יעצט, על עצם העניין.היום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:53 pmמוחל/מוחה טובות!
וויפל די ביסט נאר בארעכטיקט צו האבן דיין מיינונג,
ביסטו נישט נישט וועלקאם צו עס ארויף לייגן אויף מיין נאמען, אדער פארדרייען מיינס.
אוקי?
אויב די ווילסט קענסטו מיר פרובירן משכנע זיין אדער אויפווייזן אויף וואס עווער פוינט די ווילסט ארויסגעבן.
פארשטאנען?
טיע נישט נאך אמאל אזאוינס, ש׳כח!
אויב האלטסו נישט פון חובת האדם בעולמו, מקיים זיין תרי״ג מצות עד כמה שידינו מגעת, על פי חז״ל והשולחן ערוך, דאן טרעט איך שוין אפ, ולאו בעל דברים דידי את.
אויב יא, דאן פון ווי ווילסטו אנהייבן?
תורה שבכתב אן גמרא? רמב״ם? שו״ע? ספרי שו״ת? פוסקים וואס זענען חוקר מציאות זמנינו לדמות מילתא למילתא? אדער מלקטים וואס ברענגן הלכה למעשה צו האבן אינטער די הענט ווען מען דארף?.
וועלעכע פון פון זיין זענען איבעריג, אדער מאכן נישט די תורה והלכותיה מער פראקטיש און עקסעסיבל? לדעתך?
און נאכאמאל, איך האב שוין פריער קלאר געמאכט צו מוצא זיין אויב מען רעדט דא פון אזא חיבור וואס איז נישט פון די פריעדיגע סארטן, נאר א פארפרומטע בויך וויי נוסח פאטשקעוויל וכדו׳, עיין שם.