חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

מ'פארציילט אז מ'האט אמאל אינטערוויואירט דעם אלטן גוי וואס ארבעט שוין פאר צענדליגע יארן אינעם סאטמאר'ן בית המדרש אויף ראדני סט. און האט ווארשיינליך מיטגעלעבט מער עפיזאדן - אין סאטמאר'ס היסטאריע - ווי שלמה יעקב געלבמאן ע"ה...

אלזא האט אים דער מאדערעיטאר געפרעגט: זאג נאר, וואס איז די אינטערעסאנטסטע מנהג וואס דו האסט בייגעוואוינט דורכאויס דיין קאריערע אין ראדני?

האט דער גוי זיך אנגערופן: טראץ וואס ס'פארהאן פילע קאמישע מנהגים און טשיקאווע געוואוינהייטן וואס זענען איינגעגעסן אינעם סאטמארן קולטור, דאך האב איך אלעס פארשטאנען מער ווייניגער, איין פירונג וואס עד היום קען איך נישט משיג זיין וואס איר באדייט איז, נעמליך דאס אז די אידן האבן עפעס א מאדנע תאוה צו טרינקען ווארעם'ס אין בית הכסא ביי הכנות יעדן צופרי... כ'מיין פארוואס פעלט דיר וויכטיג אויס צו זיפן פונעם HOT CUP דוקא אין בית הכסא... ‎(די היינטיגע אינגווארג פארשטייט שוין אפילו נישט וואס דא איז פאני... גייטס אין ראדני וועט עטס אלסדינג פארשטיין)‏...

גיי פארצייל דעם גוי אז מאטי אילאוויטש האט געווידמעט גאנצע 2 לידער וועלכע רעכנט אויס "אידישע תאוות"

-

אינטערעסאנט אז ער האט פארזעהן אט די דאזיגע תאוה...



כלפי מה דברים אמורים: אונז חרדים האמיר אנטוויקלט א אייגנארטיגע קולטור, וואס - צווישן אנדערע - פארמאגן מיר אייגנארטיגע סארטן תאוות ‎(ווי אויבנדערמאנט), און אזוי אויך פארמאגן מיר אייגנארטיגע געזעצן פון הומאר, און מיר חרדים וועלן זיך קייקלען פאר געלעכטער פון אזעלכע וויצן וואס דער אלגעמיינער גוי באגרייפט ניטאמאל וואס דא איז קאמיש. און איבער אט דעם פענאמענאן וועלן מיר ווידמען דעם היינטיגן ארטיקל.

איידער איך לאז מיך אריין דערין וויל איך קלארשטעלן אז די ציהל פון דעם ארטיקל איז נישט חוזק צו מאכן פונעם חרדישן קולטור, נאר עס טוט ליבערשט דינען אלס א דאקומענטרי פון א פארש שטאנדפונקט, א שטייגער ווי NATIONAL GEOGRAPHIC טוט אנאליזירן פארשידענע קולטורן פון פארווארפענע שבטים, אויף דעם זעלבן אופן וויל איך אביסל שטודירן די טעמע פון חרד'ישע הומאר, און גענוי ווי נעשאנעל דזשיאגרעפיק - וועלן מיר צייגן בילדער און ווידעא'ס ווי ווייט מעגליך, און דער ציבור איז געבעטן צו ערגענצן דעם ארטיקל מיט'ן קאמענטירן אויף די פילע זאכן וואס דער ארטיקל האט מאמענטאל פארזעהן, עס איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן און א שמייכל טאן (ס'נאך חודש אדר).

וזה החלי:

א מערהייט פון די הומאריסטישע מנהגים ווערן נאטורליך פראקטיצירט ביי חתונות אדער ימים טובים, ווען מיר זענען באפוילען געווארן צו זיין פרייליך אדער פרייליך מאכן אנדערע, ווארום א גאנץ יאר זענען מיר דאך באויפטראגט געווארן צו זיין צהלתו בלבו ואבלתו בפניו... און פראבירן זאל איינער צו גיין מיט א דאשיק א טאג פאר פורים... און הגם נישט אלע פון די מנהגים וואס מיר וועלן דעמאנען זענען איינגעפירט געווארן מיט א הומאריסטישע כוונה, דאך האט זיך עס אזוי אנטוויקלט אז דער עולם האלט עס פאר א קנאקעדיגע וויץ, און מ'ווערט ווירקליך פרייליך דורכ'ן עס טון.

