וואס איז די חרדי׳שע געזעלשאפט מחשיב אלס אַן אידעאל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם געדאנק איבער חשיבות החכמה לשלעצמה ולשמה, האט זיך מאקס הארקהיימער (פון די פראנקפורט חדר) אפגערעדט אויף דעם אז כהיום איז חכמה נאר א מיטל. והיינו, ווייל עס זענען דא דריי סארטן היגיון:

אבּיעקטיוו - דאס איז ווען מ׳נוצט שכל וחכמה להגיע צו וואס איז דאס אמת. דאס, און נאר דאס, איז די מטרה לשלעצמה. און דאס, און נאר דאס, איז קובע די מטרה פון ווי אזוי מ׳זאל זיך פירן; עס איז די אָנהויב און דעם סוף.

סאָבּדזשעקטיוו - דאס איז ווען מ׳נוצט הגיון ושכל להגיע למטרה וואס איז נישט דוקא די חכמה אליינס, נאר צו עררייכן די סאָבּיעקטיוו זאך וואס ער וויל מחוצה לה שוין מקודם (כגון כבוד און מאכט וכדומה). דאס נוצן דערפון איז נאר אלס פּראגמאטיק און פּראקטיש.

אינסטרומענטעל - דאס איז די נעקסטע שלב, וועלכע איז כמעט גענצליך מקושר אינעם פריערדיגן סאָבּדזשעקטיוו שלב. דאס איז ווען מ׳האלט שוין אז דאס וואס ווערט גערעכענט ווי ״חכמה״ בכלל, איז נאר דאס וואס האט א נוצן צום תענוג ומטרה פונעם מענטש און קען ווערן עפּלייד צו צרכים וואס ער וויל און דארף.

ער האט זיך מתרעם געווען אז דאס׳ן אפנויגן פון דעם אבּיעקטיוו אידעאל פון הגיון וחכמה אלס די מטרה, האט געגעבן א מקום פאר ״אידעאלאגיע״ און טיראניע אלס די ״אינטערעסע״ פונעם פאלק שוין מקודם ומחוצה לחכמה. וויבאלד חכמה אליינס איז דאס נישט קובע, עס איז נאר אינטערעסן מחוצה לחכמה וואס זענען שוין דאס קובע, צו וועלכעס חכמה איז נאר א מיטל להגיע אליהן. ער שרייבט:
If by enlightenment and intellectual progress we mean the freeing of man from superstitious belief in evil forces, in demons and fairies, in blind fate – in short, the emancipation from fear – then denunciation of what is currently called “reason” is the greatest service we can render
(דאס איז כעין די חתימה פון @ליטוואק פון בודאפעסט משמיה דדר. דניאל בּורסטין.)

ער שרייבט אז מ׳דארף צוריק ארויסהייבן פילאזאפיע, וועלכעס פרובירט צוצוקומען צום אָבּיעקטיוון אמת למען האמת, און וועלכעס האט טאקע נישט קיינע ״סאָקסעסעס״ אין וויאזוי מענטשן פארשטייען דעם טערמין פון ״סאָקסעס״.

ואולי קען מען זאגן לפי״ז אז דאס איז אויך א סימפּטאם אין די קאנפארמיטי וואס דאס חרדי׳שע געזעלשאפט לייגט א דגוש אויף. מיינענדיג, זייענדיג אז איר ארויסהייבן חכמה (אין אלגעמיין) אלס אַן עטאָס איז נאר להגיע למטרה וואס איז שוין נקבע מחוצה לה, פאר פּראקטישע וכו׳ געין, געבט דאס טאקע די מקום אויף ארויפצוצווינגען א וועלט-אויסקוק וכו׳ אלס די (כלומפרש׳טיגע) ״אינטערעסן״ פונעם געזעלשאפט מקודם ומחוצה לחכמה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די שאלה ״מהו פילאזאפיע?״ ולגבי דעם אז אפילו ילדים מתפלסים, איז דר. דוד הילס מגדיר ״פילאזאפיע״:
Philosophy is the ungainly attempt to tackle questions that come naturally to children, using methods that come naturally to lawyers
ונמצא מזה אז חרדיזם קען גאר זיין א רייפע פעלד פון וואו פילאזאפן קענען אפירקומען. מיינענדיג, זייענדיג אז מחד גיסא איז דא א דגוש צו פארבלייבן מיט א קינדערישע וועלט-אויסקוק (טאמער איז דאס די זעלבע קינדערישקייט פון וואס זייער התפלספות קומט אפיר), ומאידך גיסא איז למעשה דא א דגוש צו לאָיערן בתוך הלכה׳ס דזשוריספּרודענס, קומט דאך אויס אז דאס געבט א מקום אז עס זאלן ארויסוואקסן פילוסופים. :?

עס איז סתם אזוי מן הראוי לציין צו וואס בּערטראנד ראָסעל האט געשריבן איבער דאס חשיבות פונעם פעלד פון פילאזאפיע, און וואו דאס איז דוקא וויבאלד דאס איז נישט דעמאנסטרעטיוו און עפּליקעבּל; די רגע עס איז יא, ווערט עס א פעלד פאר זיך אפגעזונדערט פון פילאזאפיע:
IMG_7062.jpeg
IMG_7063.jpeg
IMG_7064.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט