חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 1:07 pm
שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל מען האט נישט געלאזט זיין טאטע קומען צו זיין בר מצוה..
דאס איז האפנטלעך דאס ערשטע מאל וואס כלל ישראל וועט איינזעהן וואס אינזערע א.ג. עסקנים מאכען ליידער אפ פאר אידישע שטובער.
דער ווי געשריי פון הונדערטע עלטערן וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט זייערע קינדער פאר בלויזע רשעות וועט איינמאל פאר אלעמעל ווערן אנפלעקט צו דעם דור השפל...
ארץ ארץ אל תכסי דמם...
נ.ב. ביטע האלטען די שמוס אויף די רעלסן כדי דער אשכול זאל האבן א קיום...
אוי ווי גוט די זאגסט!
מ'דארף איינמאל פאר אלעמאל אויפהייבן א קול מחאה וזעקה גדולה ומרה עד לב השמים, אנטקעגן די רשעים רוצחים אכזריים אונטרן שלייער פון עסקנים טערעפיסטן, וואס לאזן נישט צו א טאטן צו זיינע אייגענע קינדער, פאר סיי וועלכען תירוץ ס'זאל נאר נישט זיין. און דאס איז אפילו ווען ער איז מעכב א גט, אבער ווער רעדט נאך נאכדעם וואס ער האט שוין געגעבן דעם גט, וואס איז יעצט די תירוץ אויף אזא שרעקליכע רציחה? וויפיל אזעלכע מעשיות הערט מען היינט אז מ'לאזט נישט צו טאטעס צו קינדער און אין פוצה פה ומצפצף.
געוואלד און געשריגן!! דא גייט פאר ממש מעשה סדום ועמורה און משווייגט??? און ווען מ'האלט זיי פאר, קען מען אסאך מאל הערן אזא נארישע רשעות'דיגער תירוץ ווי, אז ס'איז די טובה פונעם קינד.. אדער אז דאס קינד ווערט צומישט.. זייער אינטערעסאנט. ווער איר האט אנגעפאקט זיך צו גט'ן, דארף דאס געשעה'ן פאר יעדען פרייז, דעמאלטס איז נישט דא קיין פראבלעם אז די קינדער ווערן צומישט, פונעם עצם זאך אז טאטי און מאמי צוטיילן זיך, פון דעם ווערן זיי נישט צומישט, נאר אז דער טאטע זאל זיך קענען טרעפן מיט זיין אייגענעם באליבט קינד סתם אזוי, און ווער רעדט נאך בעת שמחת לבו, דאס נישט. ווייל ער ווערט צומישט...
וואספארא חיה אכזר און בלוטוגער רוצח דארף מען זיין אויסצוטרעפען אזא רשעות'דיגן תירוץ?? הא?
דערמענט מיר פון דעם מדרש, פון א שופט אין סדום וואס האט מחייב געווען אליעזר עבד אברהם צו באצאלן געלד פאר איינעם וואס האט אים אריינגעשאסן א שטיין אין קאפ און ס'האט זיך געגאסן בלוט, ווייל ער האט אים געטוהן א טובה מיט דעם ווייל ער האט אים ארויס גענומען שלעכטע בלוט אזוי ווי הקזת דם. כן הדבר הזה בלי שום חילוק.
ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען די נשמה פון דעם בחור איז ארויף געקומען צום בית דין של מעלה האט מען דארט אויסגעשריגן ''זעקת סדום ועמורה כי רבה וחטאתם כי כבדה מאוד''
מ'דארף זייער מורא האבן פונעם חרון אף וואס אזא שרעקליכע רציחה קען אנמאכן. נאר מיט א שטארקע מעכטיגע קול מחאה וועט מען אביסל אראפנעמען דעם שווערן חרון אף רחמנא ליצלן.
און זאלן וויסן די אלע רשעים עמלקים וואס נעמען אנטייל אין אזעלכע מעשה רציחה ווי נישט צולאזן טאטעס צו קינדער. מיינטס נישט אז די וועלט איז הפקר!! דער בורא כל עולמים זעהט אלעס! און טאמער טוט עטס נישט תשובה בעוד מועד
וועט עטס פלאקערן און בראטן אין גהינם און קיינמאל פון דארט נישט ארויס קומען!!
עטס קענטס ענק אויסלאכן ווילאנג דער באשעפער גיט ענק זיין אריכות אפיים, אבער ווען ידו הגדולה והחזקה וועט ענק דערגרייכן, וועט זיין זייער ביטער רח''ל. טוטס תשובה בעוד מועד ואז טוב לכם.