שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך צועקים וזועקים »

חיים הלוי האט געשריבן:
צועקים וזועקים האט געשריבן: די באשמוצען די מאמע אויף אזא פארנעם איז א געפערליכע עולה און רשעות, איך געדענק נישט אזא מין אכזריות.

איך האב נישט געזעהן קיינער באשמוצען די מאמע

איך האב יא געזעהן.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאר נייגעריג האט געשריבן: סאו מיר קענען ערווארטן נאך א טראגעדיע אין א יאר ארום ח"ו?
מה הועילו חכמים בתקנתם אויב וועט מען אוועק נעמען די טאכטער פון די מאמע?
מ'ברויך מאכן א שטיקעלע שלום דארטן.
וויאזוי? כווייס נישט.

אוועקנעמען די טאכטער פין די מאמע מיינט נישט אז די מאמע גייט נישט האבן קיין רעכט צו זען אדער האבן שייכות מיט די טאכטער, מ'רעדט אז דער טאטע זאל באקומען די קאסטעדי און נישט די מאמע, וויזיטעישענס זאל בלייבן.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:15 pm איך האף מען גייט עס נישט צו לאזן ווייל זי האט נישט ווי צו גיין יעצט... ענדערש זאל זי צוביסלעך בויען א קשר מיט די טאטע
ליידער ביי אזעלכע קעיסעס פרעגט נישט די גאווערמענט די רבנים און עסקנים וואס צו טאן.

זיי נעמען עס זייער ערענסט און ווי אויך באהאנדלען זיי עס זייער גראד...
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מילך טראק »

Screenshot_20240403_160307_WhatsApp.jpg
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

צועקים וזועקים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:28 pm די באשמוצען די מאמע אויף אזא פארנעם איז א געפערליכע עולה און רשעות, איך געדענק נישט אזא מין אכזריות.
איך געדענק יא אזא מין אכזריות, נישט סתם אזא נאר אסאך ערגער און די תוצאה פון יענע אכזריות איז ליידער געווען אז א יונגע 13 יעריגע נשמה'לע איז שוין נישט דא מער מיט אונז!

איך האב אז די עולם געדענקט אויך גיט יענע אכזריות און לערנט זיך אויס דערפון!
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך berlbalaguleh »

מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:03 pm Screenshot_20240403_160307_WhatsApp.jpg
היינו פרשה ד'יוסל'ע שוכמכר. והיינו פרשה ד'שי פימא. די אידן וואס האבן געהאט א חלק אין די זאכן פארדינען סיי וועלכע שטראף זיי האבן באקומען.
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך נאך א שמויגער »

חב''ד הויזן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:59 pm קיינער באשולדיגט נישט דעי מאמע ספעציפיש, ס'איז זיכער אז קיינער האט זיך נישט גערישט אויף אזא אוטקאם, אבער די טענה איז יא אויף די עוולה וואס איז געטון געווארן אפילו אויב עס וואלט נישט געשען וואס איז געשען. די מעשה דינט דשאסט אלס א ציפעדיגע אווערנעס צו וואס די עוולה איז עלול צוצוברענגען. פון היינט און ווייטער איז שוין נישטא קיין שום עקסקיוז.

און אויב די מאמע וועט יעצט תיכף צולאזן די טאטע צום פארבליבענעם טאכטער וועט מען עס טאקע אננעמען אלס ווייטאגליכע סעמי-טעות.
רשעים אפילו על פתחו של גהינום אינם שבים.

נ. ב. איך מיין אז יעדער מאל וואס מען רעדט וועגן די מאמע, מיינט מען אדער איר אליין אדער ווער ס׳פירט די מערכה פון איר צד.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך מילך טראק »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:09 pm
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:03 pm Screenshot_20240403_160307_WhatsApp.jpg
היינו פרשה ד'יוסל'ע שוכמכר. והיינו פרשה ד'שי פימא. די אידן וואס האבן געהאט א חלק אין די זאכן פארדינען סיי וועלכע שטראף זיי האבן באקומען.
ביי שוכמאכער לויטעט די מעשה אז ער האט נישט געוואלט צוריק גיין צו זיינע עלטערן, סא אפשר איז עס נאר געווען כלפי די עלטערן נישט כלפי די קינד
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: היינו פרשה ד'יוסל'ע שוכמכר.

וואס איז געווען די אמתע מעשה??

נישט ווי אזוי סאטמאר - נטורי קרתא אדער די ציונים האבן עס אראפגעלייגט, נאר די פשוטע פאקטן.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

רבי בערל האט נארוואס באשריבן די פרשה אין אן אנדערע אשכול.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=557485#p557485
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך סקעפטיקער »

לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:57 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:09 pm היינו פרשה ד'יוסל'ע שוכמכר.
וואס איז געווען די אמתע מעשה??

נישט ווי אזוי סאטמאר - נתורי קרתא אדער די ציונים האבן עס אראפגעלייגט, נאר די פשוטע פאקטן.
איך ווייס נישט אויב עס זענען דא אזעלכע שטארקע חילוקי דעות אין די השתלשלות הדברים. עס איז פשוט אוממענטשליך צוצוכאפן א קינד פון זיינע עלטערן אפגעזעהן דיין מיינונג אויף זייער ערציאונג.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:57 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:09 pm היינו פרשה ד'יוסל'ע שוכמכר.
וואס איז געווען די אמתע מעשה??

נישט ווי אזוי סאטמאר - נתורי קרתא אדער די ציונים האבן עס אראפגעלייגט, נאר די פשוטע פאקטן.
די זיידע האט עם אוועקגענומען פון די עלטערן ער איז געווען זייער א קליין קינד ער האט מיטגעארבייט מיט די זיידע וואס איז געווען שפעטער ווען מען האט עם פאראייניגט מיט זיינע עלטערן ווייסען אונז נישט... אין פאקט געדענקט ער אליינס כמעט גארנישט פון יענע תקופה נאר פארנעפלט און ער געדענקט עס אלס א פאזיטיווע תקופה ווי יעדער ווייסט אז מען האט עם גערופען עטליכע יאר צוריק פאר א באזוך ביי די גערטנער'ס ווי זיי האבן זייער שיין פארברענגט
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך סבא דבהתא »

קיינער און כ’זאג נאכאמאל קיינער ווייסט נישט וואס די אמתע מעשה דא איז

דאס אז א טאטע וויינט ביים לויה איז טאקע זייער זייער באנעמבאר אבער ס’קען נאכאלס זיין אז ס’איז קראקאדיל טרערן... נישט אז כ’ווייס , כ’זאג נאר ס’קען זיין... ממילא ביטע זיך האלטן קיל און נישט ווערן אנגעווארעמט פאר א ספעציפישע צד אין א מחלוקה וואס האט גארנישט מיט אייך!

צו מאכן אווערנעס באופן כללי איז טאקע זייער א גוטע זאך אבער נישט אנבינדן די יעצטיגע טראגעדיע אז ס’איז זעכער געשען וועגן דעם.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

בנוגע פרשת יאסעלע שוכמאכער.

שמעתי אז סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון, ער האט געהאלטן אז מען טוט גארנישט אויף מיטן אוועקנעמען א קינד פון זיינע עלטערן און ווי אויך קען מען זיך נישט שלאגן מיט קיין גאנצע מדינה.

די גאנצע באוועגונג פון אוועקנעמען יאסעלע פון זיינע עלטערן איז געווען מיט די שטיצע פון נתורי קרתא, די גערטנער פאמיליע ווי יאסעלע איז איינגעשטאנען אין ניו יארק פארופן זיך טאקע נאך ביז היינט אלץ מיטגלידער פון די נתורי קרתא פארטיי.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

סבא דבהתא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:05 pm קיינער און כ’זאג נאכאמאל קיינער ווייסט נישט וואס די אמתע מעשה דא איז

יעדער ווייסט אז די קינד האט געבלוטיגט צו זעהן זיין טאטע.

יעדער ווייסט אז די מאמע און די אזוי גערופענע עסקנים האבן נישט געלאזט די קינד זעהן זיין טאטע.

יעדער ווייסט אז די קינד איז אוועק אויף א טראגישע אופן.

יעדער וואס האט א אידיש הארץ פארשטייט אז מען דארף טוען אלעס אויף די וועלט אז אזא מעשה זאל זיך נישט איבערשפילן.

און איך זאג נאכאמאל "יעדער"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

סבא דבהתא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:05 pm קיינער און כ’זאג נאכאמאל קיינער ווייסט נישט וואס די אמתע מעשה דא איז

דאס אז א טאטע וויינט ביים לויה איז טאקע זייער זייער באנעמבאר אבער ס’קען נאכאלס זיין אז ס’איז קראקאדיל טרערן... נישט אז כ’ווייס , כ’זאג נאר ס’קען זיין... ממילא ביטע זיך האלטן קיל און נישט ווערן אנגעווארעמט פאר א ספעציפישע צד אין א מחלוקה וואס האט גארנישט מיט אייך!

צו מאכן אווערנעס באופן כללי איז טאקע זייער א גוטע זאך אבער נישט אנבינדן די יעצטיגע טראגעדיע אז ס’איז זעכער געשען וועגן דעם.
א טאטע שטייט ביים לוויה פון זיי אייגן קינד און קלאגט אז מען האט עם נישט צוגעלאזט צו האבן א שייכות מיט עם.
זאגסטו עס איז 'קראקאדיל טרערן' זאג נאר דו ביסט א טאטע צו קינדער? איך זעה נישט ווי א מענטש קען דאס שרייבן, איז דא איינער וואס פארלייקענט דאס אז מען האט עם נישט צוגעלאזט? איז דען דא 2 צדדים אין די נקודה פון צולאזן דאס קינד צום טאטען?

נניח די טאטע איז א חיה רעה צאלט נישט טשיילד סופארט מאכט משוגע יעדעם איינעם וכו' וכו' איז דא א צד צו זאגן אז מען מעג צוריקהאלטן די רילעשאנשיפ צו די קינד?

זיי ביטע מסביר די צווייטע צד
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

ס’איז שוין געווארן אויסגעשמועסט עטליכע מאהל אין די אשכול,
א יעדע קעיס האט צוויי זייטן און פארשטייט זיך די קעיס אויך.

אבער נישט לאזן א קינד זעהן זיין טאטע האט נאר איין צד;

רשעות!!!!!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

סבא דבהתא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:05 pm קיינער און כ’זאג נאכאמאל קיינער ווייסט נישט וואס די אמתע מעשה דא איז

דאס אז א טאטע וויינט ביים לויה איז טאקע זייער זייער באנעמבאר אבער ס’קען נאכאלס זיין אז ס’איז קראקאדיל טרערן... נישט אז כ’ווייס , כ’זאג נאר ס’קען זיין... ממילא ביטע זיך האלטן קיל און נישט ווערן אנגעווארעמט פאר א ספעציפישע צד אין א מחלוקה וואס האט גארנישט מיט אייך!

צו מאכן אווערנעס באופן כללי איז טאקע זייער א גוטע זאך אבער נישט אנבינדן די יעצטיגע טראגעדיע אז ס’איז זעכער געשען וועגן דעם.
אן נעמען א זייט אין די פרעזענליכע מחלוקת צווישן די טאטע מאמע, לגבי דאס קינד איז נישט דא קיין צווייטע זייט!!!!!
דוד בן ישי עבדך משיחך
ארכיטקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך ארכיטקט »

לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:07 pm בנוגע פרשת יאסעלע שוכמאכער.

שמעתי אז סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון, ער האט געהאלטן אז מען טוט גארנישט אויף מיטן אוועקנעמען א קינד פון זיינע עלטערן און ווי אויך קען מען זיך נישט שלאגן מיט קיין גאנצע מדינה.

די גאנצע באוועגונג פון אוועקנעמען יאסעלע פון זיינע עלטערן איז געווען מיט די שטיצע פון נתורי קרתא, די גערטנער פאמיליע ווי יאסעלע איז איינגעשטאנען אין ניו יארק פארופן זיך טאקע נאך ביז היינט אלץ מיטגלידער פון די נתורי קרתא פארטיי.
גערטנער האט גארנישט מיט נתורי קרתא, זיי זענען תלמידים פון הרב לעווין, הנקרא דער מלאך.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

ארכיטקט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:02 pm גערטנער האט גארנישט מיט נתורי קרתא, זיי זענען תלמידים פון הרב לעווין, הנקרא דער מלאך.
אין מאנסי איז דא א גערטנער פאמיליע וואס געהערן צו די נתורי קרתא.
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:17 pm
ארכיטקט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:02 pm גערטנער האט גארנישט מיט נתורי קרתא, זיי זענען תלמידים פון הרב לעווין, הנקרא דער מלאך.
אין מאנסי איז דא א גערטנער פאמיליע וואס געהערן צו די נתורי קרתא.
גערטנער איז היינט א גרויסע פאמיליע מען רעדט פון ר' זנוויל גערטנער ער איז געווען פון די מלאכים איך מיין אז ער האט יא געהאט שייכות צו נטורי קרתא ר' עמרם בלויא וחבריא אזוי צו אזוי זענען מלאכים און נטורי קרתא איך רעדט פון יענע צייט 60 70 יאר צוריק נאנטע קרובים ביידע עקסטרימיסטען
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך לאכעדיג »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:22 pm גערטנער איז היינט א גרויסע פאמיליע מען רעדט פון ר' זנוויל גערטנער ער איז געווען פון די מלאכים איך מיין אז ער האט יא געהאט שייכות צו נטורי קרתא ר' עמרם בלויא וחבריא אזוי צו אזוי זענען מלאכים און נטורי קרתא איך רעדט פון יענע צייט 60 70 יאר צוריק נאנטע קרובים ביידע עקסטרימיסטען
אין די עקסטרעמיסטן האבן געמוטיגט זאנוויל גערטנער צו האלטן ביי זיך יאסעלע שוכמאכער.

סאטמאר רב האט געהאלטן אז מען טאר נישט גיין א קעגן די געזעץ און מען דארף אויפנעמען א לויער זאל פירן די קאמפליצירטע שוכמאכער קעיס.

ערשט נאכדעם וואס די FBI און די ש"ב האבן שוין צוריקגענומען יאסעלע האט זאנוויל איינגעזען אז מיט די עקסטרעמיסטן איז ער אין ערגעץ נישט אנגעקומען איז ער געגיינגען פרעגן סאטמאר רב וואס ער זאל טאן ווייטער, סאטמאר רב האט אים געזאגט אז ער זאל אויפנעמען א לויער, ער האט טאקע אזוי געטאן אבער די לויער האט געזאגט אז ס'איז שוין לאחר המעשה, מען קען שוין גארנישט טאן.
פארשפארט