איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
גארטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך גארטל »

אין די טעג פאר פורים האב איך געזעען א צעטל זיך ארום דרייען אויף סאציאלע מידיע, (בילד איז צום סוף) עס האט מיר פריש ארויפגעברענגט דאס בלוט.

עס איז דער אויפן ווי אזוי מען טיילט איין די קאטיגאריעס פון ביי אינז היימישע אידן.

אפשר פארזעי איך עפעס, אדער פארשטיי איך פשוט נישט. אבער אין מיינע אויגן איז דאס עפעס וואס מיז זיך אויפהערן.

כלל ישראל דארף שוין איינמאל פאר אלעמאל אויף הערן מיט די צידרייטע עדשיזעם/סעקסיזעם/ראסיסעם. (איך ווייס נישט וועלעכע איז דאס ריכטיגע ווארט).

סיי די תורה און סיי להבדיל דאס געזעץ טיילט איין די מענטשהייט קאטיגאריעס ביי יארגענג.
ביי די 13 איז די בר מצוה; ביי די 18 א דרייווערס לייסענס; א.א.וו.

ביי היימישע אידן גייט עס אנדערש, בחורים באקומען נישט קיין פלאץ אין שול, נאר די געלערי/פארענטשעס; טארן נישט דרייווען; מעגן נישט ארבעטן; נאר בדיעבד פארמאגן א סעלפאון, און נאך.

זיכער זענען דא וואס גייען אקעקן די שטראם, אבער פיל מאל קומט דאס מיט קאנסעקווענסען.

פארוואס באקומען א קינד ווייניגער ווי א בחור? פארוואס באקומט א אינגערמאן מער ווי א בחור?

א צוואנציג יעריגע בחור באקומט ווייניגער ווי א צוואנציג יעריגע אינגערמאן! פארוואס?

לויט זיין חשבון פארוואס באקומט נישט א זקן מער ווי א אינגערמאן?

וואס איז אויב א בחור מיט א אינגערמאן גייען צוזאמען פאר די זעלבע צוועק?

געט מיי פוינט. די פראבלעם איז שטערקער און טיפער. עס איז. נישט די געלט אדער וואס. עס איז די פאקט אז א 13 18 און 23 יעריגע בחור האבן מער ווייניגער די זעלבע רעכטען.

אויף וויפיל איך ווייס איז אויך דא דעם פראבלעם ביי ליטיווישע אבער נישט אויף אזא פארנעם.

אין רוב פעלער וועט א בחור וואס איז א תלמוד חכם נישט מעגן זיין א מלמד, שואל ומשיב, מגי"ש וכו' אפילו אויב זאל ער יעצט ווען זיין חתונה געהאט וואלט מען זיך געהארגעט אז ער זאל קומען ארבעטען אלס מלמד.

אזויווי די שיסטער זעהט נישט פנימער נאר שיך.. האב איך מיט מיינע מחשבות געזעען פורים נישט קיין פארשעלאכטצער, נאר די סיבה אינטער די פארשטעלאכץ.

איך האב געזעען פילע בחורים, בעיקר עלטערע, זיך פארשטעלן ווי א טאטע.. פשוט א שטריימל, ווייסע זאקן.. א.א.וו. מען זאל אום נישט דערקענען אלס בחור. איך האב געפרעגט עטליכע פון זיי (און בית המדרש ווי איך דאווען) וואס די פשוט איז, האבן זיי טאקע באשטעטיגט דאס וואך איך האב מיך פארגעשטעלט, מען מאכט מער געלט אזוי.

נאך מער פון דעם, איך האב נישט געקענט טרעפען קיין שום אינגערמאן וואס האט זיך פארשטעלט ווי א בחור. נישט נאר קיין אינגערמאן, נאר איך האב אפילו נישט געטראפען קיין עלטערע מענטש זאל זיך פארשטעלן ווי א בחור, אפילו יעדער ווייסט אז ער איז א פארהיירטער.

