אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:43 pm
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:55 pm
אפשר א משהו אף טאפיק, איך זע אבער לעצטנס היבש א גרויסע מאוומענט פון אינגערלייט אין מיין אומגעגנט זיך רעגן אויף די היימישע חינוך סיסטעם, טאקע נישט אזוי ווייט איבער די קאסטן אבער יא איבער די uselesness דערפון.
עס איז באמת דא אסאך צו טון סיי אין די אלגעמיינע קוריקולעם צו לערנען מער און בעסער (סייענס, געאגראפיע, היסטאריע, מאטעמאטיק,) - און בעיקר אין די קודש חלק וואו מ'קען אזויפיל אויפטון מיטן טרעינען בעסערע מלמדים און האבן א בעסערע און מער מסודר'דיגע קוריקולעם (ואכמ"ל). די פראבלעם איז נאר אז די סיסטעם איז צו שטאנדהאפטיג און ראסטיג עס צו קענען רירן אן קיין ווידערשטאנד.
מיין שאלה איז נאר צו מיטן טויש אין די בליק פון אזויפיל אינגערלייט איז דא האפענונג אז א טויש וועט נאכקומען (אויף איין וועג אדער א צווייטע) אדער איז עס א לאסט קעיס?!
איך פלאג מיך שוין לאנג מיט אט די חקירה:
פון איין זייט שטייען די אינגעליייט פון וועלכע די רעדסט, און לעכצן פאר טויש
פון די אנדערע זייט שטייט די סיסטעם
מי נדחה מפני מי?
הוי אומר יחיד נדחה מפני רבים!
ואפרש שיחתי:
בעצם טראכט איך אסאך מאל אז ס'מוז זיין אז צום סוף (ווען???) וועלן די רעבעלן און די טויש-לעכצער געווינען, און די סיבה דערצו איז איינפאך:
מיר האבן די יצר הרע אויף אונזער זייט!
מיר האבן די אינטערנעט אויף אונזער זייט.
מיר האבן די נאטורליכע נייגער און ווילן פון א מענטש צו זיין נארמאל און ראציאנאל אויף אונזער זייט.
מיר האבן קאמאן סענס אויף אונזער זייט.
בקיצור: מיר זענען אסאך בעסער אויפגעריסטעט מיט טכסיסי מלחמה אינעם קאמף פאר טויש.
דא קומט דער ''אבער'' און טאקע א גרויסער "אבער":
די אלע אנגעווייטאגטע אינגעלייט גייען נישט געבוירען האלב אזויפיל קינדער וויפיל דער חאניאקישער פאנאטישער אינגערמאן האלט אין איין געבוירן! דער 'פן ירבה ונוסף גם הוא על שונאינו ונלחם בנו' ווערט פארווירקליכט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ששה בכרס אחד...
דעריבער דער אנגעווייטאגטער אינגערמאן בלייבט זיך מיט זיינע 2 קינדער , וואס באדייט אז זיין דעמאגראפיע וואקסט נישט, ווידעראום דער פאנאטישער נעמט נקמה אין די נאצי'ס און פרוכטבארט זיך אויף א מאסשטאבליכע פארנעם. און ער ערציט דאך זיינע קינדער צו שטיצן און ליב האבן דעם סיסטעם, און אפילו עטליכע פון זיינע קינדער וועלן אביסל ארויסקאלערן, דאך וועלן א מערהייט פון זיי אויסוואקסן אלס פאן טרעגער פונעם סיסטעם, דאס מיינט אז מיר זענען OUTMANNED!!!
דעריבער איז זייער שווער אדער זאגאר אוממעגליך פארצושאצן ווער עס וועט זיגן אין אט דעם קאמף:
דער מיט מער GUN'S, אדער דער מיט מער סאלדאטן?
תיקו
נ.ב. איי וועסטו פרעגן וויאזוי איז מעגליך אז ביי די גוים זעהט מען דאך אז די ליבעראלע און לינקע באוועגונג וועלכע זענען פאר פאפולאציע קאנטראל, און זיי טוען געבוירן גאר ווייניג קינדער (אפילו ווייניגער פון 2) וויאזוי זענען זיי sustainable?
די תירוץ איז זיי האבן נאך א וואפן: עדיוקעשן (ליין: INDOCTRINATION), זיי האבן קאנטראל אויף די מוחות פון די אינגווארג אנגעהויבן פון סקול באורדס, און געענדיגט ביי סאושל מידיע עפפס און גוגל, אלעס איז קאנטראלירט ביי די ליבעראלן, דעריבער איז דאס גענוג שטאק צו אריבערציען גענוג אסאך קינדער פון די פאנאטישע לאגער, משא"כ ביי אונז חסידים האמיר נישט קאנטראל אויף עדיוקאציע, ודא עקא