צו דעם. וויכטיגסטע איז אז דער שטריימל פון נעכטן טאר נישט זיין קיין בושה צו גיין היינט.

אבער די ריאליטי איז אז עס געווארן דיסקאנעקטעד פון סיי וואס פאר א טראדיציע עד כדי כך אז עס איז געווארן א ליצנות, אזוי איך האב געשריבן. און דער עולם גולם לאזט זיך ליצנות מאכן.

נאך א מזל אז די אויסזען פון תפילין איז הלכה למעשה מסיני. שטעל דיך פאר אז עס האט נישט קיין רולס וואלט די תפילין אויסגעזען וויי די שטריימל.
גערעכט מיין פוינט איז נישט געוועהן זיך צי טענה׳ן צי ס׳שיין צי נישט.
מיין עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז עס איז נישט קיין חסידישער מלבוש, נאר א טראדיציע וואס עוואלווט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: די פראבלעים א סאך מאל מיט דעם הויעכן שטריימל טראגער איז אז אויב ער איז א הויכער מענטש קען ער נישט אדורכגיין א טיר אן זיך אנקלאפן דעם קאפ. אדער דעם שטריימל. און אויב ער איז א נידעריג געוואקסענער מענטש אזוי ווי דער יודעלע וועם איך האב באגעגנט אין האטעל אום יו"ט זעהט עס אויס זייער פאני. ווייל מ'זעהט ווי א שטריימל וואקט. דער מענטש ווערט אינגאנצן בטל לגבי דעם שטריימל
בן-עולם-הבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:12 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך בן-עולם-הבא »

די גמרא אין תענית זאגט: ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא. דער פסוק "בני ענקים ראינו" איז בגימטריה שטריימל.
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך פון אונזערע »

גארנישט קומט נישט צו צום שטריימעל פונעם תולדת אברהם יצחק רבי איך גיי קרעיזי פאר עס נישט נאר די דינקייט נאר ספעשילי די ברייטקייט...
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך מילך טראק »

איך האב אייביג פיינט געהאט צו גיין א שטריימל, איך קוק מיך אהן פאני דערמיט, נאכדעצו די פרייז וואס קאסט, (איך האב געקויפט א אג ביליגע) אבער שוין, אבי חסידים זענען די בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון אונזערע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 8:56 pm גארנישט קומט נישט צו צום שטריימעל פונעם תולדת אברהם יצחק רבי איך גיי קרעיזי פאר עס נישט נאר די דינקייט נאר ספעשילי די ברייטקייט...

איך בין א גרויסער מתנגד פון די היינטיגע צעדרייטע הויכע שטריימל (צוזאמען מיט די צעדרייטע הויכע פרייזן), אבער רבש"ע, די שטריימל פונעם תוא"י רבי איז שרעקליך, איך קען נישט קוקן דערויף...

ממש א שאד, ער האט א הערליכע הייליגע צורה, די שטריימל הרג'עט עס אפ.

פארוואס דארף מען גיין עקסטרעם? אדער צו הויך אדער פלאך ווי א מצה? פארוואס נישט גיין נארמאל?
וירח ה' את ריח הניחוח
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך פון אונזערע »

שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:35 am איך בין א גרויסער מתנגד פון די היינטיגע צעדרייטע הויכע שטריימל (צוזאמען מיט די צעדרייטע הויכע פרייזן), אבער רבש"ע, די שטריימל פונעם תוא"י רבי איז שרעקליך, איך קען נישט קוקן דערויף...

ממש א שאד, ער האט א הערליכע הייליגע צורה, די שטריימל הרג'עט עס אפ.

פארוואס דארף מען גיין עקסטרעם? אדער צו הויך אדער פלאך ווי א מצה? פארוואס נישט גיין נארמאל?

איי עגרי 100%...
אבער איך מיין אז ויזניץ שיכון-אבוטבול איז סאך ערגער, ער נעמט א געהעריגע הויכע שטריימל און שניידט אפ די שפיצן מיט א שטומפיגע מוהל מעסער, נישט צו שפייען און נישט צו ברעכן...
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך yn.NY »

מילך טראק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:29 pm איך האב אייביג פיינט געהאט צו גיין א שטריימל, איך קוק מיך אהן פאני דערמיט, נאכדעצו די פרייז וואס קאסט, (איך האב געקויפט א אג ביליגע) אבער שוין, אבי חסידים זענען די בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע,
בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע איז ליידער נישט קיין סתירה מיט זיין סטאק אין פעיר פרעשער, און זיך נישט קענען אפשאקלען פון משוגעתן וואס באגלייטן אונז קשורה ככלב.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'טאר נישט גיין מיט א שיינע מלבוש לכבוד שבת.............. ווי אפט קויפט מען שוין דעם שטריימל. א טויזענטער ארויף א טויזענטער אראפ. איך פארשטיי נישט דער גאנצע רעש איבער דעם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: איך פארשטיי נישט פארוואס מ'טאר נישט גיין מיט א שיינע מלבוש לכבוד שבת.............. ווי אפט קויפט מען שוין דעם שטריימל. א טויזענטער ארויף א טויזענטער אראפ. איך פארשטיי נישט דער גאנצע רעש איבער דעם.

האלא האלא.... זיי מיר נישט קיין צולייגער, אקעי? :P

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט
ביסט זיכער? אפשר פארשטייסטו יא? טראכט גוט....


יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:פארוואס מ'טאר נישט גיין מיט א שיינע מלבוש לכבוד שבת.....
שיינע מלבוש? ווי שטעקט די שיינקייט?
אפשר קויפסטו "לכבוד שבת" שיך וואס איז 40 פוס לאנג און 20 פוס ברייט, און רוף עס "שיין"... קענסט אויך צולייגן א "בויך"... און אפאר ווייסע האר אין די שיך בענדלעך...
לכבוד שבת גאר? אדער לכבוד פעשאן?

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:ווי אפט קויפט מען שוין דעם שטריימל.
אה, לעצטנס קויפט מען עס יעדע יאר-צוויי, שוין באלד אפטער ווי א הוט אדער רעקל, ווייל די סטייל טוישט זיך... און יעדער האט... און משה חיים האט נישט...

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: א טויזענטער ארויף א טויזענטער אראפ.
א טויזענטער אראפ, האט קיינער נישט קיין פראבלעם, אבער א טויזענטער ארויף?
דו שפילסט עושר?
אפשר כאפסטו נישט אז יעדע יאר-צוויי גייט עס ארויף מיט נאך א טויזענטער?
דו ווייסט אז מען קען שוין היינט האבן שטריימלעך צווישן 10 און 15 טויזענט טאלער???
וויפיל מיינסטו גייט עס קאסטן אין 5 יאר פון יעצט?

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: איך פארשטיי נישט דער גאנצע רעש איבער דעם.
נאך אלץ נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך מילך טראק »

yn.NY האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 5:28 pm
בעסטע גרעסטע קליגסטע גלונגענסטע איז ליידער נישט קיין סתירה מיט זיין סטאק אין פעיר פרעשער, און זיך נישט קענען אפשאקלען פון משוגעתן וואס באגלייטן אונז קשורה ככלב.
גיין א שטריימל האט נישט מיט פעיר פרעשער
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די הייליגע שטריימל

שליחה דורך לאכעדיג »

מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:50 pm גיין א שטריימל האט נישט מיט פעיר פרעשער
ס'האט מיט די סיסטעם. ווייל יעדער גייט.
פארשפארט