שליח האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אלץ איינער וואס איז קאמפלעט איגנאראנט אינעם ענין, אפשר קלערט איר מיר אויף וואס איר מיינט, וואס איז אזוי מורא'דיג מיטן ספר הזוהר? איך פרעג מחיסרון ידיעה, נישט לקנטר.
זייער א גוטע שאלה, און כ'פיל שלעכט אז כ'גיי אייך ענטפערן א boring תירוץ, כ'האב אבער נישט קיין ברירה.
ערשטענס, לענינינו איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), ובעל הסולם (און נאך א גרויסע ליסטע) האבן אזוי געוויסט און משיג געווען. פונקט ווי א בלינדער וועט בכלל נישט זיין קלוג אויב וועט ער פרובירן אליינס צו דערגיין וועלכע פון צוויי בילדער זענען שענער מיט זיינע חושים וואס ארבעטן, ווייל פונקט דער חוש וואס פעלט אויס פארמאגט ער נישט, אזוי דארפן מיר פארשטיין אז די ריזן האבן געהאט דעם חוש פון משיג זיין קדושה, און איינער וואס פארמאגט עס נישט וועט אים נישט העלפן קיין שום התחכמות בעולם.
איך, למשל, פארשטיי בכלל נישט צו וויין (פיזישע וויין, נישט די סארט וואס ג"ש האט מחמיץ געווען...). אויב וויל איך דערגיין צו א פלעשל וויין איז ווערד איר פרייז, האב איך דריי וועגן אין וואס בוחר צו זיין: איינס, זיך איינרעדן אז כ'בין א חכם עתיק, נישט איינזעהן אז ס'פעלט מיר דעם חוש, און זיך נעמען אויספראבירן אויף אלע וועגן; שמעקן, לעקן, שלינגען, שפייען, און פארשטייט זיך ארויסקריכן מיט גארנישט. צוויי, כ'קען גיין צו איינעם וואס פארשטייט צו וויין, פרעגן צו ער רעקאמאנדירט דאס. דריי, כ'קען גאר טענה'ן אז די גאנצע אזויגערופענע וויין מומחיות איז סתם א בלאף, מענטשן מאכן זיך ווי זיי ווייסן וואס זיי רעדן בעת וואס ס'איז בכלל נישטא וואס צו וויסן. די ערשטע וועג איז זיכער נאריש, ווי געשמועסט, אבער וועלכע פון די אנדערע צוויי זענען מער שכל'דיג? פשוט, אויב זענען דא צווישן די וויין מומחים קלוגע און אויפריכטיגע מענטשן, מוז זיין אז יש דברים בגו, זיי וואלטן נישט גענארט זיך און די וועלט.
די אלע אויבנדערמאנטע גדולים זענען געווען ריזיגע מוחות און ברייטע קעפ, א גרויס חלק פון זיי אויך בקי אין פילאזאפיע ושאר חכמות העולם, זיי צו גלייבן אז זיי האבן באמת משיג געווען איז די מערסטע שכל'דיג.
אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.
כ'ווייס, כ'האב למעשה גארנישט געענטפערט, אבער וואס קען איך טון? ס'איז פשוט א זאך וואס איז נישט געמאכט פאר ווערטער. וויאזוי שרייבט נאר 'דער איד'? הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא. אבער אין דעם פאל איז עס דורכאויס אמת. כ'קען אייך בלויז עצה'ן ווי געשריבן:
שליח האט געשריבן:דאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ).