שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך טמיר »

יואליש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:12 am
א אידיש קינד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:43 pm
ווי איך פארשטיי מיינט די חת"ס אז פון זיינע צייטן און ווייטער קען מען עס שוין נישט אנרופן "מאבד לדעת" צוליב חולשת הדור.
איי, איי, איי. געווען אמאל א וועלט. אפילו די זעלבסטמערדער זענען געווען אויף גאר א העכערע בחינה, מלא חן און יישוב הדעת. היינטיקע אזויגעריפענע זעלבסמערדער באגייען זיך מיט אזא טירוף הדעת און שעדיגן די רעפוטאציע פון די אמאליגע קבירות חמור קליקע. דער הייליגער חת"ס איז כשר גערעכט. מ'טאר די צבועים בשום אופן נישט דיגניפייען מיט א קבירת חמור. אויב וועט זיך מאכן א זעלבסמארד ביי איימיצער פון די בני עליה, א בנש"ק ואיש מורם מעם, א בעל כשרון און א ירא שמים פון וועם מ'איז נהנה עצה ותושיע, אפשר דאן וועלן די פוסקים מתיר זיין א קבירת חמור.

טראגיקאמישע קאמענטארן אין די זייט געלייגט, ס'איז פיל פשוט'ער צו אפלערנען אז דער חת'ס האט געזען די קבירת חמור אלס inhumane און א חסרון אין די בני רחמנים'ס מיטגעפיל מיט די אומשטענדן און מיט די משפחה, און ער האט געמאכט א סוף צו דאס לעבן פון די מנהג. וממנו ילמדו. דאס איז א סעמפעל פון ניצן דעם כוחא דהתירא אויף צו סערווירן דאס געזעלשאפט למוטב אפי' ווען דאס באדייט עוקר זיין הלכה ומנהג פון פריערדיגע.
זייער גוט, אבער ווי איינער האט שוין מעיר געווען איז דער חת"ס זאגאר געווען דער מחדש פון חדש אסור מן התורה, אנע פשרות. איז וואס איז דא געשען?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חתן בחור »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:35 pm
בינה ודעת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:26 pm
רחמנא ליצלן!

אבער דאס איז וואס איך פארשטיי נישט, לויט וויאזוי איך ווייס איז דער געצעץ אז מען מוז געבן וויזיטעישנ'ס פאר ביידע. נו וואס גייט דא פאר? סתם מלאזט זיך ווי מעקעלעך פון די רשעים? אויב יא, דאן מוז מען דא אנהייבן צו טוהן דראסטישע לעגאלע שריט צוצוברעכן די זרועות רשע איינמאל פאר אלעמאל.
איך האב נישט דורך געטוען די געזעצען - ב"ה נישט נוגע פערזענליך
די פרויען סופארט גרופס הידועים לשמצה האבען אלעס דורך געטוען לאורכה ולרוחבה און האבען אלע דאקיומענטען גרייט, ס"ה דארף מען אריין פילען די נעמען...

עפעס ליגאליטעט מיז עס האבען, לכאורה עפעס אזא restraining order אז די מאן/טאטע איז מסוכן וכו'
מיין שאלה איז נאר, אפילו אויב איז ער מסוכן [וואס אין רוב פעלער איז שקר אבער די פרוי איז אלעמאל גערעכט...]:
פארוואס קען ער נישט איהם זעהן אין חדר אדער אנדערע פאבליק פלעצער?
פארוואס קען ער נישט קומען צו א שמחה ?
פארוואס טאר די מלמד מנהל נישט רעדען צו וועדען די קינד?
פארוואס קען ער נישט זיין א טייל פון זיין חינוך כאטש פון דערווייטענס?
פארוואס ??!!

ווייל די גאנצע סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט ליידער. פון דיינים, בי״ד, צו מנהלים און עסקנים. זיי ווייסן וויאזוי זאכן קוקן אויס אין ניו יארקער געריכט.

ניו יארק איז א שטארק בלויע שטאט און ס׳איז זייער גרינג פאר א פרוי ארויסצונעמען א ריסטרעינינג ארדער, בלויז אירע ווערטער דארף מען האבן און די מאן ווערט גלייך ארעסטירט און באקומט א ריסטרעינינג ארדער. זי ברויך גארנישט אויפווייזען. איין מאל די טאטע האט טועם געוועהן פונעם געזעץ טראכט ער שוין צוויי מאל צו ס׳לוינט זיך אים גיין טרעפן דאס קינד אין א פארק אדער שמחה.

ס׳קאסט שווערע צענדליגע טויזענטער דאלער צו זיך שלאגן מיט׳ן סטאטוס קווא אין ניו יארק ווי א מאמע איז אויטאמאטיש גערעכט. נישט יעדער האט דאס. ס׳נעמט צייט, בלוט און טרערן אנצוקומען ערגעץ, און דערווייל ווערן די קינדער פאר׳סמ׳ט קעגן איינע פון די עלטערן. אין געוויסע פעלער מאכט דאס אז עס פשוט געזונטער פאר די קינדער נישט צו זעהן די טאטע מער, ווי ווייטאגליך עס קען נאר זיין. אסאך מאל וויל די טאטע ניטאמאל זיך שלאגן פאר וויזיטעישאן ווייל אלע ווייסן זייער גוט די קלאגע וואס קומט נאכדעם...

פאר א מנהל לוינט זיך נישט צוצולאזן די אנדערע זייט צו זעהן דאס זוהן. די מינוט די מאמע ווערט געוואור (און זיי ווערן שטענדיג געוואור) פליען אלע קינדער פון מוסד, און זי לייגט זיי ערגעץ אנדערש. און ווער דארף די קאפוויי עניוועי. אנדערש ווי א פאבליק סקול ווי א טאטע קען גיין אן פרעגן איינעם, זענען די חדרים און ישיבות פרייוועט פראפערטי, און די הנהלה האט דאס לעצטע ווארט, און ווערן סקווערלי געבּלעמט ביי די מאמע׳ס זייט ווען דאס פאסירט.

די סיסטעם ברויך אן Overwhelming overhaul.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך סביב העולם »

מאלעסטעישן איז היינט צו טאגס די לעצטע סטראשע וואס איינער וויל נעמען א ריסק. א מנהל, מלמד, עסקן, טאטע, זיידע - יו נעים איט, וואס קריגט אזא סטראשע, און ווייסט אז יענער איז אומשטאנד דאס אויספירן, ציטערט מען פאר דעם ווי פארן טייוול. איך וואג זיך צו זאגן אז ווען דער באקאנטער אקטיוויסט וואס רוישט פאר טאטעס רעכטן וועט איינמאל ווערן געסטראשעט דורך א ריכטיגע ביטשקובע רביצין אז זי וועט אים קלאגן דערמיט, ציהט ער זיך ארויס פון דעם קעיס עד חרמה. ידידנו חתן בחור האט דאס ערווענט בקצרה, אבער דאס איז דער שורש.

ס'איז דא א סיבה פארוואס קאסטאדי פייטס קען נאך אנגיין אזוי גרוילהאפטיג במחנינו. קריגסט א רמז אז מ'גייט דיר קלאגן, און אלל העלל ברעיקס לאז, קיינער נעמט נישט קיין שאנס.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך קהל'ס נער »

טמיר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:12 pm
יואליש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:12 am
א אידיש קינד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:43 pm
ווי איך פארשטיי מיינט די חת"ס אז פון זיינע צייטן און ווייטער קען מען עס שוין נישט אנרופן "מאבד לדעת" צוליב חולשת הדור.
איי, איי, איי. געווען אמאל א וועלט. אפילו די זעלבסטמערדער זענען געווען אויף גאר א העכערע בחינה, מלא חן און יישוב הדעת. היינטיקע אזויגעריפענע זעלבסמערדער באגייען זיך מיט אזא טירוף הדעת און שעדיגן די רעפוטאציע פון די אמאליגע קבירות חמור קליקע. דער הייליגער חת"ס איז כשר גערעכט. מ'טאר די צבועים בשום אופן נישט דיגניפייען מיט א קבירת חמור. אויב וועט זיך מאכן א זעלבסמארד ביי איימיצער פון די בני עליה, א בנש"ק ואיש מורם מעם, א בעל כשרון און א ירא שמים פון וועם מ'איז נהנה עצה ותושיע, אפשר דאן וועלן די פוסקים מתיר זיין א קבירת חמור.

טראגיקאמישע קאמענטארן אין די זייט געלייגט, ס'איז פיל פשוט'ער צו אפלערנען אז דער חת'ס האט געזען די קבירת חמור אלס inhumane און א חסרון אין די בני רחמנים'ס מיטגעפיל מיט די אומשטענדן און מיט די משפחה, און ער האט געמאכט א סוף צו דאס לעבן פון די מנהג. וממנו ילמדו. דאס איז א סעמפעל פון ניצן דעם כוחא דהתירא אויף צו סערווירן דאס געזעלשאפט למוטב אפי' ווען דאס באדייט עוקר זיין הלכה ומנהג פון פריערדיגע.
זייער גוט, אבער ווי איינער האט שוין מעיר געווען איז דער חת"ס זאגאר געווען דער מחדש פון חדש אסור מן התורה, אנע פשרות. איז וואס איז דא געשען?
Rules for thee, not for me!
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
א אידיש קינד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך א אידיש קינד »

כרם זית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:12 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:15 am איינער קען ביטע צוצייכענען די מראה מקום פונעם חת"ס?

אויך דער בשמים ראש סימן שמ"ה איז מתיר אפילו לכתחילה זיך צו הרג'נען אויב מען האט א שווערע לעבן, ויש משערים שכך עשה ר' שאול ברלין עצמו.
אאה.. דאס איז שוין א חידוש דאס מוז איך שוין נאכקוקן. אבער עניוועי שכוח פארן עס צוצייכענען.
א אידיש קינד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך א אידיש קינד »

אנטשולדיגט יעצט געליינט די ווייטערדיגע תגובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך שמעקעדיג »

חב''ד הויזן האט געשריבן: בכלליות ווען ס'איז דא א סיכסוך צווישן די טאטע און די מאמע דארף די מוסד זיך צושטעלן צום טאטן וואס ער איז מחיוב ללמדו תורה. די גאנצע חיוב און אחריות צו שיקן דאס קינד אין חדר ליגט אויפן טאטן.

התינח ביי א יונגל, איז ביי א מיידל אויך אזוי?
וירח ה' את ריח הניחוח
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חב''ד הויזן »

שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:27 am
חב''ד הויזן האט געשריבן: בכלליות ווען ס'איז דא א סיכסוך צווישן די טאטע און די מאמע דארף די מוסד זיך צושטעלן צום טאטן וואס ער איז מחיוב ללמדו תורה. די גאנצע חיוב און אחריות צו שיקן דאס קינד אין חדר ליגט אויפן טאטן.

התינח ביי א יונגל, איז ביי א מיידל אויך אזוי?
לכאורה טאקע נישט דא דעי חלק
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אמת45 »

איך רעד נישט אריין אין דעם גאנצן האַקעלן שמועס, נאר אויף אזויפיל,
ווען איך האב ערשט געהערט אז מ'האט נישט צוגעלאזט די קינד צום טאטן האב איך גלייך דן געווען די וואס זענען געווען פארמישט דערין.
איך מיין אז יעדער קען מסכים זיין צו דעם אז נישט לאזן א קינד זעהן זיין טאטן (נאכדערצו אז ס'גליסט אים שטארק - אויב איז עס וואָר) איז א השחתה. אבער לאחר העיון, אין די קאנטאקסט פון דעם געשעהעניש, קומט נישט אריין צו רעדן דערפון, בכלל.

ערשטנס, קיין איין בחור דעם יארגאנג און אזוי אריינגעגלידערט אין געזעלשאפט מיט משפחה און פריינט, נעמט זיך נישט דאס לעבן, פעריאד.
ס'קומט בכלל נישט אריין צו "פארשטיין" די אורזאך.

ס'איז איצטערט פארהאן אזויפיל פיינפולע אומשטענדן וואס שפילן זיך אויס עהז ווי ספיעק, מער גרויזאם ווי בלויז נישט זעהן א טאטע, דהיינו א משוגענע פאטער, א שעדליכער, און א פעטער וואס נעמט קעיר וכו', און מיר לייגן נישט די קינדער דארט אויף סועסייד וואטש, ווייל ס'האט באשיינפערליך אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט, טראץ די שרעקליכע גיטין וואס מיר קענען יעדער פערזענליך, נעמליך ארעסטירטע טאטעס, קלאפטעס פון מאמעס, וואס האט צוגרונד געלייגט גאנצע דורות. ומחידוש לא ילפינן.

אשר על כן, צוריק צו די מאמעס זייט/זיידעס זייט/עסקן זייט, קומט נישט אריין צו טראכטן מצדו וואס ער האט געטוהן. יא ער איז פילייכט באגאנגען א טעות צוויי, ער האט נישט ריכטיג געטוהן, אןן מען קען אפילו הערן א צווייטע צד - פארוואס טאקע געסטו נישט קיין טשיילד סופּארט? וואס מיינט דאס פונקטליך? נניח ס'קומט אים טאקע נישט טויט שטראף, אבער ס'איז זיכער צריך עיון. איך זוך עס נישט צו פארשטיין און צו באשולדיגן קיינעם. אבער אויף אזויפיל יא, ס'איז פונקט אזוי נישט מיין געשעפט ווי א צווייטע געשיכטע אהן א טויט. דאס אז איינער האט זיך גענומען דאס לעבן אין דעם עפיזאד מאכט עס נישט קלארער, אדער מער פארשטענדליך.