אלזא לאמיר אנהייבן מיט'ן פרייליכ'ן טאג "שמחת תורה" - שישו ושמחו בשמחת התורה, וויאזוי קען מען זיין פרייליך שמחת תורה, איז מען אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה:

1) שמחת תורה ביי מוסף וועט מען אויספייניגן דעם בעל תפילה, מ'וועט שפריצן סעלצער און ווארפן האנטוכער, און וואס מיינסטו? ס'האט פיין געארבעט! קוק נאר וויאזוי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער בשעת דער בעל תפילה באקומט א קיתון של שופכין, דאס איז עפעס אויסטערליש פאני, לשנה אחרת קבעום בפנקס קהילת סלאנים

פנקס סלונים בעל תפילה שמחת תורה.GIF

[גראדע איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז די מקור פון דעם מנהג נעמט זיך פון אן אנדערן מנהג אז שמחת תורה פלעגט מען גיסן וואסער ארום דעם בעל תפילה כדי אים מעורר צו זיין צו דאווענען פאר רעגן ‎‎(בחג נידונין על המים), און איינמאל איז דער חזן געווארן אביסל באשפריצט פונעם גרויס התלהבות פון די שפריצערס (ווילנדיג צו אומווילנדיג...), נו וואס טוט מען אז דער חזן איז נאס געווארן? מ'ווארפט אים צו א האנטוך צוויי דריי..., און פון דארט איז נשתרבב געווארן דער מנהג צו שפריצן וואסער און ווארפן האנטוכער אויפן חזן...]


2) רעדנדיג פון הומאר אום שמחת תורה, קען מען נישט פארגעסן דעם מנהג פון "הגבה הפוכה"

הגבה הפוכה.jpg


3)שמחת תורה ביי שחרית זאגט מען המלך בנוסח ימים נוראים און האל בתעצומות בנוסח יו"ט...


4) ווארפן האנטוכער אויפן משמש אום יו"ט חנוכה בשעת ער צינדט אן די מנורה אין ביהמ"ד, איז א ספעקטאקל וואס איר ווילט נישט פארפאסן, וכל המרבה הרי זה יותר פאני...

(
(https://hm-news.co.il/223224/)
(


5) חודש אדר ווערט דער עולם פרייליך תיכף ווען מ'זעהט אז די "משנכנס סיין" הענגט אויפ'ן וואנט...

משנכנס סיין.jpg


6) א גאנץ אדר ווערט דער עולם ממש בגילופין ווי נאר עס הייבן אן ארויסצושפראצן די אלע קיוט אדווערטייזמענטס און קלאסיפיידס וועלכע פארמאגן טייפאגראפישע גרייזן א שטייגער ווי "סימכעס ףורעמ" אין דאס גלייכן... יוי איז דאס פאני..

דבר יום שאלאח מאנעס עד.png
סימכעס פורעמ.png


פארזעצונג אינעם קומענדיגע תגובה.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

חלק ב'

סקילמאן שטראססע עד.png
שימחעס פורים.jpg
תענדער און שיטשע.jpg
ווער רעדט נאך טאמער ס'דא איבערגעדרייטע אותיות אינעם אדווערטייזמענט, דאן איז די געלעכטער בוקע רקיעים...

7) זיך מאכן כאילו מ'איז שיכור פורים/קושן אנדערע מענער
שיכור 3.jpg
פורים קושן.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

חלק ג'

8) מ'קומט דעם ערשטן טאג פסח אינדערפרי אין שול, און מ'פרעגט יעדן וועם מ'באגעגנט: נו! דער יחץ איז געלונגען?....
יחץ.jpeg

9) א שבת פאר פורים זינגט מען א באזונדערע ניגון אויף יעדע שטיקל לכה דודי... דער עולם איז ממש היי...


10) די גאנצע פורים רב איידיע ‎(ווי כאילו ס'איז מער פאני פונעם גאנץ יעריגן רב)





אצינד לאמיר זיך אריבער רוקן צו שמחת חתן וכלה, וואס חז"ל האבן אזוי מפליג געווען דערין. לאמיר זעהן מיט וואס כלל ישראל איז אלס אויפגעקומען צו דערפרייען די חתן כלה ושושבינין


11) די "מצוה טאנץ" - די כלה ווערט ליטערערלי פרייליך ווען מ'טאנצט מיט א גארטל פארנט פון איר




ספעציעל אויב זי דארף זיך מיטדרייען... און אבאכט געבן נישט צו ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, דאן איז עס מורא'דיג דערפרייענד...





12) ווארפן האנטוכער אויפן חתן ביי הבדלה
האנטוכער אויפן חתן בהבדלה.png

13) אנטון א שטריימל פאר'ן כלה'ס ברודער דער בחור ביים טאנצן
בחור עם שטריימל.jpg

14)האלטן א בעזים אויפ'ן פינגער/ציין ביי א חתונה, און בכלל דאס טאנצן מיט א בעזים ביים חתונה

מטאטא בחתונה.JPG

15) האלטן א בענקל אויף די ציין/פינגער/נאז ביי א חתונה

(


16) ארויסנעמען די טלית קטן אינדרויסן פון די בעקיטשע ביי א חתונה

(


17) פרעגן פון די חתן כלה: נו! וויאזוי איז שלום בית?...


שונות

18)בידערמאן ווארפט די שטריימל אין די לופטן,
בידערמאן שטריימל לג בעומר.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

חלק ד'

ווער רעדט נאך טאמער די שטריימל געלונגט אויפ'ן הענגלייכטער, דאן איז די שמחה מרפסן איגרא...
בידערמאן שטריימל טשילאר.jpg
שטריימל על הטשילאר.jpg

19) זינגען כאפט אריין א וואדקע אויף רוסיש (אדער סאל א קאקאש אויף אונגאריש)

מיין חברותא קומט כ'דארף לויפן...
דערווייל וועל איך דא באהעפטן א קונטרס געשריבן דורך ר' דוד אסף ווי ער איז מבאר אז זיך מאכן פרייליך מיט קארני מיטלען איז גאר עבודת השם
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אפטימיסטיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך רימון »

זייער קיוט, דער ביצים טיילער כמדומה איז א געהעריגער עמטליכער משפיע\פורים רב א גאנץ יאר.
ברענג נאך
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך שפילער »

זייער שיין א דאנק פארן ארטיקל אבער איך מיין ביסט נישט איננגאנצן גערעכט די פאונט איז אז זיך פירן ענדערש ווי די געוואוינהייט ברענגט ארויף א געלעכטער פאר מענטשן דאס איז א מציאות אפילו ביי גוים.

האסט שוין געהערט פון מיסטער בין? וואס פונקטליך טוט ער און מיליונער גוים רייסן פאר געלעכטער ...?

ער פירט זיך פשוט אויף פאני און אינטערסאנט.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:34 pm זייער שיין א דאנק פארן ארטיקל אבער איך מיין ביסט נישט איננגאנצן גערעכט די פאונט איז אז זיך פירן ענדערש ווי די געוואוינהייט ברענגט ארויף א געלעכטער פאר מענטשן דאס איז א מציאות אפילו ביי גוים.

האסט שוין געהערט פון מיסטער בין? וואס פונקטליך טוט ער און מיליונער גוים רייסן פאר געלעכטער ...?

ער פירט זיך פשוט אויף פאני און אינטערסאנט.
כ'האב הנאה אז דו האסט אויפגעברענגט מר.בין (בשמחה), ווייל כ'האב עד היום נישט די מינדעסטע אהנונג וואס ס'איז אזוי פאני, ס'בערך אזוי ווי קול מבשר פורים אפטיילונג....

אבער דאס טאקע ברענגט ארויס די קאנטראסט צווישן די פארשידענע קולטור'ן, אז טראץ וואס עפעס איז פאני פאר'ן גוי (למשל birthday cake אריינגעסמעשט אין פנים אריין) איז עס נישט פאני פאר'ן איד, וכן להיפך.

און דאס איז אייגנטליך די מטרה פונעם ארטיקל (ווי שוין ערוועינט גלייך אנהייב): ארויסברענגען פארשידענע אידישע דזשאוקס, וואס דו קענסט עס בשום אופן נישט מסביר'ן פארן גוי: ליין דעם קעפל פונעם אשכול: "חרד'ישע הומאר - וואס פארשטייט א גוי"
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך מילך טראק »

לאנגזאם האט לענטעצס אביסל אנגערורט די נקודה
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך מילך טראק »

הערליכע ארבט שכח @אפטימיסטיש
דעי פורים פונקט געטראכט דערפון , ווען איינער האט געשריבן סמכוש ףירום, איך דארף יעצט ווערן פריילעך פון די קארני דשוקוס
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך מילך טראק »

סאיז דא אמאל וואס א מענטש קען זיך נישט באהערשן צוליב שמחה וועט ער טוהן זאכן דאס ארויסצוברענגען,

אז מזאג דיר פלוצלינג אז די האסט געוואנען די לאטערי וועסטו זיך נעמען טוהן זאכן וואס די וואלסט קיינמאל נישט געטוהן.

די זעלבע איז פארקערט, אז א מענטש האט א נאנטע וואס איז געשטארבן קען ער זיך באהערשן צוליב זיין צער, וועט ער צורייסן זיינע קליידער פאר צער,

פארשטייט זיך איינער וואס ווארפט זיין שטריימל בדווקא, האט נישט קיין שום חן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז אמאל געווען א גוי'אישע נוירס (אן אפריקאנער-אמעריקאנער) זייער א ארנטליכע פרוי. זי האט באדינט די אשת חיל וואס איז געווען נישט געזונט.

איין טאג האט זי געפרעגט די שטוב מענטשן..."פארוואס דער בעה"ב מר.---- נעמט א יעדן אינדערפריה א "פיללאו קעיס", א קישעלע און ער גייט ערגעץ. גיי זיי מסביר פאר א גוי וואס איז טלית און תפילין .

אן ענליכן, אינטרעסאנטן פאל האב איך אליין געזעהן. א גוי זאגט מוסר פאר א איד.

דער יונגערמאן, א גרוש, ל"ע. אויך א שטיקל פגע (אפשר איז איינס תלוי אין צווייטן). ער איז ארויסגעקומען פון בילדינג האלטנדיג זיין טו"ת. דער גוי'אישער סופער איז אויך דארט געווען. ער הייבט אן פגע'נען דעם סופער מיט כל מיני נארישקייטן און קאמפלעינטס. דער סופער האט פארלוירן זיין געדולד מיט איהם. זאגט ער צו איהם..."דו האסט דעיס (מיינענדיג די טו"ת) גיי אין שול דאווענען".
טיפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך טיפער »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:10 pm ס'איז אמאל געווען א גוי'אישע נוירס (אן אפריקאנער-אמעריקאנער) זייער א ארנטליכע פרוי. זי האט באדינט די אשת חיל וואס איז געווען נישט געזונט.

איין טאג האט זי געפרעגט די שטוב מענטשן..."פארוואס דער בעה"ב מר.---- נעמט א יעדן אינדערפריה א "פיללאו קעיס", א קישעלע און ער גייט ערגעץ. גיי זיי מסביר פאר א גוי וואס איז טלית און תפילין .

אן ענליכן, אינטרעסאנטן פאל האב איך אליין געזעהן. א גוי זאגט מוסר פאר א איד.

דער יונגערמאן, א גרוש, ל"ע. אויך א שטיקל פגע (אפשר איז איינס תלוי אין צווייטן). ער איז ארויסגעקומען פון בילדינג האלטנדיג זיין טו"ת. דער גוי'אישער סופער איז אויך דארט געווען. ער הייבט אן פגע'נען דעם סופער מיט כל מיני נארישקייטן און קאמפלעינטס. דער סופער האט פארלוירן זיין געדולד מיט איהם. זאגט ער צו איהם..."דו האסט דעיס (מיינענדיג די טו"ת) גיי אין שול דאווענען".
מיר האט אמאל א קאר סערוויס דרייווער געפרעגט "וואס טוט מען מיט די קישעלע, מ'זיצט דערויף?"
נאך 'וואס' קומט עפּעס תכלית'דיג, למעשה'דיג. פארוואס טראגט נאר צום נעקסטן פארוואס. און צום נעקסטן. און צום נעקסטן.

ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

פאני ווי דער פארשעיער טאנץ און די כלה האט נישט קיין משוג צו זי דארף מיטטאנצן אדער זיך סתם ארומדרייען. :lol: :lol: :lol:
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

חרדים האבן א געפערליכע אישו מיט הומאר, די גרינגסטע וועג צו מאכן מענטשן לאכן איז דורך רעפערענץ צו אזויגערופענע שמוץ והמסתעף (מין, דראגס, וכו'), גאר ווייניג סטאנדאפיסטן קענען מאכן לאכן אן זיך באנוצן מיט שמוץ, איך ווייס נישט צו אין די גאנצע ענגליש-רעדנדע וועלט זענען דא 10 חברה מיט דעם כשרון. ביי חרדים איז דאס פארשטייט זיך אףף לימיטס, וואס בלייבט יא איז קינדערישע נארישקייטן.
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך ים רויבער »

עס ווערט אנגערופן "סאציאלע נארמען".

פאר די זעלבע סיבה וועט די רוסישע גוי נישט לאכן פון די זעלבע וויצן ווי די אמעריקאנע גוי.
אונטער יעדע וויץ איז דא א גאנצע אונטערלאגע אין יעדע סאסייעטי פון לאקאלע מנהגים, פאליטיקס, סלענגס, היסטאריע, וכו'.
אתערותא דלתתא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אתערותא דלתתא »

וואס פארשטייט א גוי ווען א בעל קורא מאכט א מיסטעיק אין מען שרייט אריין
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך הכנה דרבה »

אדער ווען מ'לויפט אריין אין שול אזוי ביי איין און זיבעציג און אהאלב מינוט נאך די שקיעה און מ'מורמעלט אפ א מינכע שמונעשרע אזוי האלב הויך האלב שטיל גענוג אז יעדער זאל נערווירט ווערן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:06 pm חרדים האבן א געפערליכע אישו מיט הומאר, די גרינגסטע וועג צו מאכן מענטשן לאכן איז דורך רעפערענץ צו אזויגערופענע שמוץ והמסתעף (מין, דראגס, וכו'), גאר ווייניג סטאנדאפיסטן קענען מאכן לאכן אן זיך באנוצן מיט שמוץ, איך ווייס נישט צו אין די גאנצע ענגליש-רעדנדע וועלט זענען דא 10 חברה מיט דעם כשרון. ביי חרדים איז דאס פארשטייט זיך אףף לימיטס, וואס בלייבט יא איז קינדערישע נארישקייטן.

נישט אינגאנצן: מילא די גויים, זיי האבן דאך נישט קיין איסור פון הלבנת פנים ברבים און רעדן ניבול פה. דאס איז דאך (ביי זיי) די גרינגסטע וועג פון מאכן אן עולם לאכן. אבער אונז אידן האמיר ב"ה א סאך געבענטשטע טאלאנטפולע בדחנים וועלכע נעמען פאסירונגען פון עכטן לעבן און זיי קוקן עס אן מיט א הומאריסטישן בליק. דאס מאכט דעם עולם לאכן. נישט א יעדער וואס שטעלט זיך ארויף אויף א בענקל האט דעם טאלאנט.

נאך א קונץ פון א געלונגענעם בדחן איז אז ער זאל נישט זאגן אזעלכע עמקות'דיגע דזשאוקס וואס רוב עולם וועט נישט פארשטיין. אויך, א בדחן דארף זאגן אזעלכע ווערטלעך וואס די פרויען וועלן אויך פארשטיין, אז נישט וועט א האלבער עולם נישט לאכן.

איך בין אמאל געווען ביי א חתונה וואו א מענטש וועלכער איז היינט זייער שטארק בארימט, נאר נישט אין בדחנות. ער איז בראשית דרכו געווען א בדחן. האט ער געזאגט אזעלכע דזשאוקס אויף לשון הקודש. די מענער האבן אלע געלאכט, די גאנצע ווייבער שול איז געבליבן שטיל, ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען. פארשטייצעך אז ער האט געפלאפט.

ער האט געזאגט אז דער עולם וועט דא בלייבן כצאן בלי רועה. נאר וואס איז ערגער פון דעם איז א רועה בלי צאן... די פרויען קענען דאך מערסטנס נישט קיין לשה"ק זענען זיי געבליבן שטיל. דער פלאפ איז געווען מורא'דיג.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

זיידי בערל: ייש"כ פארן פריעדיגען תגובה, נאר איין הערה - איר זענט נאך פונעם (קאשויער) אלטע-סקול, די היינטיגע מיידלעך [סאטמארע ווייסעך נישט] קענען גאנץ גוט לשון הקדוש וויפיל מען באכעט אין זיי אריין, מיין בחור פארשטעקט זיך אסאך מאל פון מיינע מיידלעך’ס געקענאכץ...

כ’האב עכט נישט געוואלט פארדרייען דעם אשכול, צוריק צום ענין...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:01 pm פאני ווי דער פארשעיער טאנץ און די כלה האט נישט קיין משוג צו זי דארף מיטטאנצן אדער זיך סתם ארומדרייען. :lol: :lol: :lol:
איך האב באמת רחמנות געהאט אויף די כלה ווען איך האב געזעהן די פיקטשער.

דער "הייליגער" טאנצט און פליעט אין די עולמות. די כלה מוז זיך נעבעך מיט דרייען מיט זיינע משוגע'נע שטיק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 8:27 am זיידי בערל: ייש"כ פארן פריעדיגען תגובה, נאר איין הערה - איר זענט נאך פונעם (קאשויער) אלטע-סקול, די היינטיגע מיידלעך [סאטמארע ווייסעך נישט] קענען גאנץ גוט לשון הקדוש וויפיל מען באכעט אין זיי אריין, מיין בחור פארשטעקט זיך אסאך מאל פון מיינע מיידלעך’ס געקענאכץ...

כ’האב עכט נישט געוואלט פארדרייען דעם אשכול, צוריק צום ענין...
שמחה'לע קאפשטיק: דו ביסט גערעכט. איך וויל טאקע נישט פארדריען דעם שמועס פון אשכול, נאר איך האב עס אליין באמערקט. מיין אייניקל איז א (געוועזענע) תלמידה פון בית רחל אין בארא פארק. איין טאג האט זי פארציילט אז זיי האבן געלערנט אין סקול וועגן אליעזר בן יהודה. דער פארפאסער פון די מאדערנע עברית שפראך.

די עפ"ל, שר"י, ימ"ש און רחמנא ליצלן מהאי דעתא עמיר איבערלאזן פאר די העיליגע אידן ווי הרב ש.ב. מרגליות פון "בלאט" און הרב ישראל מ. סופר זצ"ל.
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך אפטימיסטיש »

הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:55 pm אדער ווען מ'לויפט אריין אין שול אזוי ביי איין און זיבעציג און אהאלב מינוט נאך די שקיעה און מ'מורמעלט אפ א מינכע שמונעשרע אזוי האלב הויך האלב שטיל גענוג אז יעדער זאל נערווירט ווערן
ביטע נישט אויסמישען מיט אידישע תאוות, די דאזיגע אשכול איז געווידמעט אויסשליסליך פאר "אידישע הומאר" ווי עס לויטעט דער קעפל: חרד'ישע הומאר- וואס פארשטייט א גוי
ראדני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

שליחה דורך ראדני »

יעדע בעל דרשן זאגט איבער די זעלבע דזשאוק, אז ביי אידן ווען ס׳שטיייט wetr paint מוז מען גיין טשעקן צי ס׳טאקע נאס.

חחח כאן צריך לצחוק מען בעהט דער עולם זאל לאכן כדי נישט צי פארשעמען א איד א תלמוד חכם
פארשפארט