מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:54 pm היום: דאס ווייזט אז ווערטלעך זענען זייער ערנסט און חשוב. די גמ' האט געלייגט גרויס חשיבות אויף א מילתא דבדיחותא. דאס עפנט דעם קאפ און מאכט דעם מענטש גרייט צו לערנען תורה.
דז׳יגאן פלעגט דאך שוין זאגן (אדער נאך זאגן) אז ״הומור איז גאר אן ערנסטן עסק״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
חלק גדול
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:27 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך חלק גדול »

יוסל ליבערמאן ע'ה וואס איז היינט אוועק האט דערציילט אז די נאכט וואס ער האט פארלוירן די וויצע פרעזידענטשאפט, איז ער אהיימגעקומען זייער צובראכן. זיין ווייב האט אים געוואלט מחזק זיין, האט זי אים געזאגט, דארפסט זיך נישט זארגן, דא אינדערהיים וועסטו אלעמאל זיין "וויצע" פרעזידענט.
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך משה רבקש »

רעדנדיג פון דזשאו ליבערמאן ע''ה איז אינטערעסאנט ווי דער דעילי שאו האט אראפגעלייגט ווי אזוי עס קוקט אויס א וויצע פרעזידענט וואס היט די ל''ט מלאכות.



יהא זכרו ברוך
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינגערמאנטשיקל: אפשר בין איך גאר "זקינינו" אדער איינער פון די גאר חשוב'ע ניקס? איי 'עט מען פרעגן א קשיא. ווי קום איך צו זאגן אויף מיר אליין אז איך בין א חשוב'ער ניק? דער תירוץ איז פשוט. איך בין טאקע אן עניו. איך זאג נאר וואס א צווייטער האלט.

ועוד י"ל. (אסטראלאג. דאס מיינט..."ועוד יש לומר". דאס איז אן עקספרעשן פון תוס'. ניין ס'איז נישט א מין שווייצער טשאקאלאד. דאס איז א קאמענטאר פון די מענטשן וועלכע האבן צוגעגעבן זייער מיינונג צו די מיינונג פון רש"י און די גמרא (געמארעה). אונז פארשטייען דיך. אלס יונגל ביסטו נישט געגאנגען אין סאטמארער, אפילו נישט אין בעלזער חיידער. נאר ערגעץ וואו אין א פאבליק סקול אין קענזעס. צוזאמען מיט דיין רבי הרב הקאדעש מהרי"ד ווייס.)
צוריק צו אינגערמאנטשיקל:
דו ביסט נאכנישט עכט דער בעל מסורת הש"ס. ווייל דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל זאגט (כמעט) קיינמאל נישט עפעס סובסטאנטיוו. אויסער, פארשטייצעך ווען מ'קען געבן א שטעך פאר דעם ארוני וציוני בערל בעל עגלה. ער צייכנט נאר צו עין שם ועיין שם. דו זאגסט כאטש עפעס וואס האט א שוויות. בכל אופן א יישר כח.

נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך משה רבקש »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:44 am
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
דו קוואליפיצירסט צו ווערן דער קומענדיגע שאפער פאר דער בעש''ט...
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

א הונקעדיגע האט אמאל געטראפען א בלינדע
פרעגט די בלינדע: נו, ווי אזוי גייט עס?
ענטפערט די הונקעדיגע: זעהסט דאך...............
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

דער האט געפרעגט וואסערע מגיפה איז געווען אין שנת ת.נ.צ.ב.ה אז אזויפיל טויזענטער אידן זענען נעבעך געשטארבן דעמאלטס............
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

משה רבקש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:31 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:44 am
נ.ב.: איך האב נאך א ביסל די סייד עפעקטס פון דעם משתה היין.
דו קוואליפיצירסט צו ווערן דער קומענדיגע שאפער פאר דער בעש''ט...
דו מיינסט צו זאגן פאר דעים קומענדיגן בעש"ט.

ס'איז נאר דא איינער אין דעם הייטיגן דור וואס וויל זיך פארגלייכן צו דעם בעש"ט. דאס איז דער אלעמען באקאנטער הייליגער שפיטיווקער זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך מאך א דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין שום פאליטישע שטעלונג, נאר איך ברענג דאס ווערטל ווייל ס'איז א גוט ווארט.