נאר וואס יא, ס'האט דאך עפעס דעם בחור'ל ע"ה געטריבן און ס'איז ווירקליך א שוידער, קען מען "זיך" אויפוועקן און נעמען א לעקציע דערפון, וואס איינס פון זיין איז "לאז די קינדער זעהן א טאטע" - עפעס וואס איז גראדע קלאר אהן דעם, און ווערט ניטאמאל קלארער מיט דעם. נישט ווייניגער א לעקציע קען מען ארויסנעמען דערפון אז מ'דארף אנקוקן א בר מצוה בחור אנדערש. געב אים אפשר יא א גאנצע דאלער אין שוהל, אדער זאג אים כאטש וויפיל קוואדערס דו ברויכסט צוריק און נישט קלאפ מיטן פינגער אויפן טיש ווי אחשוורוש.. ווי אויך איז עס אפשר א סטראשע פאר אן עסקן ערגעצוואו אדער אן אדמו"ר אויף א זייט צו קלערן איבער קאנסעקווענצן.

אלנפאלס, באותה מדה, ווייסן מיר "גארנישט" באמת, צוליב די נאטור פון דעם זעלטענעם געשעהעניש. אפשר ליגט א גראבן קאץ באגראבן דא (אדער א דבר אחר). האט איינער געטשעפעט מיט דעם בחור? איז ער אויף א שטילן טאבלעט געווען? פיל מער צד צו זאגן אזוי, צו אזוי פלאס אַזי, צו אזי אליינס.

פון בריסקער רב איז דא א ווארט איבער טראגעדיעס, אז ער ווערט מער אינספירירט איבער טויט ווען א עלטערער פערזאן שטארבט ווי א יונגע טראגעדיע, ווייל דער יונגער איז אן אויסנאם און אלט ווערט יעדער.

דאס זעלביגע בחינה דא, מיכאל'ס פטירה ע"ה איז מער אינספירירנד אין דעם הינזיכט פון גיטין ווי "א בר מצוה בחור וואס נעמט זיך דאס לעבן".

נאדיר א פסוק אין קהלת וואס רעדט פון גאט, און מקען עס דא צושטעלן פאר די שרייבער מיט שטארקע דעות:
אַל תְּבַהֵל עַל פִּיךָ וְלִבְּךָ אַל יְמַהֵר לְהוֹצִיא דָבָר לִפְנֵי הָאֱלֹקִים כִּי הָאֱלֹקִים בַּשָּׁמַיִם וְאַתָּה עַל הָאָרֶץ עַל כֵּן יִהְיוּ דְבָרֶיךָ מְעַטִּים:
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך היימלינד »

חתן בחור האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:56 pm

ווייל די גאנצע סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט ליידער. פון דיינים, בי״ד, צו מנהלים און עסקנים. זיי ווייסן וויאזוי זאכן קוקן אויס אין ניו יארקער געריכט.

ניו יארק איז א שטארק בלויע שטאט און ס׳איז זייער גרינג פאר א פרוי ארויסצונעמען א ריסטרעינינג ארדער, בלויז אירע ווערטער דארף מען האבן און די מאן ווערט גלייך ארעסטירט און באקומט א ריסטרעינינג ארדער. זי ברויך גארנישט אויפווייזען. איין מאל די טאטע האט טועם געוועהן פונעם געזעץ טראכט ער שוין צוויי מאל צו ס׳לוינט זיך אים גיין טרעפן דאס קינד אין א פארק אדער שמחה.

ס׳קאסט שווערע צענדליגע טויזענטער דאלער צו זיך שלאגן מיט׳ן סטאטוס קווא אין ניו יארק ווי א מאמע איז אויטאמאטיש גערעכט. נישט יעדער האט דאס. ס׳נעמט צייט, בלוט און טרערן אנצוקומען ערגעץ, און דערווייל ווערן די קינדער פאר׳סמ׳ט קעגן איינע פון די עלטערן. אין געוויסע פעלער מאכט דאס אז עס פשוט געזונטער פאר די קינדער נישט צו זעהן די טאטע מער, ווי ווייטאגליך עס קען נאר זיין. אסאך מאל וויל די טאטע ניטאמאל זיך שלאגן פאר וויזיטעישאן ווייל אלע ווייסן זייער גוט די קלאגע וואס קומט נאכדעם...