דאס האט מיך זייער שטארק באשטעטיגט אז ביי אינז היימישע זענען בחורים אויסגעשפילט. און מיין הארץ גייט אויס פאר די עלטערע בחורים וואס און קיין שום נארמאלע סיבה זענען זיי אינדערויסן פון די נארמאלע געזעלבשאפט.

אדרבה אויב פארזעי איך עפעס לאזט מיך וויסן, ווייל דאס איז עפעס וואס מאכט מיך שטארק נארוועז..
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך קהל'ס נער »

דעיס איז ביי דיזיין, למשל די סיבה פארוואס בחורים גייען נישט מיט קיינע טליתים (טליתות, לפי דקדוק) כאטש וואס לויט הלכה איז נישטא קיין שום נ״מ און א בחור איז פונקט אזוי מחויב בטלית ווי א אינגערמאן.
נאר מען האט געמאכט א תקנה אז בחורים זאלן נישט האבן קיין טלית למען ישמעו ויראו אז דער איז א בחור, און אזוי וועט מען עים סאושעלי פרעשורען צי חתונה האבן, (שיין זעה מיר אויס אז מען נאט חתונה פאר סאציאלע פרעשיר…)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך סבא דבהתא »

איך גיב טאקע מער פאר בחורים זיי זענען נאך מער לויטער און תמימותדיג און כשטעל מיך פאר אז מער צדקה קומט אן צו די ריכטיגע פלאץ משא”כ א יונגערמאן ווייסעכשוינישט וויפיל בלייבט למעשה פאר צדקה...
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היום »

אונזער סיסטעם איז בדווקא אזוי אויסגעשטעלט אז מען חיש׳ט ארום די בחורים אז די תכלית און לעבן איז צו חתונה האבן און ברענגען קינדער. און ווי פריער אלץ בעסער…
איך וועל נישט אריין גיין באריכות יעצט, אבער א גרויס חלק פון די גאנצע טראסק וואס מען מאכט ביי א חתונה און שבע ברכות איז וועגן דעם,
אז א קליין יונגל זאל קום ווארטן צו חתונה האבן, זיין א טאטע, און בייקומען א שטריימל, און א קליין מיידל חלום׳עט פון די נאכט וואס זי וועט זיין די כלה ביי איר חתונה, אזויפיל מיידלעך פארשטעלן זיך פורים ווי א כלה….
סאיז א פראסעס ווי סטעפ ביי סטעפ האלט מען אן די יונגווארג, קודם פון זיין עקסייטעט פאר א חתונה אלץ קליין קינד, נאכדעם מיט די אלע בענעפיטן וואס אונזער קאמיונעטי געט פאר חתונה געהאטע.
אזוי אז א 18-19 יעריגע בחור און מיידל פרעגן נישט און טראכטן נישט צופיל, מען זאגט יא צום ערשטן דרייפערטל פאסיגן שידוך, און מען רוקט זיך ווייטער צום חתונה אזוי ווי יעדער ״נארמאלער״ איינעם…
ערשט דאנמאלץ, ביים חתונה הייבט זיך אהן די ריכטיגע חושעריי, מען האלט דעם חתן און כלה ביזי ביז שפעט און דער נאכט, אזוי אז זיי האבן שוין ביידע נישט קיין כח און קיין קלארן דעת…
נאכדעם קומט א וואך פון עסן שלאפן עסן שלאפן, פון איין שבע ברכות צום צווייטן, ביז ביז מען ווארט שוין א קינד, צוויי, דריי…

יעצט ביי די 23-25 הייבן זיך אהן אסאך צו כאפן, רבש״ע, וואס גייט פאר מיט מיר? וואס טיע איך מיט מיין לעבן?
יעצט ביסטו שוין פיין סטאק מיט דיין לעבן און משפחה, אבליגעישענס ביז איבערן קאפ…
גיי יעצט טשעק ארויס… מען קען שוין כמעט נישט… עס איז שוין גוט פארפלאנטערט…

איך זאג נישט צו סאיז גוט אדער שלעכט אזוי, ס״ה מעג מען זיין אווער ווי אזוי אונזער סיסטעם איז געפראגרעמט, און פארוואס רוב פון אונז טרעפן זיך און לעבן ביי א פלאץ ווי מען קען נישט עכט צוריקגיין/אוועק גיין אזוי שנעל…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היום »

איין זאך יא, וועגן זיין א מלמד, און עוסק זיין בכמה מיני אומנות, שטייט יא און שו״ע הלכות וועגן א רווק.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היימלינד »

היום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:46 pm איין זאך יא, וועגן זיין א מלמד, און עוסק זיין בכמה מיני אומנות, שטייט יא און שו״ע הלכות וועגן א רווק.
דאס האט א סיבה משום חשד, גארנישט צוטוען מיט די חשיבות / סטאטוס פון יא אדער נישט חתונה געהאט
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היום »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:54 pm

יא, אבער עס קען מסביר זיין פארוואס פאר בחורים ת״ח, וועט מען נישט געבען געוויסע תפקידים, ביז נאך די חתונה.

הגם, אז ביי בחורים מדריכים, לייגערס וכדו׳ זעהט נישט אויס ווי מען איז מקפיד אויף דעם…

היום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:00 pm

אין שו"ע שטייט אז א רווק טאר נישט זיין קיין מלמד תינוקת, דאס קען אויך מיינען א עוזר, מדריך, לייגער וכדומה
חוץ אויב איינער וועט קומען מיט א לומדות אז די "גרויסע" קינדער וואס גייען שוין אין קעמפ אדער די די מלמד וואס איז א נשוי זענען שומרים.
אויפריכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך אויפריכטיג »

אוי האט היום גוט געשריבען לגבי די כוונות אין אונזער סיסטעם כדי צו סאציאל צווינגען דער מענטש חתונה צו האבן..
כ’געדענק עטליכע יאר צוריק ווען ס’איז געלאפן דער כח היחיד קאמפיין צו פולקאם שפארן ביים חתונה מאכן ווי קויפן גאר ביליגע צירינגען, חתונה מאכן אינדערהיים וכו’ (אנדערש ווי די אלגעמיינע חתונה תקנות וואס קאסט נאך א שיינע אפותיקי..) האב איך דאן געהערט משמיה פון געוויסע רבנים וואס זענען געווען גאר שטארק דערקעגן נישט וואוסענדיג צו ווי ס’קען אלץ פירן און ס’קען נאך ווערן א מציאות ווי א חתונה נאכט וועט זיין ווי א וואך-נאכט.. און זיי האבן גע’טענה’ט אז הי’ לא תהי’.. א חתונה מוז בלייבן א ריזיגע געשעהניש ודו’’ק און כמובן יש בנותן טעם אויך וועגן עניני אישות אבער תפוס לשון ראשון..

און כ’מיין יעדער וואס טרינקט נאר קאווע ביי אונז אין שטיבל קען מעיד זיין אז דער סיסטעם פון חתונה האבן יונג.. קינדער.. פרנסה.. איז דער שטערקסטער וואפן אונז צו האלטן אין די ראמען.. נישט אזוי..?
לעכט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 9:36 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך לעכט »

קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:24 am דעיס איז ביי דיזיין, למשל די סיבה פארוואס בחורים גייען נישט מיט קיינע טליתים (טליתות, לפי דקדוק) כאטש וואס לויט הלכה איז נישטא קיין שום נ״מ און א בחור איז פונקט אזוי מחויב בטלית ווי א אינגערמאן.
נאר מען האט געמאכט א תקנה אז בחורים זאלן נישט האבן קיין טלית למען ישמעו ויראו אז דער איז א בחור, און אזוי וועט מען עים סאושעלי פרעשורען צי חתונה האבן, (שיין זעה מיר אויס אז מען נאט חתונה פאר סאציאלע פרעשיר…)

דאס האט גראדע יא עפעס א מקור ע"פ קבלה(?) וועגן אור המקף, והיינו טעמה ד'רעשווילקעס
[NAMELESS]

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך [NAMELESS] »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:03 pm
היום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:00 pm
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:54 pm
היום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:46 pm איין זאך יא, וועגן זיין א מלמד, און עוסק זיין בכמה מיני אומנות, שטייט יא און שו״ע הלכות וועגן א רווק.
דאס האט א סיבה משום חשד, גארנישט צוטוען מיט די חשיבות / סטאטוס פון יא אדער נישט חתונה געהאט
יא, אבער עס קען מסביר זיין פארוואס פאר בחורים ת״ח, וועט מען נישט געבען געוויסע תפקידים, ביז נאך די חתונה.