מיט א סאך יארן צוריק, ווען ס'איז אנגעגאנגען די מחלוקת צווישן די צדדים (נישט פערזענליך) פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד מיט הרב קוק איבער די רבנות אין ירושלים, האט ר' י"ח ברוב ענוותנותו געזאגט "איך בין נאר דער פורים רב"... ער האט מסביר געווען, פארוואס נעמט מען אויף א פורים רב? ווייל אויב דער רב וועט ווערן (ח"ו) שיכור אום פורים, און מ'וועט קומען פרעגן א שאלה, מ'קען דאך נישט פסק'נען ווען מ'איז שיכור, דערפאר נעמט מען אויף דעם פורים רב, ער זאל פסק'נען. נאך פורים ווען דער רב איז שוין נישט שיכור ווערט ער צוריק רב. די זעלבע מיט דעם ירושלימ'ער רבנות, דער רב איז יעצט שיכור ווען ער וועט זיך אויסניכטערן וועט ער צוריק איבערנעמען דאס רבנות.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

אמאל איז א פרוי ארויס פון שטוב א פאר שעה נאכמיטאג, פאר'ן ארויסגיין האט זי געקאלט איר מאן זאגן אז זי גייט, בלא בלא וכו' וכו', און די קינדער קומען באלד אהיים, בלא בלא וכו' וכו', און ס'איז דא עסן גרייט, בלא בלא וכו' וכו', און מיט וועמען זי גייט, און ווען זי פלאנט צו זיין צוריק, בלא בלא וכו' וכו'.

הקיצור, דער האט געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן, האט ער איר אויסגעהערט מיט א האלבע אויער, און זאגט איר אהא, אהא, אוקי, אוקי... און שוין, ביז זי האט אראפגעלייגט די טעלעפאן, ב"ה.

אפאר מינוט שפעטער כאפט ער זיך, רבש"ע, זיין ווייב האט עהם לכאורה געבעטן עפעס טוהן, אבער קען זיך נישט דערמאנען וואס... עפעס מיט די קינדער? עסן? ריין מאכן?
ער זעהט זיך אין א פלאנטער, ער ווייסט נישט וואס זי האט געוואלט ער זאל טוהן, ער קען איר זיכער נישט רופן זאגן אז ער האט איר נישט ממש אויסגעהערט... אבער באלד קומט זי שוין אהיים...

האט ער זיך שנעל מיישב געווען, מתוך פחד, אז ער וועט טוהן אלעס וואס מען קען נאר, און האפענטליך וועט איינע פון זיי זיין וואס זי האט עהם געבעטן, און זי וועט זיך נישט אויפרעגן אויף עהם...

אומר ועושה, ער האט געגעבן צו עסן פאר אלע קינדער, זיי אפגעבאדן, געוואשן אלע דישעס, ריין געמאכט די הויז...

נאך אביסל קומט זי אהיים, ער האפט צו זעהן אז ער האט נישט פארפעלט פון וואס זי האט עהם געזאגט.

זי קוקט זיך ארום און זאגט עהם, "שיין דיין ארבעט דא, אבער איך פארשטיי נישט? איך האב דיר דאך געזאגט אז מיין מאמע קומט באלד אריבער צו קעהר נעמען פון די קינדער, זיי געבן עסן, קלינען די קאך, באדן, ריין מאכן"...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

האט אמאל א יוד געפרעגט דעם רב, אויב מעג ער שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אפירזוכן זיין פלונית'טע צווישן אלע ווייבער וואס שטייען קעגן איבער דעם ביהמ"ד, איז עס נישט א פראבלעם פון בורר?

"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויך דארף עס זיין סמוך לסעודה וד"ל דו"ק וק"ל
וירח ה' את ריח הניחוח
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:46 am אויך דארף עס זיין סמוך לסעודה וד"ל דו"ק וק"ל
אויב די גייסו שוין יא אהין…
איז דא נאך א תנאי,
ס׳דארף זיין ביד, נישט בכלי….
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:20 am האט אמאל א יוד געפרעגט דעם רב, אויב מעג ער שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אפירזוכן זיין פלונית'טע צווישן אלע ווייבער וואס שטייען קעגן איבער דעם ביהמ"ד, איז עס נישט א פראבלעם פון בורר?

