שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך היימלינד »

מילך טראק האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 5:11 pm
דאס אז מאיז נישט מתאבל איז נאר אז מאיז נישט מחייוב מתאבל צו זיין איז דא א איסור אויך ?
כפי פסק הגמרא ושו"ע איז יעדע זאך וואס איז נאר משום כבוד המת טוט מען נישט = אסור לכבדו
זאכען וואס זענען אויך אלץ כבוד החיים, טוט מען יא
לגבי קדיש זאגט די חת"ס אז מען זאגט יא בכל אופן

דאס אלעס איז צו ענטפערען דיין שאלה, אבער די אמת קומט עס נישט דא אריין סיי ווייל די פוסקים נעמען אהן אז אין רוב פעלער ווען עס קומט מחמת pain וכדומה הייסט עס נישט מדעת, און בכלל מיין איך ס'פאסט נישט צו דן זיין אויף יענעמס בלוט בנידן דידן.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מילך טראק »

מרעדט נישט פון דעם פאל, וואס ער האט נאך א דין פון א קטן, מרעדט און אלגעמיין
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

חמול על מעשיך האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:07 pm שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל מען האט נישט געלאזט זיין טאטע קומען צו זיין בר מצוה..

דאס איז האפנטלעך דאס ערשטע מאל וואס כלל ישראל וועט איינזעהן וואס אינזערע א.ג. עסקנים מאכען ליידער אפ פאר אידישע שטובער.

דער ווי געשריי פון הונדערטע עלטערן וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט זייערע קינדער פאר בלויזע רשעות וועט איינמאל פאר אלעמעל ווערן אנפלעקט צו דעם דור השפל...

ארץ ארץ אל תכסי דמם...






נ.ב. ביטע האלטען די שמוס אויף די רעלסן כדי דער אשכול זאל האבן א קיום...
אוי ווי גוט די זאגסט!

מ'דארף איינמאל פאר אלעמאל אויפהייבן א קול מחאה וזעקה גדולה ומרה עד לב השמים, אנטקעגן די רשעים רוצחים אכזריים אונטרן שלייער פון עסקנים טערעפיסטן, וואס לאזן נישט צו א טאטן צו זיינע אייגענע קינדער, פאר סיי וועלכען תירוץ ס'זאל נאר נישט זיין. און דאס איז אפילו ווען ער איז מעכב א גט, אבער ווער רעדט נאך נאכדעם וואס ער האט שוין געגעבן דעם גט, וואס איז יעצט די תירוץ אויף אזא שרעקליכע רציחה? וויפיל אזעלכע מעשיות הערט מען היינט אז מ'לאזט נישט צו טאטעס צו קינדער און אין פוצה פה ומצפצף.

געוואלד און געשריגן!! דא גייט פאר ממש מעשה סדום ועמורה און משווייגט??? און ווען מ'האלט זיי פאר, קען מען אסאך מאל הערן אזא נארישע רשעות'דיגער תירוץ ווי, אז ס'איז די טובה פונעם קינד.. אדער אז דאס קינד ווערט צומישט.. זייער אינטערעסאנט. ווער איר האט אנגעפאקט זיך צו גט'ן, דארף דאס געשעה'ן פאר יעדען פרייז, דעמאלטס איז נישט דא קיין פראבלעם אז די קינדער ווערן צומישט, פונעם עצם זאך אז טאטי און מאמי צוטיילן זיך, פון דעם ווערן זיי נישט צומישט, נאר אז דער טאטע זאל זיך קענען טרעפן מיט זיין אייגענעם באליבט קינד סתם אזוי, און ווער רעדט נאך בעת שמחת לבו, דאס נישט. ווייל ער ווערט צומישט...
וואספארא חיה אכזר און בלוטוגער רוצח דארף מען זיין אויסצוטרעפען אזא רשעות'דיגן תירוץ?? הא?

דערמענט מיר פון דעם מדרש, פון א שופט אין סדום וואס האט מחייב געווען אליעזר עבד אברהם צו באצאלן געלד פאר איינעם וואס האט אים אריינגעשאסן א שטיין אין קאפ און ס'האט זיך געגאסן בלוט, ווייל ער האט אים געטוהן א טובה מיט דעם ווייל ער האט אים ארויס גענומען שלעכטע בלוט אזוי ווי הקזת דם. כן הדבר הזה בלי שום חילוק.

ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען די נשמה פון דעם בחור איז ארויף געקומען צום בית דין של מעלה האט מען דארט אויסגעשריגן ''זעקת סדום ועמורה כי רבה וחטאתם כי כבדה מאוד''
מ'דארף זייער מורא האבן פונעם חרון אף וואס אזא שרעקליכע רציחה קען אנמאכן. נאר מיט א שטארקע מעכטיגע קול מחאה וועט מען אביסל אראפנעמען דעם שווערן חרון אף רחמנא ליצלן.

און זאלן וויסן די אלע רשעים עמלקים וואס נעמען אנטייל אין אזעלכע מעשה רציחה ווי נישט צולאזן טאטעס צו קינדער. מיינטס נישט אז די וועלט איז הפקר!! דער בורא כל עולמים זעהט אלעס! און טאמער טוט עטס נישט תשובה בעוד מועד
וועט עטס פלאקערן און בראטן אין גהינם און קיינמאל פון דארט נישט ארויס קומען!!
עטס קענטס ענק אויסלאכן ווילאנג דער באשעפער גיט ענק זיין אריכות אפיים, אבער ווען ידו הגדולה והחזקה וועט ענק דערגרייכן, וועט זיין זייער ביטער רח''ל. טוטס תשובה בעוד מועד ואז טוב לכם.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך סבא דבהתא »

בינה ודעת האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 5:56 pm
ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען די נשמה פון דעם בחור איז ארויף געקומען צום בית דין של מעלה האט מען דארט אויסגעשריגן ''זעקת סדום ועמורה כי רבה וחטאתם כי כבדה מאוד''
מ'דארף זייער מורא האבן פונעם חרון אף וואס אזא שרעקליכע רציחה קען אנמאכן. נאר מיט א שטארקע מעכטיגע קול מחאה וועט מען אביסל אראפנעמען דעם שווערן חרון אף רחמנא ליצלן.
מיט אלעס וואס דו זאגסט ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט אבער מיט די פאראגראף בין איך מחולק ווייל נישט איך און נישט דו ווייסן פונקטליך ביי די יעצטיגע מעשה וואס ס’האט גורם געווען דאס וואס איז געשען ר”ל
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

סבא דבהתא האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 7:20 pm
בינה ודעת האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 5:56 pm
ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען די נשמה פון דעם בחור איז ארויף געקומען צום בית דין של מעלה האט מען דארט אויסגעשריגן ''זעקת סדום ועמורה כי רבה וחטאתם כי כבדה מאוד''
מ'דארף זייער מורא האבן פונעם חרון אף וואס אזא שרעקליכע רציחה קען אנמאכן. נאר מיט א שטארקע מעכטיגע קול מחאה וועט מען אביסל אראפנעמען דעם שווערן חרון אף רחמנא ליצלן.
מיט אלעס וואס דו זאגסט ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט אבער מיט די פאראגראף בין איך מחולק ווייל נישט איך און נישט דו ווייסן פונקטליך ביי די יעצטיגע מעשה וואס ס’האט גורם געווען דאס וואס איז געשען ר”ל
פארשטייט זיך אז איך האב עס געשריבן על הצד אז ס'איז געשעהן צוליב ווייל מ'האט אים נישט צוגעלאזט צום טאטען.
אחידוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אחידוש »

א חידוש אז מ'הערט גארנישט פון אלע רבנים עסקנים וכו'
יונתן שווארטץ אלערט#####
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך שמעקעדיג »

היימלינד האט געשריבן:
מילך טראק האט געשריבן:
דאס אז מאיז נישט מתאבל איז נאר אז מאיז נישט מחייוב מתאבל צו זיין איז דא א איסור אויך ?

כפי פסק הגמרא ושו"ע איז יעדע זאך וואס איז נאר משום כבוד המת טוט מען נישט = אסור לכבדו
זאכען וואס זענען אויך אלץ כבוד החיים, טוט מען יא
לגבי קדיש זאגט די חת"ס אז מען זאגט יא בכל אופן

דאס אלעס איז צו ענטפערען דיין שאלה, אבער די אמת קומט עס נישט דא אריין סיי ווייל די פוסקים נעמען אהן אז אין רוב פעלער ווען עס קומט מחמת pain וכדומה הייסט עס נישט מדעת, און בכלל מיין איך ס'פאסט נישט צו דן זיין אויף יענעמס בלוט בנידן דידן.

