שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
6) אז קינדער׳ס קשר מיט זייערע עלטערן טאר נישט זיין קיין tool ווען עלטערן שלאגן זיך ארום.לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:11 pm פינף פאקטן וואס קיינער קריגט זיך נישט מיט דעם.
1) די קינד איז געגיינגען צו עמאשענעל טעראפי.
2) די קינד האט געוואלט זעהן זיין טאטע.
3) די קינד האט נישט געזען זיין טאטע.
4) די קינד איז אוועק טראגיש.
5) די קינד האט נישט געהאט זיין טאטע ביי זיין בר מצוה.
7) ״יעדער״ קינד דארף א גוטע קשר מיט זיין טאטע און זיין מאמע, דאס איז אויך געזאגט געווארן ווען די עלטערן וואוינען צוזאמען…
8) זיי משקיע אביסל מער מיט גוטע ווערטער פאר די מענטשען ארום דיר, מאך זיי פילן גוט, מאך זיי ווילן וויכטיג, בפרט איינער וואס גייט עהם נישט אזוי גוט אין לעבן..
YOU CAN NEVER KNOW…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
- האט שוין געלייקט: 84 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 2:28 pm די באשמוצען די מאמע אויף אזא פארנעם איז א געפערליכע עולה און רשעות, איך געדענק נישט אזא מין אכזריות.
די ברוטאליטעט פון די אנדערע צד אויף אזא פארנעם, איז א געפערליכע עוולה און רשעות, איך געדענק נישט אזא מין אכזריות....
האסטו געהערט אזאנס?? מ'גייט און מ'רייסט אפ א קינד פון א טאטן, וואס דאס קינד גייט אויס פאר בעקעניש צום טאטן, און דער טאטע צום קינד, פאר לאנגע יאהרן, ביז ס'איז נעבעך געשעהן וואס איז געשעהן. די גאנצע שטאט איז אויפגערודערט ביז גאר אויף דעם שרעקליכן ברוטאליטעט, און מ'שרייט און מ'פארפירט פאר ווייטאג אויף די עושי רשעה, און מ'איז מפרסם די דאזיגע עושי רשעה, א זאך וואס ווען מ'טוט ווען אביסל פריער וואלט מען ווען אפשר פארמיטן די שרעקליכע טראגעדיע. קומסטו אומפארשעמטערהייט און דו פארפירסט פארוואס מ'פארשעמט די געמיינע רוצחים, און פארוואס מ'שימפט אויף זיי?? זאג מיר דעם אמת: דו שעמסט דיך נישט צו פרעגן אזא קשיא?
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז אפשר אויך געווען א רשע ווייל ער האט מפרסם געווען לעיני כל העולם וואס טוט זיך אין אוישוויץ??
נאר וואס דען זאל מען טוהן? מ'זאל שטיין גלייכגילטיג און שטיל אין די צייט וואס מ'פארגיסט גאלאנען בלוט פון טאטעס און אומשולדיגע קינדערליך?
מ'זאל ווארטן ס'זאל חלילה פאסירן נאך לויות היל''ת רח''ל?
ניין!! ניין!! ניין!! מ'איז מפרסם, און מ'וועט ווייטער מפרסם זיין, די עושי רשעה ועושי מעשי סדום ועמורה בראש כל חוצות, לעיני כל הקהל. זאל יעדער איינזעהן איינמאל פאר אלעמאל וויפיל רשעות ושפיכות דמים דא טוט זיך אפ במחנינו שוין אזויפיל יאהרן, ואין פוצה פה ומצפצף.
כולי האי ואולי וועט מען אפשר אביסל אראפנעמען דעם שרעקליכן חרון אף וואס אזעלכע מעשה רשעות והשחתה זענען חלילה גורם אין הימל, און כולי האי ואולי וועט דער בורא כל עולמים שוין רחמנות אויף אזופיל צופליקטע צובראכענע צושאסענע הערצער פון אזויפיל אומגליקליכע טאטעס, וואס קענען נישט שלאפן קיין טעג און נעכט, און וויינען בכיות נוראות מיט הארץ צוגייענדע בענקעניש נאך זייערע באליבטע קינדער, און שוין איינמאל פאר אלעמאל צוברעכן און צושמעטערן די זרועות רשע וואס גייען אן פראנק און פריי מיט זייערע מערדערליכע רשעות שוין אזויפיל יאהרן, און וועט שוין ענדליך מקיים זיין דעם ''והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם'' אמן.
