לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@חכמת שלמה קום ביטע אריין מיט אינפארמאציע איבער ר' יואל העניך'ס קהילה, וואס זאגט מען ביי ענק דערצו? מ'האט אים געלייגט אין חרם דערפאר?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@חכמת שלמה
אפילו אויב די קאסטעדי פסק איז געבויט אויף ליגנט קען מען נישט נעמען אליינס די געזעץ אין הענט אריין.
אז די כת איז געווען אריינגעמישט אין קידנעפען קען מען זיי שוין נישט אפטיילן פונעם קעיס.
עס איז נישט קיין אויסנאם צוצילייגן טשאדזשעס צום קלאגע.
געבן א רייד איז נישט קיין קריים אבער קידנעפינק איז יא, דיין משל איז נישט דומה צום נמשל.
א שופט אין אפיעלס קען אויך זעהן אז מען רעדט פון א קולט און וועט עס נישט גלייכן.

מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וועלכע ברודער איז דא
וויפיל קינדער האט ער איבערגעלאזט און וואס טוען זיי
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
עס איז דא א ברודער אין מאנטריאל נתן א טייערע איד, אויך איז דא א שוועסטער אין ניו יארק
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ס'דא א זון אין מאנטריאל אדער טאהש וואס האט אנטלאפען מיט יארען צוריק, דאכט זיך מיר אז א טאכטער איז אויך אוועקגעגאנגען צוזאמען מיט איר מאמע.
מער פרטים ווייס איך נישט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קוק 1 תגובה ארויף.
דער זוהן נתן וואוינט אין מאנטריאל, די טאכטער נחמה כהן וואוינט אין מאנסי (קען זיין אז שוין נישט).
דער זוהן נתן וואוינט אין מאנטריאל, די טאכטער נחמה כהן וואוינט אין מאנסי (קען זיין אז שוין נישט).
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קוק 1 תגובה ארויף. איך האב געשיקט בערך די זעלבע צייט ווי דיר, איז עס נאכנישט געווען פאוסטעד
דער זוהן נתן וואוינט אין מאנטריאל, די טאכטער נחמה כהן וואוינט אין מאנסי (קען זיין אז שוין נישט). ייש"כ
[/quote]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אויב מ'פארלאזט זיך אזוי אויפן אפיעל, וואס איז מיט די אנדערע חברה, נחמן העלבראנס און מאיר יששכר, האבען זיי שוין אפיעלט? איז געווען א פסק?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 8:06 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מרדכי מרדכי האט געשריבן: ↑ קוק 1 תגובה ארויף.
דער זוהן נתן וואוינט אין מאנטריאל, די טאכטער נחמה כהן וואוינט אין מאנסי (קען זיין אז שוין נישט).
לאמיר עס אויסשמועסן מיט אביסל מער פרטים
אונזער שלמה'לע האט געהאט 6 קינדער.
1. נחמן. די עלטסטע, וואס איז געווארן שפעטער די רבי/חכם, שמאכט אפ אין טורמע. [ער גייט ארויסקומען עני טאג, ווייל ער גייט דאך געווינען די אפיעל... אדער וועט ער זיך דארפן א גאנצע לעבן רעדזשיסטערן עס א סע*קס אפענדער נאכן אפזיצן זיין 12 יאר וואס ער איז פאראורטיילט געווארן פאר צוויי יאר צוריק].
2. שרה העלבראנץ [טעללער]. איז די מאמע פון די קינדער אין די קעיס, זי איז אנטלאפן מיט אירע אלע קינדער פאר איבער 5 יאר צוריק, און פון דעם איז די גאנצע קינדעפינג פרשה ארויסגעקומען. [דער מאן אהרן אריה טעללער, דער רב/דיין פון די קהלה, איז דארט געבליבן, ער איז א איידעם געווען ביי קאשוי רב און איבערגעלאזט זיין ווייב מיט 7 קינדער פאר בערך 20 יאר צוריק, געווען א גאנצע מערכה דעמאלטס ווער עס געדענקט. שלמה האט איהם גענומען פאר א איידעם, חתונה געמאכט ווען זיין טאכטער איז געווען 16 יאר אלט. אהרן אריה טעלער איז געווען 38 יאר אלט, 22 יאר עלטער פון איר. יעצט האט ער עס געטוען נאכאמאל, איבערגעלאזט א ווייב מיט 6 קינדער].
3. נתן העלבראנץ. האט אפגעלאזט די קהלה ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט אין 2013. זיין ווייב איז דארט געבליבן מיט די קינדער. נאך אפאר חדשים האט ער מצליח געווען אריינצומישן די טשיילד פראטעקשאן פון קאנאדא, זיי זענען איבערגעפאלן די שטעטל דארט און צוגעכאפט די קינדער פון די מאמע און זיידע-באבע פאר טשיילד נעגלעקט אלעגעשענס. זיי האבן איהם געגעבן קאסטעדי אויף די קינדער וואס ער האט ביזן היינטיגן טאג, ער וואוינט אין מאנטריאל און ווארט נאך צו קענען חתונה האבן איין טאג. [זיין ווייב איז דארט געבליבן, שפעטער האט מען איר חתונה געמאכט מיט א גר וואס האט איר אויך איבערגעלאזט א פאר וואכן נאך די חתונה].
4. מרים העלבראנץ [לאווער]. א מאמע פון 5 קינדער. איז אוועק 2 וואכן נאך איר טאטע שלמה איז געשטארבן. נאך וואס איר ברודער נחמן וואס איז נארוואס געווארן רבי האט איר געצווינגן צו עסן עפעס וואס זי איז געווען Allergic צו. נחמן האט מודה געווען ביי די לויה אז ער האט געוואוסט אז זי איז allergic צו דעם, אבער ער האט געהאלטן אז אויב זי וועט האבן די ריכטיגע אמונת חכמים וצדיקים אין איהם, גייט איר עס נישט שאטן. [היינט ווייסן מיר אז נארט קאריע דיקטאטור האט אויך געדארפט אפווישן פון מאפע אפאר פון זיין פעמיליע נאכן איבערנעמען די מלוכה, כדי צו זיין זיכער אז קיינער פון זיינע געשוויסטער וועלן נישט גיין אין קאמפאטישן מיט איהם].
5. יואל העניך. ווי באוויסט שוין די לעצטע פאר יאר פליעט ער אריין און ארויס פון זיין ברודערס קהילה. לעצטנס האט מען איהם מיט נאך א פאר פעמעליס שטארק גע'רודפ'ט. די מכה בפטיש איז געווען א פאר חדשים צוריק האט מען איהם געהייסן מיט נאך צוויי פעמיליס צו חתונה מאכן זייערע 12-13 יעריגע קינדער נאך יענע וואך. דאס האבן זיי שוין נישט געהאלטן ביים צולאזן, און זיך געמאכט א ויברח. [זיי וואוינען צוזאמען און טרייען צו מאכן שבת פאר זיך. זיי קענען נוצן א סאך העלפ. איך הער אז נעקסטע וואך וועט א דעלעגאציע פון היימישע עסקנים אראפפארן זיי צו מחזק זיין, ספעשעלי יעצט נאך א אינגערמאן דארט א צדיק, איז אוועק פון א קאר עקסידענט וואס האט זיי אינגאצן צושאקלט. און לב טהור האבן געפילט וויכטיג זיי צו אנקאלן און זאגן אז דעיס געשעהט מיט איינעם וואס גייט אוועק און מחזק אנדערע אוועקצוגיין און טוט מחלוקת, דער באשעפער נעמט נקמה פון איהם, עפ"ל].
6. נחמה העלבראנץ [כהן]. זי האט געהאט אביסל העלט אישוס אלץ יונג מיידל [זייער קאמען אין לב טהור, זיכער פאר פרויען וואס גייען מיט די אלע צורעת בגדים]. אריינגעפירט געווארן אין האספיטאל ביי 12-13 יאר אלט. דארט האט זי זיך געבעטן ביי די האספיטאל איינגעשטעלטע אריינצומישן די טשיילד פראטעקשען, און אז זי וויל נישט צוריקגיין וואוינען מיט איר טאטע און די קהילה. נאך א פאר חדשים פון קאורטס האט שלמה'לה פארלוירן קאסטעדי און זי איז אנגעקומען צו א היימישע פעמילי דא אין ניו יארק. [פאר 7-8 יאר צוריק האט זי חתונה געהאט מיט איינעם כהן פון מאנרא, זיי האט געוואוינט פאר אפאר יאר אין בלומינגראוו און ביידע האבן געדרייווט פאר מאטיס קאר סערוויס. ביז בלומינגראוו איז געווארן מער פאפולער, האבן זיי אוועקגעמופט. היינט גייט זי מיט הויזן, אייגענע האר, א באוואוסטע אנליין פיגער].
צום שלוס, איז אינטערסאנט צו זעהן, אז למעשה שלמה האט נישט זוכה געווען אז אפילו איינע פון זיינע קינדער זאלן בלייבן אדער זיך געפינען אין זיין שטעטעל בבל ווי זיי רופן עס. אלע צושפרייט כחול הים. איינער בעסער פון צווייטן. זעהט נישט אויס ווי ער האט צו גוט אפגעשניטן מיט זיין דורות ישרים ומבורכים...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אוד מוצל מאש האט געשריבן: ↑ 3. נתן העלבראנץ. האט אפגעלאזט די קהלה ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט אין 2013. זיין ווייב איז דארט געבליבן מיט די קינדער. נאך אפאר חדשים האט ער מצליח געווען אריינצומישן די טשיילד פראטעקשאן פון קאנאדא, זיי זענען איבערגעפאלן די שטעטל דארט און צוגעכאפט די קינדער פון די מאמע און זיידע-באבע פאר טשיילד נעגלעקט אלעגעשענס. זיי האבן איהם געגעבן קאסטעדי אויף די קינדער וואס ער האט ביזן היינטיגן טאג, ער וואוינט אין מאנטריאל און ווארט נאך צו קענען חתונה האבן איין טאג. [זיין ווייב איז דארט געבליבן, שפעטער האט מען איר חתונה געמאכט מיט א גר וואס האט איר אויך איבערגעלאזט א פאר וואכן נאך די חתונה].
ס'איז משמע פון דיר אז זיי זענען נישט גע'גט איז האט מען איר חתונה געמאכט צום גר אלץ אשת איש?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אז דו האסט שוין דערמאנט נתן העלבראנץ. אן אינטערוויאו וואס ער האט אמאל געגעבן פאר'ן מאמענט. (כ'זאג נישט אז דו דארפסט אלעס אפקויפן, אבער ס'איז פארט אינטרעסאנט)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די קבר פון שלמה'ן און זיין טאכטער מרים (וועם איר ברודער דער רשע נחמן האט אוועקגע'הרג'עט)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נתן זאגט קדיש און האלט די יארצייט פון זיין טאטע.
האבן שלמה'ס אלע קינדער די זעלבע מאמע?
האבן שלמה'ס אלע קינדער די זעלבע מאמע?
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איבער די נייע קהילה, פאדערט זיך א לענגערע אפהאנדלונג. עס איז נישט אויף איין פוס, און איך בין שטארק אויסגעמאטערט פון די גאנצע קארט. איך שפיר פשוט נישט גוט פון דעם. לאמיר האפן אז בעתיד וועל איך זיך קענען צוזאמעננעמען און שרייבן דערוועגן.
איך וויל בלויז ארויפברענגען, אז דער איד וואס איז נעכטן אוועק, ר' אהרן יום-טוב ע"ה, איז בעצם געווען דער גרינדער און מייסד פון די קהילה. ער האט אלעס ארגאניזירט און מסדר געווען און אן אים וואלט נישט געווען קיין נייע קהילה דארט. ער איז טאקע געווען א איד א ירא-שמים, אבער ער איז געגאנגען א ווייטע וועג, נעמענדיג אלס זיין לעבנס פליכט איבערצורעדן מענטשן אוועקצוגיין פון לב-טהור, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן דערפאר און ער האט באוויזן אריינצוברענגען א קאלטקייט אין פיל יונגעלייט און בחורים בתוך הקהילה. אין א געוויסע זין לאזט זיך זאגן אז ער איז געווען א סכנה פאר די קהילה און מיט זיין ווייטאגליכע פטירה ווערט רואיגער ביי אונז אויף דעם אופן. עס איז גאר מעגליך אז די נייע קהילה וועט צוזאמענפאלן, אויב ער געפינט זיך נישט דארט. קומענדיג פון תהילות ישראל, האט ער געפלאנט אריבערצוברענגען פון ארץ-ישראל נאך צוויי משפחות פון תהילות ישראל צו די נייע קהילה, א זאך וואס וואלט זיכער אויפגעבליט יענע קהילה. איך גלויב נישט אז עס וועט יעצט ווייטער פאסירן. אויך די מעשה מיט די צען יונגעלייט וואס זענען איינגעשפארט געווארן, האט א גרויסע שייכות מיט אים.