גא"מ, איך האב געהערט אז מ'טוט אלעס פאר די מאבדים עצמם לדעת ווי א געהעריגע מת, מען באגראבט זיי אין א געהעריגע בית החיים וכדו', ווייל מען נעמט אן אז צוליב זייער אויסטערלישע צער איז עס נישט "לדעת", עכ"פ נישט מיט א דעה צלולה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חמול על מעשיך »

יעצט ביי די שבעה

עס איז דא נאך צוויי טעכטער וואס קענען נישט זען זייער טאטע

6409.jpeg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה: מ'טוט אלעס וואס איז יקרא דחיי און אויך יקרא דמת. צוליעב דעם "לופהאול" פון חת"ם סופר. וואס ער האלט אז (כמעט ) א יעדער מאבד עצמו לדעת האט פארלוירן זיין דעת איבער דעם גרויסן צער אין זיין לעבן.

איך ווייס פון א פאל פון א אידישע פרוי וואס האט שוין געהאלטן ממש ביי אריינשפרינגען אין א טיעפן לעיק. ווייל איהרע שוועסטערס האבן געלעבט א רייכן לעבן און זי מיט איהר מאן האבן זיך שטארק געפלאגט פאר פרנסה. זי האט זיך טאג טעגליך באגעגנט מיט דעם שוואוילטאג און לוקסוס.

מ'האט איהר (ב"ה) געראטעוועט די לעצטע מינוט. נאכדעים האבן זיי זיך שוין אויפגעוועקט אז "מ'דארף עפעס טון". זיי האבן געהאלפן די משפחה אויפצו שטעלן א ביזנעס. היינט איז ער שוין אליין א שטיקל עושר.

א סאך מאל איז דא א פראבלעם וואס מ'קען זייער גרינג העלפן. נאר מ'באמערקט נישט". און דער ארימאן איז א ביישן. ער שעמט זיך צו בעטן הילף.

איך נטץ נאכאלטס דעם משל פון דעם גר וואס האט איבערגעלאזט אידישקייט. ער האט געהאט א "פורים שטריימל". און ס'איז נישט איינגעפאלן פאר קיינעם פון די מתפללים מ'זאל צו גיין צו איהם און איהם העלפן באקומען א נייעם, נארמאלן שטריימל.

איך בין זיכער אז דאס האט אויך גורם געווען א געפיהל פון ביטערקייט און יאוש ביי איהם. ער האט עס אפילו מרמז געווען.
פאריעריגע שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פאריעריגע שניי »

חב''ד הויזן האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:40 am
מן הסתם האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:05 pm מ'נעמט אהן אז די לעצטע רגע האטער חרטה געהאט, נאר ס'שוין נעבעך געווען טו לעיט..
און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שוין אלס אמת. א יאר צוריק בערך האט א אינגערמאן אין וויליאמסבורג זיך ל"ע געהאנגען אין די ווערהאוז ווי ער האט געארבעט און מ'זעהט קלאר אויף די סעקיורעטי קעמרעס ווי די לעצטע רגע פרובירט ער נעבעך מיט אלע כוחות צוריקציען אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט.

ווען מ'טרעפט זיך מיטן מלאך המוות פנים אל פנים וויל מען צוריקדרייען דעם זייגער.

אבער אזויווי @קהל'ס נער האט געזאגט, דעיס איז די ראנג אשכול.
ווי קען מען זעהן די ווידיאו?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך berlbalaguleh »

חמול על מעשיך האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 9:05 pm יעצט ביי די שבעה

עס איז דא נאך צוויי טעכטער וואס קענען נישט זען זייער טאטע


6409.jpeg
איך זעה נישט וויאוי געלט אין די פושקע וועט העלפן ראטעווען די שוועסטער. דא איז נישט געלט די פראבלעים. דא איז בייקומען די רשעות פון געוויסע מענטשן וואס מ'דארפ צו טון.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 9:08 pm ברוך שפינוזה: מ'טוט אלעס וואס איז יקרא דחיי און אויך יקרא דמת. צוליעב דעם "לופהאול" פון חת"ם סופר. וואס ער האלט אז (כמעט ) א יעדער מאבד עצמו לדעת האט פארלוירן זיין דעת איבער דעם גרויסן צער אין זיין לעבן.
דער חת"ס איז זעלבסטפארשטענדליך נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געזאגט, אויב עפעס פארקערט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re:

