די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
[NAMELESS]

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך [NAMELESS] »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:04 am איז עס ליידער נארמאל אויך ביי אזא אינגע עידזש?
כ'מיין, וואו קומט צו אזא אינגע בחור'ל אזוינע השגות?
איך האב געהערט אז פאר בערך 20 יאר צוריק האט פאסירט אזא מעשה מיט א בחור'ל די זעלבע שטאט זעלבע קהילה, דעמאלטס האט עס פאסירט אין ביה''כ אין ת''ת/ישיבה
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:07 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:04 am איז עס ליידער נארמאל אויך ביי אזא אינגע עידזש?
כ'מיין, וואו קומט צו אזא אינגע בחור'ל אזוינע השגות?
איך האב געהערט אז פאר בערך 20 יאר צוריק האט פאסירט אזא מעשה מיט א בחור'ל די זעלבע שטאט זעלבע קהילה, דעמאלטס האט עס פאסירט אין ביה''כ אין ת''ת/ישיבה
קודם כל יענע מעשה האט געזאלט האבן פאסירט אין ישיבה שוין דאכט זיך מיר, דא רעדט מען פון א חדר- בר מצווה בחור
און גראדע האב איך געהערט אז ס'דאן געווען א בלויזע רומער די גאנצע זאך.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך זאקן »

יא עס האט שוין פאסירט אין די פעסט אין אזא אינגע עידזש, די השגות קומט פון פעין
געלעכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:06 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך געלעכטער »

חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:07 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:04 am איז עס ליידער נארמאל אויך ביי אזא אינגע עידזש?
כ'מיין, וואו קומט צו אזא אינגע בחור'ל אזוינע השגות?
איך האב געהערט אז פאר בערך 20 יאר צוריק האט פאסירט אזא מעשה מיט א בחור'ל די זעלבע שטאט זעלבע קהילה, דעמאלטס האט עס פאסירט אין ביה''כ אין ת''ת/ישיבה
די מעשה איז געווען אין א ישיבה אין בארא פארק וואס איז שוין היינט פארמאכט.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך זאקן »

א רומער איז עס נישט געווען ווייל מיין ברודער האט געלערנט אין יענע ישיבה ווען ס׳איז געווען די מעשה, אמאל ווען די זיידע פון די נפטר האט אליינס געזאגט אז א גוי האט אים געהארגט נאר די פאליס וויל אים נישט ארעסטירן ווייל זיי זענען אנטיסמיטען האט מען אים נאך געגלייבט, היינט גלייב מען שוין נישט, יעדער ווייסט די אמת אין איין מינוט
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך זאקן »

געלעכטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:10 am
חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:07 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:04 am איז עס ליידער נארמאל אויך ביי אזא אינגע עידזש?
כ'מיין, וואו קומט צו אזא אינגע בחור'ל אזוינע השגות?
איך האב געהערט אז פאר בערך 20 יאר צוריק האט פאסירט אזא מעשה מיט א בחור'ל די זעלבע שטאט זעלבע קהילה, דעמאלטס האט עס פאסירט אין ביה''כ אין ת''ת/ישיבה
די מעשה איז געווען אין א ישיבה אין בארא פארק וואס איז שוין היינט פארמאכט.
יאפ, ס׳האט זיך פארמאכט אביסל שפעטער
פייג צווייג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:30 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך פייג צווייג »

עפעס געדענק איך אפאר יאר צוריק איז אויך געווען, א בחור וואס האט זיך געהאנגען ביי שאוער פארהאנג. עפעס אזוי
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך שלמה המלך »

איך וויל נישט אטאאקירן דעם מנהל ווייל באלד וועל איך אויך כאפן צוויי פראסקעס.

אבער עס איז מיר זייער אינטערעסאנט - ווען מעג מען? ווען טאר מען נישט?

איך בין א גרויסע חסיד פון רחמנות האבן אויף א צווייטן איד און נישט אויספאקן יענעמס שאנדע ברבים, אבער דא האלט מען אין איין רעדן אזעלעכע שמועס'ן

אויף וועם מעג מען? אויף וועם נישט?

