לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך צוויי »

איך האב צוגעלייגט אז תשובה נוצט אייביג...
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

חכם מכל האדם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:57 pm אך און וויי אויב די גאנצע אמת שווימט דא ארויף. אחים וויינגארטן וועלן דארפן זיצן עד מאה ועשרים ועד בכלל. פארשטיי גוט אז נאר 20% קרימינאלע אקטיוויטעט ווערט געכאפט. הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. זיי ווייסן גאר גוט אינערליך אז פון די לעצטע 10 יאר הפקירות זענען זיי רעלעטיוולי לאקי אויף וויפיל פראצענט זיי ווערן למעשה פארגעהאלטן. פוק חזי מאי עמא דבר. והדברים ידועים ודי למבין.
יא, אזוי ווי די זאגסט. רוב פון די קריים'ס וואס זיי האבן אפגעטוהן קען מען זיי נישט טשארטשען אויף דעם. צו ווייל סאיז געשעהן און אנדערע לענדער, אדער אנדערע סיבות.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך איך אויך »

חכם מכל האדם האט געשריבן: אך און וויי אויב די גאנצע אמת שווימט דא ארויף. אחים וויינגארטן וועלן דארפן זיצן עד מאה ועשרים ועד בכלל. פארשטיי גוט אז נאר 20% קרימינאלע אקטיוויטעט ווערט געכאפט. הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. זיי ווייסן גאר גוט אינערליך אז פון די לעצטע 10 יאר הפקירות זענען זיי רעלעטיוולי לאקי אויף וויפיל פראצענט זיי ווערן למעשה פארגעהאלטן. פוק חזי מאי עמא דבר. והדברים ידועים ודי למבין.

פארוואס עפעס אך און וויי? דער כול יכול זאל האלטן זיין רעכטע האנט אז די רשעים ארורים שר"י זאלן קיינמאל מער נישט זעהן דעם שיין פון טאג לאורך ימים ושנים ביז הונדערט און צוואנציג. און קיינמאל מער נישט קענען רעיפן 14 יעריגע מיידלעך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

נו

דער עולם האט געפאסט היינט ?

קען איינער אריינקומען מיט א באריכט פונעם טאג?

אונזער קארעספאנדענט איז נישט געווען ביכולת היינט צו מיטהאלטן די פראצעס.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך וועל באלד אריינקומען מיט א באריכט.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:59 pm איך האב צוגעלייגט אז תשובה נוצט אייביג...
נישט ריכטיג, אז מ'האט געכאפט איינעם מחלל שבת זיין באקומט ער סקילה אפילו אויב טוט ער תשובה טויזענט מאל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך עמרם »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 12:52 am
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:59 pm איך האב צוגעלייגט אז תשובה נוצט אייביג...
נישט ריכטיג, אז מ'האט געכאפט איינעם מחלל שבת זיין באקומט ער סקילה אפילו אויב טוט ער תשובה טויזענט מאל.
אויב ס'איז געווען א התראה, (סיי אז מ'מעג נישט, און סיי אז אויב ער גייט עס טוהן גייט ער באקומען סקילה)

אבער אויב איז נישט געווען, אדער די עדים זענען נישט כשר, קען ער תשובה טוהן, והשם הטוב יכפר
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך היום »

מכתב פון הרב עזרא אליאס, אנטקעגן העלפן די ראשי לב טהור.
בייגעלייגטע פיילס
B58A6649-80AA-445E-879F-A59C513C6EBC.png
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך היום »

עזרא אליאס
ער האט נעבעך פארלוירן קשר מיט זיין ווייב און קינדער, נאך וואס ראשי לב טהור האבן מחליט געווען אז ער איז נישט גענוג געטריי צו זיי, און זיי ווילן ניצן זיין ווייב פאר א צווייטן אין די קהילה.
בייגעלייגטע פיילס
7CC71755-A702-4221-A339-24ADB37E8037.jpeg
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך היום »

איך ווייס נישט פינקטלעך אויף וואס ארויף ער שרייבט די בריוו דא.
אבער עס איז משמע מתוך דבריו אז געוויסע (קעניג) וואס ווילן העלפן די פאר'משפט'ע לב טהור חברה, מיטן אפיעל פראצעס אדער גרינגער מאכן זייערע תנאים, האבן עהם געפרעגט פאר זיין מיינונג אדער רשות, און ער איז גאר שטארק דערקעגן.