איין זאך וואונדערט מיר נאר, אין די לעצטע תקופה איז געלונגען פאר ר' יואל העניך, איבערצונעמען דאס בעלות אויפן בית-החיים (די מקוה האט ער אויך שיער באקומען, אין די לעצטע מינוט האט מען דאס געכאפט און נישט צוגעלאזט דעם געדאנק. ער האט אויך געהאט א פלאן אויפצוקויפן דעם אלטן שטעטל בבל, דארט וואו די קהילה האט אמאל געוואוינט און דאס אויסלייזן פון די באנק, צו קענען באזעצן זיין קהילה דארט. ער האט פשוט נישט געהאט גענוג געלט דערפאר, די עשירים אין אמעריקע האבן אים נישט געטראסט אז ער וועט דאס נישט צוריקגעבן איין שיינעם טאג פאר זיין ברודער, דער רבי... חא חא חא...). דעריבער וואונדערט עס מיר, אויב ר' יואל העניך האט היינט צו טאגס דעם בית-החיים, פארוואס האט מען נישט געלייגט ר' אהרן יום-טוב דארט? - איך פארשטיי אז די משפחה וויל אז ער זאל ליגן אין ארץ-ישראל. אבער איך גלויב אז טאמער וואלט מען דאס געפרעגט פון ר' אהרן זעלבסט, וואלט ער געזאגט אז ער וויל אז מען זאל אים לייגן אין דעם בית-החיים, בלויז פאר די איינע סיבה, צו קענען דעמאסטרירן בעלות פאר ר' יואל העניך, אז אלע זאלן זען אז ער איז דארט באלעבאס. נו, לעבט ער שוין נישט, קען מען אים מער נישט פרעגן.
אז מען האט דא ארויפגעברענגט א בילד פונעם רבי'נס קבר, מוז איך ארויסברענגען מיין צער און ווייטאג. דער רבי זצ"ל ליגט באופן בזיון נורא ואיום, אפילו אן עוכר ישראל ליגט נישט אזוי. עס איז קוים דא א קבר, קוים א סימן אז דא ליגט א מענטש. בעלי חיים גייען דערויף מידי יום ביומו. עס איז פשוט נישטא די מעגליכקייטן דאס אויפצוהאלטן געהעריג. איך בעט זייער שטארק אז ווער עס קען ארויסהעלפן אין דעם ענין, זאל טון עפעס למעשה, פאר א קבר פון א איד (לאמיר נישט רעדן פון א רבי, א פשוט'ער איד ליגט נישט אזוי, אפילו אחורי הגדר ליגט מען מער בכבוד'דיג).
נו, אויב ר' יואל העניך פארמאגט היינט צו טאגס דעם בית-החיים, פארוואס טוט ער נישט עפעס פאר זיין טאטע'נס קבר, פארוואס זארגט ער נישט דערפאר? - ער האט דאך הילף פון אלע זייטן, האלב אמעריקע שטייט אויף זיין זייט אים צו העלפן... נישט מאהבת המן נאר ענדערש משנאת מרדכי, אפצוטון לב-טהור. אבער דאס איז גוט ביז עס קומט צו ראטעווען דעם קבר, דאס פארנאכלעסיגט ער...
נו, ישראל כשהם יורדים...

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קיינמאל נישט געוויסט, אז די היינטיגע שמייליגע פירער איז אפציעל א קאלט בלוטיגע רוצח ימ''ש
וואס איז אפציעל די תירוץ אויף דעם ?
וואס איז אפציעל די תירוץ אויף דעם ?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
איינער מיט מער פרטים אויף איר היינט?