הגם, אז ביי בחורים מדריכים, לייגערס וכדו׳ זעהט נישט אויס ווי מען איז מקפיד אויף דעם…
אין שו"ע שטייט אז א רווק טאר נישט זיין קיין מלמד תינוקת, דאס קען אויך מיינען א עוזר, מדריך, לייגער וכדומה
חוץ אויב איינער וועט קומען מיט א לומדות אז די "גרויסע" קינדער וואס גייען שוין אין קעמפ אדער די די מלמד וואס איז א נשוי זענען שומרים.
די סיבה פארוואס א רווק מעג נישט זיין א מלמד איז מבואר אין שולחן ערוך ווייל די סדר פלעגט זיין אז די מאמע'ס האבן געברענגט די קינדער אין חדר
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היימלינד »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:13 am
די סיבה פארוואס א רווק מעג נישט זיין א מלמד איז מבואר אין שולחן ערוך ווייל די סדר פלעגט זיין אז די מאמע'ס האבן געברענגט די קינדער אין חדר
עס איז א בפירושע משנה אין קידושין, ס'איז אבער דא נאך א טעם חוץ פון די מאמעס
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היום »

אויפריכטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:51 am אוי האט היום גוט געשריבען לגבי די כוונות אין אונזער סיסטעם כדי צו סאציאל צווינגען דער מענטש חתונה צו האבן..
כ’געדענק עטליכע יאר צוריק ווען ס’איז געלאפן דער כח היחיד קאמפיין צו פולקאם שפארן ביים חתונה מאכן ווי קויפן גאר ביליגע צירינגען, חתונה מאכן אינדערהיים וכו’ (אנדערש ווי די אלגעמיינע חתונה תקנות וואס קאסט נאך א שיינע אפותיקי..) האב איך דאן געהערט משמיה פון געוויסע רבנים וואס זענען געווען גאר שטארק דערקעגן נישט וואוסענדיג צו ווי ס’קען אלץ פירן און ס’קען נאך ווערן א מציאות ווי א חתונה נאכט וועט זיין ווי א וואך-נאכט.. און זיי האבן גע’טענה’ט אז הי’ לא תהי’.. א חתונה מוז בלייבן א ריזיגע געשעהניש ודו’’ק און כמובן יש בנותן טעם אויך וועגן עניני אישות אבער תפוס לשון ראשון..

און כ’מיין יעדער וואס טרינקט נאר קאווע ביי אונז אין שטיבל קען מעיד זיין אז דער סיסטעם פון חתונה האבן יונג.. קינדער.. פרנסה.. איז דער שטערקסטער וואפן אונז צו האלטן אין די ראמען.. נישט אזוי..?

יא יא
איך וועל נאר מוסיף זיין, שמעתי בשם א געוויסע עסקן וואס האט געוואלט אריינברענגען תקנות פון שבע ברכות, צו עס איינצומען מזאל עס נאר מאכן אזוי ווי א שיינע נאךטמאל ביי א קרוב משפחה און שטוב, און אזוי שפארן אלפים פאר מחותנים און משפחות.
ווען ער איז אריין צו א געוויסע אדמו״ר - א חכם (וואס? וועלעכע? עיין באשכול ״וועלעכע רבי איז א חכם״…) האט עהם יענער געזאגט ״ח״ו, אדרבה, אפשר איז כדאי צו מחזק זיין די מנהג פון אמאל אז מען האט געמאכט צוויי מאל א טאג״…
מען דארף האלטן חתן כלה ביזי, מיד, הויעך, דיזי… ווי מער/לענגער מען קען נאר…
והיינו טעמא בפשטות של מצוות שמחת חתן וכלה.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
גארטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך גארטל »