"עס ווענדט זיך", ענפערט דער רב, "איז עס פסולת מתוך אוכל אדער אוכל מתוך פסולת?"...
דאס דערמאנט מיך א מעשה (שהיה): מיט יארן צוריק איז געווען א באסדרייווער וועלכער האט געדרייווט פאר מאנסי טרעילס. ער איז געווען א פשוט'ער, אבער קלוגער איד. איין טאג ווען ער האט שוין געהאלטן נאנט צו דעם לעצטן סטאפ. ס'איז נאר געבליבן איין פאסאזשיר א פרוי. זייער א "פרומע". קומט זי צו די פראנט נעבן דעם דרייווער און זי זאגט איהם..."איך ווייס נישט אויב איך מעג בלייבן אויפ'ן באס וועגן איסור ייחוד". האט ער איהר געזאגט..."איין מינוט"...ער צינדט אן די לייט און געט א קוק אויף איהר. און ער זאגט..."ניין. ס'איז נישט דא קיין חשש פון איסור ייחוד"...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך איך אויך »

אדער דער גבאי וואס האט זיך אנגערופן הויך "רבי, איר קוקט אין קוויטל, אבער איך קוק אויף די פרוי, און איך זאג אז דער מאן קומט נישט צוריק"...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

ביי די ליטווישע קומען פאר גרויסע אסיפות צווישן די עסקנים און גדוילים, די מצב הפרנסה איז גאר שמאל, און יעצט קומט נאך צו אז די מדינה האט געשניטן איר תמיכה פאר די בני תורה…

הקיצור, ס׳איז אריינגעקומען די אפשאצונג פון די עקאנאמיסטן אז די פראבלעם איז, אז עס איז היינט א צוויי דז׳אב עקאנאמי, דאס הייסט אז א משפחה דארף האבן לכה״פ צוויי מקורות פון הכנסה.

עכ״פ, הערט מען אז עס קאכט זיך אויפן טיש א גרויסע התוועדות פון מאה רבנים צו מבטל זיין דער חרם דרבינו גרשון…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האלט אז מ'דארף אנהייבן ארויסצוזוכן דעם תימנ'ער ייחוס. זיי האבן קיינמאל נישט אנגענימען דעם חרם דרבינו גרשום.

אין אן עליכע בחינה: מ'האט זיך אמאל נאכגעפרעגט אינפארמאציע איבער א געוויסן מענטש. האט דער שואל געפרעגט...וואס טוט ער פאר פרנסה? ...די תשובה איז...אלעס, נאר נישט ארבעטן.
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס האט אליעזר עבד אברהם געלייגט שלעסער, אויף אברהם אבינו'ס קעמלעך?
ער האט געוויסט אז ער גייט יעצט זוכן א שידוך פאר יצחק,
און נאר דאס פעלט איהם אויס, אז איין בהמה זאל זיך עפענען דאס מויל,
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז קאלסלאו ביי א שמחה גלייך צו פייערדיגע חסידים? ביידע ווייקן זיך ביז סוף טיש
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדער וואס קויפט א הויז ווערט א קלאוזנבורג'ער..
מען קלאסט אין מען בארגט!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען האט אמאל אריינגעלייגט איי׳ס אין א ישיבה, רופט זיך אן איין בחור צום אנדערן אז על פי פשטות גייט די איי געבוירן א בעבי! פרעגט אים די בחור פארווינדערט, וואס הייסט? זאגט ער די מנהל זיצט אויף דעם א גאנצן טאג
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

פארוואס זעצט מען זיך אוועק אויף דער ערד ערב תשעה ב'אב מיט אן איי און מען ווייענט?

ווייל דא איז די לעצטע איי פון די פסח חלוקה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

פארוואס לייגט מען ביימער און בלעטער אין הויז שבועות?

ווייל די איבערגעבליבענע קארטאפעל פון פסח וואקסט שוין ביימער
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט