שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:47 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אויב דער עולם האלט אז ס'איז נישט עטיש עס ארויפצולייגן, וועל איך עס גערן אראפנעמען, די סיבה פארוואס כ'האב דעצידירט יא עס צו לייגן איז וויבאלד ס'פארט שוין סייווי ארום אויף סאציאלע מידיא, דעריבער האב איך ארויסגעלערנט א גזירה שוה, אז פונקט ווי לעצטע וואך האט דער מנהל שליט"א געמעקט רעכטס און לינקס אזעלכע תגובות וואס האבן דערמאנט בלויז א רמז צום נאמען פונעם בחור'ל, אבער נאכדעם וואס די גאס האט שוין סייווי גערודערט דערמיט, איז הותרה הרצועה כדמוכח בעליל, מ'מעקט מער נישט, הוא הדין אז אויך ביי דעם רעקארדירונג - היות ס'איז שוין ממילא אויף סאציאלע מידיא, אם כן למה נגרע
אויב די טאטע האט נישט קיין פראבלעם זעה איך נישט די חסרון.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געזעהן בילדער ווי די סאטמער מהר''יי רבי איז עם מנחם אבל לאמיר טאקע האפן ער זאל כאטש מאכן סדר מכאן ולהבא
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אפטימיסטיש »

אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אצינד דארף מען נאך האבן די הספד פונעם שווער, אזוי וועט מען שוין וויסן ביידע זייטן פון די מטבע...

שמוע בין אחיכם
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך צוויי »

ס'האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן די הפסד.
אין מילים, נישטא קיין ווערטער.
פאריעריגע שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פאריעריגע שניי »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:58 pm איך האב געזעהן בילדער ווי די סאטמער מהר''יי רבי איז עם מנחם אבל לאמיר טאקע האפן ער זאל כאטש מאכן סדר מכאן ולהבא
אפשר אויב די משפחה וועט פארקויפן פלייש אין גראסערי וועט ער זיך מישן אין מאכן סדר. אז נישט מישט ער זיך נישט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאריעריגע שניי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חב''ד הויזן »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:47 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אויב דער עולם האלט אז ס'איז נישט עטיש עס ארויפצולייגן, וועל איך עס גערן אראפנעמען, די סיבה פארוואס כ'האב דעצידירט יא עס צו לייגן איז וויבאלד ס'פארט שוין סייווי ארום אויף סאציאלע מידיא, דעריבער האב איך ארויסגעלערנט א גזירה שוה, אז פונקט ווי לעצטע וואך האט דער מנהל שליט"א געמעקט רעכטס און לינקס אזעלכע תגובות וואס האבן דערמאנט בלויז א רמז צום נאמען פונעם בחור'ל, אבער נאכדעם וואס די גאס האט שוין סייווי גערודערט דערמיט, איז הותרה הרצועה כדמוכח בעליל, מ'מעקט מער נישט, הוא הדין אז אויך ביי דעם רעקארדירונג - היות ס'איז שוין ממילא אויף סאציאלע מידיא, אם כן למה נגרע
אויב די טאטע האט נישט קיין פראבלעם זעה איך נישט די חסרון.
אין נארמאלע אומשטענדן וואלט ער מעגליך געהאט א פראבלעם, אבער דא זאגט ער קלאר ביים הספד אז דאס קינד זאל זיין א קרבן ציבור צו אויפוועקן דעם עולם צו דעם ביטערן פראבלעם וואס קומט פאר, לכאורה וויל ער דוקא יא זיין מעסעדזש זאל אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. איינער וואס הערט דעם הספד ווערט ממש אויפגעשאקלט.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

דאס הארץ רייסט!
איך ווייס נישט וואס די אנדערע זייט איז און ס'מאכט בכלל נישט אויס יעצט, אזא זאך טאר נישט געשען!!!
די הספד זאל ווערן פארשפרייט איבעראל און מענטשן זאלן זיך אויסלערנען אז מ'דארף אויפהערן שפילן מיט די קינדער!!!!!
אוי הייליגע באשעפער האב רחמנות אויף אלע אנדערע אומשילדיגע נשמות וואס זענען נאך דא מיט אונז!!!
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

דערמאנט פון דעם קליפ פון יואלי לעבאוויטש וואס האט אסאך איבערגעדרייט אפאר יאר צוריק.

האפענטליך וועט די הספד יעצט אויפטוהן און אזויווי די טאטע זאגט "דאס זאל זיין די לעצטע מאל וואס א טאטע זאל אזוי דארפן מספיד זיין א זוהן" און אלע אומשילדיגע נשמות זאלן אויפגעראכטן ווערן!

דוד בן ישי עבדך משיחך
פייג צווייג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:30 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פייג צווייג »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:58 pm איך האב געזעהן בילדער ווי די סאטמער מהר''יי רבי איז עם מנחם אבל לאמיר טאקע האפן ער זאל כאטש מאכן סדר מכאן ולהבא
לאז די פעטוועי רבי קודם ענדיגן זיך ספראווען מיט די פעטוועי
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מתתיהו »

אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אוי אוי שרעקליך דאס הארץ רייסט!! ווי נעמט מען די גבורה פון די טאטע!!
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 8:05 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אצינד דארף מען נאך האבן די הספד פונעם שווער, אזוי וועט מען שוין וויסן ביידע זייטן פון די מטבע...

שמוע בין אחיכם
הלוואי הלוואי... דערווייל איז צו שטיל... וואס די ארומיגע משפחה טענה'ן איז אז דער יונגערמאן איז זיך ווערט דאס געלד וכו' נניח עס איז אמת זעה איך נישט פארוואס ער האט נישט קיין רעכט צו זעהן זיין קינד.

פון די טאטע'ס הספד פארשטייט מען אז ער האט נאר געהאט שייכות מיט די יונגל און נישט מיט די מיידל? פארוואס טאקע? אפשר ווייל די יונגל האט ארויסגעריטש צו עם און ער האט עס געדארפט, און ליידער זיינע נאנטע האבן געפייט דערקעגן.
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך האניג »

אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
Omg
האב איך יעצט געוויינט. ווי א בעבי
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מילך טראק »

חיים הלוי האט געשריבן: הלוואי הלוואי... דערווייל איז צו שטיל... וואס די ארומיגע משפחה טענה'ן איז אז דער יונגערמאן איז זיך ווערט דאס געלד וכו'

ס'דא צוויי פראבלעמען, די טאטע זעהט נישט די קינד, און די קינד זעהט נישט די טאטע,
נניח אז די טאטע איז שולדיג ווייזט מען אים נישט די קינד, אבער דאס קינד איז זיכער נישט שולדיג!
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

עקזעקטלי דעיטס מיי פוינט העיר. און אויף דעם איז קיין תירוץ נישטא.
דאס איז אויך קלאר אז דאס קינד האט געבענקט נאך די טאטע נעבעך.
חס ושלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2024 12:06 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חס ושלום »

חיים הלוי האט געשריבן: הלוואי הלוואי... דערווייל איז צו שטיל... וואס די ארומיגע משפחה טענה'ן איז אז דער יונגערמאן איז זיך ווערט דאס געלד וכו' נניח עס איז אמת זעה איך נישט פארוואס ער האט נישט קיין רעכט צו זעהן זיין קינד.

פון די טאטע'ס הספד פארשטייט מען אז ער האט נאר געהאט שייכות מיט די יונגל און נישט מיט די מיידל? פארוואס טאקע? אפשר ווייל די יונגל האט ארויסגעריטש צו עם און ער האט עס געדארפט, און ליידער זיינע נאנטע האבן געפייט דערקעגן.

איך ווייס נישט וואס די ארומיגע פון איר משפחה טענה'ן, אבער יעדער וואס קען דעם אינגערמאן ווייסט אז ער איז דוקא א העכסט נארמאלע מענטש.
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך עסקן בדברים »

GKA0YMeWkAA1Vjc.png
אמת מארץ תצמח
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

מהרי"י, רבי חיים יושע האלבערשטאם, בני מהרי"י רבי חיים הערש און רבי יעקב בער האבן היינט מנחם אבל געווען ביי די טאטע פונעם קינד אין קרית יואל.

שמעתי אז ווען מהר"יי איז דארטן געווען איז געגיינגען בכיות נוראות עד לב השמים.

המקום ינחם...!
פייג צווייג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:30 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך פייג צווייג »

לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:12 am מהרי"י, רבי חיים יושע האלבערשטאם, בני מהרי"י רבי חיים הערש און רבי יעקב בער האבן היינט מנחם אבל געווען ביי די טאטע פונעם קינד אין קרית יואל.

שמעתי אז ווען מהר"יי איז דארטן געווען איז געגיינגען בכיות נוראות עד לב השמים.

המקום ינחם...!
איך בין נישט אין הימל אבער קען שטארק מעגליך זיין אז די טראגעדיע איז ליידער אן אנטווארט צו די פעטוועי רבי׳ס סאבאטזשן קעגן די תורה.
אין ספר חסידים שטייט אז ביים שבעה אויב מען וויינט שטארק איז א סימן אז דער וואס איז מנחם אבל האט עפעס א שיכות דערמיט וד״ל
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

פייג צווייג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:31 am איך בין נישט אין הימל אבער קען שטארק מעגליך זיין אז די טראגעדיע איז ליידער אן אנטווארט צו די פעטוועי רבי׳ס סאבאטזשן קעגן די תורה.
אין ספר חסידים שטייט אז ביים שבעה אויב מען וויינט שטארק איז א סימן אז דער וואס איז מנחם אבל האט עפעס א שיכות דערמיט וד״ל
דו ווילסט אראפרייסן מהר"יי זאג קלאר וואס דו האלסט איבער אים, דו ברויכסט נישט אראפ ברענגען קיין ספר חסידים דערפאר.

מהר"א וואלט אין אזא צייט געזאגט, דו מיינסט עפעס אנדערש אבער דו שרייסט אתה יצרת...!

אגב אין די וועלעכע רבי איז א חכם אשכול האב איך געזען א תגובה ווי דו רייסט פערזענטליך שטארק אראפ מהר"יי. - מהר"א רייסטו נאר אביסל אראפ...

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=557067#p557067
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חב''ד הויזן »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:07 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 8:05 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
אצינד דארף מען נאך האבן די הספד פונעם שווער, אזוי וועט מען שוין וויסן ביידע זייטן פון די מטבע...

שמוע בין אחיכם
הלוואי הלוואי... דערווייל איז צו שטיל... וואס די ארומיגע משפחה טענה'ן איז אז דער יונגערמאן איז זיך ווערט דאס געלד וכו' נניח עס איז אמת זעה איך נישט פארוואס ער האט נישט קיין רעכט צו זעהן זיין קינד.

פון די טאטע'ס הספד פארשטייט מען אז ער האט נאר געהאט שייכות מיט די יונגל און נישט מיט די מיידל? פארוואס טאקע? אפשר ווייל די יונגל האט ארויסגעריטש צו עם און ער האט עס געדארפט, און ליידער זיינע נאנטע האבן געפייט דערקעגן.
די טאטע גיבט ארויס אסאך דעטאלן ביים הספד. אבער עס בלייבט נאך אלס קשיות.

מאיר דוב האט געזאגט פארן טאטן אז ער גייט ווייזן פאר שרה'לע ווער איר טאטע איז. דאס מיינט אז שרה'לע האט שוין ניטאמאל געדענקט איר טאטן. ער זאגט אויך אז דא רעדט מען פון א מעשה פון אכט יאר צוריק, דאס מיינט אז מאיר דוב איז געווען א פינף יעריג קינד דעמאלטס און שרהלע עטליכע יאר יונגער.

דאס איז אויך זיכער אז דאס קינד האט זיך שרעקליך געבענקט נאכן טאטן, די עוולה וואס דא איז פארגעקומען איז אומבאגרייפבאר. מילא מ'העצט אן דעם קינד, אדער מ'זאגט ניטאמאל פארן קינד אז ער האט א טאטע איז א שרעקליכע עוולה קעגן דעם טאטן, אבער וואס איז דאס נישט צולאזן א קליין קינד וואס בענקט צו זיין טאטן???

ער גיט א זאג עפעס וועגן די טעראפיסט אין די לעצטע זעקס וואכן, איך האב נישט געהעריג פארשטאנען.

ער פארציילט אז ער איז געקומען זען מאיר דוב אין חדר און מ'האט אים פארטריבן פון דארט. ווער האט אים פארטריבן? ער פארציילט דאך אז די מנהל האט שטארק ארויסגעהאלפן און אים געשיקט אפדעיטס איבער דאס קינד. און וואס איז בכלל פשט אז א מוסד נעמט א צד אין א ריב לא להם?
יעקב123
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:23 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך יעקב123 »

האניג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:08 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:41 pm
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
נארוואס ערשינען א קלארע ווידעא רעקארדירונג פונעם טאטן'ס הספד

חלק א'

חלק ב'
Omg
האב איך יעצט געוויינט. ווי א בעבי
same here
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך זאקן »

@חב״ד הויזן

די ווילסט די טאטע זאל מאכן א question and answer בא די הספד?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זאקן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אמת45 »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:15 pm
אמת45 האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:40 am איך רעד נישט אריין אין דעם גאנצן האַקלן שמועס, נאר אויף אזויפיל,
ווען איך האב ערשט געהערט אז מ'האט נישט צוגעלאזט די קינד צום טאטן האב איך גלייך דן געווען די וואס זענען געווען פארמישט דערין.
איך מיין אז יעדער קען מסכים זיין צו דעם אז נישט לאזן א קינד זעהן זיין טאטן (נאכדערצו אז ס'גליסט אים שטארק - אויב איז עס וואָר) איז א השחתה. אבער לאחר העיון, אין די קאנטאקסט פון דעם געשעהעניש, קומט נישט אריין צו רעדן דערפון, בכלל.
ערשטנס, קיין איין בחור דעם יארגאנג און אזוי אריינגעגלידעט אין געזעלשאפט מיט משפחה און פריינט, נעמט זיך נישט דאס לעבן, פעריאד.
ס'קומט בכלל נישט אריין צו "פארשטיין" די אורזאך.
ס'איז איצטערט פארהאן אזויפיל פיינפולע אומשטענדן וואס שפילן זיך אויס עהז ווי ספיעק, מער גרויזאם ווי בלויז נישט זעהן א טאטע, דהיינו א משוגענע פאטער, א שעדליכער, און א פעטער וואס נעמט קעיר וכו' און מיר לייגן נישט די קינדער דארט אויף סועסיייד וואטש, ווייל ס'האט באשיינפערליך אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט, טראץ די שרעקליכע גיטין וואס מיר קענען יעדער פערזענליך, נעמליך ארעסטירטע טאטעס, קלאפטעס פון מאמעס, וואס האט צוגרונד געלייגט גאנצע דורות. ומחידוש לא ילפינן.
קודם כל אויף וואס איז דיין הנחה געבויעט אז די עיטש נעמט מען זיך נישט דאס לעבן?
ווייל דו האסט נאכנישט געהערט דערפון? דו ביסט אין א פאזיציע וואס דו וואלסט געדארפט צו הערן? ביי די מעשה ווען נישט עס איז דא 2 צדדים וואלט דאס לכאורה נישט ארויס אויף די גאס אז עס איז געווען סועסייד די נייעס וואלט ווען געווען אז ער איז נישט אויפגעשטאנען.... וויפיל פון די נישט אויפגעשטאנענע מעשיות איז באמת געווען זעלבסט מארד די עסקנים שרייען דאך אז עס איז דא 60 זעלבסמארד פעלער א יאר ביי היימישע אידן עס ווערט נישט באריכטעט אפיציעל אפילו נישט קיין צענטל....

יעצט לעצם הנקודה איז פאר בערך 20 יאר צוריק געווען אזא מעשה מיט א 14 יעריגע ווילימסבורג בחור איין יאר עלטער פון די בחור'ל קומט פון א נארמאלע ליבליכע היימישע סאטמערע משפחה וואס האט זיך ל''ע געהאנגן אין בית כסא פון ישיבה, סוי צו זאגן אז מען הערט נישט אזאנס זעהסטו יעצט אז מען הערט יא.

דיין צווייטע נקודה אז עס איז דא קינדער אין ערגערע סיטיועשאן'ס אין זיי נעמען זיך נישט דאס לעבן יא עס איז ריכטיג עס האט צוטון מיט נאך פאקטארן און טבעיות פון די מענטש און עס מיינט נישט אז די אנדערע קינדער האבן ווייניגער פעין פון די בחור'ל נאר מענטשען רילעטאן נישט געהעריג צו נפשיותדיגע פעין, און ווען מען הערט אז די נפשיותדיגע פעין האט געפירט צו א טויט ווערט דאס אויף די מענטש צו די מציאות וואס די קינדער מאכן זיך מיט.
קליפה אכל ותוכו זרק. איך האב פארגעסן צוצולייגן ״והמבין יבין״. אין קורצן, ס׳איז שטוינענד און Unprecedented פאר יעדן אזא פאסירונג, אע״כ איז עס מער אומפארשטענדליך ווי יא. ס׳איז נאריש צו טייטלען פינגער אין דעם הינזיכט. יא, בכללות איז א עוולה נורא צו צוריקהאלטן קינדער פון זעהן/האבן עלטערן. מ׳קען מסביר זיין וויאזוי דאס לייגט מענטשן צוגרונד, אבער נישט וויאזוי מ׳נעמט זיך דאס לעבן דערפון אין דעם יארגאנג און מצב (אפילו ס׳קענען פאסירן/בית כסא) דערפאר איז מער חכמה צו נישט פארשטיין די מעשה ווי יא. די דעטאלן אדער אנדערע אויסנאם פעלער איז נישט נוגע ווי לאנג יעדער פארשטייט אז דאס איז נאכאלץ Unprecedented. קלערסט אז דו שטעלסט יא צוזאם די cause and effect? בכבוד גדול. איך ערקלער אז דאס איז צוויי דינים. די פארמישט אין דעם פרשה, זענען נישט אויפן באשולדיגונגס באנק יעצט, פון א עטישן קוק ווינקל. והמבין יבין.
פארשפארט