פאר א מנהל לוינט זיך נישט צוצולאזן די אנדערע זייט צו זעהן דאס זוהן. די מינוט די מאמע ווערט געוואור (און זיי ווערן שטענדיג געוואור) פליען אלע קינדער פון מוסד, און זי לייגט זיי ערגעץ אנדערש. און ווער דארף די קאפוויי עניוועי. אנדערש ווי א פאבליק סקול ווי א טאטע קען גיין אן פרעגן איינעם, זענען די חדרים און ישיבות פרייוועט פראפערטי, און די הנהלה האט דאס לעצטע ווארט, און ווערן סקווערלי געבּלעמט ביי די מאמע׳ס זייט ווען דאס פאסירט.

די סיסטעם ברויך אן Overwhelming overhaul.
איך קען א איד וואס פאר בערך 10 יאר צוריק האט איהם די פרוי געוויזען די טיר פון איין מינוט צום צווייטען ער איז געכאפט געווארען אין שאק אבער זי האט שוין אויסגעפלאנט פאר א לאנגע תקופה בסיוע פון די רשעות'דיגע אידיש פרויען רעכט גרופעס, ווען ער האט געוויזען די קארט צעטליך פאר די קאסובער רבי לרפו"ש האט ער איהם געזאגט אז די תמצית וואס שטייט דא איז אז דו גייסט אין תפיסה... איך קען די צעטלעך שוין, שוין געזעהן אסאך מאל די זעלבע נוסח נאר מיט אנדערע נעמען... די רשעים הנ"ל שטעלען עס צו פאר איר נאך פאר די מאן כאפט אז עפעס גייט פאר.
למעשה האט ער יא פראבירט אין די"ת צו האבען עפעס רעכטען לגבי די קינדער אבער די בי"ד איז געווען סתם א ליצנות, אין קאורט האט ער יא מער מצליח געווען אבער זי פייפט אהן די פסק און ער קען איר נישט סטראשענען ווייל אויב יא האט זי אלע צעטלעך מסודר איהם צו ארלעדיגען.

מה עשה הקב"ה 2 פון די קינדער זענען שוין אנטלאפען פון די מאמע צו איהם, די אייבישטער זאל העלפען ווייטער...

ביי נאו האבען שוין נאך צוויי שוועסטער פון די פרוי געטוען די זעלבע מעשה
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת45 האט געשריבן: איך רעד נישט אריין אין דעם גאנצן האַקעלן שמועס, נאר אויף אזויפיל,
ווען איך האב ערשט געהערט אז מ'האט נישט צוגעלאזט די קינד צום טאטן האב איך גלייך דן געווען די וואס זענען געווען פארמישט דערין.
איך מיין אז יעדער קען מסכים זיין צו דעם אז נישט לאזן א קינד זעהן זיין טאטן (נאכדערצו אז ס'גליסט אים שטארק - אויב איז עס וואָר) איז א השחתה. אבער לאחר העיון, אין די קאנטאקסט פון דעם געשעהעניש, קומט נישט אריין צו רעדן דערפון, בכלל.

ערשטנס, קיין איין בחור דעם יארגאנג און אזוי אריינגעגלידערט אין געזעלשאפט מיט משפחה און פריינט, נעמט זיך נישט דאס לעבן, פעריאד.
ס'קומט בכלל נישט אריין צו "פארשטיין" די אורזאך.

ס'איז איצטערט פארהאן אזויפיל פיינפולע אומשטענדן וואס שפילן זיך אויס עהז ווי ספיעק, מער גרויזאם ווי בלויז נישט זעהן א טאטע, דהיינו א משוגענע פאטער, א שעדליכער, און א פעטער וואס נעמט קעיר וכו', און מיר לייגן נישט די קינדער דארט אויף סועסייד וואטש, ווייל ס'האט באשיינפערליך אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט, טראץ די שרעקליכע גיטין וואס מיר קענען יעדער פערזענליך, נעמליך ארעסטירטע טאטעס, קלאפטעס פון מאמעס, וואס האט צוגרונד געלייגט גאנצע דורות. ומחידוש לא ילפינן.