6. נחמה העלבראנץ [כהן]. זי האט געהאט אביסל העלט אישוס אלץ יונג מיידל [זייער קאמען אין לב טהור, זיכער פאר פרויען וואס גייען מיט די אלע צורעת בגדים]. אריינגעפירט געווארן אין האספיטאל ביי 12-13 יאר אלט. דארט האט זי זיך געבעטן ביי די האספיטאל איינגעשטעלטע אריינצומישן די טשיילד פראטעקשען, און אז זי וויל נישט צוריקגיין וואוינען מיט איר טאטע און די קהילה. נאך א פאר חדשים פון קאורטס האט שלמה'לה פארלוירן קאסטעדי און זי איז אנגעקומען צו א היימישע פעמילי דא אין ניו יארק. [פאר 7-8 יאר צוריק האט זי חתונה געהאט מיט איינעם כהן פון מאנרא, זיי האט געוואוינט פאר אפאר יאר אין בלומינגראוו און ביידע האבן געדרייווט פאר מאטיס קאר סערוויס. ביז בלומינגראוו איז געווארן מער פאפולער, האבן זיי אוועקגעמופט. היינט גייט זי מיט הויזן, אייגענע האר, א באוואוסטע אנליין פיגער].
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מ'דארף נישט זיין קיין אלעקס דזשאונס צאמצושטעלן דאס אבוויוס, הי"ד.חכמת שלמה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:16 pm
איך וויל בלויז ארויפברענגען, אז דער איד וואס איז נעכטן אוועק, ר' אהרן יום-טוב ע"ה, איז בעצם געווען דער גרינדער און מייסד פון די קהילה. ער האט אלעס ארגאניזירט און מסדר געווען און אן אים וואלט נישט געווען קיין נייע קהילה דארט. ער איז טאקע געווען א איד א ירא-שמים, אבער ער איז געגאנגען א ווייטע וועג, נעמענדיג אלס זיין לעבנס פליכט איבערצורעדן מענטשן אוועקצוגיין פון לב-טהור, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן דערפאר און ער האט באוויזן אריינצוברענגען א קאלטקייט אין פיל יונגעלייט און בחורים בתוך הקהילה. אין א געוויסע זין לאזט זיך זאגן אז ער איז געווען א סכנה פאר די קהילה און מיט זיין ווייטאגליכע פטירה ווערט רואיגער ביי אונז אויף דעם אופן. עס איז גאר מעגליך אז די נייע קהילה וועט צוזאמענפאלן, אויב ער געפינט זיך נישט דארט. קומענדיג פון תהילות ישראל, האט ער געפלאנט אריבערצוברענגען פון ארץ-ישראל נאך צוויי משפחות פון תהילות ישראל צו די נייע קהילה, א זאך וואס וואלט זיכער אויפגעבליט יענע קהילה. איך גלויב נישט אז עס וועט יעצט ווייטער פאסירן. אויך די מעשה מיט די צען יונגעלייט וואס זענען איינגעשפארט געווארן, האט א גרויסע שייכות מיט אים.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 8:06 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑ איך וויל בלויז ארויפברענגען, אז דער איד וואס איז נעכטן אוועק, ר' אהרן יום-טוב ע"ה, איז בעצם געווען דער גרינדער און מייסד פון די קהילה. ער האט אלעס ארגאניזירט און מסדר געווען און אן אים וואלט נישט געווען קיין נייע קהילה דארט. ער איז טאקע געווען א איד א ירא-שמים, אבער ער איז געגאנגען א ווייטע וועג, נעמענדיג אלס זיין לעבנס פליכט איבערצורעדן מענטשן אוועקצוגיין פון לב-טהור, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן דערפאר און ער האט באוויזן אריינצוברענגען א קאלטקייט אין פיל יונגעלייט און בחורים בתוך הקהילה. אין א געוויסע זין לאזט זיך זאגן אז ער איז געווען א סכנה פאר די קהילה און מיט זיין ווייטאגליכע פטירה ווערט רואיגער ביי אונז אויף דעם אופן. עס איז גאר מעגליך אז די נייע קהילה וועט צוזאמענפאלן, אויב ער געפינט זיך נישט דארט. קומענדיג פון תהילות ישראל, האט ער געפלאנט אריבערצוברענגען פון ארץ-ישראל נאך צוויי משפחות פון תהילות ישראל צו די נייע קהילה, א זאך וואס וואלט זיכער אויפגעבליט יענע קהילה. איך גלויב נישט אז עס וועט יעצט ווייטער פאסירן. אויך די מעשה מיט די צען יונגעלייט וואס זענען איינגעשפארט געווארן, האט א גרויסע שייכות מיט אים.
אויב ר' יואל העניך פארמאגט היינט צו טאגס דעם בית-החיים, פארוואס טוט ער נישט עפעס פאר זיין טאטע'נס קבר, פארוואס זארגט ער נישט דערפאר? - ער האט דאך הילף פון אלע זייטן, האלב אמעריקע שטייט אויף זיין זייט אים צו העלפן... נישט מאהבת המן נאר ענדערש משנאת מרדכי, אפצוטון לב-טהור. אבער דאס איז גוט ביז עס קומט צו ראטעווען דעם קבר, דאס פארנאכלעסיגט ער...
נו, ישראל כשהם יורדים...
זייער שיין פון ענק ווי אזוי דו שרייבסט וואס ענק האלטן אויף א וואוילע ערליכע איד. נישט וויי געטון קיין פליג אין זיין לעבן, האט זיך אוועקגעגעבן בלב בנפש ארויסצושלעפן א פאר אידן פון שאול תחתית פון די עומק יסוד הקליפות "לב טהור" די סט"א אליינס. אין די צייט וואס זיין גוף איז נאך פארשפארט אונטער גראטעס, די שפיטאל וויל איהם נאכנישט ריליעסן. [ווילן זיי עפעס גאר פארדעקן פארדעם?]. אבער ענק האבן שוין הספדים מיט סיבות פארוואס ס'האט יא אדער נישט געדארפט געשעהן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑ איינער מיט מער פרטים אויף איר היינט?6. נחמה העלבראנץ [כהן]. זי האט געהאט אביסל העלט אישוס אלץ יונג מיידל [זייער קאמען אין לב טהור, זיכער פאר פרויען וואס גייען מיט די אלע צורעת בגדים]. אריינגעפירט געווארן אין האספיטאל ביי 12-13 יאר אלט. דארט האט זי זיך געבעטן ביי די האספיטאל איינגעשטעלטע אריינצומישן די טשיילד פראטעקשען, און אז זי וויל נישט צוריקגיין וואוינען מיט איר טאטע און די קהילה. נאך א פאר חדשים פון קאורטס האט שלמה'לה פארלוירן קאסטעדי און זי איז אנגעקומען צו א היימישע פעמילי דא אין ניו יארק. [פאר 7-8 יאר צוריק האט זי חתונה געהאט מיט איינעם כהן פון מאנרא, זיי האט געוואוינט פאר אפאר יאר אין בלומינגראוו און ביידע האבן געדרייווט פאר מאטיס קאר סערוויס. ביז בלומינגראוו איז געווארן מער פאפולער, האבן זיי אוועקגעמופט. היינט גייט זי מיט הויזן, אייגענע האר, א באוואוסטע אנליין פיגער].
וועלכע נאך פרטים ווילסטו? וואס זי עסט פאר פרישטאג אדער איר שוך סייז?
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 5:36 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑ איבער די נייע קהילה, פאדערט זיך א לענגערע אפהאנדלונג. עס איז נישט אויף איין פוס, און איך בין שטארק אויסגעמאטערט פון די גאנצע קארט. איך שפיר פשוט נישט גוט פון דעם. לאמיר האפן אז בעתיד וועל איך זיך קענען צוזאמעננעמען און שרייבן דערוועגן.