שליחה דורך צוויי »

.
א אידיש קינד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך א אידיש קינד »

אפטימיסטיש האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:01 am
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:10 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:06 pm ווער זאגט אז דאס הייסט לדעת?
אפשר פון גרויס צער האט ער נעבעך געכאפט א בראך און א בייזוויליגע רוח אין אים האט עס געטוהן..
נישט אז כ'ווייס אז דאס איז די היתר, כ'טראכט נאר כתלמיד הדן...
דו ביסט אין גוטע קאמפעני: דער חת"ס האלט אויך אזוי. ער איז מברר להלכה אז אפילו אויב איינער באגייט (ח"ו) זעלבסטמארד דארף מען זיך מטפל זיין מיט איהם און איהם אפגעבן א יעדן כבוד המת ווייל מ'נעמט אן אז ער האט פארלוירן זיין דעת קורץ פאר ער האט עס געטון. ממילא הייסט עס נישט קיין מאבד עצמו לדעת.
קומט אויס אז מאבד עצמו לדעת איז אזוי ווי 'בן סורר ומורה': ' לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב – דרוש וקבל שכר' (סנהדרין עא)
ווי איך פארשטיי מיינט די חת"ס אז פון זיינע צייטן און ווייטער קען מען עס שוין נישט אנרופן "מאבד לדעת" צוליב חולשת הדור.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אוהב ספרים »

אוך אין וויי אויב די מעשה איז אמת
אבער א בראך און שרעקליך אויב מען ניצט אויס א טראגעדיע פאר פערזענליכע ענינים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך קהל'ס נער »

א אידיש קינד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:43 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:01 am
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 1:10 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:06 pm ווער זאגט אז דאס הייסט לדעת?
אפשר פון גרויס צער האט ער נעבעך געכאפט א בראך און א בייזוויליגע רוח אין אים האט עס געטוהן..
נישט אז כ'ווייס אז דאס איז די היתר, כ'טראכט נאר כתלמיד הדן...
דו ביסט אין גוטע קאמפעני: דער חת"ס האלט אויך אזוי. ער איז מברר להלכה אז אפילו אויב איינער באגייט (ח"ו) זעלבסטמארד דארף מען זיך מטפל זיין מיט איהם און איהם אפגעבן א יעדן כבוד המת ווייל מ'נעמט אן אז ער האט פארלוירן זיין דעת קורץ פאר ער האט עס געטון. ממילא הייסט עס נישט קיין מאבד עצמו לדעת.
קומט אויס אז מאבד עצמו לדעת איז אזוי ווי 'בן סורר ומורה': ' לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב – דרוש וקבל שכר' (סנהדרין עא)
ווי איך פארשטיי מיינט די חת"ס אז פון זיינע צייטן און ווייטער קען מען עס שוין נישט אנרופן "מאבד לדעת" צוליב חולשת הדור.
א פערל ווארט פון דער בעל חדש אסור מן התורה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך יואליש »

א אידיש קינד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:43 pm
ווי איך פארשטיי מיינט די חת"ס אז פון זיינע צייטן און ווייטער קען מען עס שוין נישט אנרופן "מאבד לדעת" צוליב חולשת הדור.
איי, איי, איי. געווען אמאל א וועלט. אפילו די זעלבסטמערדער זענען געווען אויף גאר א העכערע בחינה, מלא חן און יישוב הדעת. היינטיקע אזויגעריפענע זעלבסמערדער באגייען זיך מיט אזא טירוף הדעת און שעדיגן די רעפוטאציע פון די אמאליגע קבירות חמור קליקע. דער הייליגער חת"ס איז כשר גערעכט. מ'טאר די צבועים בשום אופן נישט דיגניפייען מיט א קבירת חמור. אויב וועט זיך מאכן א זעלבסמארד ביי איימיצער פון די בני עליה, א בנש"ק ואיש מורם מעם, א בעל כשרון און א ירא שמים פון וועם מ'איז נהנה עצה ותושיע, אפשר דאן וועלן די פוסקים מתיר זיין א קבירת חמור.

טראגיקאמישע קאמענטארן אין די זייט געלייגט, ס'איז פיל פשוט'ער צו אפלערנען אז דער חת'ס האט געזען די קבירת חמור אלס inhumane און א חסרון אין די בני רחמנים'ס מיטגעפיל מיט די אומשטענדן און מיט די משפחה, און ער האט געמאכט א סוף צו דאס לעבן פון די מנהג. וממנו ילמדו. דאס איז א סעמפעל פון ניצן דעם כוחא דהתירא אויף צו סערווירן דאס געזעלשאפט למוטב אפי' ווען דאס באדייט עוקר זיין הלכה ומנהג פון פריערדיגע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

איינער קען ביטע צוצייכענען די מראה מקום פונעם חת"ס?
פייג צווייג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:30 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פייג צווייג »

בילד פון די לעצטע מאל וואס די יונגל מאיר דוב גאלד ע'ה האט געזעהן זיין באליבטע פאטער ר' יוסף גאלד, פאר 4 יאר צוריק ביי קאוויד ווען ער איז געווען 9 יאר אלט, ווען די טאטע איז אריבערגעפארן א פארק אין וויליאמסבורג און מאיר דוב האט אים באמערקט, און ער איז מיט איין שמחה איז צוגעלאפן מיט א ריזיגע שמייכל און ארויפגעטאנצן אויפן געיט און געשריגן מיט איין שמחה "טאטי!", ביז מ'איז אים שנעל געקומען אוועקשלעפן....

ר' גרשון מענדל טויב פון לב לילד דערציילט, אז די בחור'ל מאיר דוב האט געאוטריעטשט אפאר וואכן צוריק אז ער האלט עס מער נישט אויס און ער וויל זעהן זיין טאטע, צו ער קעןאים העלפן, און אויך צו ער קען קומען צו די לב לילד שבת וואס איז פארגעקומען פאריגן שבת פר' צו, אבער ליידער האבן זיינע נענטסטע וואס "האבן זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין" זיך געשטעלט אין די לענג און ברייט אז דאס זאל נישט פאסירן, און ער זאל זיך נישט קענען טרעפן מיטן טאטן. (ר' גרשון מענדל זאגט אז ער האט געהאט ביי די לב לילד שבת נאך 12 יונגלעך וועלכע מ'לאזט זיי נישט זעהן אדער רעדן צו זייער טאטע).

א שכן פון די מאמע (אין 99 ווילסאן סט.) דערציילט, אז די מאמע האט לעצטענס זיך 'אפגערעדט' פאר איר, אז זי ווייסט נישט וואס צו טון, ווייל די קינדער פארפירן לעצטענס געפערליך אז זיי ווילן גיין צו די טאטע, און זי קען זיי נישט שטיל מאכן... (די בחור'ל מאיר דוב איז שוין שטיל... פאר אייביג........ די שאלה איז נאר צו כלל ישראל וועט חלילה אויך בלייבן שטיל?! און צו די זעלבע טרויריגע ענדע וועט זיך איבערשפילן ח"ו מיט זיינע צוויי שוועסטער'ס און מיט נאך צענדליגער אזעלכע קינדער היל"ת?)

ר' וואלף זילבערשטיין מיט נאך חברי החברה קדישא זענען אריין צו די פעטוועי רבי און באשטעטיגט די גראפישע סצענע וואס זיי האבן ליידער מיטגעהאלטן און געזעהן מיט די אויגן.

וירא הקהל וישפוט, מ'מוז אפשטעלן די רציחות איינמאל פאר אלעמאל, ס'זאל חלילה נישט זיך נאכאמאל איבערשפילן די זעלבע..!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

מען מעג שוין שרייבן די נאמען אויף ק"ש??...
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז דא נאך 2 שוועסטערס? די טאטע האט גערעדט נאר פון שרה'לע
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:40 am מען מעג שוין שרייבן די נאמען אויף ק"ש??...
נעה אוודאי נישט די גאנצע גאס שמועס דערפון אפילו אין אייוועלט טוט זיך לעבעדיגע אין א אשכול אבער קיינער ווייסט נישט קיין נאמען...
פארשפארט