אשר על כן, צוריק צו די מאמעס זייט/זיידעס זייט/עסקן זייט, קומט נישט אריין צו טראכטן מצדו וואס ער האט געטוהן. יא ער איז פילייכט באגאנגען א טעות צוויי, ער האט נישט ריכטיג געטוהן, אןן מען קען אפילו הערן א צווייטע צד - פארוואס טאקע געסטו נישט קיין טשיילד סופּארט? וואס מיינט דאס פונקטליך? נניח ס'קומט אים טאקע נישט טויט שטראף, אבער ס'איז זיכער צריך עיון. איך זוך עס נישט צו פארשטיין און צו באשולדיגן קיינעם. אבער אויף אזויפיל יא, ס'איז פונקט אזוי נישט מיין געשעפט ווי א צווייטע געשיכטע אהן א טויט. דאס אז איינער האט זיך גענומען דאס לעבן אין דעם עפיזאד מאכט עס נישט קלארער, אדער מער פארשטענדליך.

נאר וואס יא, ס'האט דאך עפעס דעם בחור'ל ע"ה געטריבן און ס'איז ווירקליך א שוידער, קען מען "זיך" אויפוועקן און נעמען א לעקציע דערפון, וואס איינס פון זיין איז "לאז די קינדער זעהן א טאטע" - עפעס וואס איז גראדע קלאר אהן דעם, און ווערט ניטאמאל קלארער מיט דעם. נישט ווייניגער א לעקציע קען מען ארויסנעמען דערפון אז מ'דארף אנקוקן א בר מצוה בחור אנדערש. געב אים אפשר יא א גאנצע דאלער אין שוהל, אדער זאג אים כאטש וויפיל קוואדערס דו ברויכסט צוריק און נישט קלאפ מיטן פינגער אויפן טיש ווי אחשוורוש.. ווי אויך איז עס אפשר א סטראשע פאר אן עסקן ערגעצוואו אדער אן אדמו"ר אויף א זייט צו קלערן איבער קאנסעקווענצן.

אלנפאלס, באותה מדה, ווייסן מיר "גארנישט" באמת, צוליב די נאטור פון דעם זעלטענעם געשעהעניש. אפשר ליגט א גראבן קאץ באגראבן דא (אדער א דבר אחר). האט איינער געטשעפעט מיט דעם בחור? איז ער אויף א שטילן טאבלעט געווען? פיל מער צד צו זאגן אזוי, צו אזוי פלאס אַזי, צו אזי אליינס.

יישר כח.
די ערשטע גראונדעד פאוסט וואס איך ליין איבער די טראגעדיע.

איך גלייב אז אויב איז ער געווען אויף א פילעכל- ווי למשל אן ssri וואס קען cause'ן
Sudden onset suicidal ideation
ספעציעל ביי יונגע טינעיזשערס, איז די משפחה גאר העפי אז יעדער רעדט כאילו עס האט מיט זיין וויזיטעישענס אזוי לאנג ווי דער אמת איבער די מענטל אילנעס בלייבט באגראבן.
לאז געמאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאז געמאכט »

חיים הלוי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:49 am איז דא נאך 2 שוועסטערס? די טאטע האט גערעדט נאר פון שרה'לע
עס איז דא נאך א שוועסטער פון 11 יאר
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

שמעתי פון א מקור ראשון אז די טאטע האט אלעס געצאלט פארן קינד, און דאס וואס ס'פארט ארום רומערס אז ער האט נישט געגעבן קיין געלט קומט פון די אנדערע צד וואס ווילן פארגלעטן זייער עוולה פאר די גאס.

גיי ווייס וואס די אמת איז...........
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:37 pm שמעתי פון א מקור ראשון אז די טאטע האט אלעס געצאלט פארן קינד, און דאס וואס ס'פארט ארום רומערס אז ער האט נישט געגעבן קיין געלט קומט פון די אנדערע צד וואס ווילן פארגלעטן זייער עוולה פאר די גאס.

גיי ווייס וואס די אמת איז...........
אפילו ער האט נישט געצאלט מאכט עס נישט די עוולה קלענער כלפי דאס קינד, אין אייוועלט האט עס איינער זייער גוט ארויסגעברענגט ווען איינער קומט דיר 50 אלפים און ער דרייט זיך ארויס פון באצאלן וועסטו צונעמען זיינע קינדער פון עם? וועסטו אנהעצען זיינע קליינע קינדער קעגן עם? גיי ווייס פארוואס ביי גיטין קוקט מען אן אז מען מעג נוצען דאס קינד פאר א שטעקן וועגען דיני ממונות.