אדרבה, זאלן די ווייסערס אריינקומען מיט מער אינפא.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
חכם מכל האדם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכם מכל האדם »

חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 12:37 am איך וועל באלד אריינקומען מיט א באריכט.
א גוט מארגן ידידי הרב חכמת שלמה. וויפיל איז די שיעור פון ווארטן דא אפן באריכט ? עס איז שוין אריבער די זמן חימוץ. באלט הייבט זיך שוין אן א פרישן טאג פון עדותשאפט און פארהערן.

לפי השמועה. האט אינדערפרי עדות געזאגט (כשיטתי שרייב איך נעמען) משה חיים צבי מ. פון לב טהור בבל. דער גבאי/הנהלה/בעל הבית היינט צוטאג אין די קהילה. ער האט געגעבן פילן/מעדעצינען פאר די נערה אום מארץ 2019. און האט מסביר געווען ווי א בר מצוה בחורל פאר די דזשורי אז עס איז געווען זיינע שלאף מעדיצינען פון א דאקטאר און האט פשוט פארמישט די טאשן און געגעבן פאר די נערה עס בטעות בזמן ער האט געוואלט נאר געבן איר א טעלעפאון. און אזוי אויך די שוין היינט באוויסטע פזמון ווי גוט קהילת לב טהור איז. בקיצור חכמת שלמה זיי מרחיב בדיבור.

דערנאך איז געווען עדות די מאן פון די נערה. היינט וואוינט ער אין מאנסי. גראדע האט ער גערעדט איידל און אמתדיג הער איך. פארציילט נאכאמאל די מעשה מיט די פרטים. נישט געוואוינט אינאיינעם אין מעקסיקא. נישט געווען קיין מקוה. ועוד.

דערנאך איז געווען עדות לב טהור אינגערמאן פון מאנסי. א קא דעפענדענט. געווען די דרייווער פון די קאר בשעת די חילול שבת קידנעפונג. שוין געזיצען און שוין באפרייט פון תפיסה. א שוואגער מיט די וויינגארטןס. און דא האלט מען יעצט ...

דערנאך זענען די עדות פארטיג. אבער די באשולדיגטע אליינס. אחים וויינגארטן. ווילן נאך אויך אליין עדות זאגן אויף זיך. וועלן זיי קומען נאך די היינטיגע לעצטע עדות.

עס איז יתכן אז מאנטאג אדער דינסטאג וועט זיך שוין אנהייבן קלאוזינג ארגומענטס. ונזכה ונחיה ונראה. ..
[NAMELESS]

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך [NAMELESS] »

היום האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:12 am איך ווייס נישט פינקטלעך אויף וואס ארויף ער שרייבט די בריוו דא.
אבער עס איז משמע מתוך דבריו אז געוויסע (קעניג) וואס ווילן העלפן די פאר'משפט'ע לב טהור חברה, מיטן אפיעל פראצעס אדער גרינגער מאכן זייערע תנאים, האבן עהם געפרעגט פאר זיין מיינונג אדער רשות, און ער איז גאר שטארק דערקעגן.

אדרבה, זאלן די ווייסערס אריינקומען מיט מער אינפא.
האסט געליינט זיין בריוו? ער שרייבט אז ער איז אנטלאפן מיט זיין ווייב און קינדער, נאר זיי האבן געברעינוואשט זיין ווייב פארדעם און זיי האבן איר געהאלפן אנטלויפן מיט 2 קינדער און ער איז געבליבן מיט 5 קינדער אן זייער מאמע. קלאר צושטעלן די פאקטן.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

אמר רבי יהודה בנו של רב שמואל בן שילת משמו של רב , כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבים בשמחה. אמר רב פפא, הלכך כל אחד מישראל שיש לו דין עם נכרי, ישתמט ממנו בחודש אב, משום רוע מזלם של ישראל בחודש אב, וישתדל שיצא הדין בחודש אדר משום שאז מזלם של ישראל הוא טוב מאד.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
נייעסריפארטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך נייעסריפארטער »

וואס איז ערווארטעט אויף שושן פורים אין געריכט?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך מיין אז מארגן, שושן פורים איז נישטא קיין געריכט.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך kolal1 »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:02 am אנטשולדיגט, אבער דו זאגסט זאכן וואס זענען נישט ריכטיג. איך וועל יעצט נישט באשרייבן דעם גאנצן טאג, אפשר שפעטער. אבער וואס איך וועל יא טון, אז איך וועל דיר אנצייכענען עטליכע פלעצער וואו דו האסט נישט געשריבן אקוראט.

שוין לאנג נייגעריג, איז איבעראל אנגענומען די היתר פון חילול שבת צו ראטעווען א נערוון בראך? ווייל דא האלט מען אין איין איבער'חזר'ן אז מען האט געדארפט ראטעווען די קינדער פון א נערוון בראך=פיקוח נפש.
אבער זיצן אין תפיסה איז נישט פיקוח נפש?