איך בין נישט געווען דא עטליכע טעג. לויט ווי איך זעה פון די ענטפערס איז עס צוליב מען וויל אז מען זאל חתונה האבן.
מיין שאלה: איז דאס אמת? און אויב יא ווען האט זיך דאס אנגעהויבן?
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך היום »

גארטל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:06 am איך בין נישט געווען דא עטליכע טעג. לויט ווי איך זעה פון די ענטפערס איז עס צוליב מען וויל אז מען זאל חתונה האבן.
מיין שאלה: איז דאס אמת? און אויב יא ווען האט זיך דאס אנגעהויבן?
ווען באט זיך אונגעהויבן וואס?
אז מען האט געוואלט מען זאל חתונה האבן?

פון וועלטס באשאף, איז עס געווען א דבר פשוט ביותר - ביי אלע תושבי כדור העולם - אז מען עקספעקט פון יעדער מאנספערזאן זאל זיך גיין זיכן מיט וועמען צו חתונה האבן שוין פון די רגע וואס ער איז ביכולת.

אזוי אויך א מיידל וואס איז אפגעזיצן אליינס איז געווען שרעקליכע בזיונות…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך עמרם »

למעשה איז די דיסקרימינאציע א שרעקליכע פארברעך

די בחור חלש'ט חתונה צו האבן, און ער איז גרייט ווייטער צו דינען דעם סיסטעם, אבער למעשה גייט נישט קיין שידוך, וואס איז ער שילדיג ??
פארוואס וועט מען ענדערש געבן אן עליה, אדער מכבד זיין מיט קבלת שבת דעם אינגערמאן וואס איז 3 יאר אינגער פון אים ??
הלמאי ??

ס'איז אזאך וואס שטייט נישט אין ערגעץ, נישט אין די פוסקים און נישט אין די חסידישע ספרים
סתם היפיקראטיע !!

ס'איז נישט קיין שום ענין מכבד צו זיין איינער וואס האט שוין חתונה געהאט ווי נישט,
און ס'איז צריך תיקון !!
גארטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך גארטל »

איך פארשטיי. מיין שאלה איז ווען האט זיך אנגעהויבן די אלע טאקטיקען און צוימונגען אז א בחור זאל שוין גלייך ווילן חתונה האבן.
ממה נפשך, אויב איז די סדר בעולם אזוי צו טון דעמעלטס פארוואס דארף מען טון פעולות אז מען זאל ווילן חתונה האבן ווי פריער ביי אינז. און אויב איז די סדר בעולם אז מען דארף טרייבן די איגענט צו הייראטען דעמעלטס וויל איך וויסן ווען עס האט זיך אנגעהויבן די טאקטיקען וואס מען נישט היינט. ווייל פון די געווענדליכע לימודים פון וואס איך האב באגעגענט דורך די יארן האב איך נאך גארנישט געטראפען.
דברי שלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:55 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך דברי שלום »

מענין לענין
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: איז אידישקייט געבינדען מיט די יארגאנג?

שליחה דורך טמיר »

דאס געבן פאר א בחור ווייניגער צדקה ווי פאר א פארהייראטער מיין איך איז זייער פארשטענדליך. אזוי ווי דו פארשטייסט אז ווען איינער קומט ארויף צי דיר אינדערהיים גיבסטו מער ווי אין שול. פארוואס? ווייל ער האט זיך מער מטריח געווען קומט זיך עם מער.

יעצט פאר א בחור "בדרך כלל" איז עס סך הכל נאך א וועג צי שטיפן צייט. משא"כ פאר יונגערמאן "בדרך כלל" איז עס אן הקרבה וואס ער געט אוועק פון זיין (פילמאל טייערע) צייט.

אי קשיא הא קשיא:
פארוואס טאקע איז א בחור'ס צייט איבריג? ווייל ער טאר גארנישט טון אויסער קוועטשען ביי א גמרא. פארוואס? תיובתא
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
פארשפארט