איך וויל בלויז ארויפברענגען, אז דער איד וואס איז נעכטן אוועק, ר' אהרן יום-טוב ע"ה, איז בעצם געווען דער גרינדער און מייסד פון די קהילה. ער האט אלעס ארגאניזירט און מסדר געווען און אן אים וואלט נישט געווען קיין נייע קהילה דארט. ער איז טאקע געווען א איד א ירא-שמים, אבער ער איז געגאנגען א ווייטע וועג, נעמענדיג אלס זיין לעבנס פליכט איבערצורעדן מענטשן אוועקצוגיין פון לב-טהור, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן דערפאר און ער האט באוויזן אריינצוברענגען א קאלטקייט אין פיל יונגעלייט און בחורים בתוך הקהילה. אין א געוויסע זין לאזט זיך זאגן אז ער איז געווען א סכנה פאר די קהילה און מיט זיין ווייטאגליכע פטירה ווערט רואיגער ביי אונז אויף דעם אופן. עס איז גאר מעגליך אז די נייע קהילה וועט צוזאמענפאלן, אויב ער געפינט זיך נישט דארט. קומענדיג פון תהילות ישראל, האט ער געפלאנט אריבערצוברענגען פון ארץ-ישראל נאך צוויי משפחות פון תהילות ישראל צו די נייע קהילה, א זאך וואס וואלט זיכער אויפגעבליט יענע קהילה. איך גלויב נישט אז עס וועט יעצט ווייטער פאסירן. אויך די מעשה מיט די צען יונגעלייט וואס זענען איינגעשפארט געווארן, האט א גרויסע שייכות מיט אים.
אויב ר' יואל העניך פארמאגט היינט צו טאגס דעם בית-החיים, פארוואס טוט ער נישט עפעס פאר זיין טאטע'נס קבר, פארוואס זארגט ער נישט דערפאר? - ער האט דאך הילף פון אלע זייטן, האלב אמעריקע שטייט אויף זיין זייט אים צו העלפן... נישט מאהבת המן נאר ענדערש משנאת מרדכי, אפצוטון לב-טהור. אבער דאס איז גוט ביז עס קומט צו ראטעווען דעם קבר, דאס פארנאכלעסיגט ער...
נו, ישראל כשהם יורדים...
אוקיי,
היות אז חכמת שלמה שפילט זיך מיט פייער מיט בארעדן א נפטר קדוש וטהור, וועל איך טוהן מיינס און דערקלערן דעם אמת.
איך אפרים בין א עקס לב טהור. ארויס פון דארטן 2 יאר צוריק. וואוינט היינט צו טאגס אין מאנרא
חכמת שלמה שפילט דא כאילו איינער ווי געפונט זיך אין לב טהור וואס באמת איז ער קיינמאל נישט דארטן גיווען. און פראבירט צו באשיינען זיייערע רשעות און תועבות פאר זיינע נידריגע אינטרעסן.
טאקע א 50% פון וואס ער שרייבט איבער וואס גייט פאר אין לב טהור איז אמת אבער די צווייטע 50% איז פול מיט שקרים און בארעכטיגן שמוץ ושפיכת דמים וכל תועבת ה' וכו וואס מיטן עס שטיצן ביסטו א חלק פינק ווי זיי...
בנוגע דעם נפטר אהרן יו"ט ז"ל:
אהרן יו"ט איז געווען אן ערליכע יוד א בעל מסירות נפש פארן כבוד שמים. ער איז געקומען קיין לב טהור מיט זיין ווייב און קינדער נאך וואס רומפלער האט מצליח געווען איהם איינרעדן במשך א יאר אז לב טהור איז א מקום קדוש וכו',
נאך א שטיק צייט זיין אין לב טהור האט ער אנגעהויבן צו זעהן די פאלשקייט און רשעות ותועבות וואס גייט דארטן פאר. און ווי ער איז אריינגעפאלן.
א נארמאלע מענטש וואלט זיך גלייך אויפגעהויבן און צוריק קיין ישראל. אבער אהרן יו"ט האט פארשטאנען אז ער קען ראטעווען נאך אסאך יודישע נפשות, האט ער זיך מוסר נפש געווען צו בלייבן אין די געגנט און ארויסהעלפן וועם ער קען זיך ארויסצוזעהן פונעם לייבן גרוב. אבער ער האט אויך געוואלט נעמען אחריות צו באגלייטן און העלפן זיך האלטן ערליך פרום, און נישט גליטשן פון יודישקייט אזוי ווי א חלק פון די עקס לב טהור חברה.