בכלל איז עס א שיינע היתר פאר די יודן אין אמעריקע וואס פלעגן ארבעטן שבת, קען זיין זיי האבן געהאלטן אזוי ווי לב טהור אז ווען מען טראכט אז מען גייט האבן א נערוון בראך מעג מען מחלל שבת זיין, און ווען מען האט נישט פרנסה איז פשוט אז מען קען האבן א נערוון בראך.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

ס'איז דא א גרויסער חילוק צווישן איין מאל מחלל שבת זיין לצורך אן ענין, און אפמאכן אפיציעל אז מען איז מחלל שבת יעדע וואך, צוליב דעם וואס ער מוז האבן צו עסן.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 2:15 am איך מיין אז מארגן, שושן פורים איז נישטא קיין געריכט.

אוודאי איז דא געריכט היינט.
יעצט טעסטעפייד די צוויי וויינגארטען ברודערס יעקב נחום און שמואל מאיר. און גלייך נאכדעם הייבט מען אן קלאזינג ארגומענטס. ס'קען נאך זיין היינט נאכמיטאג. ווענדט זיך ווילאנג די צוויי ברודערס וועלן זיין אויפן סטענד.

איך רעקאמענד פאר די וואס ארבעטן נישט היינט, זיך אריבערכאפן צו קאורט מיטהאלטן אביסל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארדעכטיגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

יעצט האלט מען ביי די קראוס פון יעקב נחום.
די דזאדזש האט יעצט קלארגשטעלט אז קלאזינג ארגומענטס וועט זיך אנהייבן מארגן 9:30 אינדערפרי.
לויט וואזוי סזהעט יעצט אויס גייט מען האבן א ווירדיקט ביי מיטוואך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארדעכטיגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חיי עולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:58 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חיי עולם »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 4:17 am ס'איז דא א גרויסער חילוק צווישן איין מאל מחלל שבת זיין לצורך אן ענין, און אפמאכן אפיציעל אז מען איז מחלל שבת יעדע וואך, צוליב דעם וואס ער מוז האבן צו עסן.

פארוואס ארויס שלעפן אזא שוואכע היתר עס איז דא בעסערס וועגן ראטעווען פון שמד איז מותר די ט’’ז רעדט פון דעם
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך נאך א מיינונג »

ממילא די גונבי נפש אדם וואס האבן מחלל שבת געווען, זיי האבן זיך איינגערעדט, צוליעב זייער פארדארבענע מדות, אז נישט זיין אין לב טהור מיינט שמד.

אבער דער פון וויליאמסבורג, וואס וואוינט דארט מיט זיין משפחה, ער גלויבט דאף זיכער נישט אזוי. וואס איז געווען זיין היתר מחלל שבת צו זיין?

און וואס איז פונקט די חילוק צווישן מחלל שבת זיין איין מאל און עטליכע מאל? די הלכה טוישט זיך נישט, און די זעלבע היתר גילט דארט אויך.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

היינט איז געווען ששון ושמחה אין קארט. די צוויי וויינגארטן ברידער האבן לצנות געמאכט פון די פראסעקיוטער, געענטפערט יעדע שאלה סארקאסטיש און מיט לצנות. א גאנצע נושא איז געווען די רעקארדירונג, "ביזן לעצטן טראפן בלוט", וואס דאס מיינט. עס איז אויך געווען א גאנצע מערכה, וויפיל שעה גוטאמאלא איז אפגערוקט פון דאהי. עס איז געווען באמת פורים.

מארגן אינדערפרי הויבט זיך אן קלאוזינג ארגאמענטס. דאס קען נעמען א גאנצן טאג, נאכדעם וועט די דזשורי זיך אוועקזעצן ארויסצוגעבן א "נאט גילטי" ווערדיגט. מעגליך אז מיטוואך וועט מען שוין האלטן נאך אלעמען.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מילך טראק »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 6:30 pm מארגן אינדערפרי הויבט זיך אן קלאוזינג ארגאמענטס. דאס קען נעמען א גאנצן טאג, נאכדעם וועט די דזשורי זיך אוועקזעצן ארויסצוגעבן א "נאט גילטי" ווערדיגט. מעגליך אז מיטוואך וועט מען שוין האלטן נאך אלעמען.
אויף וועלכע גרואנד זאל די דשורי ריינוויישען ל"ט ווען זיי זענען דאך מודה אין די קינדנעפינג
פארשפארט