--------------------------------------
נאכן אויסהערן דעם טאטענ'ס הארץ רייסענדן הספד, און פארזינקענדיג אין מיינע אומעטיגע מחשבות, און מיטן טרערן באגאסענעם פנים, קומט מיר אויף אזעלכע געדאנקען:
דער טאטע פון מאיר דוב ע''ה זאגט צו זיך:
עַל מִשְׁכָּבִי בַּלֵילוֹת בִּקַשְׁתִּי אֶת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי
אוי איך זוך מיין לעכטיגן מאיר דוב:
אבער בִּקַשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו:
איז לאמיר פרובירן גיין צו איהם אין חדר אריין,
אָקוּמָה נָא וַאֲסוֹבְבָה בָעִיר בַּשְׁוָקִים וּבַרְחֹבוֹת אֲבַקְשָׁה אֶת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי: אבער ווידער בִּקַשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו: מ'פארטרייבט איהם נעבעך.
מְצָאוּנִי הַשֹּׁמְרִים הַסֹּבְבִים בָּעִיר: די געמיינע רוצחים וואס לאקערן און וואטשן אז חלילה לא יבוא הבן אצל אביו און ער בעהט זיך ביי זיי:
אֶת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי רְאִיתֶם? איך בעהט ענק לאזט מיך צו צו מיין טייער קינד.. אבער די רשעים לאזן נישט.
כִּמְעַט שֶׁעָבַרְתִּי מֵהֶם: נעבעך מיט ליידיגע הענט.
אבער ווי מ'זעהט אויפן בילד פון פיר יאהר צוריק איז מקויים געווארן דעם: עַד שֶׁמָצָאתִי אֶת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, אֲחַזְתִּיו וְלֹא אַרְפֶּנּוּ
מְצָאוּנִי הַשֹּׁמְרִים הַסֹּבְבִים בָּעִיר: די רוצחים באשליסן מער וועט מען דאס שוין נישט צולאזן.
ס'קומט צו די בר מצווה דער טאטע וויל מיט אלע כוחות קומען, אבער: הִכּוּנִי פְצָעוּנִי נָשְׂאוּ אֶת רְדִידִי מֵעָלֵי שֹׁמְרֵי הַחֹמוֹת: מ'שיקט א רוצח'ישן ארדער פונעם שופט אז חלילה זיך נישט וואגן צו קומען.
כִּמְעַט שֶׁעָבַרְתִּי מֵהֶם: נאך אביסל צייט פון שרעקליך פיינפולע טעג אריבער אויף דעם צדיק'ל מאיר דוב, די יסורים זענען שוין אומדערטרעגליך, און די הייליגע ריינע אויסגעלייטערטע נשמה האט זיך נעבעך געשיידט פונעם פארפייניגטן גוף.
און יעצט ליידער: עַד שֶׁמָצָאתִי אֶת שֶׁאָהַבָה נַפְשִׁי: יעצט האבן די רוצחים שוין יא געלאזט צוקומען דעם טאטן צום קינד אבער ליידער ליידער שוין צו שפעט.
ס'קומט צו די הארץ רייסענדע לויה, שרייט דער צובראכענער טאטע אויס מנהמת לבו הקרוע לשברי שברים, מאיר דוב טייערער: אִם תִּמְצְאוּ אֶת דּוֹדִי: אויב דו טרעפסט שרה'לע: מַה תַּגִּידוּ לוֹ: וואס זאלסטו איר זאגן? שֶׁחוֹלַת אַהֲבָה אָנִי: איך גיי אויס פאר בענקעניש נאך ענק קינדערליך, און איך בלייב ענקער איינציגער באליבטער טאטע לעד ולנצח נצחים.
