פאריעריגע שניי האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 5:44 pm
ימיני האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 5:38 pm
ווער זאגט עס האט עפעס א שייכות מיט זיינע עלטערן, קען זיין א מלמד אדער מחנך האט אים געטשעפעט בגוף און בנפש,
האט ער געשריבן א זעלבסטמארד נאטיץ?
יא ער האט געשריבן - וואס ווייס איך נישט
לדבריך אז ער האט געשריבן א זעלבסטמארד נאטיץ, דאן איז ער דאך א 100 פראצענטיגער גדול האמבד עצמו לדעת (כמבואר בשולחן ערוך יו"ד
סימן שמה) ס'איז נישט פארבליבן קיין שום ספק, והא ראיה ער האט געשריבן א נאטיץ, דאס הייסט ער האט עס געטון בזדון ובדעת
און אויף א "זיכערע" מאבד עצמו לדעת ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (יו"ד שמה-א) "המאבד עצמו לדעת אין מתעסקים עמו לכל דבר. ואין מתאבלין עליו ואין מספידין אותו ולא קורעין ולא חולצין"
נו אויב אזוי פארוואס קומען די רבנים אונזערע - וועלכע זארגן זיך אזוי שטארק איבער קידטשאטשקע - נישט ארויס בחרב ובחנית אקעגן די פרעכע העברה אויף א בפירוש'ע הלכה אין שו"ע בלי שום חולק???
ס'איז נישט נייס? אסר'ן מרת בילגוריי אדער רבי שמואל ניימאן איז יא נייס?
כ'האב שוין געוואלט דאס פרעגן פרייטיג, כ'האב מיך נאר צוריקגעהאלטן כשמתו מוטל לפניו, אבער אצינד אז די שטויב זעצט זיך, איז צייט צו פרעגן און מאנען: טאמער די אפיציעלע מאטא פון חרד'יזם איז אז מ'טאר זיך נישט אוועקרירן א זיז כל שהוא פונעם שולחן ערוך, דאן מאי שנא???
וויאזוי מעג מען מספיד זיין/קורע זיין/מתאבל זיין אויף א 'זיכערע' מאבד עצמו לדעת?
תירוצים האב איך גענוג, כ'מיין די קושיא איז שטערקער