איך מיין די הנהלה דארף אוועקשטעלן געהעריגע שטאטוטען - אז נישט קיקט עס עפעס אויס ווי היפיקריטיע....
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך טאמבל סאס »

מנחם מנדל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:05 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p5003385
ער זאגט דאך אזוי גוט
בן-פורת האט געשריבן: תכלית. וואו איז די פלאץ צו רעדן איבער תכלית, עצות און געדאנקן אויף למעשה ווי אזוי צו העלפן די משפחות, די קינדער, פון געשען אזעלכע געפערליכע אביוז. צו דארף מען אן אנדער אשכול איבער דעם?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אויפריכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך אויפריכטיג »

דרך אגב: געהערט פון א גרויסע עסקן און מחנך וואס טוט אין דער נושא אז די סטאטיסטישע ציפער פון זעלבסמארד (דאר רעכענט אויך אריין שטארבן פון אווערדאוז.) אין די חרדיש’ע געמיינדע אין אמעריקא שטייט ביי די אומגלויבליכע צאל פון 40/50 א יאר.. אני כשלעצמי קען נישט גלייבן אז די מגיפה איז אזוי גרויס.. אבער כך שמעתי ממקורות נאמנים. רח’’ל

אבי דער עיקר איז אז דזעל פאות מיט א הארטע שיינע קאפל רייצט אן אנשי דלא מעלי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויפריכטיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך טאמבל סאס »

א שוידער! :אומגלויבליך:
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך היום »

זאקן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 am יא עס האט שוין פאסירט אין די פעסט אין אזא אינגע עידזש, די השגות קומט פון פעין

צו זיין אביסל מער ספעסיפיק,
די החלטה קומט פון די ווייטאגפולער הכרה פונם קינד/ בחור אז ער איז איבעריג אויף דער וועלט, און כל זמן וואס ער איז דא איז ער גורם פראבלעמען, און ווען ער וועט נישט זיין דא וועט די וועלט זיין בעסער…

עס הייבט זיך אן פון אויסטייטשן - אין זיין מוח - מיט אזא הסבר, די זאכן וואס געשעהן ארום עהם אדער מיט עהם, ביז עס קריכט אריין טיפער און טיפער און קומט אן לידי מעשה… ל״ע.

פראביר צו זיך קאנעקטען א רגע מיט די הרגשה, פון אזא איינער וואס גייט עס ליידער טיען, און דרייט זיך ארום משוכנע אז ער האט שוין נישט קיין בעסערע תועלת דא, און די וועלט וועט שוין אט אט זיין א בעסערע אהן עהם…
ס׳רייסט שטיקער…

יעצט, זעה די וויכטיקייט פון א גוט ווארט און שמייכל פאר מענטשען ארום דיר, נישט נאר יונגע, קען זיין אמאל אזעלעכע וואס זעהן אויס ווי פעסטע טאטעס, אדער אפילו עלטערע…
די קענסט נישט וויסן מיט וועלעכע אוםזיכערע מחשבות זיי האב אין זייער קאפ אויף זיך אליין…
מאך זיי פילן אז זיי האבן א וויכטיגע פלאץ אויף דער וועלט, און אדרבה מיר דארף דיר דא האבן, ווייל די געבסט אונז צו, די העלפסט אונז דא ארויס, מיט דיר איז אונז בע
סער…


ויה״ר שלא ישמע עוד…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך קהל'ס נער »

אויפריכטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 9:27 am דרך אגב: געהערט פון א גרויסע עסקן און מחנך וואס טוט אין דער נושא אז די סטאטיסטישע ציפער פון זעלבסמארד אין די חרדיש’ע געמיינדע אין אמעריקא שטייט ביי די אומגלויבליכע צאל פון 40/50 א יאר.. אני כשלעצמי קען נישט גלייבן אז די מגיפה איז אזוי גרויס.. אבער כך שמעתי ממקורות נאמנים. רח’’ל

אבי דער עיקר איז אז דזעל פאות מיט א הארטע שיינע קאפל רייצט אן אנשי דלא מעלי...
פופציג קרבנות א יאר הערט זיך אביסל גוזמא׳דיג, ד.מ. איין סואסייד פער וואך.
אבער ס׳איז זיכער מען פון וויפיל די גאס רעדט.
ס׳כאפט א פחד, פאר 8 יאר צוריק איז געוועהן אין מאנסי א 14 יעריגע בחור די זעלבע זאך, אוי באשעפער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך בא גד »

שלמה המלך האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:55 am איך וויל נישט אטאאקירן דעם מנהל ווייל באלד וועל איך אויך כאפן צוויי פראסקעס.

אבער עס איז מיר זייער אינטערעסאנט - ווען מעג מען? ווען טאר מען נישט?

איך בין א גרויסע חסיד פון רחמנות האבן אויף א צווייטן איד און נישט אויספאקן יענעמס שאנדע ברבים, אבער דא האלט מען אין איין רעדן אזעלעכע שמועס'ן

אויף וועם מעג מען? אויף וועם נישט?