און מאיר דוב ענטפערט פארן טאטן: הַיּוֹשֶׁבֶת בַּגַּנִּים: איך זיץ מיר שוין במקום מנוחתי אין גן עדן העליון, מיר איז שוין גוט טייערע טאטי, אבער עטס אידן דא אויף דער וועלט: חֲבֵרִים מַקְשִׁיבִים לְקוֹלֵךְ הַשְׁמִיעִנִי: הערטס דעם טאטענ'ס הספד און פארשפרייטס עס איבעראל, און טוטס וואס עטץ קענטס צו צוברעכן די עושי רשעה, אז אזעלכע שרעקליכע זאכן זאל מען שוין מער נישט הערן ביי כלל ישראל.
און צו דיר טאטע זאג איך: בְּרַח דּוֹדִי וּדְמֵה לְךָ לִצְבִי אוֹ לְעֹפֶר הָאַיָּלִים עַל הָרֵי בְשָׂמִים: מ'וועלמיר זיך בעזרת השם טרעפן מיט שמחה און פרייד ביי תחיים המתים מיט משיח צדקינו, אמן ואמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום בינה ודעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
@בינה ודעת דו האסט געמאכט א געוואלדיגע גוטע ארבעט,
דו האסט אנגערירט די סטרונעס פון מיין הארץ.
על אלה אני בוכיה עיני עיני ירדה מים,
כי רחק ממני מנחם משיב נפשי.
דו האסט אנגערירט די סטרונעס פון מיין הארץ.
על אלה אני בוכיה עיני עיני ירדה מים,
כי רחק ממני מנחם משיב נפשי.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
מיר אויך, האסט מיר געמאכט וויינען כמעט אזוי ווי ביים טאטעס הארצרייסענדן הספד פון וואס א שטיין קען צוגיין.
אבער ליידער זעה איך נישט פאר קיין גרויסן האפענונג אין דעם פעלד. עס וועט אייביג זיין אסאך אינטרעסאנטער און '**** -יער' צו העלפן א 'נעבעכדיגע' מאמע ווי די טאטע. און דאס, נאר דאס איז די סיבה פארוואס א מאמע וועט אייביג טרעפן גענוג הילף, בעת דער טאטע קען קיין בארן קלאפן. די רבנים און 'עסקנים' זענען געמאכט פונעם זעלבן מאטיריאל ווי יעדער פון אונז.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
ווערט געזעהן הרב וועלוועל שמעלצער לאמיר זעהן ווי אזוי ער וועט עס קאווערן היינט נאכט ביים דרעזנער שמעלצער פראגראם אויב בכלל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:43 pm
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
הער אויס די גראמען דרעזדנער - שמעלצער שמועסן פרשת ויקרא פון מינוט 104 דאס איז פון די טאטע נאך פאר פורים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
ס׳שמעקט מיר אז דו ביסט א באקאנטע פון די מאמע. ס׳האט נישא מיט גילוי איך האב נישט א הוה אמינא אז איך קען איינעם דא אדער אז מענטשן דא קענען מיר. סתם א הרגשה.סבא דבהתא האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:16 pm ביזדערווייל איז נאכנישט דא קיין שום הוכחה אז די ’נישט קענען זען דעם טאטן’ האט דאס גורם געווען.
איך קען זאגן איין זאך, ס’שמעקט דא עפעס טיעפערס, דאס בחור’ל האט נישט סתם מחליט געווען איין טאג אז דאס איז עס פשוט ווייל עזה כמות אהבה צום טאטן.
אוודאי ניצט די טאטע יעצט אויס די סיטואציע ביזן מאקסימום, און אפשר מיט רעכט, אבער האפנטליך וועט דער אמת ארויפשווימען
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
הייסט דו ביסט עובר אויף גילוי....שטילערהייט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:04 am הער אויס די גראמען דרעזדנער - שמעלצער שמועסן פרשת ויקרא פון מינוט 104 דאס איז פון די טאטע נאך פאר פורים.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 25, 2024 10:30 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
קענסט ביטע צו לינקעןשטילערהייט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:04 am הער אויס די גראמען דרעזדנער - שמעלצער שמועסן פרשת ויקרא פון מינוט 104 דאס איז פון די טאטע נאך פאר פורים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
איך האף אז די האסט זיך שוין יעצט אביסעל בארואיגט וד''לחב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:10 pmווער האט א רעכט דאס אפצומאכן? א נארמאלע טאטע האט נישט קיין רעכט צו זען זיין אייגן קינד ווייל א פרעמדער האט באשלאסן אז ס'איז בעסער אזוי??? פארוואס נאר ביי א גרוש? פארוואס טאר איך נישט אוועקנעמען א קינד פון א טאטע מאמע ווייל איך האב באשלאסן אז ס'איז בעסער פארן קינד?די קעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 8:57 pm נאכאמאל עס איז נישט א כלל, אבער ליידער, מער ווי אמאל מאכט זיך אז כדי די קינד זאל וואקסן נארמאל,געזונט און נישט זיין צופליקט און צוריסן און פיל מיט וויטאג אויף די געזינטע טאטע אדער מאמע וואס האדעוועט איהם אויף בשעת ער קען נאך נישט פארשטיין וואס איז ריכטיג פאר איהם אין זיין לעבן און פארוואס זיינע עלטערן זענען גע'גט פעהלט נעבעך אויס די דראסטישע שריט
א קינד טאר נישט וויסן אז ער האט א טאטע ווייל איינער האט באשלאסן אז ס'גייט צומישן דאס קינד? וואס איז די היתר? און וואס טוט זיך מיט א קינד וואס ווייסט יא ווער זיין טאטע איז, פארוואס לאזט מען אים נישט צו צו א שמחה? פארוואס פארטרייבט מען אים פון בלויז זען זיין זון אין חדר?
אויב האב איך ביז יעצט געמיינט אז ס'איז זיכער דא א צווייטע צד אין די מעשה זע איך יעצט אז ניין, ס' איז פשוט דא מענטשן וואס האלטן אז ס'איז סימפל נארמאל צו נישט צולאזן א טאטע זען (!) זיין אייגן קינד! (פארשטייט זיך מיט א 'ליידער'...)
--
אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי היציג איך האב עס נישט ליב, אבער מיין בלוט קאכט פון ליינען אזעלכע רשעותדיגע נאנסענס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
זאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע
אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!
און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.
אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
ביטע הער אויף! דו מאכסט כאילו א סוד דא און כאילו עס איז געווען א פראבלעם, פליז סטאפ, דא איז געווארן אפגעטון רשעות און קיינער פארלייקענט עס ניטאמאל...די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:11 pmזאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע
אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!
און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.
אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
ביסט גערעכט אז אין געוויסע פעלער איז דא אזא מציאות און אפילו דעמאלטס דארף מען אויך גיבן וויזיטעשאן מיט סופערוויזשען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
עס איז נישט קיין סוד, עס איז פשוט ריינע טשפות צו פארפירן, אראפרייסען און שרייבן גאנצע געביידעס פון שטותים ווען מען האט נישט קיין בלעכענע אהנונג וואס די דיטאלן זענען, ווער האט מחליט געווען און פארוואס, דערווייל איז קיינער נישט ארויס געקומען דא אז ער ווייסט וואס דא איז געווען און סתם ווייל איך האב געהערט אין מקוה אדער גאר אין קאווע שטיבעל אז...... געט קיינעם נישט קיין רעכט צו רייטען אויף יענעם צרה.
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
פאר עפעס א סיבה גייסטו קעפעלע אין וואנט אריין, ווער רעדט פון די טויט דא? מען רעדט צו דאס וואס מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטן איז געווען גערעכט צו נישט, און ווי עס שרייט זיך ארויס מער און מער מיט א יעדע טאג וואס עס גייט אדורך אז דאס איז געווען בלויז רשעות.
יעצט צו דאס איז געווען די גורם צו זיין טראגישע טויט, איך ווייס נישט אבער עס איז די מערסטע מסתבר.
יעצט צו דאס איז געווען די גורם צו זיין טראגישע טויט, איך ווייס נישט אבער עס איז די מערסטע מסתבר.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:47 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
רוב מאל וואס פרויען ווערן נעבעכדיג געפייניקט, איז נישט ווייל דער מאן וויל נישט געבן קיין גט, נאר ענדערש ווייל דער מאן וויל נישט געבן קיין גט אויף די תנאים וואס איהרע עסקנים שלא לשם שמים האבן אוועק געשטעלט, און געניצט איהרע טרערן פאר דער שטעקן.
