איך פארשטיי שוין אז די גלייבסט,הגאון הצדיק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 8:35 amאיך קען זאגן אזוי אויף מיין רביברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:08 am ווער קען ענדיגן/ענפערן די שורות?
איך גלייב אז מיין רבי איז______ א תלמיד חכם און אן ערליכער איד
איך גלייב אזוי ווייל_________ הכרת פניו ענתה בו
איך גלייב אז מיין רבי קען_______ מער תורה ווי מיך
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך__________ גיין צו זיין טיש און איהם געבן א קוויטל מיט א פדיון
איך ערווארט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען וויאזוי נענטער צו ווערן צום באשעפער
מיין רבי ערווארט איך זאל________ דינען דעם אויבערשטן
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט דורעך_____ הדבק במידותיו
איך בין זיך מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ ווען אימער איך בין אין זיין געגנווארט דאווענען/טיש/קוויטל-שטוב/וכו'
ווער עס קען גוט די שאלות, און איז גרייט פאר נאך, זאל פראבירן צו ענפערן די אלע שאלות אויף פארקערט…
איך גלייב נישט אז מיין רבי איז______ פורק עול
איך פארשטיי אזוי ווייל_________ זיין טרעק רעקארד
איך גלייב נישט אז מיין רבי קען_______ די ברית החדשה
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך נישט ________ גיין צו זיין ברודער
איך ערווארט נישט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען צו מאכן געלט
מיין רבי ערווארט נישט איך זאל________ שיקן די קינדער אין נישט חסידישע מוסדות
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט נישט דורעך_____ זיווג
איך בין זיך נישט מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ הזיווג
האסטו. צופרידן?
ער איז א חסידישע רבי (נישט קיין רב ומורה דרך) פאר א גרויסע פארטי
און איך קען נאך צולייגן
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער זארגט זיך פאר מיר ווי טאטע צו א קינד
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער האט מיך אינזין
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער קען יעדער פון זיינע חסידים
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער פאדערט פון מיר
איך גלייב אין מיין רבי_______ אויך ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי אויס געלערנט
אבער וואס גלייבסטו?
אז דיין רבי איז_____
אז דיין רבי קען_____
עס איז דא - לדוגמא - י״ג עיקרי אמונה, מיוסד ע״פ הרמב״ם, וואס איז מברר בפרטות וואס און ווען און וויאזוי אמונה אין דעם אייבערשטען איז.
קענסט מיר מפרט זיין וואס די גלייבסט אין דיין רבי?
(נישט וואס די זעהסט און די ווייסט אדער געהערט פון אנדערע אז זיי האבן געזעהן אדער געהערט)