איך מיין די הנהלה דארף אוועקשטעלן געהעריגע שטאטוטען - אז נישט קיקט עס עפעס אויס ווי היפיקריטיע....
עכטע פראבלעמען, עכטע רשעות טאר מען נישט רעדן און אויסשרייען כדי מען זאל זיך לערנען וואס נישט צו טון

אבער בארעדן יחידים וועגן געלט סיכסוכים דאס מעג מען אפילו שקרים וכזבים
יא
היפעקריטיע
אבער סאיז די זעלבע יסוד
עס הערשט אין אונזער מחנה א פרייע האנט ווען סקומט צו רשעות און אכזריות
איינער פרעסט אויף דעם צווייטן מיט קאלטבלוטיגקייט
אבער אך און וויי ווען מען רעדט פון דעם אפן

און ווער איז דער עכטער פארדינער?
בתי דינים פון גיטין בתי דינים פון דיני ממונות זיי שטופן דעם באן פון רשעות
ווייל אזוי מאכן זיי שווערע געלטער

אבער מען טאר נישט רעדן
נאר בארעדן מעג מען
אבער רעדן נישט
כסדום וכעלעם היינו
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך האניג »

איך שפאציר אריין אין צומער, און דאס אטעם שטעלט זיך מיר אפ. דאס הארץ קלאפט העפטיג, און איך פרוביר צו טרעפן א שנעלע לעזונג, בעפאר די אומשולדיג מיידלע וועט אריינקומען און זען דאס שוידערליך בילד ווי איר ברודער איז נעבעך אזוי טראגיש פארשניטן געווארן. א בילד וואס וועט איר באגלייטן א גאנץ לעבן.

מיט כח כאפ איך אן דעם זייגער אויפ'ן וואנט, און איך הייב עס אן צוריקצודרייען. איך שלעפ דעם הענטל מיט מיין גאנצע ענערגיע און אט באווייז איך צוריקצוריקן דעם זייגער מיט א טייערע 15 מינוט.

איך זע ווי א יונג בחור'ל זיצט אויפ'ן בעט, און זיינע אויגן זענען פארלאשן. עס קוקט נישט אויס ווי איך האב זיין לעבן צוריקגעברענגט. ער איז אנידערגעשלאגן און צוקלאפט אויף שטיקלעך. ער שפירט ווי דאס לעבן איז קיין לעבן נישט. ער אטעמט טאקע, אבער פארוואס? ער שפירט ווי ער איז גארנישט ווערד, און קיינער האט אים נישט ליב. ער מאכט נישט אויס פאר קיינעם, ער איז אן איבריג שטיקל בשר, וואס ליידט און ליידט אן קיין אפשטעל.

מיין הארץ איז אפען און איך לויף צו אים צו. איך דערצייל אים ווי גוט ער איז, און ווי שטארק איך האב ליב צו רעדן מיט אים. איך זאג אז ער קוקט אויס ווי א קלוג בחור וואס פארשטייט אן עסק, איך ווייז אים אינטערעסע און איך מאך אים שפירן נוצפול.

איך נעם אים ארום און איך שריי כמעט: מוישי! (נאמען רענדאמלי געשאסן) ס'גייט מיר אן וועגן דיר! מוישי! ס'איז דא טויזענטער אידן וואס קעירן זייער שטארק וועגן דיין וואוילזיין! דו ביסט א מענטש ווי אונז אלע, און מיר ווילן דיין גוטס!
מוישי מוישי! דו גייסט נאך האבן א גוט לעבן, איך זאג דיר צו אז ס'איז דא ליכטיגקייט ביי די ענדע פונעם טונעל! נישט איבעראל איז פינסטער און נישט אויף אייביג וועלן די ליידן אנגיין.

דו ווייסט מוישי? איך וויל דיר עפעס זאגן. ס'איז ליידער דא טויזענטער אומשולדיגע קינדערלעך וואס לעבן נעבעך אין אזעלכע אומשטענדן. ווען איך בין זעלבסט געווען א קינד, בין איך אויפגעוואקסן מיט א מאנסטער אינדערהיים. אוי איז געווען ביטערע יארן. אבער פון די מינוט וואס מיין ברודער האט זיך געעפענט פאר מיר, און איך פאר אים, האט זיך אלעס געטוישט. מיר האבן דאן באגריפן אז די פראבלעם איז נישט ביי אונז!

מוישי! דו ביסט א נערמאלע געזונטע בחור וואס פעלט דיר ברוך השם גארנישט! דו ביסט נישט שולדיג אין דיין מצב, ס'איז נישט דיין פראבלעם! ס'איז א מגיפה! פילע קינדערליך אין וויליאמסבורג און אין אלע געגענטער גייען נעבעך שלאפן מיט טרערעלעך און ווייסן נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די פלוס פון אומבאקאטע געפילן.
היינט ווייסט מען אבער מער, און ס'זענען דא גוטע אידן וואס קענען גענצליך טוישן דיין מצב פון טינקל צו לעכטיג.