ווי דו ווילסט נאר דרייען די מעשה זעה איך נישט קיין שום צד צו בארעכטיגען אפצוהאקן דאס קינד פון זיין טאטע.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך היום »

דארפסט נישט קריכן צו פרעמדע פעלדער…
דער מקור איז דא,
ביי אונז.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=15127&start=184
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך צוויי »

דעת האט געשריבן: יישר כח.
די ערשטע גראונדעד פאוסט וואס איך ליין איבער די טראגעדיע.

איך גלייב אז אויב איז ער געווען אויף א פילעכל- ווי למשל אן ssri וואס קען cause'ן
Sudden onset suicidal ideation ספעציעל ביי יונגע טינעיזשערס איז די משפחה גאר העפי אז יעדער רעדט כאולי עס האט מיט זיין וויזיטעישענס אזוי לאנג ווי דער אמת איבער די מענטל אילנעס בלייבט באגראבן.

און פארוואס אין די וועלט בכלל האט דאס אומשולדיג בחור'ל צוגעקומען צו אזא מצב פון די מענטל אישו'ס און די פילעכלעך? ווילסט מיר זאגן אז ער איז נישט משוגע געווארן פון די מצב און קריגעריי און וויזעטעישנס אפהאלט?

אגב, מארגן גייט מען נאך שמועסן אז ס'איז טאקע דא מענטל אישוס מיט פילעכלעך... אלעס הייבט זיך אן אזוי, ביזן גנב'נען א ספר תורה.
איך האב נאר גערעדט פון נניח אז ס'איז טאקע געווען.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת45 האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:40 am איך רעד נישט אריין אין דעם גאנצן האַקלן שמועס, נאר אויף אזויפיל,
ווען איך האב ערשט געהערט אז מ'האט נישט צוגעלאזט די קינד צום טאטן האב איך גלייך דן געווען די וואס זענען געווען פארמישט דערין.
איך מיין אז יעדער קען מסכים זיין צו דעם אז נישט לאזן א קינד זעהן זיין טאטן (נאכדערצו אז ס'גליסט אים שטארק - אויב איז עס וואָר) איז א השחתה. אבער לאחר העיון, אין די קאנטאקסט פון דעם געשעהעניש, קומט נישט אריין צו רעדן דערפון, בכלל.
ערשטנס, קיין איין בחור דעם יארגאנג און אזוי אריינגעגלידעט אין געזעלשאפט מיט משפחה און פריינט, נעמט זיך נישט דאס לעבן, פעריאד.
ס'קומט בכלל נישט אריין צו "פארשטיין" די אורזאך.
ס'איז איצטערט פארהאן אזויפיל פיינפולע אומשטענדן וואס שפילן זיך אויס עהז ווי ספיעק, מער גרויזאם ווי בלויז נישט זעהן א טאטע, דהיינו א משוגענע פאטער, א שעדליכער, און א פעטער וואס נעמט קעיר וכו' און מיר לייגן נישט די קינדער דארט אויף סועסיייד וואטש, ווייל ס'האט באשיינפערליך אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט, טראץ די שרעקליכע גיטין וואס מיר קענען יעדער פערזענליך, נעמליך ארעסטירטע טאטעס, קלאפטעס פון מאמעס, וואס האט צוגרונד געלייגט גאנצע דורות. ומחידוש לא ילפינן.
קודם כל אויף וואס איז דיין הנחה געבויעט אז די עיטש נעמט מען זיך נישט דאס לעבן?
ווייל דו האסט נאכנישט געהערט דערפון? דו ביסט אין א פאזיציע וואס דו וואלסט געדארפט צו הערן? ביי די מעשה ווען נישט עס איז דא 2 צדדים וואלט דאס לכאורה נישט ארויס אויף די גאס אז עס איז געווען סועסייד די נייעס וואלט ווען געווען אז ער איז נישט אויפגעשטאנען.... וויפיל פון די נישט אויפגעשטאנענע מעשיות איז באמת געווען זעלבסט מארד די עסקנים שרייען דאך אז עס איז דא 60 זעלבסמארד פעלער א יאר ביי היימישע אידן עס ווערט נישט באריכטעט אפיציעל אפילו נישט קיין צענטל....

יעצט לעצם הנקודה איז פאר בערך 20 יאר צוריק געווען אזא מעשה מיט א 14 יעריגע ווילימסבורג בחור איין יאר עלטער פון די בחור'ל קומט פון א נארמאלע ליבליכע היימישע סאטמערע משפחה וואס האט זיך ל''ע געהאנגן אין בית כסא פון ישיבה, סוי צו זאגן אז מען הערט נישט אזאנס זעהסטו יעצט אז מען הערט יא.

דיין צווייטע נקודה אז עס איז דא קינדער אין ערגערע סיטיועשאן'ס אין זיי נעמען זיך נישט דאס לעבן יא עס איז ריכטיג עס האט צוטון מיט נאך פאקטארן און טבעיות פון די מענטש און עס מיינט נישט אז די אנדערע קינדער האבן ווייניגער פעין פון די בחור'ל נאר מענטשען רילעטאן נישט געהעריג צו נפשיותדיגע פעין, און ווען מען הערט אז די נפשיותדיגע פעין האט געפירט צו א טויט ווערט דאס אויף די מענטש צו די מציאות וואס די קינדער מאכן זיך מיט.
פייג צווייג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:30 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פייג צווייג »

היי יאר פורים. לעצטער בילד
😭😭😭
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בא גד »

😭😭😭😭😭😢😢😢😢😢
וויפיל מענטשן דרייען זיך מיט א שמייכל פון דרויסן און אינסייד זענען זיי צובראכן אויף שברי שברים?
מען מוז זיין מער סענסעטיוו איינעם צום צווייטן
אוי א שרעק
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מילך טראק »

אמת45 האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:40 am
ערשטנס, קיין איין בחור דעם יארגאנג און אזוי אריינגעגלידעט אין געזעלשאפט מיט משפחה און פריינט, נעמט זיך נישט דאס לעבן, פעריאד.
ס'קומט בכלל נישט אריין צו "פארשטיין" די אורזאך.
ס'איז איצטערט פארהאן אזויפיל פיינפולע אומשטענדן וואס שפילן זיך אויס עהז ווי ספיעק, מער גרויזאם ווי בלויז נישט זעהן א טאטע, דהיינו א משוגענע פאטער, א שעדליכער, און א פעטער וואס נעמט קעיר וכו' און מיר לייגן נישט די קינדער דארט אויף סועסיייד וואטש, ווייל ס'האט באשיינפערליך אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט, טראץ די שרעקליכע גיטין וואס מיר קענען יעדער פערזענליך, נעמליך ארעסטירטע טאטעס, קלאפטעס פון מאמעס, וואס האט צוגרונד געלייגט גאנצע דורות. ומחידוש לא ילפינן.
קוק מיר נישט אויס אז די פארשטייסט צו תורת הנפש,
סאיז זיכער דא אזא זאך אז א 13 בחור וואס בענק זיך צו זיין טאטע אז ער האלט עס נישט אויס, אויף אזוי ווייט אז ער פילט אז ער קען נישט מער
אויוויי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אויוויי »

בא גד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:08 pm 😭😭😭😭😭😢😢😢😢😢
וויפיל מענטשן דרייען זיך מיט א שמייכל פון דרויסן און אינסייד זענען זיי צובראכן אויף שברי שברים?
מען מוז זיין מער סענסעטיוו איינעם צום צווייטן
אוי א שרעק
אוי ווי גוט די זאגסט וויפל מענטשען זענען במסתרים תבכה נפשי פארשפארט פארהאקט אבער אויפן גאס שמייכלען זיי, און אויב לאזן זיי יא אראפ די נאז און פאבליק העט מען זיי זאגן העי וואס גייט דיר אזוי שלעכט? מאכסט דיך נאריש וכדומה.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אפטימיסטיש »

בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'

אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אויב דער עולם האלט אז ס'איז נישט עטיש עס ארויפצולייגן, וועל איך עס גערן אראפנעמען, די סיבה פארוואס כ'האב דעצידירט יא עס צו לייגן איז וויבאלד ס'פארט שוין סייווי ארום אויף סאציאלע מידיא, דעריבער האב איך ארויסגעלערנט א גזירה שוה, אז פונקט ווי לעצטע וואך האט דער מנהל שליט"א געמעקט רעכטס און לינקס אזעלכע תגובות וואס האבן דערמאנט בלויז א רמז צום נאמען פונעם בחור'ל, אבער נאכדעם וואס די גאס האט שוין סייווי גערודערט דערמיט, איז הותרה הרצועה כדמוכח בעליל, מ'מעקט מער נישט, הוא הדין אז אויך ביי דעם רעקארדירונג - היות ס'איז שוין ממילא אויף סאציאלע מידיא, אם כן למה נגרע
פארשפארט