איין קליינע דוגמה וואס מען קען ארויסשרייבן ברבים ווייל עס זייער באקאנטבינה ודעת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:21 pmדי קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:11 pmזאג נאר, די קענסט די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון, און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 11:19 pm קיינער זאגט נישט אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט געקענט זעהן זיין טאטע
אבער דאס זאגט יא א יעדע בר דעת,
נישט צו לאזן א קינד זעהן זיין טאטע איז בלויז רשעות!!!!
און יא, די אווערנעס איז געשען צוליב די טראגישע אומקום פונעם קינד.
אגב איך מיין אז אין די אשכול מאכט מען יעצט חזרה.
מען גייט שוין ארום די בוים...
זיי שוין שטיל!! די רוקד על הדם איינער.
צו איך קען די אמת'ע דיטאלן וואס איז דא געווען, און פארוואס מען האט נישט געלאזט די טאטע האבן א קשר מיט זיין זון?
ניין, איך קען נישט די דיטאלן. און איך בין בכלל נישט נייעריג צו קענען. ווייסט פארוואס? ווייל ס'מאכט גארנישט אויס.
ווען די וועסט הערן אז איינער האט געשאכטן א געגט'ן טאטען ווייל די קינדער זאלן נישט צומישט ווערן..... צו ווייל ער איז א משוגענער, אדער סיי וואס, וואלט יעדער געשריגן, רוצח!
אקוראט די זעלבע איז דא, נישט צולאזן א טאטען צו א קינד איז רציחה גמורה ממש, און נאך סאך ערגער, ווייל די צער איז סאך גרעסער עד אין לשער. און ס'איז נישט דא אויף דעם קיין שום מין תירוץ שבעולם בשום אין פנים ואופן!!
ס'איז נאר זייער אינטערעסאנט, ווי ליידער איז דאס א פאל צווישן הונטערטער פעלער ווי מ'באגייט די שרעקליכע אכזריות, און אלץ האבן די רוצחים עפעס געהיימע דיטאלן וואס קיינער ווייסט נישט... יעדער קען דעם טאטן אלץ א העכסט נארמאלער מענטש, אבער זיי האבן עפעס געהיימע דיטאלן וואס קיינער ווייס עפעס נישט, עד כדי כך צו באגיין אזא שוידערליכע רציחה?
נאר וואס דען? יעדען גנב וואס מ'כאפט ביי די גניבה האט א זאק מיט פולע באבע תירוצים. אוודאי אזוי, נאר וואס דען זאל ער טוהן? שטיין און מודה זיין יא איך בין דער גנב? אבער אמת בלייבט אמת אז נאך אלע באבע תירוצים בלייבט ער נאך אלץ דער גנב.
און צו עס איז אפשר געווען דעת תורה און אנדערע וואס האבן געמאכט די החלטה?
א דעת תורה??? אפשר א דעת תורא.. אדער א דעת טורף...
אפרייסן א קינד פון א טאטען איז כנגד כל התורה כולה. א רב אדער א דיין וואס גיבט א היתר צו אפרייסן א קינד פון א טאטן איז קיין רב נישט, נאר א שגץ טמא א אומווערדיגער רוצח, ער מעג האבן ריזיגע סטראקעס מיט טויזענט ברענטשעס, און ער מעג קענען כל התורה כולה אויסענווענדיג.
און אין בעסטן פאל איז ער א גרויסער שוטה משוטה, א תם ומתמם עם תמימים וואס ווערט פארנארט פון די כוחות פון עמלק, פון די כוחות פונעם סמך מם ונוקביה די לילית הרשעה ימ''ש, וואס שטרעבן מיט אלע כוחות חרוב צו מאכן יודשע שטובער, און אפרייסן אידישע קינדערליך מחיק אבותם, אריינצושטעכן א מעסער אין די שכינה הקדושה וואס זוכט נאר דאס פארקערטע, להשיב לב אבות על בנים. און מ'טאר אזעלכע היתירים חלילה וחס נישט פאלגן בשום אופן. קיין שריד ופליט וואלט שוין נישט געבליבן פונעם כלל ישראל ווען מ'זאל ווען פאלגן רבנים וואס רעדן כנגד התורה.
נאר דער ריינער אמת איז, אז ס'איז שקר וכזב מיסודו. קיין איין ערליכער רב האט אזאנס קיינמאל נישט מתיר געווען. אלעס איז רשעים עשקנים וואס טוען כל מה שלבם האכזרי חפץ.
נאר ווי געזאגט ס'מאכט נישט אויס אפילו יא, ווייל דאס איז אפיקורסות און כנגד כל התורה כולה.
עס איז לעצטענס געווען אין בארא פארק א אינגערמאן וואס האט געשוחט'ן זיינע עלטערן, די אינגערמאן איז געווען א גרוש פאר אסאך יאר, ער איז אויך געווען א שצמוציגע מסוכן'דיגע חולה וואס נאר זיין געשוויסטער און אפאר אנדערע האבן געוויסט דערפין, ער האט אויסגעזען אויפן גאס ווי גאנץ א נארמאלע מענטש, ערליך, געארבעט און אימשעדליך, ער האט געהאט וויזיטעשון און במשך הזמן איז איינע פון זיינע זון זייענדיג א אינגע בחור מחליט געווען (צו האט איהם די טאטע משכנע געווען) און איבער געלאזט די געזינטע מאמע און געגאנגען וואנען מיטן טאטע, די תוצאות זענען אז די זוהן האט מען ארעסטירט אפאר יאר צוריק פורים פאר........ און ער האט געהאט א היסטארי פון....ווי אויסגעשמוסט דא אינעם שטיבעל בשעתו.
יעצט לאמיר צוריק דרייען די זייגער פאר איין מינוט.
ווען די מאמע מיט דעת תורה און עסקנים ערלעדיגט אז די זון האט נישט קיין שום קשר מיטן קראנקע טאטע'ן, און מען לאט איהם נישט צו וכו: וואלט ער נישט אפשר געקענט אויפוואקסן ווי זיין עלטערע נארמאלע חשובע ברידער, אדער עכ'פ וואלט מען ווען אפשר כאטשיג געראטעוועט זיינע וויקטימ'ס פון אביוז?
קיינער פון גאס וואלט נישט געוויסט ווי קראנק די טאטע איז געווען, (ביז די דיטאלן זענען ארויס געקומען היי יאר), און די אלע קידערישע שרייערס וואלטן געשריגען הויך פונקט ווי די שרייסט יעצט, שוטה שגץ טמא לילית זרע עמלק דעת תורא ס'ם און אזוי ווייטער, גאר קליגע און טרעפליכע דיבורים.
אויב די ביסט נישט אינטערסירט אין וויסן די פרטים ווייל עס מאכט נישט אויס, ביסטו די שופך דם...