קום מוישי, איך וועל דיר ברענגען צו א מומחה, א קלוגע איד וואס פארשטייט דיר. דו וועסט קענען רעדן צו אים, און דערציילן אלעס וואס דרוקט דיר.

מוישי! מוישי! טו עס נישט!!! ס'וועט נאך זיין גוט, איך בעט דיר! פליז!!! מוישי!!!!!!

---

מוישי, רייס איין דארט אויבן אין הימל, אז די שרעקליכע גזירה זאל שוין קומען צו א סוף.

[געשריבן רוי, פון הארץ ארויס, איך קען מיך נישט צוזאמקלויבן, איך האף אז די ווערטער שטימען. איך קען נישט דעם בחור און איך ווייס נישט ווער די משפחה איז. אבער ס'רייסט ביים הארץ. ס'איז ביטער ווי א גאל, מער פון דעם קען איך יעצט נישט טראכטן]
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אוי דו האסט מיר צופליקט!!

איך זיץ מיט טרערן אין די אויגן...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

טייערע הייליגע רבנים ומחנכים, זייטס ווייטער ביזי מיט די שרעקליכע פירצות פון: ווילדע ניגונים פון די פורים גרופס [סאכדעס ק"ק, היי יאר], מיט די פירצה פון אויסגעפיטצע יונגלעך אין חדר [וואס איז גורם הרהורים ביי די זעקלאזע מלמדים], מיט די תמרוקי הנשים וואס עזרא הסופר האט מתקן געווען להתקשט, מיט די פירצה פון סמארטפאונס, קאללד'ס ארום צו די מיטליעריגע אידן און זיי פארהאלטען פארוואס זיי רעדן מיט פרעמדע / באקאנטע פרויען אין די גראסעריס [ועד הצניעות קרית יואל, - יא ס’איז אמת זיי זענען ביזי מיט דעם] אזוי אויך מיט די אלע "וויכטיגע עניני העיר" און אז"ג גזירות הגיוס והחינוך למיניהם...

אבער ס’פעלט נישט קעיר צו נעמען פון די אנדערע מינדערוויכטיגע ענינים ווי ארויסגעווארפענע בחורים, און סואסייד ? מאן דכר שמיה, ס’קומט נאר פאר ביי די גוים וואס לערנען קאממאן קאור נישט ביינאונז,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך פארדעכטיגער »

סאיז דא א גרויסע מעגליכקייט אז ווען נישט די מיידל וואלט דאס געזעהן וואלט מען עס נאך פארדעקט. און מען וואלט קיינמאהל נישט געוויסט דערפון. איינמאהל א שוועסטער האט דאס שוין געזעהן, איז עס געווען צו שפעט צו פארדעקן. און טשעינדזשען די Cause of Death.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך איך אויך »

דא איז נישט די פלאץ צו באשולדיגן יחידים, בפרט ווען מ'קען נישט די מעשה.
מנהל
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אויפריכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך אויפריכטיג »

.
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך האניג »

ס'איז נישט כדי אריינצוגיין אין דעם ספעציפישן קעיס. אבער נקוט האי כללא בידך: ווען מען רעדט פון אזעלכע פעלער, וועט די עכטע 'שולדיגער' שפירן די ווייניגסטע 'שולדיג'. זיי וועלן יעדן בלעימען און זיך זעלבסט האלטן פאר די גרעסטע רחמנות דא.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך עמרם »

איך זעה נישט די תאווה פון אריינגיין אין די פרטי במעשה, ווער ס'איז שולדיג וכו', ס'איז אין די פאל שוין ליידער נישט קיין גרויסע נפק''מ

נאר אין די גרויסע בילד, זענען מיר אלע שולדיג, יא די רבנים מיט עסקנים און מיר אלע,
ס'איז אין אונזער הענט אז ס'זאל מער נישט פאסירן

לאמיר ציזאמען זיך נעמען, נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע, און זיכער מאכן אז פאר אונזער א באקאנטער זאל עס נישט קענען געשען, יעדער וואס קען דיך זאל וויסן אז ס'איז דא כאטש איינער וואס וויל אים זעהן לעבן, געזונטערהייט, פרייליכערהייט,
און מיטן אייבערשטערס הילף פארמיידן אזעלכע געשענישען אין אונזער קאמיוניטי

זאגסט פאר ענקערע קינדער און גוטע פריינט, אז מ'זאל מיט יעדעם איינעם וואס מ'קען אויפטוישן גוטע ווערטער, יעדעם מאכן פילן גוט, אז מ'זאל שוין נישט דארפן הערן אזעלכע בשורות,
דערצייל זיי די מעשה וואס איז יעצט געשעהן, אז ס'זאל זיך ח''ו נישט איבערשפילן

ולה' הישועה !
[NAMELESS]

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין דא פרטים פאר די לויה?
פארשפארט