ווען אהרן יו"ט אין אנגעקומען קיין לב טהור בין איך דארטן געווען, כ'האב שנעל באקומען א גאר שטארקע נאנטשאפט צו איהם. ווען כ'האב אנגעהויבן צו ליידן פון שטראפן פון די הנהלה און געווען אין חרם איינגעשפארט אין א צימער פאר 3 חדשים, איז אהרן יו"ט געווען דער איינציגסטער מענטש אין די וועלט וואס האט געהאלטן קשר מיט מיר באהאלטענערהייט און מיר מחזק געווען. ווען כ'האב מחליט געווען אז איך קען מער נישט אויסהאלטן און איך גיי אנטלויפן, איז אהרן יו"ט געווען דער איינציגסטער מיט וועם כ'האב זיך געקענט אדורכרעדן און מיר ווייטער מחזק געווען און געהאלפן.
כ'בין געבליבן אין א גאר נאנטע קשר מיט איהם ביז די טאג פון זיין פטירה.
בזכות איהם בין איך היינט א שומר שבת ותורה ומצוות. כ'האב געהאט 1,000 סיבות צו פיינט האבן דעם אייבערשטן און תורה. אבער בזכות איהם האלט איך מיר א יוד!
ווען אהרן יו"ט האט אנגעהויבן רעדן צו מענטש אין לב-טהור אז דא איז נישט קיין פלאץ וואו מ'דינט עכט דעם אייבערשטן אפילו מ'רעדט דיך אזוי איין, האט ער גענומען אחריות וואו וועלן די מענטשן גיין נאכן פארלאזן די קהילה, און גענומען אחריות זיי צו העלפן זיך האלטן פרום בשלימות.
א יעדע יונגערמאן וואס אהרן יו"ט האט מיט איהם געארבעט, האט ער זיכער געמאכט אז דער יונגערמאן האט די ריכטיגע שפראך צו קאנווינסן זיין ווייב מיט קינדער אז זיי זאלן בלייבן פאראייניגט.
ב"ה ער האט מצליח געווען ארויסצוראטעווען 5 גאנצע משפחות, הם ונשיהם ובניהם וכל אשר להם. ער האט זיי געעפנט א שוהל, געשאפט א נדבן פאר א ספר תורה, געברענגט א שוחט פון קרית יואל פאר פלייש, זיי געשאפט ספעציעלע פיש וואס די משפחות וועלן עסן לויט זייערע חומרות (נאכדעם וואס אין לב-טהור איז אסור כל דבר מן החי די לעצטע 6 יאר, פיש פלייש מילך אייער וכו'), אויסשטאפירט די משפחות מיט נייע קליידער, נייע בעטן, ניי מאשינען, וכו'.
דער מענטש האט זיך צוריסן טאג און נאכט צו ראטעווען און העלפן יודישע קינדער.
ער האט ב"ה נישט קאליע געמאכט קיין שום יודישע נשמה. נאר אויפגעלאכטן מער און מער.
כ'בין אריבער קיין לב-טהור א חודש צוריק באזוכן מיין משפחה/חברים. כ'בין געווען שאקירט צו הערן די געפערליכע שנאת מוות פון לב טהור אקעגן איהם. יא יא, ווייל ס'איז געעפנט געווארן א קאמפעטישן, און לב-טהור קען מער נישט פארקויפן מעשיות אז אלע יודן זענען פורקי עול, ווייל אהרן יו"ט איז געווען א באווייז פארקערט.
חכמת שלמה מיט זיין חוצפה והוצאת שם רע על המת שרייבט אז אהרן יו"ט האט קאליע געמאכט די בחורים. יא יא, ער איז געווען א לעבעדיגע דוגמה ווי מ'קען פארלאזן לב טהור און ווייטער זיין א ירא שמים.
חכמת שלמה רעדט ארום צו עולם דא אויף קאווע שטיבל. צוזאמען מיט לב-טהור רוצחים פירערס וואס רעדן ארום דארטן אז אהרן יו"ט איז באשטראפט גיווארן פון באשעפער פארן חולק זיין אויפן צדיק הדור די מנוול שלמה הלברנס מנהיג ומייסד כת לב טהור וכו
לזכרון: אהרן יו"ט איז נפטר געווארן בשעת'ן עוסק זיין במצוות צדקה וחסד. ער איז געווען אויפן וועג צוריק פון א ווייטע נסיעה וואס ער איז געגאנגען איינקויפן א גרויסע כמות פון פיש פאר יודישע משפחות זאלן האבן בריווח וואס האבן נישט געגעסן קיין פיש פאר איבער 5 יאר.
יהי זכרו ברוך.....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אפרים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.