א פרוי וואס וויל זיך נישט דורכקומען אויף א גט, איז נישט קיין עגונה. האלטן דער מאנ'ס נכסים און שרייען עגונה, איז א מורדת.
נישט לאזן האבן שעירד קאסטידי, און ניצען די פרויערישע עסקניות וואס זענען בייז אויף די תורה, וואס א מאן דארף געבן א גט און נישט פארקערט, אדער חאטש ביידע, איז נישט קיין עגונה, נאר סתם א מרשעת.
צווישען אזויפיל טויזענטער מענטשן איז זיכער דא אלע סארטן, אבער ע"פ רוב, איז עס נישט אז עס קומט זיך איהר נעבעך א גט, נאר זי ווערט געפירט דורך די וואס ווילן איהם מנשל זיין מכל וכל.
- חמול על מעשיך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
וואס!!!!! דעת תורה???? אז וואס אז אז א טאטע זאל נישט קענען קומען צום לוויה פון זיין קינד?????? די ווייסט אז די טאטע איז נישט געווען ביים לוויה אין וויליאמסבורג...? מען האט אים איינגערעדט אז סאיז א האלבע שעה שפעטער...!די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:11 pmזאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע
אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!
און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.
אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
מענטשון דרייען אזוי א קאפ כאילו אז דעת תורה מיינט עפעס... מנעמט עפעס א השמצה דארט אין ער שרייבט א צעטיל אין די זאך איז פארטיג... הרעב איד איר האט נישט קאנאנונג וואס גייט פאר מיט אינזער פאקאקטע סוסייעטי...
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:43 pmפאר עפעס א סיבה גייסטו קעפעלע אין וואנט אריין, ווער רעדט פון די טויט דא? מען רעדט צו דאס וואס מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטע'ן איז געווען גערעכט צו נישט, און ווי עס שרייט זיך ארויס מער און מער מיט א יעדע טאג וואס עס גייט אדורך אז דאס איז געווען בלויז רשעות.די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:28 pmעס איז נישט קיין סוד, עס איז פשוט ריינע טשפות צו פארפירן, אראפרייסען און שרייבן גאנצע געביידעס פון שטותים ווען מען האט נישט קיין בלעכענע אהנונג וואס די דיטאלן זענען, ווער האט מחליט געווען און פארוואס, דערווייל איז קיינער נישט ארויס געקומען דא אז ער ווייסט וואס דא איז געווען און סתם ווייל איך האב געהערט אין מקוה אדער גאר אין קאווע שטיבעל אז...... געט קיינעם נישט קיין רעכט צו רייטען אויף יענעם צרה.חיים הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:20 pmביטע הער אויף! דו מאכסט כאילו א סוד דא און כאילו עס איז געווען א פראבלעם, פליז סטאפ, דא איז געווארן אפגעטון רשעות און קיינער פארלייקענט עס ניטאמאל...
ביסט גערעכט אז אין געוויסע פעלער איז דא אזא מציאות און אפילו דעמאלטס דארף מען אויך גיבן וויזיטעשאן מיט סופערוויזשען.
יעצט צו דאס איז געווען די גורם צו זיין טראגישע טויט, איך ווייס נישט אבער עס איז די מערסטע מסתבר.
רבינו חיים הלוי, איך רעד אויך פון דעם
.מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטע'ן
ווען איינער ווייסט פארוואס מען האט נישט צוגעלאזט די טאטע, די בעסיס, די דיטאלן, ווער האט גענומען די אחריות און געמאכט די החלטה... און ער וויל פארציילן אז ער האלט אז מען איז באגאנגען שרעקליכע רשעות וכו: איך קען דאס פארשטיין א יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א דעה,
אבער ווען מען רעדט גראד פון בויך ארויס בלי שום ידוע כלל בשעת א צוויטע איד אדער אידענע ליידט וועגן דעם, איז דאס די זעלביגע שפיכת דמים אדער אפשר מער פון דעם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
פון ווי ווייסטו דאס?חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:59 pmוואס!!!!! דעת תורה???? אז וואס אז אז א טאטע זאל נישט קענען קומען צום לוויה פון זיין קינד?????? די ווייסט אז די טאטע איז נישט געווען ביים לוויה אין וויליאמסבורג...? מען האט אים איינגערעדט אז סאיז א האלבע שעה שפעטער...!די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:11 pmזאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע
אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!
