אז מ'וויל ממש ארומלומדעווען, קען מען אריינגיין אין די שאלה, אדער Moral quandary - ווי פיערסאן רופט עס, צו אויב ראובן טוט א שלעכטע זאך און ס'ברענגט צו אז שמעון זאל זיך הרגענען, האט ראובן א חלק אין שמעון'ס שיקזאל. דאס איז קלאר אז אויב ראובן הענגט א נאקעט בילד פון שמעון אין שטאט - איז עס מער Probable צו גורם זיין שטערקערע קאנסיקווענצן, אבער קוקט מען אויף Probable בכלל? מ'דארף קענען די סוגיא פון בשת. דאס איז זיכער אז אויף Possibility קוקט מען נישט. ס'דא א מלבין פני חבירו וואס קען גורם זיין אז יענער זאל טאנצן, און טראץ וואס מלבין זיין איז א שלעכטע אקט לכל הדעות, טראגט יענער נישט די אחריות. פארוואס? ווייל ס'איז צוויי כוחות. יא, ראובן האט פארשעהמט און יא מ'זאגט אפילו "זאלסט ווייסן אז מ'טאר נישט ווייטוהן א צווייטן ווייל דאס קען צוברענגן צו דאס ארגסטע" אבער די סיבה פארוואס שמעון האט געטאנצן און נישט לוי אין אזא פאל, איז ווייל שמעון נעמט עס שווערער, ווייל שמעון האט נישט קיין פריינט. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס די תורה רעדט אזויפיל פון יתום ואלמנה. ווייל דארט איז ענדערש פסיק רישיה דלא ניחא ליה. מ'הערט כסדר מעשיות פון יונגטליכע וואס נעמען זיך דאס לעבן נאך וואס איינער האט פארשפרייט א שאנדפולע בילד און די גאנצע שולע האט געלאכט. אוודאי הער איך די צווייטע צד אביסל. עוד עיין הלכות מאלעסטאר ודו״ק. איך בין מכבד @מי אני צו נעמען די מייק.
אבער לענינינו, דא איז עס א סטאנדארט ביי אסאך (נארמאלע?) משפחות צו זיך אמפערן מיט די אנדערע זייט טראץ וואס ס'איז ידוע און פארשטענדליך די חורבן וואס דאס ברענגט אן. אין אנדערע ווערטער קיינער קלערט נישט אז ס'קען זיך אזוי ענדיגן בכלל. און דאס אז די קינד וועט סתם אזוי ליידן, דערהערן זיי נישט. ס'דא רשעים ממש, אבער ווייניג, ס'איז מער עגא און טפשות, דערפאר גייט עס נישט אריין אין די מזיד קאטעגאריע, און (לכאורה) אויך נישט אין שוגג כלפי מיתה (ע"ז אנו דנין)
והעיקר, ווי ערווענט, וויבאלד דאס איז Unprecedented איז דא מער צד צו טראכטן, אפשר איז דא מער ווי די איינצעלע פאקט, לטב ולמוטב, פאר סיי וועלכע זייט.
אין אזא פאל קען מען קוואָקענען אדער זיין שטיל, וע"ז באתי לעורר.
אמת45 האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:48 am

די דערמאנטס מיר פון דער ליאטוואק וואס האט נישט געוואלט בייצאלן אין רעסטוראנט ביז מ׳ווייזט עהם א כשרע שטר…
האט מען דא פראבירט צו מחייב זיין איינעם אין בי״ד? מיט עדים והתראה? מלקות אדער חיוב מיתה?
אויך ווייסט דא קיינער נישט באמת קלאר (עכ״פ, אפשר ביז מען זעהט א צעטל) וואס איז אריבער אויף דעם בחור און וואס האט עם געברענגט צו דעם.
וואס איז אבער יא קלאר אז אפהאקן פון א קינד דער קשר צו איינער פון זיינע עלטערן פאר סיי וועלעכע סיבה איז גורם לאנג טערם נזק פארן קינד און איז א עוון בל יכופר!!!!!
אצינד דארף מען נאך האבן די הספד פונעם שווער, אזוי וועט מען שוין וויסן ביידע זייטן פון די מטבע...
שמוע בין אחיכם
הלוואי הלוואי... דערווייל איז צו שטיל... וואס די ארומיגע משפחה טענה'ן איז אז דער יונגערמאן איז זיך ווערט דאס געלד וכו' נניח עס איז אמת זעה איך נישט פארוואס ער האט נישט קיין רעכט צו זעהן זיין קינד.