און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.
אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
איך ווייס נישט.
און אויב עס איז אמת הערט זיך עס ווי א שרעקליכע עוולה.
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
מען האט דיר שוין געבעטן צו סטאפן, דו רעדסט נישט קיין ווארט צום זאך, חוץ אז דו ביסט באמת נישט באקאנט מיט די בעיסיק אינפורמציה דאדי קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:04 pmחיים הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:43 pmפאר עפעס א סיבה גייסטו קעפעלע אין וואנט אריין, ווער רעדט פון די טויט דא? מען רעדט צו דאס וואס מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטע'ן איז געווען גערעכט צו נישט, און ווי עס שרייט זיך ארויס מער און מער מיט א יעדע טאג וואס עס גייט אדורך אז דאס איז געווען בלויז רשעות.די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:28 pmעס איז נישט קיין סוד, עס איז פשוט ריינע טשפות צו פארפירן, אראפרייסען און שרייבן גאנצע געביידעס פון שטותים ווען מען האט נישט קיין בלעכענע אהנונג וואס די דיטאלן זענען, ווער האט מחליט געווען און פארוואס, דערווייל איז קיינער נישט ארויס געקומען דא אז ער ווייסט וואס דא איז געווען און סתם ווייל איך האב געהערט אין מקוה אדער גאר אין קאווע שטיבעל אז...... געט קיינעם נישט קיין רעכט צו רייטען אויף יענעם צרה.חיים הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:20 pm
ביטע הער אויף! דו מאכסט כאילו א סוד דא און כאילו עס איז געווען א פראבלעם, פליז סטאפ, דא איז געווארן אפגעטון רשעות און קיינער פארלייקענט עס ניטאמאל...
ביסט גערעכט אז אין געוויסע פעלער איז דא אזא מציאות און אפילו דעמאלטס דארף מען אויך גיבן וויזיטעשאן מיט סופערוויזשען.
יעצט צו דאס איז געווען די גורם צו זיין טראגישע טויט, איך ווייס נישט אבער עס איז די מערסטע מסתבר.
רבינו חיים הלוי, איך רעד אויך פון דעם.מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטע'ן
ווען איינער ווייסט פארוואס מען האט נישט צוגעלאזט די טאטע, די בעסיס, די דיטאלן, ווער האט גענומען די אחריות און געמאכט די החלטה... און ער וויל פארציילן אז ער האלט אז מען איז באגאנגען שרעקליכע רשעות וכו: איך קען דאס פארשטיין א יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א דעה,
אבער ווען מען רעדט גראד פון בויך ארויס בלי שום ידוע כלל בשעת א צוויטע איד אדער אידענע ליידט וועגן דעם, איז דאס די זעלביגע שפיכת דמים אדער אפשר מער פון דעם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
אז די ווייסט רעד.חיים הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:12 pmמען האט דיר שוין געבעטן צו סטאפן, דו רעדסט נישט קיין ווארט צום זאך, חוץ אז דו ביסט באמת נישט באקאנט מיט די בעיסיק אינפורמציה דאדי קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:04 pmחיים הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:43 pmפאר עפעס א סיבה גייסטו קעפעלע אין וואנט אריין, ווער רעדט פון די טויט דא? מען רעדט צו דאס וואס מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטע'ן איז געווען גערעכט צו נישט, און ווי עס שרייט זיך ארויס מער און מער מיט א יעדע טאג וואס עס גייט אדורך אז דאס איז געווען בלויז רשעות.די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:28 pm
עס איז נישט קיין סוד, עס איז פשוט ריינע טשפות צו פארפירן, אראפרייסען און שרייבן גאנצע געביידעס פון שטותים ווען מען האט נישט קיין בלעכענע אהנונג וואס די דיטאלן זענען, ווער האט מחליט געווען און פארוואס, דערווייל איז קיינער נישט ארויס געקומען דא אז ער ווייסט וואס דא איז געווען און סתם ווייל איך האב געהערט אין מקוה אדער גאר אין קאווע שטיבעל אז...... געט קיינעם נישט קיין רעכט צו רייטען אויף יענעם צרה.
יעצט צו דאס איז געווען די גורם צו זיין טראגישע טויט, איך ווייס נישט אבער עס איז די מערסטע מסתבר.
רבינו חיים הלוי, איך רעד אויך פון דעם.מען האט עם נישט צוגעלאזט צום טאטע'ן
ווען איינער ווייסט פארוואס מען האט נישט צוגעלאזט די טאטע, די בעסיס, די דיטאלן, ווער האט גענומען די אחריות און געמאכט די החלטה... און ער וויל פארציילן אז ער האלט אז מען איז באגאנגען שרעקליכע רשעות וכו: איך קען דאס פארשטיין א יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א דעה,
אבער ווען מען רעדט גראד פון בויך ארויס בלי שום ידוע כלל בשעת א צוויטע איד אדער אידענע ליידט וועגן דעם, איז דאס די זעלביגע שפיכת דמים אדער אפשר מער פון דעם.
מיין תגובות זענען נישט געשריבען צו דער וואס ווייסט בכלל, רוב שרייבערס דא האבן נישט קיין אנונג וואס דא איז געווען.
אגב די שמועס דא איז געווען אויף די תגובה פון לאכעדיג און מען מעג ליינען וואס די נושא איז פאר מען שרייבט צוריק א תגובה
די קעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 8:40 pmאיך רעד נישט אריין אין די טרויעריגע מעשה בכלל ווייל איך האב באמת נישט די וויסטע אנונג וואס די פרטים זענען דא און ווי ביי רוב גיטין איז די מעשה אויף די גאס אויסגעזויגענע שטותים אין די בעסטע פאל, (מן הסתם בין איך ווי רוב שרייבערס אין דעם אשכול)
אבער במחילת כבודך, דיין blank check מיט די ברייטע שפראך כנוסח ר' יונתן שווארץ הי'ו, אז עס נישט דא נאך א צד אז ווען א קינד וויל זעהן זיין טאטע און מען לאזט נישט.......
איך ווייס נישט ווי די ביסט אויפן וועלט, אבער אין מיין וועלט זענען ליידער דא נעבעך אסאך קראנקע עלטערן (סיי מענער און סיי פרויען אייניג) עכטע שלעכטע חולי נפש וואס מאכן די קינדער קראנק נפשיות'דיג אויף א שווערע אופן וואס מען קען עס נישט צוריק דרייען, די פרייז פון נעמען דיין שטעלונג across the board איז גאר א טייערע פרייז.
אין אסאך פעלער ווען מען האלט אפ די קינדער פון זעהן די סארט עלטערן וואלט מען געקענט ראטעווען נפשות מיט דורות.
און איך רעד שוין נישט פון עלטערן וואס זענען פארדארבען און האבן אן אגענדע צו פארדארבען די קינדער מיט א נצחון, און זיי זענען חוטא ומחטיא.....
איך קען א פאל פון דער נאנט וואס א טאטע א גרוש און א שטיקל חולי נפש וואס מען האט איהם נישט צוגעלאזט, ער האט נישט געהאט קיין שייכות מיט זיין בן יחיד ביז די גאר עלטערע יארן ווען די קינד האט אנגעהויבן חתונה מאכן זיינע אייגענע קינדער, די זוהן הגם וואס ער האט אביסעל פון זיין טאטע'ס נאטורן איז געוואקסען געזונט און האט ב'ה אויפגעשטעלט א הערליכע געזונטע שטוב לשם ולתפארת, עפעס וואס עס גלייבט זיך גאר גאר שווער אז עס וואלט געקענט געשעהן ווען ער האט ווען א קשר מיט זיין נעבעכדיגע קראנקע טאטע.
און איך קען מער ווי איין פארקערטע פאל ווי מען לאזט יא א שלעכטע קראנקע חולי נפש האבן שייכות מיט זיינע קינדער און ליידער צאהל מען יעצט א גאר טייערע פרייז אויף די ביטערע שרעקליכע תוצאות, ואין כאן מקום להאריך...
בקיצור הדברים, עס איז אמת'ע דיני נפשות ממש אויף ביידע וועגן.....