פון די טאטע'ס הספד פארשטייט מען אז ער האט נאר געהאט שייכות מיט די יונגל און נישט מיט די מיידל? פארוואס טאקע? אפשר ווייל די יונגל האט ארויסגעריטש צו עם און ער האט עס געדארפט, און ליידער זיינע נאנטע האבן געפייט דערקעגן.
די טאטע גיבט ארויס אסאך דעטאלן ביים הספד. אבער עס בלייבט נאך אלס קשיות.
מאיר דוב האט געזאגט פארן טאטן אז ער גייט ווייזן פאר שרה'לע ווער איר טאטע איז. דאס מיינט אז שרה'לע האט שוין ניטאמאל געדענקט איר טאטן. ער זאגט אויך אז דא רעדט מען פון א מעשה פון אכט יאר צוריק, דאס מיינט אז מאיר דוב איז געווען א פינף יעריג קינד דעמאלטס און שרהלע עטליכע יאר יונגער.
דאס איז אויך זיכער אז דאס קינד האט זיך שרעקליך געבענקט נאכן טאטן, די עוולה וואס דא איז פארגעקומען איז אומבאגרייפבאר. מילא מ'העצט אן דעם קינד, אדער מ'זאגט ניטאמאל פארן קינד אז ער האט א טאטע איז א שרעקליכע עוולה קעגן דעם טאטן, אבער וואס איז דאס נישט צולאזן א קליין קינד וואס בענקט צו זיין טאטן???
ער גיט א זאג עפעס וועגן די טעראפיסט אין די לעצטע זעקס וואכן, איך האב נישט געהעריג פארשטאנען.
ער פארציילט אז ער איז געקומען זען מאיר דוב אין חדר און מ'האט אים פארטריבן פון דארט. ווער האט אים פארטריבן? ער פארציילט דאך אז די מנהל האט שטארק ארויסגעהאלפן און אים געשיקט אפדעיטס איבער דאס קינד. און וואס איז בכלל פשט אז א מוסד נעמט א צד אין א ריב לא להם?
די מנהל וואס האט געגעבן באריכטן פארן טאטן איבערן קינד, און האט אויך מעגליך געגעבן באריכטן פארן קינד איבערן טאטן, האט געטוהן די ריכטיגע זאך, און ס'הייסט בכלל נישט זיך אריינגעמישט אין א פריוואטע זאך, נאר מציל נפש אחת או שתי נפשות מישראל, ער האט געטוהן עפעס וואס האט געהאלפן א בלוט אין פלייש פון א קינד, און אויב איינעם האט עס געשטערט האט זיך יענער אליינס געשטערט דערפון צוליב יענעמ'ס חשבונות וכו',
און ס'מיינט נישט אז די מנהל האט זיך אנגענומען פאר איין צד מער ווי פארן צווייטן, פשוט ער האט געטוהן זיינע מענטשליכע פליכטן וואס ער האט געקענט טוהן אלס מנהל, און ער האט אדער וואלט פונקט אזוי געקענט אדער געהאלפן די צד השני מיט וואס זיי האבן געדארפט אויב ס'איז נישט געווען אויף אן אופן פון פייניגן די אנדערע צד.
און קען גאר אויך זיין אז די מנהל האט טאקע פארטריבן דעם טאטן וויבאלד ער האט מורא געהאט פאר קאנסיקווענסן סיי פאר אים און זיין מוסד און אויך פארן טאטן און אפי' פארן קינד.
אויך זי איז סאך מער צושוידערט ווי די טאטע. איר באשולדיגט מען, זי האט געזען מיט די אייגענע אויגן, איך גלייב אז זי ציטערט פון א טשיילד עביוז קעיס.
אוודאי, דער טאטע האט דאך נישט געהאט קיין יד און נישט געקענט העלפן. די מאמע איז די וואס האט געהאט די יכולת עפעס צו טון (על אף אז אין ווילדסטן חלום האט זי דאס נישט פאראויס געקוקט).
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 2:28 pm
די באשמוצען די מאמע אויף אזא פארנעם איז א געפערליכע עולה און רשעות, איך געדענק נישט אזא מין אכזריות.
איך האב נישט געזעהן קיינער באשמוצען די מאמע, מען רעדט פון די אומרעכט וואס איז געטון געווארן קעגן דאס קינד קיינער זאגט נישט ווער עס האט געטון קען זיין די מאמע קען זיין די באבע קען זיין עסקנים די אונטערשטע שורה וויל מען אז די סארט רשעות זאל זיך אויפהערן