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
ווי שוין אויסגעשמועסט דא אויף 12 בלעטער, ס'איז נישט דא קיין שום תירוץ אויף די וועלט נישט צו צולאזן א קינד זעהן זיין טאטע, בלויז רשעות. און מען דארף בכלל נישט וויסן קיין דעטאלן דערפאר.
אבער ס'קוקט אויס אז @קעפעלע האט א אגענדע אז די אשכול זאל נישט איינשלאפן.
אבער ס'קוקט אויס אז @קעפעלע האט א אגענדע אז די אשכול זאל נישט איינשלאפן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
- האט שוין געלייקט: 84 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...
די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:11 pmזאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע
אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!
און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.
אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
זיי שוין שטיל!! די רוקד על הדם איינער.
צו איך קען די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען, און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון?
ניין, איך קען נישט די דיטאלן. און איך בין בכלל נישט נייעריג צו קענען. ווייסט פארוואס? ווייל ס'מאכט גארנישט אויס.
ווען די וועסט הערן אז איינער האט געשאכטן א געגט'ן טאטען ווייל די קינדער זאלן נישט צומישט ווערן..... צו ווייל ער איז א משוגענער, אדער סיי וואס, וואלט יעדער געשריגן, רוצח!
אקוראט די זעלבע איז דא, נישט צולאזן א טאטען צו א קינד איז רציחה גמורה ממש, און נאך סאך ערגער, ווייל די צער איז סאך גרעסער עד אין לשער. און ס'איז נישט דא אויף דעם קיין שום מין תירוץ שבעולם בשום אין פנים ואופן!!
ס'איז נאר זייער אינטערעסאנט, ווי ליידער איז דאס א פאל צווישן הונטערטער פעלער ווי מ'באגייט די שרעקליכע אכזריות, און אלץ האבן די רוצחים עפעס געהיימע דיטאלן וואס קיינער ווייסט נישט... יעדער קען דעם טאטן אלץ א העכסט נארמאלער מענטש, אבער זיי האבן עפעס געהיימע דיטאלן וואס קיינער ווייס עפעס נישט, עד כדי כך צו באגיין אזא שוידערליכע רציחה?
נאר וואס דען? יעדען גנב וואס מ'כאפט ביי די גניבה האט א זאק מיט פולע באבע תירוצים. אוודאי אזוי, נאר וואס דען זאל ער טוהן? שטיין און מודה זיין יא איך בין דער גנב? אבער אמת בלייבט אמת אז נאך אלע באבע תירוצים בלייבט ער נאך אלץ דער גנב.
און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?
א דעת תורה??? אפשר א דעת תורא.. אדער א דעת טורף...
אפרייסן א קינד פון א טאטען איז כנגד כל התורה כולה. א רב אדער א דיין וואס גיבט א היתר צו אפרייסן א קינד פון א טאטן איז קיין רב נישט, נאר א שגץ טמא ומטומא, א אומווערדיגער רוצח, ער מעג האבן ריזיגע סטראקעס מיט טויזענט ברענטשעס, און ער מעג קענען כל התורה כולה אויסענווענדיג.
און אין בעסטן פאל איז ער א גרויסער שוטה משוטה, א תם ומתמם עם תמימים וואס ווערט פארנארט פון די כוחות פון עמלק, פון די כוחות פונעם סמך מם, וואס שטרעבן מיט אלע כוחות חרוב צו מאכן יודשע שטובער, און אפרייסן אידישע קינדערליך מחיק אבותם, אריינצושטעכן א מעסער אין די שכינה הקדושה וואס זוכט נאר דאס פארקערטע, להשיב לב אבות על בנים. און מ'טאר אזעלכע היתירים חלילה וחס נישט פאלגן בשום אופן. קיין שריד ופליט וואלט שוין נישט געבליבן פונעם כלל ישראל ווען מ'זאל ווען פאלגן רבנים וואס רעדן כנגד התורה.
נאר דער ריינער אמת איז, אז ס'איז שקר וכזב מיסודו. קיין איין ערליכער רב האט אזאנס קיינמאל נישט מתיר געווען. אלעס איז רשעים עשקנים וואס טוען כל מה שלבם האכזרי חפץ.
נאר ווי געזאגט ס'מאכט נישט אויס אפילו יא, ווייל דאס איז אפיקורסות און כנגד כל התורה כולה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בינה ודעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.